רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:39 pm

"זעלבסטשטענדיגע" אבזערווירער פון די פאלגענדע לענדער: סיריע, בעלארוס, מצרים, בראזיל, ווענאזועלא, אורוגוויי, טאגא (א לענדל אין אפריקע), און די רעפובליק פון דרום אפריקע זענען אויפ'ן ארט פון די א.ג. רעפערענדום אין די אקופירטע אבלאסטן צו האלטן אן אויג אויף די "לעגיטימיטעט" פון די וואלן.

א שטים צענטער.
IMG_20220925_122925_219.jpg
IMG_20220925_122925_219.jpg (53.12 KiB) געזעהן 1370 מאל

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:45 pm

אוקריינישער עיר פארס אפיציר ווייזט בריוון פון פארלאזטע רוסישע פאזיציע אין וואס פשוט'ע זעלנער רעדן זיך אפ איבער די מינימאלע טרענירונג, אומעקזיסטירענדע הילף, און אומ-ערפארונג וואס די רוסישע מיליטער שטעלט זיי צו.
IMG_20220925_124031_289.jpg
IMG_20220925_124031_289.jpg (241.29 KiB) געזעהן 1307 מאל

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:50 pm

פריש מאביליזירטע רוסישע זעלנער פון די סאמארא ראיאן וואס זענען פלאצירט געווארן אין א וועלדל ווארעמען זיך אן ביי א פייער.
VideoCapture_20220925-124727.jpg
VideoCapture_20220925-124727.jpg (224.58 KiB) געזעהן 1258 מאל

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:54 pm

דער רוסישער קאמיסיאנער פון די ראסטאוו ראיאן וואס גרעניצט זיך מיט אוקריינא און איז אויך נאנט צו די גרעניץ מיט גרוזיע האט אפיציעל פארבאטן מענער צו פארלאזן דאס לאנד אן א ספעציעלע סערטיפיקאט.
IMG_20220925_125057_651.jpg
IMG_20220925_125057_651.jpg (97.88 KiB) געזעהן 1189 מאל

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נאר אויף שימחות » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:58 pm

ווייסע הויז נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער דזשעק סאליווען:
די יונייטעד סטעיטס וועט שיקן מער מאכטפולער און לאנג שטרעקיגע וואפען פאר אוקריינע אזוי אויך טאנקן און ארטילעריע און נאך פארשידענע מער מאכטפולער און לאנג שטרעקיגע וואפען סיסטעמען און ליכט פון די רוסישע געפלאנטער רעפערענדום
שכח "נארמאליזעם" און "עולם האמת" "היכי תמצא" "נקדימון" "ישראל הלוי" "מסתמא" פאר די געשמאקע באריכטן פון אוקריינע #סלאווא.אוקריינע

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:27 pm

פרעזידענט זעלענסקי: אוקריינא האט שוין באקומען די NASAM עיר דעפענס סיסטעמס פון אמעריקע!

ארום סעפטעמבער 15 איז געווען באריכטעט אז אוקריינא וועט באקומען די NASAMS אין די קומענדיגע 60 טעג, אבער מ'האלט מיר קוים 10 טעג שפעטער און די אוקריינער האבן עס שוין באקומען (קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן אראפגעשאסן אזויפיל עראפלאנען נעכטן)!

די NASAMS זענען פון די סאמע בעסטע עיר דעפענס סיסטעמס, עס ווערט געניצט דורך אסאך נאטא לענדער און אויך צו באשיצן די ווייסע הויז. עס קען אראפשיסן 6 צילן אויף אמאל און פארלאנגט נאר צוויי זעלנער עס צו אפערירן. עס האט די מעגליכקייט אראפצושיסן ממש אלעס פון עראפלאנען, העליקאפטערס, קרוז מיסילס, דראונס, און וואס נישט.

זעלענסקי האט נישט אנגעגעבן וויפיל ער האט באקומען אבער ער האט זיך שטארק באדאנקט פאר די שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן, ספעציפיש פאר די היימארס און די נאסאמס.

פאר מער דעטאלן איבער די פארגעשריטענע NASAMS ווענדן מיר זיך צו אייוועלט מיליטערישע עקספערט הרב נארמי.

נארמאליזעם


IMG_20220925_132627_866.jpg
IMG_20220925_132627_866.jpg (159.79 KiB) געזעהן 867 מאל

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ohrchodosh » זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 2:10 pm

The United States has sent two NASAMS air defense systems to Ukraine.
President of Ukraine Volodymyr Zelensky said this in an interview with CBS, an Ukrinform correspondent reports


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, הר גריזים, טאביק, נאר נייעס, נייע שטאט, נישקשה, פארטראכטער, צהלתו בפניו און 75 געסט