משפט ריטענהויז

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

משפט ריטענהויז

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 1:00 pm

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 1:02 pm

מערערע האבן פארלאנגט אן אשכו איבער נייעס אין די קעיס אבער איך האב נישט געוואלט גיין פתיחה צוליב וואס די צייט האט נישט ערלויבט צו באשרייבן די כראנאלאגיע פון די געשיכטע
אבער צוליב וואס די פארלאנג לאזט נישט נאך איבערהויפט באישי לאזט מען די דאזיגע אשכול אין גאנג און ווער עס קען (וגם אני בחלומי אויב די צייט וועט ערלויבן) איז פארבעהטן צו באריכטן אפדעיטס און אנטוויקלוונגען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 17501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 1:03 pm

ביטע האלטן דאס פלאץ ריין פון דעבאטעס און צאנקערייען

עס איז דא א באזונדערע אנקעטע אשכול פאר דעם צוועק

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 2:52 pm

די פראסיקוטער מאכט יעצט א קעיס אז די גאנצע עולם וואס איז אים נאכגעלאפען מיט סקעיבארדס אין גאנס זענען געווען אויף סעלף דעפענס, ווייל ליגעלי איז ער געווען א אקטיווע שיסער וויבאלד ער האט נאכנישט אראפגעלייגט זיין גאן נאכען שיסען ר' יוסף ראזענבוים (הי"ד)
אין זיין אוועקלויפען האט געקענט מיינען אין זייערע אויגען אז ער לויפט גאר צי שיסען אפשר נאכאמאל איינעם
אין זיי האבען נישט געוויסט אז ער האט מעדיק סופלייס אין זיין בעק ביי דעט טיים
אין די מאסען ציושטע נאכלויפער וואלטען ווען געקענט אז ער האט ווער ווייסט וואס דארט
אין ווען מען האט אים געפרעגט אויב ער איז א שיסער האט ער געזאגט "ניין"
וואס דאס מאכט אים פאר א שיסער אין א ליגנער וואס איז אין זייער אויגען א אקטיווע שיסער
ער וואלט ווען געדארפט זאגען אז ער האט גארנישט אין טאשקע אין ער גייט נישט שיסען קיינעם און אנשטאט דעם האט ער אויסגעקליבען צי לייקענען אין אוועק לויפען

אין די ציושטע מאסען איז נישט ווי די לויערס האבען אראפגעלייגט אז אין ריטענהאוזעס אויגען זענען געווען באקאנט אלטס שעדליכע אנאכריסטען וואנדעליזערס סטאר איינברעכער
נאר ריטענהאוז וואלט געדארפט הערען ווי משרייט העלפט א מענטש, אין מענטשען וואס העלפען אנדערע מענטשען זענען נישט שעדליך
און בפרט נאכען זאגען ליגענט אז ער האט געשאסען וואס דעס ווייזט אויף זיינע כוונה'ס פון "אני ואפסי" ווען איינער דארף הילף און לויפט אוועק אנשטאט בלייבען דארטען אין העלפען יוסל רויזענבוים
וואס דאס ציווארפט אויך זיינע כוונהס פון קומען מיט א מעדיק בעק יענע נאכט
אין נאכמער ער זאגט א ליגענט אפאר מאל
(ער האט געוויזען א קליפ ווי מפרעגט אים דריי מאל אין ער זאגט דריי מאל ליגענט און פוצט אפ)
איז געווען אפאר מאל א טשענס אז זיי זאלען אים שיסען אלטס סעלפ דעפענס און זיי האבען עס נישט געטון
אלזא פארוואס האט ער געהאט די חוצפה צי שיסען נאך דריי מענטשען ווען מען האט אים געהאקט אין קאפ מיט א סקעיבארד??
יענער וואס האט געפוינט די גאן וואלט דאך אים שוין לאנג געקענט שיסען!
סא פארוואס שיסט ער נאך דריי מענטשען אינמיטען א כאפצעם?
נאך מער טענהט די פראסיקוטער,
פארוואס האט ער אויסגעקליבען צי שיסען אין מענטשען אריין רח"ל צענדליגע מאל ווי אן אקטיווע מאסען שיסער אנשטאט שיסען אין די לופט ווארענונגס קוילען ?
נאכדערצו ווען ער האט זיי געזאגט ליגענט אפאר מאל דעמאלטס?
(מיט דעם ווארפט ער אפ די טענה פון די אדוואקאטען אז זיי וואלטען ווען געדארפט גיין צי די פאליציי אין נישט נעמען די געזעץ אין האנט אריין ווען איינער דרייט זיך ארום מיט אן עי אר 15 וואס ווען זיי טיען דעס נישט און לויפען ווען אים נישט נאך מיט סקעיבאורדס -א כלי וואס די ראיאטירער האבען פארוואנדעלט אין יענע טרויעריגע זומער אלטס א וואפע קעגען פאליציי קארס אין פאליציי- און גאנס וואלט ווען נישט פארגעקומען די צווייטע שיסעריי,
נאר ער טענהט אז זיי זענען געווען אויף סעלפ דעפענס ווי ממעג ליגעל שיסען,
דא דארף מען זיך אפשטעלען א מינוט, די לויערס האבען געטענהט אז אין די גאס איז אנגענומען אז אפי' ביי סעלפ דעפענס מעג מען שיסען, איז טאמער האט די שיסער זיך אריינגעלייגט אין א פאזיצע ווי סהאט נישט אויסגעפעלט , דאן ווערט די סעלפ דעפענס א שוואכערע טענה אין מקען אנקלגען די שיסער/אטאקירער -אין די פאל די מאסען מיט סקעיבאורדס און גאנס- אויף פארנאכלעסקייט וכדו'

ווי ביי די פאל פון זשארזש זימערמאן האבען דאן די פעדעראלע פראסיקיוטער זיך געשטעלט אויף א פאון קאל וואס די פאליציי האט געהאט מיט זשארזש אז ער זאל ווארטען אויף זיי ממילא וויבאלד ער האט אויסגעוועלט אראפציהאלטען יענעם אין אפי' יעצט אויפען מינוט איז ער שוין טאקע אין א סכנה פארלירט ער די רעכט צי סעלפ דעפענס , אין מהאט דעמאלטס געזאגט אז סטעי יור גראנד מיינט נאר ווען איינער קומט צי דיר אוט אף די בלו אין סטראשעט דיך מיזטו נישט אנטלויפען נאר קענסט אים אראפקניידלען אויב יענער ווערט אגרעסיוו אבער טאמער זעסטו אז סאיז דא טראבעל אין די גייסט צי איז שוין אנדערע הלכות,
אויך האט מען דעס גענוצט די פאר יאר איידער די אינצעדענט קעגען די פאליציי ווען זיי האבען געשאסען איינעם, אז אין הכי נמי יענער האט געטון עפעס סכנהדיג פארדעם אבער ווען די האסט ציגעטרעטען וואלט די פאליציי מאן געדארפט אפשר ווארטען אז ער זאל נישט זיין אין קיין סכנהדיגע מצב אין זיך נישט אריינלייגען אין א סכנה אין דארפען אנקומען צי סעלפ דעפענס נאר דארפען לאזען למשל אוועק לויפען אין כאפען שפעטער ווען ער האט שוין נישט קיין גאן וכדו'

און דעס האבען ריטענהאוזעס לויערס אריינגעווארפען קעגען די ראיאטירער וועלכע זענען נאכגעלאפען מיט סקעיבארדס אין גאנס א באוואפענטע פארשוין,
אבער די פראקואר האט דעס געניט אפגעווארפען ווען ער האט געזאגט אז ער איז געווען א ליגענער אין זיי האבען נישט געוויסט פינקטליך וועמען זיי לויפען נאך)

פוילער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פוילער » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:07 pm

הבל וועלקאם בעק!!!
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:10 pm

ישר כח @פאלעסיידס
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:11 pm

די פראקוראר האט יעצט געענדיגט זיין קלאזינג ארגומענט.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:11 pm

פראסיקוטער,
ווען ריטענהאוז האט אריבערגעקראסט די 59 סטריט פאליס ליין אויסצילעשען א פייער אויף איינעםס פראפעטי (א סטאר צי א הויז?) האט ער געוויסט אז דארט איז טראבעל אין סגייט זיין א קאנפארטעישען נאך דערצו ווען די פאליס האט אים געזאגט ביים אריבער גיין די פאליציי ליין אז ער זאל געבען אבאכט ווייל מווארפט דארט שטיינער,
ער האט שוין דעמאלטס געפוינט זיין גאן אויף צוויי גענגסטערס וואס האבען אינטערגעצינדען איינעםס נכסים, וואס ווייזט אז דעס האט ער געוואלט פון די ערשטע מינוט.. פוינטען מיט אן אנגעלאדענטען גאן אויף מענטשען וואס שעדיגען נכסים, אין נישט מיט זיין בעלויני תירוץ אז ער האט געוואלט אויסלעשען פייערס אין טיילען וואסער פאר די פאליציי אין זיי מחזק זיין,
ווי אויך האט מען שוין פריער איבערצייגט אז ער איז א ליגנער, פארוואס זאל מען גלייבען זיין פייער עקסטינגוויטשער מעשהלע? פארוואס זאל מען נישט זען קלאר אז די יונגאטש איז געקומען פוינטען גאנס אויף מענטשען וואס פארברענען פראפעטי, וואס דאס איז קלאר קעגען די געזעץ צי שיסען מענטשען וואס טוען זיך זייער ביזנעס אין מאכען אפאר פייערלך (כלשונו) זיי האבען בכלל נישט באדרויעט קיין לעבענס
ווער האט אים איינגעשוואוירען אלטס א דעפיוטי? האט אים איינער איינגעלאדענט אויף יענע גאס טון פאליציי ארבעט? האט די פראקוראר געפרעגט מיט פאטאס!

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:18 pm

סאיז דא א קורצע ריסעס

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:24 pm

ווען מען קומט צוריק גייט די פארטיידיגער מאכן זיין קלאזינג ארגומענט.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך אייער_קיכל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 3:36 pm

דער לויער גייט אגרעסיוו, זיין לעצטער שאנס

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:11 pm

א שוואכן לויער אין מיין אפיניון, ער קען אהיים גיין
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל

אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך זעהער » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:49 pm

יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7349
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:50 pm

ק/פ
(קען זיין ס'קומט גאר פון אייוועלט...)

קייל ריטענהאוס; וואס גייט פאר?

געשעעניש:
אויגוסט די 25'סטן 2020 די דריטע נאכט פון די מאסיווע ראיאטן און פראטעסטן אין קאנושא וויסקאנסין נאך וואס די ארטיגע פאליציי האט געשאסן דזשיעקאב בלעיק זיבן מאל אין די רוקן, א שווארצער מאן וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט געהאט א מעסער אין זיין באזיץ, אזוי אויך איז געווען א ווארענט פאר זיין ארעסט.
17'יעריגער קייל ריטענהאוס ערשיינט צו די פראטעסטן מיט אן סעמיי אויטאמאטישע עי-אר15 רייפל, ריטענהאוס וואוינט אין אילענוי אבער זיין טאטע וואוינט אין קאנושא-וויסקאנסין, ער זעלבסט ארבעט אויך אין קאנושא, ער טענה'ט אז ער מיט זיין פריינד זענען גערופן געווארן דורך א אייגנטומער פון קאר אגענטור וואס האט פארלוירן העכער הונדערט קארס צו פראטעסטירער א נאכט בעפאר, צו באשיצן זיין ביזנעס.
א גרופע פון אנטיפא מיטגלידער האבן באמערקט ריטענהאוס איינער פון די גרופע וואס איז אויך געווען באוואפנט, האט געשאסן אין די לופטן צו ווארענען ריטענהאוס, דער 17'יעריגער קייל ריטענהאוס האט זיך נישט דערשראקן און געצילט זיין רייפל צו אנטיפא מיטגליד דזשאסעף ראזנבלום, ראזנבלום האט דען פרובירט צו אוועקכאפן די רייפל פון ריטענהאוס, אבער איז געשאסן געווארן פיר מאל דורך ריטענהאוס און איז געשטארבן א קורצע צייט שפעטער.

ריטענהאוס איז אנטרינען פון ארט ווען א גרופע אנטיפא מעמבערס גייען אים נאך, אנטויני הובבער איינער פון די פראטעסטירער, האט דערנאך אטאקירט ריטענהאוס מיט א סקייבארד ווען ער האט זיך אויסגעגליטש, פרובירנדיג צו צונעמען די רייפל, ריטענהאוס האט אים גראד געשאסן צום טויט, געידזש גרויסקרויץ, נאך א אנטיפא מיטגליד, האט ארויסגענומען א גאון און געצילט אויף ריטענהאוס, ריטענהאוס האט אים געשאסן אין זיין רעכטע ארעם. די פולע עפעזאדן איז רעקארדירט פון עטליכע זייטווינקלען.

ריטענהאוס האט זיך אויפגעהויבן געגאנגען אין די ריכטונג פון די פאליציי אוויפגעהויבן זיינע הענט און זיך אונטערגעגעבן אבער זיי האבן אים נישט ארעסטירט.


קלאגעס:
א טאג שפעטער אויגוסט דעם 26'סטן איז ריטעהאוס ארעסטירט געווארן און איז אנגעקלאגט געווארן מיט זעקס קלאגעס:
- פירסט דעגרי רעקלעס מערדער צוליב די טויט פון דזשאסעף ראזנבלום, א קלאגע וואס ער קען באקומען ביז 65 יאר טורמע דערפאר.
- פירסט דעגרי רעקלעסלי אינדענדערזשמענט
- פירסט דעגרי אינטענשענאל מערדער פאר די טויט פון אנטויני הובער.
- אטעמפטעד פירסט דעגרי מערדער פארן פארוואונדערן געידזש גרויסקרויץ, קען באקומען דערפאר ביז 65 יאר טורמע.
- האבנדיג א וואפן זייענדיג אונטער 18 יאר (די קלאגע איז געווארן היינט ארויסגעווארפן די ריכטער וויבאלג אין וויסקאנסין מעג א אינדיווידואל אונטער 18 פארמאגן א רייפל)


געריכט:
די טרייעל האט זיך אנגעפאנגען נאוועמבער דעם ערשטן אין קאנושא וויסקאנסין מיט ברוס שרודער אלס ריכטער און ער האט גראד פאראארדנט אז די פראקוראר איז נישט ערלויבט צו רופן די וואס זענען געשאסן געווארן "וויקטעמס" (קרבנות) אבער ער האט ערלויבט די פארטיידיגונג זיי צו אנרופן ראיאטירער. דאס האט צוגעברענגט אז די לינק גענוינטע מידיע האט אפן אנגעהויבן צו זאגן אז דער ריכטער איז בייעסד (דאס וואס די ריכטערס'ס פאון האט זיך צוקלונגען אינמיטן טרייעל און די רינגטאן איז געווען א געוויסע פאטריאטישע סאנג וואס איז אסאך גענוצט געווארן דורך די טראמפ קאמפיין, האט אסאך צוגעגעבן...)

מיט עטליכע טעג צוריק נאוועמבער דעם צענטן איז יעדער געווארן איבעראשט ווען אין א פרעצעדענטלאזע שריט האט קייל ריטענהאוס גענומען דעם שטענדער צו עדות זאגן (די קאנסטיטוציע אין די פיפטע אמענדמענט גיט פאר יעדן באשולדיגטן א רעכט נישט צו עדות זאגן און געווענליך טרעט א באשולדיגטער נישט אויף ביי זיין געריכט) ער האט עדות געזאגט אז ראזנבלום האט עטליכע מאל אים געסטראשעט אז ער גייט אים ערמארדן, אינמיטן מסביר זיין די השתלשלות הענינים פון יענע נאכט האט ריטענהאוס זיך צעוויינט און אנגעהויבן שווער צו אטעמען, דער ריכטער האט פארארדענט א ברעיק פון צען מינוט, ריטענהאוס האט דערנאך דערקלערט די שיסערייען אלס זעלבסט פארטיידיגונג (סעלף דעפענס) און אז ער האט נישט געפלאנט צו הרג'נען בכלל.
דער פראקוראר טאמעס בינגער האט דערנאך באשולדיגט ריטענהאוס אז ער האט עקסטער געווארט ביז אלע האבן געענדיגט עדות זאגן כדי צו קענען זיכער מאכן אז זיין ווערסיע שטימט, דער ריכטער האט אויפגעהויבן זיין שטימע אויפן פראקוראר און אים שארף פארשריגן זאגנדיג אז ער טוט פארלעצן די "רעכט צו שווייגן" וואס איז א קאנסטיטוציאנאלע רעכט.

די גורל פון קייל ריטענהאוס גייט עווענטועל באשלאסן ווערן דורך א דזשורי.

פאבליק אפיניען:
מער ווייניגער איז די לאנד צעטיילט איבער די קעיס ארום פאליטישע ליניעס, די דעמאקראטן זענען איבערגעצייגט אז ריטענהאס איז שולדיג, פרעזידענט ביידען האט באטיטלט ריטנהאוס אלס א ווייסער סופרעמעסיסט, עטליכע גרויסע דעמאקראטישע נעמען האבן אפן חוזק געמאכט פון קייל ריטענהאוס אויפטריט, באקאנטער ספארטלער לעבראן דזשעימס וואס איז שטארק לינק געשטימט, האט זיך אויסגעדרוקט אין א טוויעט אז ער האט נישט געזען קיין טרערן... דער וויסקאנסין גאווערנאר האט אקטיוויזירט 500 נעשענאל גארד סאלדאטן אין פאל פון ראיאטן אין ליכט פון א "נאט-גילטי" אורטייל.

די רעפובליקאנער זענען הונדערט פראצענט מיט ריטנהאוס, פאקס ניוס און יעדע אנדערע רייט ווינג פלאטפארמע, ארבעטן אווערטיים אים צו פארטיידיגן. א געוויסע קריסטליכע רעכט געשטימט וועבזייטל האט שוין אויפגעטריבן העכער א האלב מיליאן דאללער פאר קייל ריטענהאוס אדוואקאטן. די ווארט "הירא" איז סינאנים מיט די קייל ריטענהאוס ביי קאנסערוואטיוון אויף סאשעל מידיע.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

וואלד
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך וואלד » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:52 pm

זעהער האט געשריבן:יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

פשט?

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 4:56 pm

וואלד האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

פשט?

ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז די קעיס גייט נישט אין איינקלאנג מיט די דעמס. אגענדע...
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

לשם ייחוד
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך לשם ייחוד » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:05 pm

זעהער האט געשריבן:יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

שטותים והבלים, סגעהעריג אפן ביי מיר.

אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך גברא דקפדנא » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:06 pm

וואלד האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

פשט?


ווייל איר האט משומר

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך תנא בתרא » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:08 pm

וויפיל אזייגער קומט ארויס די "פסק"?
Affinity Creative Suite: ביטע געבט אוועק עטליכע מינוט אריינצוגעבן א Request זיי זאלן סופפארטן אידיש (Hebrew/Arabic), אסאך היימישע גראפיקער וועלן בענעפעטירן!
Affinity Suite Affinity Photo tutorials AffinityDesigner tutorials RTL Fixer

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:08 pm

יוטיוב האט געבלאקט געוויסע טשענעלס וואס האבן ווייעלעטעד זייער טערמס פון סטרימען די געריכט.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך תנא בתרא » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:11 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:א שוואכן לויער אין מיין אפיניון, ער קען אהיים גיין

די לויער קומט גראדע אריין - די לעצטערע מינוטן - גאנץ קלאר און שטארק
Affinity Creative Suite: ביטע געבט אוועק עטליכע מינוט אריינצוגעבן א Request זיי זאלן סופפארטן אידיש (Hebrew/Arabic), אסאך היימישע גראפיקער וועלן בענעפעטירן!
Affinity Suite Affinity Photo tutorials AffinityDesigner tutorials RTL Fixer

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:12 pm

לשם ייחוד האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:יוטיוב בלאקירט אלע טשענעלס וואס ליפטערן די משפט לעבעדיג!

שטותים והבלים, סגעהעריג אפן ביי מיר.

נישט אלע נאר פון קליינע נייעס סטאנציע'ס חוץ פאקס און נאך עפעס א סטאנציע.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך קאכעדיגע » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:12 pm

קען איינער אישי די קליפ? פון זיין עקטן אין קאורט קוקט ער נישט אויס אינגאנצן אומשילדיג, כאטש איך וויל איהם זען נאט גילטי ווייל איך האלט אז די חיות ראיאטערס קומט זיך ט... שטראף

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך תנא בתרא » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:19 pm

תנא בתרא האט געשריבן:וויפיל אזייגער קומט ארויס די "פסק"?

Affinity Creative Suite: ביטע געבט אוועק עטליכע מינוט אריינצוגעבן א Request זיי זאלן סופפארטן אידיש (Hebrew/Arabic), אסאך היימישע גראפיקער וועלן בענעפעטירן!
Affinity Suite Affinity Photo tutorials AffinityDesigner tutorials RTL Fixer

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט ריטענהויז

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 15, 2021 5:20 pm

ווענד זיך ווי לאנג עס וועט נעמען פאר די דזשורי צו באשליסן.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מתחיל און 10 געסט