די אוקריינער זיכערהייטס קרעפטן האבן נייטראליזירט א גרופע וואס האבן טעראריזירט די איינוואוינער אין דניפרא דורך אנדרייען געפעכטן אין שטאט און נאכדעם בעטן געלט אויסצוגראדן דעם ענין. אויב מען האט נישט מיטגעארבעט מיט זיי האבן זיי געפייניגט משפחה מיטגלידער וכדומה.
די נארוועגישער ענערגיע פירמע Equinor זאגט אז אייראפעאישער סאנקציעס האבן איר צוריקגעהאלטן פון ארויסהעלפן די אויספארשער פון די נארדסטריעם פייפליינס אטאקעס.
לעװראװ זאגט רוסלאנד װעט אפצייכענען די מלחמה יארטאג מארק פעברואר 24, דורך טאַטן װעלכע װעלן שטעלן אין שאטען די מערב אפצייכענונגען, ער האט נישט אנגעגעבן מער דעטאלן.
אוקריינער פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט פאר א פרישע רוסישע אפענסיװע ארום די טעג פון די יארטאג.
לעװראװ זאגט אויך אז רוסלאנד קומט ארויס פונעם ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע פיל שטערקער און בעסער װי פריער.
ער זאגט רוסלאנד האט באװייזען אז אמעריקע האט אויסגעפירט די פייפליין אויפרייס.
לעװראװ זעצט פאָר: אין קאנטראסט צו אמעריקע װעלכע ברויך צוקומען צו אייראפע פאר הילף אין אוקריינע, ברויך רוסלאנד נישט די הילף פון זייערע געװעזענע סאװיעטישע פריינטליכע לענדער, אונז האבן אלעס, אונז ברויכן גארנישט צוקימען צו בעלארוס, קאזאקסטאן, קארגאסטאן, און טאדזשיקסטאן.
רוסלאנד זוכט פרידן,אבער די מערב פלוס פון װאפען צו אוקריינע צװינגט רוסלאנד צו האבן א פארזיכערטע באָפער זאנע צװישן די גרעניצן. (זיי האבן דאך געטון דעם באפער זאנע נאך פאַר דעם װאפן פלוס,הערת הבחור הזעצער) האט ער אויסגעפירט מיט פאטאס.
פוטין איז ערװארטעט אין קומענדיגע מינוטן אנצוקומען צו װאלגאגראד געװעזענע סטאלינגראד װי ער װעט אפצייכענען די 80סטע יארטאג פון פייערדיגע קאמפען אנטקעגן די נאציס אין סטאלינגראד עס איז ערװארטעט, אז ביי זיינע פּערל רייד דעמאגאגיע, ער װעט ציען א פאראלעל, צו די היינטיגע קאמפן, פונעם ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע אנטקעגן די נאצי קיעװ רעזשים.
די WarGonzo טשענעל האט שוין אויך באשטעטיגט אז מהאט דארט געטוישט פון גראונד פארסעס (שטיוול אויפן ערד) צו ארטילערי פשוט ווייל זיי האבן נישט גענוג עקוויפמענט און סאלדאטן.
רייבער זאגט אז די אפענסיוו איז געווארן אפגעשטיפט צוליב שלעכטע וועטערס.
די רוסן האבן איינגענומען נאך א דארף אין די ריכטונג פון סיווערסק, צפון פון באכמוט. די מצב טויג זייער נישט.
זיי האבן איינגענומען Mykolaivka גלייך נעבן די דארף וואס זיי האבן נעכטן איינגענומען. (צו זאגן אז די מצב טויג זייער נישט גוט, וואלטן די רוסן קודם געדארפט איינעמען IVANIVSKE, און גיין ווייטער אראפ פון pidhorodne, ביזדערווייל זענען די אוקריינער און קאנטראל פון IVANIVSKE, און לאזן נישט די רוסן גיין ווייטער פון pidhorodne צילנדיג פון די העכערע געגנטער אויף די רוסן וואס לויט מאנכע וועט עס ווערן א גרעי זאון ווייל די רוסן וועלן מיזן צוריק ארויסגיין פון דארט.
אטעטשמענטס
Screenshot (37).png (166.64 KiB) געזען 5742 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
די רוסן האבן איינגענומען נאך א דארף אין די ריכטונג פון סיווערסק, צפון פון באכמוט. די מצב טויג זייער נישט.
זיי האבן איינגענומען Mykolaivka גלייך נעבן די דארף וואס זיי האבן נעכטן איינגענומען. (צו זאגן אז די מצב טויג זייער נישט גוט, וואלטן די רוסן קודם געדארפט איינעמען IVANIVSKE, און גיין ווייטער אראפ פון pidhorodne, ביזדערווייל זענען די אוקריינער און קאנטראל פון IVANIVSKE, און לאזן נישט די רוסן גיין ווייטער פון pidhorodne צילנדיג פון די העכערע געגנטער אויף די רוסן וואס לויט מאנכע וועט עס ווערן א גרעי זאון ווייל די רוסן וועלן מיזן צוריק ארויסגיין פון דארט.
It's bad for the Siverk sector.
Bakhmut from the north is done for a few weeks already.