משפט מקמייקל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 3:56 pm

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 3:57 pm

אום פעברואר 23 2020 למספרם איז א דער 25 יעריגער אפריקאנער אמעריקאנער אמאוד ארבערי געווארן נאכגעיאגט אין גלין קאונאטי דזשארדזשיא דורך א פיקאפ טרעקל אין וועלכע עס זענען געזיצן דורך טרעוויס מקמייקל און זיין פאטער גרעגארי מיט א פריינט וויליאם ברייען אונטער זיי א צווייטע אויטאמאביל און עווענטועל האט טרעוויס אויסגעשאסן מיט זיין ביקס אין ריכטונג פון ארבערי דריי קוילן וועלכע זענען געווען פאטאל

אום מאי 7 למספרם זענען די מקמייקלס געווארן ארעסטירט דורך די דזשארדזשיא ביורא אוו אינוועסיגעישאנס און ברייען'ס ארעסט האט נאכגעפאלגט אין מאי 21 למספרם
די פראקורארן האבן אנגעקלאגט די דריי מיט מארד קלאגעס און פאלשע ארעסט פארזוכן

לויט די ווערסיע פון די דריי האט ארבערי וועלכע איז ארומגעלאפן פאר איבונגען אין די געגנט זיך אריינבאקומען אין א קאנסטראקשען סייט און זיי האבן אים פארדעכטיגט אין פרובירן צו רויבן מאטריאל און באזירט אויף א סטעיט געזעץ וועלכע האט ערלויבט ציווילע איינוואוינער צו ארעסטירן אזעלכע וועלכע באגייען פארברעכן אין זייער אנוועזנהייט (יענע געזעץ איז זינט דאן געווארן צוריקגעדרייט)

די אינצידענט איז געווארן פילמירט דורך ברייען וועלכע האט עס פאטאגראפירט דורך זיין טעלעפאן אין די צייט וואס זיי האבן נאכגעיאגט ארבערי און דארט זעהט מען ווי די פיק אפ טראק גרייכט ארבערי און שטעלט זיך אפ און הונטער זיי די קאר פון ברייען

טרעוויס איז געזיצן אין די פארנט זיץ מיט א ביקס אין זיין האנט אין די צייט וואס די טרעקל איז געווען אויף די רעכטע זייט פונעם ראוד

ארבערי וועלכע איז געווען אויף די לינקע זייט האט זיך אויך אפגעשטעלט און אנגעהויבן שפאנען אין ריכטונג פונעם טרעקל און דאן הערט זיך שיסערייען

די ווידעא ווערט שווארץ אין די צייט וואס ארבערי איז איז געקומען נאנט צו טרעוויס און עס זענען פארהאן קאנפילקטן איבער וואס גענוי עס האט דאן פאסירט און אויב עס זענען טאקע געווען פרישע שיסערייען איידער יענע קאנפראנטאציע אדער ערשט נאך וואס די געשלעג האט אויסגעבראכן אבער ווען די צוויי ווערן א קורצע צייט שפעטער ווידער געזעהן אין די ווידעא ווערט קלאר אז א קריגעריי צווישן די צוויי איז פארגעקומען און די ווידעא רעקארדירונג פארזעצונג הויבט זיך אן זעהט מען ווי ארבערי שלאגט טרעוויס און פרובירט ארויסצובאקומען די ביקס

עווענטועל האט גרעוויס געשאסן צום דריטן מאל און דאסמאל באטראפן ארבערי וועלכע האט שנעל ארויפגעלייגט די האנט אויפן קאפ און אנגעהויבן אוועקלויפן אבער איז קורצליך אומגעפאלן טויט

אין די ווידעא זעהט מען דאן ווי דער פאטער גרעגארי קומט צולויפן פון די הונטערשטע טייל פונעם טרעקל צו די סצענע ווען אין זיין האנט האלט ער זיין אייגענע ביקס

אום פעברואר 11 למספרם וועלכע איז בלויז עטליכע טאג איידער די אינצידענט האט פאסירט האט טרעוויס אריינגערופן די פאליציי זיך באקלאגן אז א פארדעכטיגטער מאן וועלכע איז נישט פון די געגנט דרייט זיך נעבן יענע הויז וועלכע איז אונטער קאנסטראקשען און אז ער האט זיך אפגערוקט ווען יענער האט אים באמערקט און דאן האט יענער אריינגעלייגט די האנט אין קעשענע און געשווינד אריין אין די הויז

ווען די פאליציי איז ערשינען האבן זיין קיינעם נישט געפונען אויב אויף ווידעא פון די הויז זעהט מען קלאר יענעם אריינגיין אויף א קורצע וויילע אבער נישט אז ער זאל האבן עפעס גערויבט

די דעסקריפציע וועלכע טרעוויס האט דאן אנגעגעבן פאר די פאליציי שטימט ביילייפיג וואוקס און אויסזעהן פון ארבערי

ווידעא פונדרויסן און פון אינווייניג אין יענע הויז צייגן ווי אום פעברואר 23 למספרם איז ארבערי אריין אין יענע הויז און נאך עטליכע מינוט ארויס פון דארט און 5 מינוט שפעטער איז די ווייסע פיקאפ טראק פארביי געפארן נאכגעפאלגט עטליכע מינוט שפעטער דורך צוויי פאליציי קארס

איידער די שיסעריי האט אויסגעבראכן האט די פאליציי ערהאלטן א טעלעפאן רוף דורך א שכן זיך באקלאנדיג איבער ארבערי'ס איינטריט אין די הויז

עטליכע מינוט שפעטער איז אריינגעקומען א רוף דורך גרעגארי מקמייקל וועלכע האט אין אנהויב אלארמירט די פאליציי אבער דערנאך הערט מען ווי ער שרייט אין ריכטונג פון ארבערי און דאן האט די פאליציי פארלוירן קאנטאקט מיטן רופער

גרעגארי האט דאן געכאפט זיין רעוואלווער און גערופן זיין זוהן טרעוויס מיטצוקומען מיט אים און יענער האט גענומען זיין ביקס אים פרובירט מיט זייער טרעקל צו בלאקירן ארבערי פון ווייטער לויפן און די אינצידענט האט זיך געענדיגט ווי פריער באריכטעט

אין צוגאב צו די סטעיט קלאגעס זענען די דריי געווארן אנגעקלאגט מיט פעדעראלע קלאגעס פון האס פארברעכן און קידנעפינג פארזוך און די מקמייקלס זענען באזונדער געווארן אנגעקלאגט פארן נוצן געווער דורכאויס א פארברעך
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 3:58 pm

אין די איצטיגע מינוטן קומט פאר די סטעיט פראצעס אקעגן גרעוויס וועלכע זיצט אויפן עדות שטוהל און ווערט אויסגעפרעגט דורך זיין אדוואקאט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 3:58 pm

גרעוויס זאגט אז לויט די דאן סטעיט געזעץ האבן זיי געמעגט ארעסטירן ארבערי און ער האט יענעם געשאסן פאר זעלבסט פארטיידיגונג נישט בלויז צוליב וואס יענער האט פרובירט צו רויבן זיין ביקס נאר ער האט געמיינט אז ארבערי וועלכע איז פאקטיש געווען אומבאוואפנט האט יא געהאט געווער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:13 pm

די פראקוראר איז לינדא דאקונאסקי וועלכע זאגט אז די דריי האבן נישט געהאט קיין רעכט צו פרובירן פארכאפן ארבערי זינט זיי האבן נישט געהאט קיין באווייז אז ער זאל האן דורכגעפירט סיי וועלכע פארברעכן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 4:16 pm

אדוואקאט באב רובין אנערקענט אז זיי האבן נישט געזעהן ארבערי באגיין א פארברעכן אבער האבן נישט געזוכט צו מארדן ארבערי נאר עס געטוהן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך האסטו וועסטו » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:45 pm

שיינע מעשה
גם זה יעבור (שלמה המלך'ס שטעקן)

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:45 pm

א דאנק הרב הבל פארן קלאר אראפלייגן די קעיס.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך האסטו וועסטו » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:47 pm

ר' זעקל האט געשריבן:א דאנק הרב הבל פארן קלאר אראפלייגן די קעיס.

יא דעיס איז א בעסערע קאמפליעמענט איך גיי פאר דעם
גם זה יעבור (שלמה המלך'ס שטעקן)

אוועטאר
פרישע קוגל
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 5:54 pm

שכח הבל
אויב שפירט איר א געברויך אויסצוגעבן אייער ווייטאג, כעס, עסעניש, אדער פרישטאג, ביטע זיכט אייך א צווייטע אדרעס.

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 7:51 pm

יישר כח הבל
חבל אויף ריטענהויז האב מיר נישט באקומען אזא שיינע באריכט

אוועטאר
36 געסט
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך 36 געסט » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 10:28 pm

אידישע מוח האט געשריבן:יישר כח הבל
חבל אויף ריטענהויז האב מיר נישט באקומען אזא שיינע באריכט

גא"מ
"אורח ימים בימינה ובשמאלה"
אן אורח, האט רעכטע טעג און אויך לינקע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 4:27 pm

קוקט אויס ווי שליסונג ארגומענטן קומען מאנטאג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:37 pm

דזשורי דעליביראציעס אנגעהויבן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:42 pm

ריכטער איז טימאטי וואלמסלי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:43 pm

בלויז איין דזשוראר איז אן אפריקאנע אמעריקאנער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:46 pm

אדוואקאט שעפיעלד בעהט זיך ווידעראמאל אז דער ריכטער זאל אויספרעגן איטליכער דזשוראר צו פארזיכערן זייער אומפארטייאישקייט
ריכטער זאגט אז ער האט ביי איין פונקט זיך איינגעשפארט אין א צימער מיט די דזשורי אבער וועט נישט דורכפירן א פולע סורוועי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:46 pm

דזשורי איצט אויף מיטאג איבעררייס

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלפיים
תגובות: 2143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער איז טימאטי וואלמסלי

דעמאקראט?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:18 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ריכטער איז טימאטי וואלמסלי

דעמאקראט?

ער איז א סופעריאר ריכטער געשטעלט דורך די געוועזענע רעפובליקאנע גאווערנאר נתן דיעל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 6:02 pm

ריכטער אינטערסירט זיך ביי די דזשורי אויב זיי זענען אויפן וועג צו גרייכן א באשלוס נאך היינט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 6:04 pm

דזשורי שליח ציבור רעאגירט אז די דזשורי האלט אינמיטן די ארבעט צו גרייכן א ווערדיקט
באשלוס ווערט געמאכט צו ענדיגן פארן טאג און זיין צוריק מארגן 8:30

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:57 am

דזשורי פארהאנדלט שוין פאר מער ווי א שטונדע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:57 am

דזשורי נארוואס צוגעשיקט פראגע צום ריכטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט מקמייקל

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:59 am

א ביטע צו קענען איבערקוקן דריי מאל די ארגינעלע ווידעא, דו קורצערע ווערסיע דערפון און איבערהערן די 911 רוף וועלכע גרעג קממייקל (דער פאטער) האט געמאכט צו די פאליציי אום פעברואר 23 למספרם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, כאפצעם, מלכיאל חיים, נישקשה, קיטשי און 27 געסט