קריג אין עטיאפיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 3:06 pm

די UN זאגט אז 364 טראקס מיט הילף ארטיקלען פאר נויטבאדערפטיגטע ווערן אפגעהאלטן אין סאמארא. זיי ווארטן א באשטעטיגונג פון די אויטאריטעטן צו ווערן באפרייט.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 14, 2021 9:56 am

דער פרעזידענט פון קעניע ווהארא קעניאטע האט היינט אפגעשטאטעט א אומ'געפלאנטער באזוך אין אדיס אבאבא און זיך געטראפן מיט פרעימער מיניסטער אביא אחמאד.
20211114_094219.jpg
20211114_094219.jpg (85.49 KiB) געזעהן 999 מאל
צוגעלייגטע
20211114_094222.jpg
20211114_094222.jpg (58.68 KiB) געזעהן 999 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 14, 2021 9:59 am

די באזוך פון קעניאטע קומט א טאג בעפאר סעקרעטאר בלינקען רייזט אפ קיין אפריקע זיך צו טרעפן מיט ווהארא קעניאטע און אנדערע אפריקאנער פירער. פון די הויפט טעמעס וועט ווערן באהאנדלט די סיטואציע אין סודאן, עטיאפיע און אין סאמאליע.

בלינקען וועט באזוכן ניגעריע, סענעגאל און קעניע. ער וועט נישט באזוכן סודאן אדער עטיאפיע.
20211114_095009.jpg
20211114_095009.jpg (128.77 KiB) געזעהן 993 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 11:49 am

נקדימון האט געשריבן:די באזוך פון קעניאטע קומט א טאג בעפאר סעקרעטאר בלינקען רייזט אפ קיין אפריקע זיך צו טרעפן מיט ווהארא קעניאטע און אנדערע אפריקאנער פירער. פון די הויפט טעמעס וועט ווערן באהאנדלט די סיטואציע אין סודאן, עטיאפיע און אין סאמאליע.

בלינקען וועט באזוכן ניגעריע, סענעגאל און קעניע. ער וועט נישט באזוכן סודאן אדער עטיאפיע.

בלינקען האט זיך געטראפן מיט ווהארא קעניאטע. די געפלאנטע 10 מינוט באזוך האט זיך געצויגן פאר א אנדערט האלבן שעה.

קעניע גלייבט אז א פייער אפשטעל איז מעגליך

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 11:53 am

נקדימון האט געשריבן:די UN זאגט אז 364 טראקס מיט הילף ארטיקלען פאר נויטבאדערפטיגטע ווערן אפגעהאלטן אין סאמארא. זיי ווארטן א באשטעטיגונג פון די אויטאריטעטן צו ווערן באפרייט.

די גאווערמענט אין עטיאפיע האבן היינט געמאלדן אז זיי האבן באפרייט 369 טראקס מיט הילפס ארטיקלען צו גיין קיין טיגרעי.

די UN זאגט אז דערווייל איז נאך גארנישט באפרייט.

(מסתמא איז די רעדע פון די אויבנדערמאנטע טראק קאראוואן אין סאמארא)

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 12:19 pm

די איידער רעפערעל שפיטאל אין מעקעלעי (הויפט שטאט אין די טיגרעי ראיאן) האט פאריגער וואך אפגעשלאסן זייער קענסער טריעטמענט צענטער לאזנדיג בערך 500 קענסער פאציענטן אן טריעטמענט.

---
די איידער רעפערעל שפיטאל וואס איז שוין א גרויסע שפיטאל האבן פאציענטן אפט געקענט ווארטן טעג און צומאל וואכן אין די שפיטאל קארידארן אן פארלאזן די בנין צו זיך ארום וואשן אדער אנדערע מענטשליכע געברויכן, אויס מורא צו פארלירן זייער שאנס צו ווערן געזען ביי א דאקטאר

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2021 12:32 pm

די רעבעלן גרופעס האבן געמאכט עטוואס פארשריט. די OLA ארמיי האט נעכטן איינגענומען גידאמי און אנדערע שטעטלעך אין די אראמיע ראיאן.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 21, 2021 3:02 pm

קאנאדע פארלאנגט פון אירע בירגער שוין צו פארלאזן דאס לאנד
Screenshot_20211121-150041.png
Screenshot_20211121-150041.png (475.82 KiB) געזעהן 699 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 21, 2021 3:54 pm

געטעשאו רעדא ווארטזאגער פאר די טיגרעי ראיאן זאגט אז עס איז פארגעקומען א דראון אטאקע נעכטן נאכט אין מעקעלעי (הויפט שטאט פון טיגרעי). רעדא האט נישט גערעדט איבער קעזשעלטיס. הגם עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס איז יא געווען.

די עטיאפיער רעגירונג האט דערווייל נישט קאמענטירט איבער די אטאקע.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג נובעמבער 21, 2021 4:14 pm

שווערע טויזנטער קריגס געפאנגענע פון עטיאפיע און עריטרעיא וואס געפונען זיך אין געפענגעניש ביי די טיגרעי רעבעלן אין מעקעלעי האבן היינט אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע קעגן עטיאפיער פירער אביא אחמאד און עריטרעיא פרעזידענט איסייעס אפווערקי פארן אנזייען טויט און פארניכטונג איבער די טיגרעי ראיאן
20211121_160522.jpg
20211121_160522.jpg (55.93 KiB) געזעהן 666 מאל

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך פארצייטיש » זונטאג נובעמבער 21, 2021 4:16 pm

יישר כח נקדימון פאר די אלע באריכטען און בילדער, כ'האב זייער הנאה!

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 3:06 pm

טערקיי רעקאמאנדירט אירע בירגער צו פארלאזן עטיאפיע

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 3:11 pm

פריש: פרעימער מיניסטער אביא אחמאד אין א לענגערע סטעיטמענט: "איך וועל פירן די ארמיי פון די פראנט ליניעס אויפן שלאכטפעלד אנגעהויבן פון מארגן דינסטאג..."

----
פאר ווער עס קען ליינען אמהאריק :wink:
20211122_150840.jpg
20211122_150840.jpg (135.51 KiB) געזעהן 390 מאל

20211122_150902.jpg
20211122_150902.jpg (127.31 KiB) געזעהן 390 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 3:35 pm

אנצומערקן דאס איז דער זעלבער אביא אחמאד וואס האט באקומען די נאבעל שלום פרייז אין 2019

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג נובעמבער 22, 2021 3:55 pm

נקדימון האט געשריבן:פריש: פרעימער מיניסטער אביא אחמאד אין א לענגערע סטעיטמענט: "איך וועל פירן די ארמיי פון די פראנט ליניעס אויפן שלאכטפעלד אנגעהויבן פון מארגן דינסטאג..."

----
פאר ווער עס קען ליינען אמהאריק :wink:
20211122_150840.jpg

20211122_150902.jpg

די ערשטע מאל איך זע די סארט בוכשטאבן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:27 pm

פראנקרייך איז די לעצטע אין די רייע צו שטיפן אלע אירע בירגער צו פארלאזן דאס לאנד אן זיך פארזוימען.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:31 pm

די UN וועט אנהייבן עוועקאואירן פאמיליעס פון זייער אינטערנאציאנאלע סטעףף פון עטיאפיע.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:59 am

נקדימון האט געשריבן:פריש: פרעימער מיניסטער אביא אחמאד אין א לענגערע סטעיטמענט: "איך וועל פירן די ארמיי פון די פראנט ליניעס אויפן שלאכטפעלד אנגעהויבן פון מארגן דינסטאג..."

עטיאפיע קאמיוניקאציע מיניסטאר לעגעסעי טולו באשטעטיגט אז פרעימער מיניסטער אחמאד איז אויפן מלחמה פראנט זינט נעכטן אנצופירן די קאנטער אפענסיווע צו עלימינירן די TPLF רעבעלן.

---
בילדער דערפון איז דערווייל נאך נישט דא.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:29 am

ענגלאנד איז די נעקסטער אין די רייע צו שטיפן אלע אירע בירגער שוין צו פארלאזן עטיאפיע

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:54 am

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:פריש: פרעימער מיניסטער אביא אחמאד אין א לענגערע סטעיטמענט: "איך וועל פירן די ארמיי פון די פראנט ליניעס אויפן שלאכטפעלד אנגעהויבן פון מארגן דינסטאג..."

עטיאפיע קאמיוניקאציע מיניסטאר לעגעסעי טולו באשטעטיגט אז פרעימער מיניסטער אחמאד איז אויפן מלחמה פראנט זינט נעכטן אנצופירן די קאנטער אפענסיווע צו עלימינירן די TPLF רעבעלן.

---
בילדער דערפון איז דערווייל נאך נישט דא.

פרעימער אחמאד האט איבערגעגעבן די מאכט פאר זיין דעפיוטי פריים מיניסטער דעמעיקע מעקאנין כאסאן צו אנפירן די רוטינע רעגירונג פונקציעס ווילאנג ער איז אוועק אויפן פראנט.

מעקאנין
20211124_104741.jpg
20211124_104741.jpg (50.59 KiB) געזעהן 130 מאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:00 am

נקדימון האט געשריבן:שווערע טויזנטער קריגס געפאנגענע פון עטיאפיע און עריטרעיא וואס געפונען זיך אין געפענגעניש ביי די טיגרעי רעבעלן אין מעקעלעי האבן היינט אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע קעגן עטיאפיער פירער אביא אחמאד און עריטרעיא פרעזידענט איסייעס אפווערקי פארן אנזייען טויט און פארניכטונג איבער די טיגרעי ראיאן
20211121_160522.jpg

וואס הייסט אנזייען טויט און פארניכטונג אין יענעם ראיאן? איז ער נישט בארעכטיגט צו פייטן און באשיצן זיין לאנד קעגן רעבעלן און מיליציע גרופעס וועלכע ווילן איבערווארפן די רעגירונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:38 am

פעיק ניוז האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:שווערע טויזנטער קריגס געפאנגענע פון עטיאפיע און עריטרעיא וואס געפונען זיך אין געפענגעניש ביי די טיגרעי רעבעלן אין מעקעלעי האבן היינט אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע קעגן עטיאפיער פירער אביא אחמאד און עריטרעיא פרעזידענט איסייעס אפווערקי פארן אנזייען טויט און פארניכטונג איבער די טיגרעי ראיאן
20211121_160522.jpg

וואס הייסט אנזייען טויט און פארניכטונג אין יענעם ראיאן? איז ער נישט בארעכטיגט צו פייטן און באשיצן זיין לאנד קעגן רעבעלן און מיליציע גרופעס וועלכע ווילן איבערווארפן די רעגירונג.

דאס איז א פאקט אז עס הערשט טויט און פארניכטונג אין טיגרעי. זיי האלטן אז אחמאד איז בכלל נישט קיין לעגעטימער פירער. (עס מיז נישט זיין קיין פאקט. עס איז אבער זייער מיינונג) צו ער מעג קעמפן פאר זיין פאזיציע? געוויס יא. וואס איז די שאלה. איך רעד דאך וואס די בירגער און די וואס געפונען זיך אין טיגרעי שרייען.

מען רעדט דא פון א ראיאן ווי עטליכע מיליאן זענען אנטלאפן, טויזנטער ארעסטירט ביי אחמאד אונטער גאר שווערע אומשטענדן פאר די בלויזער חטא פון וואוינען אין די טיגרעי ראיאן. זיי שטייען אויס אומ'מענטשליכע און ברוטאלע פייניגונגען פון אריטרעיא סאלדאטן וואס קעמפן פאר אחמאד.



נקדימון האט געשריבן:די שלום אפמאך מיט אריטרעיא האט ארויסגערופן בייז בליט ביי די טיגרעי סאלדאטן (זיי זענען דאך געווען ווער עס האט זיך געשלאגן מיט עריטרעיא וואס גרעניצט זיך מיט די טיגרעי ראיאן ווען זייער TPLF פארטיי איז געווען ביי די מאכט איבער עטיאפיע)

דער פרעימער אחמאד האט מיט די צייט אנגעהויבן ארויסשטעלן געוויסע TPLF פירער פון זייערע פאזיציעס. און 2019 האט אחמאד אויפגעלעזט די קאאליציע און געגרינדעט זיין אייגענער פארטיי. די טפל"פ האט אבער זיך אנטזאגט פון זיך אנשליסן און די ניי געגרינדעטער פארטיי.

וואס האט נאך מער אויפגערעגט די טיגרעי רעבעלן איז געווען ווען דער פרעימער מיניסטער האט אפגערופן די וואלן צוליב די קאוויד אויסברוך. פאריגער סעפטעמבער האט די טפל"פ פארריפן אייגענער וואלן און זיי האבן דערקלערט אחמאד אלץ א אומלעגעטימער פירער. לעומתם יאמרו האט דער רעגירונג זיי דערקלערט אלץ אומלעגעטים.

א חודש שפעטער האט די רעגירונג אפגעשטעלט הילפס געלטער פאר די טיגרעי ראיאן.

נאך חדשים פון קליינע געפעכטן האבן זאכן זיך אנגעהויבן דרייען און די מצב איז ארויס פון קאנטראל. פאריאר נאוועמבער האט אחמאד געניצט מיליטערישע מאכט איבער די טיגרעי ראיאן מיט די טענה אז זיי האבן אטאקירט מיליטערישע באזעס צו רויבן וואפן און אמוניציע.


ביטערע געשלעגן האט זיך אנגעהויבן פון ביידע זייטן. שווערע טויזנטער אין די טיגרעי ראיאן ליידן פון הינגער און מיליאנען אנטלאפן.

אחמאד האט צוגעזאגט צו אויספירן א שנעלע און שטארקע אפעראציע אויסצורייסן די טפל"פ. די רעגירונג האט זיי דערקלערט אלץ א טעראריסטישע ארגענעזאציע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:42 am

כ'הער. זאגסט דאך אבער אז מען רעדט דא פון געפאנגענע ביי די טיגרעי, נישט ביי אחמאד'ס קרעפטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:09 pm

ריכטיג. זיי זענען אבער די וואס ליידן פון די חרוב'ער סיטואציע דארט.

(אדער מעגליך גאר מען האט זיי פשוט געצוואונגן צו פראטעסטירן קעגן אחמאד)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:14 pm

נקדימון האט געשריבן:ריכטיג. זיי זענען אבער די וואס ליידן פון די חרוב'ער סיטואציע דארט.

מאדנע. שטעל זיך פאר טשיינע אינוואדירט טאיוואן און טאיוואן שלאגט זיך צוריק, און די טאיוואנעזער בירגער פראטעסטירן זייער רעגירונג פאר'ן אנזייען טויט און פארניכטונג.
(אדער מעגליך גאר מען האט זיי פשוט געצוואונגן צו פראטעסטירן קעגן אחמאד)

דאס האב איך געטראכט פון דער ערשטער מינוט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט