רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די AFP באריכטעט אז א אוקריינישער נעשאנעל גאורד סאלדאט האט געעפענט פייער אין א פעקטארי אין דניפרא, אוקריינא און געהרגט פינף מענטשן. דער שיסער איז אנטלאפן. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ישראל_הלוי האט געשריבן:די AFP באריכטעט אז א אוקריינישער נעשאנעל גאורד סאלדאט האט געעפענט פייער אין א פעקטארי אין דניפרא, אוקריינא און געהרגט פינף סאלדאטן. דער שיסער איז אנטלאפן. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

אין א מיליטערישע פאבריק
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:די AFP באריכטעט אז א אוקריינישער נעשאנעל גאורד סאלדאט האט געעפענט פייער אין א פעקטארי אין דניפרא, אוקריינא און געהרגט פינף מענטשן. דער שיסער איז אנטלאפן. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

סתם לידיעה בעלמא, אין דניפרא געפינט זיך די מנורה צענטער איינע פון די גרעסטע אידישע צענטערן אין אייראפע און איינס פון די גרעסטע בית חב"ד אין די וועלט.
אטעטשמענטס
dnepropetrovsk1-343toqj8yis7gv4knut6gw.jpg
dnepropetrovsk1-343toqj8yis7gv4knut6gw.jpg (121.62 KiB) געזען 635 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:די AFP באריכטעט אז א אוקריינישער נעשאנעל גאורד סאלדאט האט געעפענט פייער אין א פעקטארי אין דניפרא, אוקריינא און געהרגט פינף סאלדאטן. דער שיסער איז אנטלאפן. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

אין א מיליטערישע פאבריק

נישט געזעהן באריכטן אז עס זענען געווען סאלדאטן. קאן זיין.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אזוי זאגן זיי
אטעטשמענטס
20220127_022838.png
20220127_022838.png (45.96 KiB) געזען 626 מאל
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אזוי זאגן זיי

ערענסט מעשה דאס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

כינע'ס העכסטע דיפלאמאט האט זיך געלאזט הערן אז אמעריקא זאל מוחל זיין און ערנסט אויפנעמען רוסלאנדס זיכערהייטס פארלאנגן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ישראל_הלוי האט געשריבן:די AFP באריכטעט אז א אוקריינישער נעשאנעל גאורד סאלדאט האט געעפענט פייער אין א פעקטארי אין דניפרא, אוקריינא און געהרגט פינף מענטשן. דער שיסער איז אנטלאפן. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

דער שיסער ווערט ארעסטירט
20220127_071426.jpg
20220127_071426.jpg (282.91 KiB) געזען 510 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

20220127_071909.jpg
20220127_071909.jpg (182.32 KiB) געזען 1268 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

עס איז דא -גראפישע- קאמארע פוטעדזש פון די שיסעריי אינצידענט.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

לאוואראוו: מיר וועלן באלד מפרסם זיין די תוכן פונעם אמעריקאנעם בריוו.

There has been an increase in the number videos of convoys heading to Crimea in the last 24 hours and it appears there may be something to it. 3 reconnaissance aircraft (2 US and 1 UK) are currently observing the Crimean and southern Russian coast.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220127-081730_Gallery.jpg
Screenshot_20220127-081730_Gallery.jpg (171.33 KiB) געזען 1084 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אוקריינא זאגט אז זיי האבן נישט קיין שום קעגנערשאפט צו די תוכן פונעם אמעריקאנעם ענטפער צו רוסלאנד.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ווארטזאגער פארן קרעמלין דימיטירי פסקוב זאגט אז פוטין האט געליינט דעם בריוו בכבודו ובעצמו און ער וועט אליין ענטפערן דערויף.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אן אינפארמאטיווע ארטיקל פון רויטערס ערשינען היינט.

(איבעגעטייטש אין אידיש).

בריסל, 27סטן יאנואר (רויטערס) – נאַטאָ שטעלט פאָרסעס אויף סטאַנדביי און שיקן פאַרשטאַרקונג צו מזרח אייראָפּע אין רעאקציע צו רוסלאנד'ס אויפבוי פון מער ווי 100,000 טרופּס אויף די גרענעצן פון אוקראינע.

דאָ זענען עטלעכע פון ​​די דילעמאס וועגן נאַטאָ'ס ווייַטערדיגע שריט.

וועט נאַטאָ קומען צו די פאַרטיידיקונג פון אוקריינא?

נישט מיליטעריש. אוקריינא איז נישט אַ מיטגליד פון נאַטאָ און די בונד איז נישט טריטי-געבונדן צו באַשיצן עס. פרעזידענט דזשאָו בידען האט געזאגט אַז ער וועט נישט שיקן אמעריקאנער אָדער אליאירטע טרופּן צו קעמפן רוסלאַנד אין אוקריינא.

אָבער, קיעוו איז אַ נאָענטע שותף און איז צוגעזאגט געווארן עווענטואַלע מיטגלידערשאַפט פון די בונד ביי אַ נאַטאָ קאנפערענעץ אין 2008.

די 30-מיטגלידער פון נאטא ארבעטן מיט אוקריינא צו מאדערניזירן איר אַרמד פאָרסעס. קאנאדע אפערירט א טריינינג פראגראם אין אוקראינע, בשעת דענמארק פארגרעסערט אויך אנשטרענגונגען צו ברענגען אוקראינע'ס מיליטער צו נאטא סטאנדארטן. דער בונד האט אויך געזאגט אז עס וועט העלפן אוקראינע זיך פארטיידיגן קעגן סייבער אטאקעס און פארזארגט פאר זיי זיכערע קאמיוניקאציע מיטלען פאר מיליטערישע קאמאנדע.

וואָס איז וועגן באוואפענען אוקריינא?

אמעריקע, בריטאניע און די באלטישע סטעיטס שיקן וואפן קיין אוקראינע, אריינגערעכנט אנטי-טאנק מיסילס, קליינע געווער און שיפלן. טערקיי האט פארקויפט דראָנען צו אוקראינע וואס דאס אוקראינישע מיליטער האט גענוצט אין מזרח אוקראינע קעגן רוסיש-געשטיצטע סעפעראטיסטן.

אָבער, דייַטשלאַנד איז קעגן שיקן געווער צו אוקריינא. בערלין האט אַנשטאָט צוגעזאגט אַ גאַנץ פעלד שפּיטאָל און די נויטיק טריינינג פֿאַר אוקריינישע טרופּס צו אַרבעטן דארט, אין ווערט פון 6 מיליאן דאלער.

אויב אַזוי וואָס איז פשט פון נאַטאָס שטעלן פאָרסעס אויף סטאַנדביי?

די בונד איז באזארגט וועגן אַ פּאָטענציעל איבערגיסונג פון די קאָנפליקט צווישן רוסלאַנד און אוקריינא, ספּעציעל אין די שווארצע ים געגנט, וואו רוסלאַנד האט אַנעקסירט קרימעאַ אין 2014, און אין די באַלטיק ים.

די אמעריקאנער דעפאַרטמענט אף דיפענס האט געשטעלט 8,500 אמעריקאנער טרופּס אויף א הויכע אלערט. דענמארק שיקט א פריגאט צום באלטישן ים און פיר עף-16 מלחמה פליגערס קיין ליטע. שפאניע האט געשיקט א מינעסוויפער און א פריגאט זיך צו פארבינדן מיט נאטא פלאט קראפטן אינעם מיטלענדישן ים און אינעם שווארצן ים.

מאַדריד פלאנירט צו שיקן פייטער דזשעטס צו בולגאַריאַ, בשעת די נעטהערלאַנדס האט געגעבן צוויי F-35 פליגערס צו בולגאַריאַ אין אפריל.

פראנקרייך קען שיקן טרופּס קיין רומעניע אונטער נאַטאָ באַפֿעל.

פארוואס רוקן זיך נישט די אליאירטע שנעלער?

נאַטאָ, וואָס איז סיי אַ פּאָליטיש און אַ מיליטעריש אָרגאַניזאַציע, האט מציע געווען מער שמועסן מיט מאָסקווע אין דעם פֿאָרמאַט פון די נאַטאָ-רוסלאַנד קאָונסיל אין בריסל צו געפֿינען אַ לעזונג.

דערצו, ווי אַ בונד פון 30 לענדער מיט פאַרשידענע אייגענארטיגע חשבונות, קעו נעמען צייט צו כאַפּן די נייטיגע טרופּן פֿאַר געמיינזאמע אקציעס.

נאַטאָ אליאירטע פירן געשפרעכן איבער פאַרגרעסערן די נומער פון טרופּס ראטאציע איבער מזרח אייראָפּע. זיי וועלן דאס דיסקוסירן ווען די אליאירטע פאַרטיידיקונג מיניסטארן טרעפן זיך פֿאַר אַ פלאנירטע באַגעגעניש אין בריסל אין מיטן פעברואר.

נאַטאָ האט פיר מאַלטינאַשאַנאַל באַטאַליאַן-גרייט שלאַכט גרופּעס, אָדער עטליכע 4,000 זעלנער, געפירט דורך קאַנאַדע, דייַטשלאַנד, בריטאַן און די פאַרייניקטע שטאַטן אין לאַטוויאַ, ליטע, עסטאָניאַ און פוילן.

די טרופּס דינען ווי אַ "טריפווייער" פֿאַר נאַטאָ'ס 40,000 קראפט צו ווערן אקטיוויזירט אין די שנעליקייט און ברענגען מער טרופּס און וואפן פון אַריבער די אַטלאַנטיק ווען עס וועט זיך אויספעלן.

די גרעסטע החלטות וועלן לכאורה נישט קומען ביז יוני, ווען נאַטאָ פירער וועלן זיך טרעפן פֿאַר אַ שפּיץ קאנפערענץ אין מאַדריד. זיי זענען ערווארטעט צו שטימען אויף אַ נייַע מעסטער פּלאַן, גערופן אַ 'סטראַטעגישע קאנצעפט', טיילווייז צו צעמענטירן נאַטאָ'ס ציל אויף צו אָפהאלטן רוסלאַנד פון ווייטערדיגע אגרעסיעס.

וואָס איז די מעגליכקייטן פון נאטא צו טאָן אין די שווארצע ים?

די רעגירונג פון בולגאריע האט געזאגט אז זי איז גרייט אויפצושטעלן א 1,000 שטארקע קראפט אין לאנד, אונטער די בולגאַרישע קאמאנדע און אין נאענטן צוזאמענארבעט מיט נאטא, מעגליך מיט עטליכע זעלנער פון אנדערע אליאירטע לענדער.

עס קען זיין געשאפן דורך אפריל אָדער מאי.

די מערב בונד האט אַ מאַלטינאַשאַנאַל לאַנד קראַפט פון אַרויף צו 4,000 טרופּס אין רומעניע. די פאראייניגטע שטאטן האבן אויך זעלנער געשטעלט אין באזונדערע באזעס אין רומעניע און אין בולגאריע.

רומעניע קען זען אַ גרעסערע נאַטאָ קראפט, נאָך וואס פֿראַנקרייַך האט געאפערט מער טרופּס. רומעניע איז אין געשפרעכן מיט די פארייניקטע שטאטן וועגן פארגרעסערן טרופע ציפערן אויף איר ערד.

כאָטש זינט 2017, איז דערווייל די מאַלטינאַשאַנאַל קראַפט אין רומעניע בלויז אַ לאַנד קראפט, אָנע לופט/וואסער כוחות אָדער אנדערע ספעשל פאָרסעס.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

מאלטינאשענאל, מולטי נעשענעל קראפט
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פרעזידענט ארדואן פון טערקיי וועט אפשטאטן א באזוך אין אוקריינא פעברואר 3 און זיך טרעפן מיט זעלענסקי פאר געשפרעכן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די הויפט קאמאנדיר פון די נעשאנעל גאורד אין אוקריינע גענעראל מיכאיל באלאן האט רעזיגנירט פון אמט נאך די טראגישע שיסעריי אין דניפרא.
אטעטשמענטס
mykola-balan-ngu-rapid-trajdent-2020.jpg
mykola-balan-ngu-rapid-trajdent-2020.jpg (318.74 KiB) געזען 782 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די אונטערשטע הויז פון די פוילישע פארלימענט באקאנט אלס די SEJM האט אדאפטירט א רעזאלוציע אויסצודרוקן סאלאדאריטעט מיט אוקריינא.
אטעטשמענטס
20220127_094910.jpg
20220127_094910.jpg (84.77 KiB) געזען 749 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

כינעס פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אויף די קאמוניסטישע סטעיט מידיע אז כינעס מיליטער איז פולשטענדיג גרייט אויף סיי וועלכע אויסערליכע פראוואקאציעס אדער עמערדשענסיס וואס קענען פארקומען במשך די אלימפישע שפילן אין בעידשינג.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די אמעריקאנער סטעיט דעפאַרטמענט דרוקט אויס זארג איבער באריכטן פון פארכאפונגן דורך די אויטאריטעטן אין די רוסישע רעפאבליק פון טשעטשניע.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ישראל_הלוי האט געשריבן:There has been an increase in the number videos of convoys heading to Crimea in the last 24 hours and it appears there may be something to it. 3 reconnaissance aircraft (2 US and 1 UK) are currently observing the Crimean and southern Russian coast.

עטליכע רוסישע טראנספארט פליגערס ווערן אויך געזען קומען פון קריימיע.
ארומגערינגלט רויט איז 2 רוסישע טראנספארט פליגערס. און די בלויע זענען 2 שפיאנאזש פליגערס 1 פון אמעריקא און 1 פון ענגלאנד
אטעטשמענטס
שווארצע ים אקטיוויטעטן.PNG
שווארצע ים אקטיוויטעטן.PNG (718.38 KiB) געזען 683 מאל
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנגעצויגנקייט ביי גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקראינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ישראל_הלוי האט געשריבן:די הויפט קאמאנדיר פון די נעשאנעל גאורד אין אוקריינע גענעראל מיכאיל באלאן האט רעזיגנירט פון אמט נאך די טראגישע שיסעריי אין דניפרא.

וואס האטעס מיט אים?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”