רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג יוני 23, 2022 1:49 am

יעצט ברויך מען נאך פארשטיין פארוואס די עיקר נייעס אין די לעצט זעקס וואכן איז געווען איבער סווערידאנעטסק, אין אמת אריין אויב וואלט רוסלאנד געקעמפט אנצוהאלטן כארקיוו אזוי העפטיג ווי אוקריינע קעמפט אין סווערידאנעטסק, און רוסלאנד וואלט עס דערנאך פארלוירן וואלט מען עס געוויס אנגענומען אז די אוקריינער האבן געמאכט גאר שטארק מאסיווע פארשריט, אבער היות די רוסן האבן דארט שנעל אויפגעגעבן ווי שוואכלינגן איז פשוט נישט געווען קיין דראמטישע טעגליכע נייעס! במילא ווערט יענע געווינס אויך נישט דראמאטיזירט.

און פארוואס טאקע איז די רוסישע געווינס אין סווערידאנעטסק יא דראמאטיזירט? די ענטפער איז פשוט ווייל די אוקריינער קעמפן גאר העלדיש או לאזן זיך נישט אפילו אונטער די שווערסטע אומשטענדן, די אוקריינער ווידערשטאנד און די רוסישע ארטיפישעל גיהנום איז געווען די אינגרידיענטס פון די נייעס פאר די לעצטע זעקס וואכן, און איצט אויב אוקריינע פארלירט דארט קוקט מען עס אן ווי א מאסיווע פארלוסט! מען האט דאך געקעמפט אזוי שווער און פארט האט מען נישט געווינען! ס'מוז זיין אז די אוקריינער זענען דערנאך!

אין אנדערע ווערטער קומט אויס אז די פערספעקטיוו און די הרגשה אז די אוקריינער פארלירן נעמט זיך דוקא פון דעם וואס אוקריינע קעמפט פיל בעסער ווי די רוסן! אין כארקיוו ווי די רוסן האבן זיך צוריקגעצויגן בלית ברירה איז דאך נישט געווען קיין דראמאטישע נייעס איז נישטא אזא שטארקע הרגשה אז די רוסן האבן פארלוירן.

--
ולענ''ד איז נישט די ביז איצטיגע רעזולטאטן אויפן מאפע, און נישט די מאראלישע בוסט פון פארכאפן שטחים די פאקטארן וואס דארף דעצידירן די צוקנופט פון די מלחמה, עס איז דא א גרויסע געוויכט וואס מען דארף לייגן אויף עקענאמישע מעגליכקייטן, אויף די רעזערוון פון גוטע קעמפער, און געוויס איז די סטראטעגיע און די מעגליכקייט אויסצופירן די סטראטעגיע א גרויסע שליסל ארויסצוקומען זיגרייך.

די סטראטעגיע האט זיך עטליכע מאל געטוישט דורעכאויס דעם קריג, די אוקריינער זענען געווען פון אלעמאל בעסער טרענירט פאר אינפאנטרי, כ'האב שוין געזען שרייבן נאך פאר די אינוואזיע אז די אלגעמיינע רוסישע זעלנער אויפן פראנט זענען נישט דוקא גוט, זיי מוזן זיך פארלאזן אויף טאנקן, און היות די אוקריינער האבן געהאט א איבערפלוס פון אנטי טאנק מיסלס און זיי זענען געווען בעסער טרענירט פאר אינפאנטרי, זיי זענען בעסער אהערגעשטעלט אין א מלחמה פנים אל פנים מיטן שונא ווי די רוסן זענען געווען צוגעגרייט, איז די רוסישע מהלך טאקע דורעכגעפאלן.

די רוסן האבן געטוישט זייער מהלך און זיי זענען געגאנגען צו זייער מהלך פון שיסן פון הונטערוויילאכטס וויפיל עס לאזט זיך נאר, די אוקריינע עמבוש טאקטיקן האבן געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס, זיי זענען געווען הילפסלאז און פארלוירן צווישן די טרענטשעס אין סווערידאנעטסק, און רוסלאנד האט עס טאקע איינגענומען.

די גוטע נייעס איז אז די אוקריינער האבן שוין געטראפן 'א שטיקל' מהלך עטוואס אפצושטעלן די רוסישע פייער כוחות, שוין טאקע צו שפעט פאר זלאטע/פאפסנע אומגעגענט, סווערידאנעטסק איז שוין דערנאך, אוקריינע איז שוין צו אפגעשוואכט און אין זייער א שלעכטע פאזיציע אין די גאנצע אומגעגענט דארטן, אבער זיי האבן שוין על כל פנים באוויזן צו פארניכטן א חשוב'ע סכום פון רוסישע האוויצערס און אמנוציע דורעכאויס די לעצטע פאר וואכן, ס'איז אוודאי נאכנישט גענוג אפצושטעלן די רוסן, נישט גענוג אפילו אז די רוסן זאלן זיך מוזן איבערטראכטן, אבער זיי האבן שוין ארויפגעשטעלט זייער פיס אויף די נייע גאנג, עס איז דא א מהלך על כל פנים.

הארט ביים אויסברוך פון די מלחמה האט זעלענסקי געזאגט אז די ציהל פון די אוקריינער איז צו שאפן די "מערסטע מענטשליכע פארלוסטן" פאר רוסלאנד, די ציהל איז געוויס געווען צו שאפן א ווינט פון אפאזיציע אין רוסלאנד, קיינער האט נישט ליב ווען זייערע זעלנער קומען אהיים אין קאסטענעס, און די אוקריינער האבן טאקע געארבעט מיט דעם מהלך פון ברענגן די מערסטע רוסישע פאטאליטעטן וואס נאר מעגליך.

אבער די אוקריינער האבן לכאורה געטוישט זייער מאטא און איצטערט איז זייער ציהל צו שאפן די "מערסטע אמנוציע פארלוסטן" פאר רוסלאנד, און עס איז קלאר דא א העכערונג פון אויפרייסן ביי רוסישע אמנוציע דורעכאויס די לעצטע פאר וואכן. גירקין האט שוין געזאגט אויף איינס פון די אויפרייסן אז עס איז געווען גענוג שטארק אז עס זאל קענען אפהאלטן די רוסישע פארשריט פאר א שטיק צייט, דאס איז א סטראטעגישע טויש און עס קען מאכן א גרויסע נפקא מינא פאר די קומענדיגע פאזע פונעם קריג.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:34 am

סנעיק איילענד/טשערנאמארנעפטגאזע אויל פלאטפארמע

צוויי -געגלייבט צו זיין- רוסישע שיפן שווימען נישט ווייט פון סנעיק איילענד נעבן ווי די מאסקווא און די שלעפער שיף זענען געווארן אטאקירט אינעם שווארצן ים.

ביי די אויל פלאטפארמעס זעט זיך נישט אן קיין גליטשיגער אויל שיכט אויפן וואסער אבער פון אנדערע סאטעלייט בילדער פון היינט באשטעטיגט אז עס איז נאכאלץ דא א גליטשיגער אויל שיכט ארום די פלאטפארמע וואס די אוקריינער האבן אטאקירט
20220623_082840_82.jpg
20220623_082840_82.jpg (232.56 KiB) געזעהן 19071 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:46 am

נקדימון האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:סנעיק איילענד אפדעיט;


נייע סאטעלייט בילד ווייזט אז די לייכט-טורעם איז טאקע א פארגאנגענהייט.


א בילד פון פאריגער וואך. די טורעם ביי מזרח-דרום ווינקל אויפן בילד.
20220622_0929522_26 (1).jpg
20220622_0929522_26 (1).jpg (239.31 KiB) געזעהן 19190 מאל


א בילד פון היינט. דער בחור איז נישט צום געפונען


נאך עטליכע חילוקים אנגעצייכנט אויף די בילד וואס די האסט געברענגט, די רויטע זענען אטאקירטע פאזיציעס, און די פורפל איז וואס ס'איז ניתוסף געווארן פון די פאריגע וואך. ס'קוקט אויס אז די אוקריינער האבן יא געמאכט א שטיקל דזשאב דארט.

סנעיק-איילענד-נאך-די-אטאקע.jpg
סנעיק-איילענד-נאך-די-אטאקע.jpg (251.51 KiB) געזעהן 19190 מאל




יעצט זאגן די אוקריינער

"In continuation of the operation to defeat enemy units on Snake Island, a hit was recorded against a Pantsir S1 surface-to-air missile system, a radar station and vehicle equipment," the report said.

The final results are being clarified.


זייערע ווערטער שטומען מיט די בילדער פון נאכדעם.

נייס דזשאב!

איך מיין עס איז נישט אזוי. די רויטע איז לאו דווקא געשעדיגט און די בלויע איז לאו דווקא ניתוסף געווארן פון פאריגער וואך.

למשל דער רוסישער פאנטציר סיסטעם וואס איז לאקירט לינקס אויף די ערשטע בילד פון פאריגער וואך איז נישט אטאקירט און פעלט נישט.

די רוסן האבן ארום געשיפט און עס געריקט ביי די (אלטע) געשעדיגטע געביידע אין צענטער, דארט אריין אין די בלויע צירקל.

זע ווי עס פעלט אין די רויטע צירקל לינקס, די אינטערשטע צירקל, אבער געבוירן א נייע פאנטציר סיסטעם אין די בלויע צירקל. עס איז איינס און די זעלבע שטיקל עקוויפמענט.

---
ווי עס זעט אויס זענען דא דריי שטחים וואס האבן פארברענטע גראז. אוועראלל פון די גאנצע מאכטפולע אטאקע קוקט אויס אז אדער האבן די אוקריינער דורכגעפירט בלויז א געצוימטע אטאקע אדער האבן די רוסישע פארטיידיגונס סיסטעמען געארבעט פארהעלטניסמעסיג אוקעי.


---
גראדע זע איך איינעם שרייבן אז נייע בילדער פון היינט ווייזט אז די רוסן האבן צוריק געריקט אלע עקוויפמענט צו די אלטע איינגעגרובענע שיץ פאזיציעס.

---
אזוי צו אזוי וועט מען זעהן צו מארגן ווערן זאכן נאכמער אויסגעקלארט און טוישט די בילד.

סנעיק איילענד אפדעיט;

קוק אין די בלויע צירקל, דער פאנטציר סיסטעם פעלט היינט. קוק אין די רויטע צירקל, דער פאנטציר סיסטעם איז צוריק אין איר אריגינעלער פאזיציע
20220623_0836442_2_55~2.jpg
20220623_0836442_2_55~2.jpg (148.72 KiB) געזעהן 19184 מאל

ידיד כל חי
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ידיד כל חי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 9:10 am

June 23, 2022
צוגעלייגטע
6 23 22 1.png
6 23 22 1.png (88.83 KiB) געזעהן 20596 מאל
6 23 22 2 low.png
6 23 22 2 low.png (74.71 KiB) געזעהן 20596 מאל

ידיד כל חי
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ידיד כל חי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 9:11 am

British Update, june 23
צוגעלייגטע
6 23 22 british update.jpg
6 23 22 british update.jpg (150.76 KiB) געזעהן 20575 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 23, 2022 9:25 am

דעפענס מיניסטער פון אוקריינא מעלד מיט פרייד אז די אמעריקאנער HIMARS איז אנגעקומען אויף אוקריינא.

"עס וועט זיין א הייסע זומער פאר די רוסישע אקופירער, און די לעצטע [זומער] פאר טייל פון זיי"...

בילד מיטן מעסעדזש
צוגעלייגטע
FV7vxTAX0AA34Hp.jpeg
FV7vxTAX0AA34Hp.jpeg (92.02 KiB) געזעהן 20390 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 10498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 12:04 pm

CNN - אמעריקע וועט מעגליך אנאנסירן היינט א פרישע פעקל הילף פאר אוקריינע אין די ווערט פון 500 מיליאן דאלער. עס וועט אויך אנטהאלטן MLRS און ארטילערי אמיוניציעס.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 10498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 12:06 pm

Cisco ציט זיך ארויס פון רוסלאנד און פון בעלארוס.
צוגעלייגטע
Cisco-logo.png
Cisco-logo.png (3.51 KiB) געזעהן 16830 מאל

אוועטאר
עולם האמת
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יוני 23, 2022 12:16 pm

באקמוט:

גאר ערענסטע שלאכטן ארום באקמוט
די רוסן האבן איינגענומען Kodema א שטאט אינטער באקמוט (זעה מאפע) נאך שווערע פייער באראדזשן


די רוסן לייגן אסאך כוחות אויף באקמוט קוקט אויס דאס איז זייער נעקסטע גאויל עס איז א גרינגערע ציהל פון סלאוויאנסק

די אוקריינער שיקן אהין אין איילעניש נייע פארמירטע בריגאדעס פון פריש טרענירטע זעלנער
אנדערע באריכטן אז טייל טרופן פון זאלאטע און ליסיטשאנסק ציען זיך אריבער קיין באקמוט

Screenshot 2022-06-23 120632.jpg
Screenshot 2022-06-23 120632.jpg (208.21 KiB) געזעהן 16652 מאל


אגב עס איז נישט 100% קלאר די סטאטוס ארום די גרויסע Vuhlehirsʹka Tes פלענט (העכער די וואסער ביי די ?) און פון Novoluhanske (לינקע זייט פון די וואסער) אויב זענען נאך דא דארט אוקריינער (געוועהן פארשידענע קעגן-זייטיגע באריכטן) זענען זיי אדער אין א באלדיגע סכנה פון ווערן ארומגערינגלט אדער זענען זיי שוין ארומגערינגלט

א נענטערע בליק

Screenshot 2022-06-23 121543.jpg
Screenshot 2022-06-23 121543.jpg (218.01 KiB) געזעהן 16652 מאל
לעצט פאראכטן דורך עולם האמת אום דאנארשטאג יוני 23, 2022 2:38 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
עולם האמת
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יוני 23, 2022 1:06 pm

א ווארט וועגן ליסיטשאנסק:

Serhii Haidai זאגט: די אוקריינער וועלן זיך מעגליך צוריצוען פון ליסיטשאנסק כדי צו פארמיידן צו ווערן ארומגעריגלט


ליסיטשאנסק איז גאר שטארק באפעסטיגט
און איז גאר א גוטע פאזיציע פון א געאגראפישע פראספעקטיוו

די רוסן גייען לייגן פרעשור אויף ליסיטשאנסק פון אינטן, אבער בעיקר פראבירן ארומרינגלען ליסיטשאנסק דורכן איינעמען סיווערסק אדער מער מזרח און אזוי צווינגען די אוקריינער זיך צוריקצוציען

עס איז דא 2 שאסייען ארויס פון ליסיטשאנסק
1. די באקאנטע באקמוט-ליסיטשאנסק הייוועי וואס פירט צו סאלעדאר דאס איז שוין נישט אין באניץ ווייל די רוסן זענען גאר נאנט און האמערן אויף יעדע זאך וואס פארט דורך
2. די ראויד צו סיווערסק און פון דארט ארויס צו די פרייע וועלט

די רוסן האבן צוויי וועגן אפצוהאקן די ראויד
1. פון אויבן דורכן אריבערגיין די שרעקעדיגע טייך ביי בילאריווקא ווי זיי האבן געליטן פאריגע מאל מאסיווע פארלוסטן
2. פון אינטן ארויף ביי סיווערסק


די אוקריינער האבן 3 דעפענס ליניעס דאס אפצוהאלטן (זעה מאפע בערך ביי די לייט בלוי צייכענעס):

פרטים יבואו



Screenshot 2022-06-23 130620.jpg
Screenshot 2022-06-23 130620.jpg (163.68 KiB) געזעהן 14774 מאל




.
Webp.net-resizeimage (11).jpg
Webp.net-resizeimage (11).jpg (243.51 KiB) געזעהן 13716 מאל
לעצט פאראכטן דורך עולם האמת אום דאנארשטאג יוני 23, 2022 2:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
עולם האמת
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יוני 23, 2022 1:37 pm

עולם האמת האט געשריבן:א ווארט וועגן ליסיטשאנסק:

ליסיטשאנסק איז גאר שטארק באפעסטיגט
און איז גאר א גוטע פאזיציע פון א געאגראפישע פראספעקטיוו

די רוסן גייען לייגן פרעשור אויף ליסיטשאנסק פון אינטן, אבער בעיקר פראבירן ארומרינגלען ליסיטשאנסק דורכן איינעמען סיווערסק אדער מער מזרח און אזוי צווינגען די אוקריינער זיך צוריקצוציען

עס איז דא 2 שאסייען ארויס פון ליסיטשאנסק
1. די באקאנטע באקמוט-ליסיטשאנסק הייוועי וואס פירט צו סאלעדאר דאס איז שוין נישט אין באניץ ווייל די רוסן זענען גאר נאנט און האמערן אויף יעדע זאך וואס פארט דורך
2. די ראויד צו סיווערסק און פון דארט ארויס צו די פרייע וועלט

די רוסן האבן צוויי וועגן אפצוהאקן די ראויד
1. פון אויבן דורכן אריבערגיין די שרעקעדיגע טייך ביי בילאריווקא ווי זיי האבן געליטן פאריגע מאל מאסיווע פארלוסטן
2. פון אינטן ארויף ביי סיווערסק


די אוקריינער האבן 3 דעפענס ליניעס דאס אפצוהאלטן (זעה מאפע בערך ביי די לייט בלוי צייכענעס):

פרטים יבואו






Serhii Haidai זאגט: די אוקריינער וועלן זיך מעגליך צוריקצוען פון ליסיטשאנסק כדי צו פארמיידן צו ווערן ארומגעריגלט



לאמיר כאפן א נענטערע בליק אויף די דריי דעפענס פאזיציעס פון אוקריינע, און זעהן ווי עס האלט יעצט:



1. גראד אינטער ליסיטשאנסק ביי די ראויד פון זאלאטע טאשיווקא אריין צו ליסיטשאנסק דארט זענען די אוקריינער איינגעגראבן ביי בעילא הארא, א גרויסע פראסעסינג פלענט און א געלאטין פעקטארי.
די פראנט ווערט יעצט געטעסט ביי בעילא הארע (וואס די רוסן קאנטראלן יעצט) עס איז ערווארטעט אז אויב די אוקריינער וועלן פארלירן די פאזיציע די קומענדיגע טעג וועלן זיי מוזן ערנסט אנהייבן טראכטן פון א ריקצוג קיין סיווערסק
אין די לעצטע שעות ווערט באריכטעט אז די מצב ביי די פראנט האט זיך סטאביליזירט און אוקריינער האלטן זייערע פאזיציעס

Webp.net-resizeimage (8).jpg
Webp.net-resizeimage (8).jpg (244.46 KiB) געזעהן 14415 מאל



2. דאס איז ביי די ליסיטשאנסק אויל ריפיינערי און אויך איז דא דארט א טשאלק מינע בערג דאס איז דערווייל א גאר שטערקערע פאזיציע און דאס ווערט באהאמערט מיט ארטילערי גאר שטארק
Webp.net-resizeimage (9).jpg
Webp.net-resizeimage (9).jpg (246.5 KiB) געזעהן 14415 מאל


3. די באקמוט-ליסיטשאנסק הייוועי ביי מיקאלעיווקא בערעסטאווע בילאריווקא דאס טויש הענט יעדן טאג
היינט האבן די רוסן איינגענומען מיקאלעיווקא נאכדעם גראד אינטער דעם איז דא נאך א פאזיציע וואס איז וויכטיג פאר די אוקריינער אנצוהאלטן דאס איז א וואסער פלענט און אפאר בערגלעך
media_FV5MkbQWYAEfEIF.jpg
media_FV5MkbQWYAEfEIF.jpg (211.75 KiB) געזעהן 14415 מאל



די קומענדיגע טעג וועלן זיין גאר וויכטיג

Serhii Haidai זאגט: די אוקריינער וועלן זיך מעגליך צוריקצוען פון ליסיטשאנסק כדי צו פארמיידן צו ווערן ארומגעריגלט

פרטים יבואו
לעצט פאראכטן דורך עולם האמת אום זונטאג יוני 26, 2022 2:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נאר אויף שימחות » דאנארשטאג יוני 23, 2022 2:56 pm

די אייראפעאישע פאראיין האט נארוואס באשטעטיגט צי געבן פאר אוקריינע אין מאלדאווע אייראפעאישע סטאטוס
לעצט פאראכטן דורך נאר אויף שימחות אום דאנארשטאג יוני 23, 2022 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אוקריינע מוז געווינען אין גייט געווינען בעז"ה

פאר חיזוק בנוגע די קריג קומט פרייוואט

ביידן: דיקטאטארן זענען אלס דורכגעפאלן דעמאקראטיע האט אלס אין גייט זיגן

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג יוני 23, 2022 2:59 pm

צורקעלירט ארום באריכטען אפאר טעג אז פוטין גייט רעפלעיסען גענעראל דווארניקאוו די אוועראלל קאמענדער פון די אוקריינע קריג מיט גענעראל אנדרעי סערדיוקאוו.
באריכטעט אז דאס קומט צוליב זיין איבערגעטריבענער באנוץ פון אלקאהאל און מיסטראסט אין עם פון די טרופען.

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נאר אויף שימחות » דאנארשטאג יוני 23, 2022 3:00 pm

טשעכישער ריפאבליק פארבאט ארויסצוגעבן וויזיעס פאר רויסישע בירגער
אוקריינע מוז געווינען אין גייט געווינען בעז"ה

פאר חיזוק בנוגע די קריג קומט פרייוואט

ביידן: דיקטאטארן זענען אלס דורכגעפאלן דעמאקראטיע האט אלס אין גייט זיגן

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 10498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 3:11 pm

נאר אויף שימחות האט געשריבן:די אייראפעאישע פאראיין האט נארוואס באשטעטיגט צי געבן פאר אוקריינע אין מאלדאווע אייראפעאישע מיטגלידערשאפט


קאנדידאטור סטאטוס. מיטגלידערשאפט העט נאך נעמען אסאך צייט.

אוועטאר
עולם האמת
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג יוני 23, 2022 5:28 pm

עולם האמת האט געשריבן:אודיאוי

דאס איז א גאר גוטע טעגליכע פאדקעסט פאר אוקריינע מלחמה אפדעיטס(בעסטע וואס איך האב דערווייל געטראפן)

ער געבט טעגליך א 10-15 מינוט ראן דאוין אויף אלע געגנטער ווי עס האלט און וואס עס האט זיך געטוישט

גאר קראנט און פינקטליך

קורץ און צום פאוינט ער רעדט נישט קיין איבריגע ווערטער וכדומה





אנטשולדיגט פארן נישט פאויסטן די פאדקעסט די לעצטע וואך, ער האט גענומען א ברעיק פאר אפאר טעג

יעצט צוריק אנגעהויבן

מיר האפן צו קענען פאויסטן טעגליך

ער איז גאר קראנט און פינקטליך

קורץ און צום פאוינט ער רעדט נישט קיין איבריגע ווערטער וכדומה



June.21.22
16:45
https://mega.nz/file/YqoDiCIT#E9XvX3X9S ... AeWoBBltew

June.22.22
14:06
https://mega.nz/file/t2QhjSga#tLyAk5OAw ... rBqfgkdBmA





1. Kiev
2. Sumy
3. Kharkiv
4. Izium
5. Luhansk
6. Donestk
7. Mariupol
8. Zaporizhia
9. Kherson
10 Odesa
צוגעלייגטע
Webp.net-resizeimage (26).jpg
Webp.net-resizeimage (26).jpg (244.12 KiB) געזעהן 7989 מאל
Screenshot 2022-06-16 181539.jpg
Screenshot 2022-06-16 181539.jpg (158.17 KiB) געזעהן 7989 מאל

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נאר אויף שימחות » דאנארשטאג יוני 23, 2022 8:48 pm

פרישע 450 מיליאן דאלער מיליטערישע הילף באשטעטיגט
צוגעלייגטע
Screenshot_20220623-204256_WhatsApp.jpg
Screenshot_20220623-204256_WhatsApp.jpg (248.06 KiB) געזעהן 3735 מאל
אוקריינע מוז געווינען אין גייט געווינען בעז"ה

פאר חיזוק בנוגע די קריג קומט פרייוואט

ביידן: דיקטאטארן זענען אלס דורכגעפאלן דעמאקראטיע האט אלס אין גייט זיגן

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 10498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יוני 23, 2022 10:40 pm

אלבאניע'ס פרעמיער מיניסטער זאגט אז אוקריינע זאל זיך בארואיגן און שטעלן אין די שורה...

"אוקריינע האט נאך א לאנגן וועג צו גיין איידער זי קומט אריין אין די אי יו. צפון-מאקעדאניע ווארט שוין 17 יאר אויב איך מאך נישט קיין טעות, און אלבאניע ווארט שוין 8...".

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 23, 2022 11:19 pm

סנעיק איילענד אפדעיט

נייע סאטעלייט בילדער ווייזט א פרישע שווארצע פלעק אויף די רעכטער זייט פונעם אינזל. די גאנצע געוואוקס איז פארברענט. מען קען זען די אראפגעפאלענע לייכט-טורעם די לינקע זייט פונעם אינזל.

די פארברענטע שטח איז נישט געווען אויף די סאטעלייט בילדער פון נעכטן. ווארשיינלעך אן אנדייטונג איבער עפעס פריש.
20220623_081004_ssc13_u0001_visual.jpg
20220623_081004_ssc13_u0001_visual.jpg (89.34 KiB) געזעהן 2941 מאל



----
די וויכטיגקייט פון סנעיק איילענד איז נישט קיין קליינע. חוץ וואס עס טראגט א גרויסער געוויכט פון א פאליטישער און טעריטאריעלע שטאנדפונקט, ווי אויך אן היסטארישע, טראגט עס א גאר שטארקע געוויכט אין די פשוט'ע סענס פונעם קריג.

רוסלאנד וויל בלאקירן די אוקריינער אימפארטן פון אדעסע און מיקאלייעב ארויס צו די וועלט. מיט די רוסישע קאנטראל אויף די אינזל האבן זיי עס. טאמער פארלירן די רוסן קאנטראל אויף די אינזל פארלירן זיי די בלאקאדע. די רוסן קענען נאכאלץ פרובירן אבער די פולשטענדיגע בלאקאדע איז אויס.

נקדימון האט געשריבן:די סופליי ליניעס. מען קען אויך זען ווי סנעיק איילענד איז לאקירט. און ווי אזוי דאס העלפט די רוסן בלאקירן די אוקריינער אימפארטן ארויס פון אדעסע אין ריכטונג צו דרום צום מיטלענדישער ים.
20220527_162035_1_37 (1).jpg
20220527_162035_1_37 (1).jpg (215.46 KiB) געזעהן 2941 מאל



די ליניע ווי די אוקריינער שיפן דארפן פארן איז ביי די רויטע ליניע רעכטס פון סנעיק איילענד. עטליכע צענדליג קילאמעטער רעכטס פון די רויטע ליניע איז לאקירט די טשערנאמארנעפטגאזע פלאטפארמעס ווי די רוסן ניצן עס אויך פאר אזאנע כמו מיליטערישע באזעס. (די פלאטפארמעס זענען נישט אויף די מאפע).

לינקס פון סנעיק איילענד מער צו די זייט פון ראמעניע קענען די אוקריינער שיפן נישט פארן וויבאלד די וואסערן זענען היפש נידריג.

במילא דארפן די אוקריינער שיפן שווימען צווישן סנעיק איילענד און די רוסישע פאזיציעס רעכטס.

אנהאלטן סנעיק איילענד איז גאר וויכטיג פאר די רוסן צו אנהאלטן א פולשטענדיגע בלאקאדע אויף די אוקריינער אימפארטן ארויס צום מיטלענדישער ים דורך די געהעריגע וועג.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 23, 2022 11:32 pm

נקדימון האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:איך געדענק נישט צו האבן געזעהן באריכטעט דא אבער אין די צייטונג איז געשטאנען אז מ’גלויבט אז די קאמאנדיר פון די שווארצע ים פלאטע איז דערטראנקען געווארן אינאיינעם מיט די זינקונג פון די מאסקעווע שיף.

די ענגלישע זאגן אז ער לעבט

לויט די ענגלישע שפיאנאזש אגענטור איז דער קאמאנדיר פון די שווארצע ים פלאטע איגאר אסיפאוו ווארשיינלעך געווארן אפגעזאגט פון אמט. (און לויט עטליכע אוקריינער קוועלער איז אסיפאוו געווארן פארהאלטן אינטער ארעסט)

---
די שמיעה איז מסתמא געבויט וויבאלד מען האט אים נאכנישט געזען אין די עפענטליכקייט זינט בעפאר די מאסקווא שיף האט געזינקען.

קליינע אפדעיט איבער דער קאמאנדיר איגאר אסיפאוו.

א פרישע בילד ווי מען זעט דער אדמיראל אסיפאוו נעמט אנטייל אין א גראדואירונג צערעמאניע פון עטליכע לוטענאנטן אין די נעיוועל אקאדעמיע אין סאוואסטיפאל די וואך.
20220621_080748~2.jpg
20220621_080748~2.jpg (217.78 KiB) געזעהן 2849 מאל


טויט איז ער אבוויעסלי נישט. די ענגלישע שפיאנאזש באריכט אז ער איז געווארן אפגעזאגט/אינטער ארעסט איז אויך נישט תורה מסיני

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 23, 2022 11:51 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעצט ברויך מען נאך פארשטיין פארוואס די עיקר נייעס אין די לעצט זעקס וואכן איז געווען איבער סווערידאנעטסק, אין אמת אריין אויב וואלט רוסלאנד געקעמפט אנצוהאלטן כארקיוו אזוי העפטיג ווי אוקריינע קעמפט אין סווערידאנעטסק, און רוסלאנד וואלט עס דערנאך פארלוירן וואלט מען עס געוויס אנגענומען אז די אוקריינער האבן געמאכט גאר שטארק מאסיווע פארשריט, אבער היות די רוסן האבן דארט שנעל אויפגעגעבן ווי שוואכלינגן איז פשוט נישט געווען קיין דראמטישע טעגליכע נייעס! במילא ווערט יענע געווינס אויך נישט דראמאטיזירט.

און פארוואס טאקע איז די רוסישע געווינס אין סווערידאנעטסק יא דראמאטיזירט? די ענטפער איז פשוט ווייל די אוקריינער קעמפן גאר העלדיש או לאזן זיך נישט אפילו אונטער די שווערסטע אומשטענדן, די אוקריינער ווידערשטאנד און די רוסישע ארטיפישעל גיהנום איז געווען די אינגרידיענטס פון די נייעס פאר די לעצטע זעקס וואכן, און איצט אויב אוקריינע פארלירט דארט קוקט מען עס אן ווי א מאסיווע פארלוסט! מען האט דאך געקעמפט אזוי שווער און פארט האט מען נישט געווינען! ס'מוז זיין אז די אוקריינער זענען דערנאך!

אין אנדערע ווערטער קומט אויס אז די פערספעקטיוו און די הרגשה אז די אוקריינער פארלירן נעמט זיך דוקא פון דעם וואס אוקריינע קעמפט פיל בעסער ווי די רוסן! אין כארקיוו ווי די רוסן האבן זיך צוריקגעצויגן בלית ברירה איז דאך נישט געווען קיין דראמאטישע נייעס איז נישטא אזא שטארקע הרגשה אז די רוסן האבן פארלוירן.

שיינע אנאליזן ווי אייביג.

איך וועל צולייגן א נקודה, וואס איז א הויפט נקודה מיינעך, פארוואס סעווערידאנעצק ווערט דראמאטיזירט און מיט רעכט. די רוסן האבן געשטעלט סעווערידאנעצק אלץ א שטארקע פאקוס מיט אהינשטעלן א ריזן קריגס קראפט און אין די נייעס פראנטן עס געמאכט אלץ א הויפט פריאריטעט.

די סיבה איז וויבאלד סעווערידאנעצק איז די לעצטע גרויסע שטאט וואס מיט איר קאפיטולאציע געבט עס די רעכט פאר רוסלאנד צו דערקלערן זיג איבער די גאנצע לוהאנסק ראיאן.

דאנעצק ראיאן ווייסן זיי אז עס איז א צווייטער מסכתא.

רוסלאנד האט מוותר געווען אויף אנדערע פראנטן און געריקט פאורסעס אריבער צו סעווערידאנעצק. דערווייל האבן זיי גארנישט.

מיט סעווערידאנעצק קענען זיי ווייזן עפעס סאבסטענציאל מיט פארכאפן די גאנצע לוהאנסק ראיאן.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג יוני 24, 2022 12:20 am

זיכער אזוי. איך האב דאס אין אמת אריין שוין געהאט געשריבן אין מיין תגובה אבער למעשה אראפגענומען בעפארן דרוקן דעם שיק קנעפל ווייל איך האב נישט געוואלט דיסטרעקטן די שמועס.

עס איז אמת אז דארט איז געווען די עיקר ציהל פאר די א.ד. סיבה, אבער "אויב" וואלטן זיי געהאט די זעלבע אינטערעסע אין כארקיוו און זיי וואלטן אהערגעשטעלט די זעלבע פייער קראפט וואלט עס געוויס שטארק נאכגעפאלגט געווארן אין די נייעס.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
חוט המשולש
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך חוט המשולש » פרייטאג יוני 24, 2022 12:34 am

War in Ukraine
מיליטערישע אנאליז - יוני 22
18:05
https://mega.nz/file/duY1nbRT#5OoFgHIjK ... 6V6ozH6nAc


***


War in Ukraine
מיליטערישע אנאליז - יוני 23
17:17
https://mega.nz/file/hupCiKjT#2Lqt968xZ ... ZHydIuP3qM
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד

אוועטאר
חוט המשולש
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך חוט המשולש » פרייטאג יוני 24, 2022 12:41 am

Military summary
מיליטערישע סך הכל - יוני 22
22:07
https://mega.nz/file/lyBxhCiY#ZOFrM4KK1 ... mtEnhP2rpo


***


Military summary
מיליטערישע סך הכל - יוני 23
27:39
https://mega.nz/file/pjgCVB7D#-oy0CIDSY ... oTiTDTV5zs
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד

אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

תגובהדורך מאקאווער » פרייטאג יוני 24, 2022 7:12 am

די רוסן מוטשענען זיך מיט א פראבלעם מיט געוויסע מיסילס, ס'דא ווידיאוס ווי מיסילס שמעטערן צוריק צו די פאזיציעס פון וואו זיי זענען ארויסגעשאסן געווארן און מאכן א גיהנום פונעם ארויסשיס פלאץ..
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”