רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

א גוטן מועד.
גאר האקעלע דאקומענטן פון די פענטיגען וואס צייגן די טיפע מיטארבעט פון אמעריקע און נעטא מיט אוקראינע, האט געליעקט אויף סאציאלע מידיע, די דזאסטיס דעפארטאמענט האט געעפנט אן אויספארשונג איבער דעם. און די דאקומענטן זעט מען אויך די פלענער פון אוקראינע איבער די אפענסיוו אטאקע.
זעלענסקי האט פארשפראכן צו נעמען שריט אין די צוקונפט צו פארמיידן אזעלכע געשעענישן.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

די רוסישע רובל איז געפאלן צו איר נידעריגסטע שטאפל פון די לעצטע יאר צייט שטייענדיג ביי א ווערד פון 82 רובל געגן די טאלער.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

אוקראינע עלעקטראנישע סיסטעם איז פולשטענדיג צוריק פאראכטען אזוי ווי איידער די קריג, דאס טוט איר ערמעגליכען צו עקספארטירן עלעקטריק צו אירע שכנים ווי בעפאר.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230408-224808~2.png
Screenshot_20230408-224808~2.png (289.91 KiB) געזען 11989 מאל
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

די אוקראינישע מיליטער איז אין א ערנסטע מאנגל פון ארטילעריע רונדן, וואס קען האבן א באלדיגע עפעקט אויף די פראנט, אוקראינע שפארט יעדע שאס, א סאלדאט פון די 59'סטע בריגאדע ביי די מזרח פראנט געט איבער " מיר פלעגן שיסען 20 ביז דרייסיג שעללס א טאג, היצטערט שיסען מיר בלויז איינס אדער צוויי און צומאל גארנישט, מיר שיסען נאר אויף די דירעקטע באפעל פון די קאמאנדיר".
אטעטשמענטס
PSX_20230408_234347.jpg
PSX_20230408_234347.jpg (94.45 KiB) געזען 11966 מאל
PSX_20230408_234416.jpg
PSX_20230408_234416.jpg (101.9 KiB) געזען 11966 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update

April 6-7-8
אטעטשמענטס
4 7 23 1.png
4 7 23 1.png (41.74 KiB) געזען 11723 מאל
4 8 23 1.png
4 8 23 1.png (42.07 KiB) געזען 11723 מאל
April 8.png
April 8.png (84.09 KiB) געזען 11723 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פון די אריבער 100 פענטעגאן דאקומענטן - וואס זעט אויס צו האבן געליעקט - זענען א גרויס טייל ארויפגעשטעלט געווארן אנליין צוריק אין מערץ 1. עס איז הערשט אויפגעכאפט געווארן געציילטע טאג צוריק ווען עטליכע רוסישע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס האבן ארויסגעשטעלט 5 פון די דאקומענטן. דאס האט געפירט אז די ניו יארק טיימס זאל ארויפקומען דערויף.

(כאטש איינס פון די דאקומענטן איז קלאר אז די רוסן האבן זיך ארום געשפילט מיט די ערשטע דאקומענט בעפאר עס מפרסם זיין ווען זיי האבן געטוישט די ציפערן פון רוסישע און אוקריינער פאטאליטעטן ווען די אריגינעלער דאקומענט לייגט די אוקריינער פארלוסטן היפש ווייניגער ווי די רוסישע פארלוסטן ...)

לויט געוויסע גייען א צאל דאקומענטן צוריק צו יאנואר שוין.

----
עס איז נאך דא א סך אומקלארקייטן איבער די אנגעבליכע ליעקס. גארנישט איז סעט ענד סטאון "עז אוו נאו".
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

- בלינקין זאגט אז די אוקריינישע קאנטער אפענסיווע גייט פארקומען אין געציילטע וואכן ארום.

- בראזיל וויל אפהאלטן שלום געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקריינע בנוגע קריימיע און ענדיגן די מלחמה.

- א רוסישע SU-25 איז געווארן אראפגעשאסן העכער מריאנקא.

- לאווראוו זאגט אז רוסלאנד איז גרייט פאר שלום געשפרעכן.

- אין Voronezh - רוסלאנד האט א פייער חרוב געלייגט א פאבריק ווי מבויט פליגערס סיי צווילע און סיי מיליטערישע.

- די שלאכטן אין באקמוט האלט ביי די טרעין סטעישן ווי די אוקריינער האבן זיך אביסל ארויסגעריקט פון נעבן די וואסער און גענומען פרישע פאזיציעס נעבן די טרעין סטעישן (זיי זענען שוין דארט אריבערגעגאנגן נאך פאר יו"ט, זייט דעמאלטס איז נישט דא קיין פארשריט).

- אין אוועדיווקא האבן די אוקריינער באוויזן צו אוועקשטיפן די רוסן פון Spartak געגנט.

- רוסישע קאמענדיר Alexander Khodakovsky זאגט אז די רוסן ליידן פון ווייניג וואפן אויפן פראנט.

- קריימיע איז געווארן באטראפן פון אוקריינישע דראון'ס, די רוסן אבער האבן געטענהט אז סאיז געווען אוקריינישע מיסילס און האבן עס אראפגעשאסן צייגנדיג בילדער דערפון, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין רוסישע S300 מיסילס וואס האבן פארפעלט אראפצושיסן די אוקריינישע דראון'ס.

- אוקריינע האט שוין חרוב געלייגט איבער 10,000 רוסישע עקוויפמענט, פון דעם האבן זיי גענומען בערך 2834 טרעקלעך טאנקן וכדומה פאר זייער ארמיי.

-
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 2:25 am
פון די אריבער 100 פענטעגאן דאקומענטן - וואס זעט אויס צו האבן געליעקט - זענען א גרויס טייל ארויפגעשטעלט געווארן אנליין צוריק אין מערץ 1. עס איז הערשט אויפגעכאפט געווארן געציילטע טאג צוריק ווען עטליכע רוסישע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס האבן ארויסגעשטעלט 5 פון די דאקומענטן. דאס האט געפירט אז די ניו יארק טיימס זאל ארויפקומען דערויף.

(כאטש איינס פון די דאקומענטן איז קלאר אז די רוסן האבן זיך ארום געשפילט מיט די ערשטע דאקומענט בעפאר עס מפרסם זיין ווען זיי האבן געטוישט די ציפערן פון רוסישע און אוקריינער פאטאליטעטן ווען די אריגינעלער דאקומענט לייגט די אוקריינער פארלוסטן היפש ווייניגער ווי די רוסישע פארלוסטן ...)

לויט געוויסע גייען א צאל דאקומענטן צוריק צו יאנואר שוין.

----
עס איז נאך דא א סך אומקלארקייטן איבער די אנגעבליכע ליעקס. גארנישט איז סעט ענד סטאון "עז אוו נאו".
FtL6ppQWwAEcU2V.jpeg
FtL6ppQWwAEcU2V.jpeg (86.9 KiB) געזען 9790 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

רוסישע סאלדאטן וואס פייטן "פאר" אוקריינע און זענען אריין אין די Bryansk ראיאן אזא חודש צוויי צוריק, נעמנדיג די איינוואוינער אלטס משכונות, האבן נאכאמאל דורכגעפירט אזא אקציע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

ברעקינג.
פולין וועט פארקויפען/געבן "200" פון די BMP-1 טרעקלעך. 100 ווערט שוין געשיקט!
אטעטשמענטס
Screenshot_20230409-033600_Chrome.jpg
Screenshot_20230409-033600_Chrome.jpg (73.26 KiB) געזען 9637 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די אוקריינער האבן ארויסגעשטעלט א ווידיאו ווי די NASAMS לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען זענען אקטיוו אויפן פראנט אין אוקריינע.

אוקריינע האט ער ערהאלטן די מיסיל קאמפלעקס אין נאוועמבער 2022. אין די 5 חדשים האט די סיסטעם אראפגעברענגט איבער א 100 רוסישע מיסילס און דראונס.

https://www.dropbox.com/s/iyjjqu7io2hc8 ... 4.mp4?dl=0
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

April 9
אטעטשמענטס
4 9 23 1.png
4 9 23 1.png (42.31 KiB) געזען 8844 מאל
4 9 23 2.png
4 9 23 2.png (84.29 KiB) געזען 8844 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - April 9
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 4:28 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 4:24 pm
עס ווערט לכאורה אוועקגעלייגט און וועט ווארשיינלעך געניצט ווערן אין א ברייטערע - קאמביינד ארמס מאנעווערס - אוקריינער קאנטער אפענסיווע קומענדיגער חודש.
יישר כח.
אבער דערווייל לאזט מען גריינדן אוקריינישע פלייש מיט בולעט׳ס? ממה נפשך, אויב איז באקמוט וויכטיג, פארוואס ניצט מען עס נישט יעצט דארט?
בכלל, אויב ווייסט פוטין אז נעקסטע חודש קומט עפעס, קען ער זיך אויך גרייטן, מ׳פאלירט דעם עלעמענט אף סורפּרייז
באכמוט איז וויכטיג און אוקריינע האט אהינגעשיקט אן א צאל וואפן און זעלנער די לעצטע פיר פינעוו וואכן.

אוקריינע האט געהאט צדדים אויב זיך צוריק ציען פון באכמוט אדער אהין שיקן שווערע ריאינפארסמענט און באשלאסן אויף די שפעטערע.

אויב די באשלוס איז געווען אן אויסגערעכנטע און בכלל די שלאכט ארום באכמוט וועט מען נאך שטודירן יארן אזוי ווי אנדערע וועלטס באקאנטע שלאכטן. איך גלייב עס איז דא א סך אינפארמאציע וואס איז נאכנישט באקאנט. שטייצעך נישט יעדער וואך איז די לאגע אין באכמוט געווען גלייך. באכמוט בעפאר דעצעמבער און באכמוט נאך דעצעמבער זענען אנדערע מסכתות. (ווי אויך אנהאלטן באכמוט סוקסעפול און האבן געווען אן אויסגערעכנטע באשלוס איז באזונדערע זאכן.)

אוקריינע האט געשיקט א סך שווערע וואפנס און טאנקען קיין באכמוט.

די ספעציפישע טאנקען און געפאנצערטע טרעקלעך זענען רעזערווירט פאר די אוקריינער קאנטער אפענסיווע. (עגעין נישט אז איך ווייס פאר א פאקט. בלויז מיין שפעקולאציע) און אז עס איז רעזערווירט פאר א ספעציפישע שלאכט כאפט מען נישט סתם מכל הבא ליד.

יעצט צו פוטין ווייסט פון אן אוקריינער קאנטער אפענסיווע? איך גלייב יעדער ווייסט. דאס אז עס וועט זיין חודש אייר איז מיין שפעקולאציע.

צו פוטין ווייסט פונקטליך ווען און פון וועלכע לאקאציעס? מעגליך יא און מעגליך נישט. איך ווייס זיכער נישט.

די אוקריינער האלטן די זאכן גאר שטארק בסוד און אלעס וואס דו ליינסט איבער די אוקריינער קאנטער אפענסיווע איז סך הכל שפעקולאציעס און מעגליכע סענעריאס. כמעט קיינער ווייסט נישט וואס, ווען און וואו.

----
יעצט צו די אוקריינער קאנטער אפענסיווע גייט זיין אזוי מעכטיג סוקסעפול ווי אוקריינער זיכערהייטס שעף דאנילאוו לייגט עס אראפ? מעגליך יא אבער מוז נישט זיין. עכ"פ די האפענונגען טאר נישט זיין אווער-אפטימיסטיק

מיין אפיניען האבעך שוין געשריבן עטליכע מאל. אוקראיינע קען באווייזן אן איבערשפיל פון כארקאוו? יא. צו עס איז קרוב לוודאי אז מען זאל לייגן ערענסטע האפענונגען דערויף? ניין.

מעגליך? זיכער יא! פארט איז מסתמא דא העכערע שאנסן עס זאל זיין ענליך צו א כערסאנער איבערשפיל ווי אן איבערשפיל פון כארקאוו. די אוקריינער וועלן בייסן א שטיקל. כאפן קלעפ. בייסן נאך א שטיקל. און עס קען זיין די אוקריינער קאנטער אפענסיווע וועט זיין פון עטליכע פראנטן אויפאמאל. איין פלאץ וועט זיך ריקן און איין פלאץ וועט זיך אנשטאלפערן אין א ביטערע ווידערשטאנד מיט שוואכע סוקסעסן.

שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד איז גרינגער ווי מארשירן פאראויס.

ווען איך האב געשריבן איבער די רוסישע אפענסיווע האבעך בכלל נישט ערווארטעט עפעס ערענסט זאל פאסירן. א דערפל דא און א שטעטל דארט.
נקדימון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 5:16 pm
געראסימאוו איז באלד געלאפן אויף אפענסיווע באן. עפעס וואס פוטין חליש'ט צו האבן.

די פראבלעם איז פאר רוסלאנד אז געראסימאוו גייט אויסמיטשען אלע זיינע כוחות יעצט. אפי' ער כאפט באכמוט איז דא ביטער שווערע אוקריינער דעפענסיווע ליניעס בעפאר סלאוויאנסק און קראמאטארסק. ווי שפעקולירט וועט עס זיין בעיקר געצילט צו די דאנבאס. רוסלאנד וועט מעגליך כאפן דערפלעך דא, שטעטליך דארט און מעגליך אפי' עפעס גרעסערס דורכאויס די צייט. אבער גארנישט סיגניפיקענט.

דו לאזט זיי איבער פאר די זומער אויסגעמאטערט מיט האלב ליידיגע וואפן זאפאסן.

אבער וואס קען מען טון פוטין האט ליב "געוואונסן" און שנעל.
פון ווי האב איך געוואוסט וואס עס גייט פאסירן? סימפל. די רוסישע מיליטער האט פארלוירן איר אפענסיווע שפיציגקייט. עס איז פארזשאוועט און שטומפיג. עס איז נישט אויסגעשארפט. זי האט פארלוירן א ריזן צאל פון איר בעסטע זעלנער. בעיקר אנהייב און נאך דורכאויס די יאר צייט.

פון די אנדערע זייט, שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד קענען מאביליזירטע זעלנער אויך. דאס הייסט אז די הונדערטע טויזנטע מאביליזירטע זעלנער וואס רוסלאנד האט צוזאמגענומען די לעצטערע חדשים אפי' זיי זענען נישט געאייגנט ספעציעל צו גיין אויף אפענסיווע צו פארכאפן נייע טעריטאריע קענען זיי אבער פארטיידיגן זייער עקזיסטירנדע טעריטאריעס און מאכן די אוקריינער צאלן א טייערע פרייז פאר יעדע שטעטל פאראויס.

די פראבלעם איז אז געוויסע אין די מערב וועלט לייגן גאולס וויפיל די אוקריינער דארפן באווייזן און דאס איז א פראבלעם. די רגע דו שטעלסט א ציל און דו גרייכסט נישט די גאול. די געצילטע טעריטאריעס אין די געצילטע צייט אפשניט ווערט עס באטראכט ווי פעלערהאפטיג און עס קומט דרוק אז אפשר איז יא בעסער צו פארהאנדלען. עפעס וואס טאר נישט פאסירן לע"ע.

איך קלער צו די אוקריינער וועלן אין די זעלבע צייט אויך געבן מכות פאר די רוסן אויף רוסישע טעריטאריע גופא מיט א כוואליע פון דראון אטאקעס צו סאבאטאזש צו פארשווערן פאר די שונא זיך צו קענען אריענטירן געהעריג.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 2:25 am
פון די אריבער 100 פענטעגאן דאקומענטן - וואס זעט אויס צו האבן געליעקט - זענען א גרויס טייל ארויפגעשטעלט געווארן אנליין צוריק אין מערץ 1. עס איז הערשט אויפגעכאפט געווארן געציילטע טאג צוריק ווען עטליכע רוסישע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס האבן ארויסגעשטעלט 5 פון די דאקומענטן. דאס האט געפירט אז די ניו יארק טיימס זאל ארויפקומען דערויף.

(כאטש איינס פון די דאקומענטן איז קלאר אז די רוסן האבן זיך ארום געשפילט מיט די ערשטע דאקומענט בעפאר עס מפרסם זיין ווען זיי האבן געטוישט די ציפערן פון רוסישע און אוקריינער פאטאליטעטן ווען די אריגינעלער דאקומענט לייגט די אוקריינער פארלוסטן היפש ווייניגער ווי די רוסישע פארלוסטן ...)

לויט געוויסע גייען א צאל דאקומענטן צוריק צו יאנואר שוין.

----
עס איז נאך דא א סך אומקלארקייטן איבער די אנגעבליכע ליעקס. גארנישט איז סעט ענד סטאון "עז אוו נאו".
עטליכע אמעריקאנער נייעס קאנאלן שרייבן אז דאס איז פון די גרעסטע ליעקס וואס האט פאסירט אין די לעצטע צענדליגער יארן.

סנ"ן ציטירט א קוואל בשם אוקריינער פרעזידענט זעלענסקי אז די אוקריינער רעגירונג טוט טוישן געוויסע ענדערונגען אין זייערע פלענער אדאנק די ליעקס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מאקרון:

די צייט פון פארהאנדלונגען צווישן אוקריינע און רוסלאנד איז נאך נישט געקומען. "עס קומט יעצט פאר א מיליטערישע פאזע. די אוקריינער שטעלן א ווידערשטאנד, און מיר העלפן זיי. יעצט איז נישט די צייט פאר פארהאנדלונגען, אפילו אויב מיר גרייטן זיך מו דערפאר." האט דער פראנצויזישער פרעזידענט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט Les Echos נאָך זיין באגעגעניש מיט כינעזער פרעזידענט דזשי דזשינפינג.
אטעטשמענטס
20230410_004035.jpg
20230410_004035.jpg (56.06 KiB) געזען 3600 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

לוקעשענקאו טרעפט זיך מיט שאגו אין מינסק. ער זאגט ער פארלאנגט הבטחות פון רוסלאנד צו פארטיידיגן בעלארוס אין פאל זי ווערט אטאקירט.
אטעטשמענטס
20230410_090439.jpg
20230410_090439.jpg (383.16 KiB) געזען 2147 מאל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די הויפט פון די DPR ווערט געזעהן אין די סאמע צענטער פון באכמוט, און מען הערט נישט קיין שלאכטן בכלל, ווייזענדיג אז שלאכטן זענען שוין ווייט פון דארטן נעבן די שינעס.

באכמוט פאלט.
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

נאך כמעט ״צען חדשים״ פון רוסלאנד קאנצעטראציע אויף די אומסטראטעגישע באכמוט, האבן זיי נאך אלץ נישט מצליח געװען

באכמוט האלט
אטעטשמענטס
ABD64229-B0CD-4CC0-9FB6-E369A38FACED.jpeg
ABD64229-B0CD-4CC0-9FB6-E369A38FACED.jpeg (83.54 KiB) געזען 1965 מאל
DD03343B-9B8C-465C-8B22-81D8C4F92468.jpeg
DD03343B-9B8C-465C-8B22-81D8C4F92468.jpeg (109.71 KiB) געזען 1965 מאל
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

זעלענסקי האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן פרעמיער מיניסטער פון איראק מוחאמאד שיע אל סודאני.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

וואגנער הויפט פריגאזין זאגט אז די אוקריינער האבן אנגעגרייט צווישן 200 און 400 טויזנט זעלנער פאר א מעכטיגע קאונטער אפענסיווע וואס וועט זיך אנהייבן ווען די ערד טרוקענט זיך אויס.
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”