קריג אין עטיאפיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 08, 2021 4:27 pm

די מצב אין די הארן פון אפריקע האט געכאפט נאך א שאקל ווען דאס מאל איז עס עטיאפיע. די סיטואציע און דער ריזיג באוואוינטער עטיאפיע פארערגערט זיך פון טאג צו טאג. א פולשטענדיגע בירגער קריג וואס וועט צישפליטערן די לאנד ווי כאאס און אנארכיע וועט דאמינירן איז נישט קיין פאנטאזיע.

יעצט אין נאוועמבער איז א יאר זינט עס האבן אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די עטיאפיער רעגירונג מיט זייער פרעמיער מיניסטער אביא אחמאד אין שפיץ אנטקעגן סאלדאטן פון די טיגרעי ראיאן אין לאנד באקאנט אלץ TPLF.

אחמאד האט צו זיין הילף סאלדאטן פון די שכנות'דיגע אריטרעיא און נאך עטליכע עטנישע מיליציע גרופעס אין לאנד.


די TPLF (טיגרעי פיפעלס ליבערטעריען פראנט) פון די אנדערער זייט לאזט זיך נישט און שטייט קאמפס גרייט. זיי האבן אויך מיט זיך עטליכע עטנישע מיליציע גרופעס. הערשט פאריגער וואך האבן זיי געשלאסן א פאקט מיט נאך א עטנישער גרופע די אראמע ליבערטעריען ארמיי באקאנט אלץ די OLA.

די רעבעלן גרופעס געפונען זיך כהיום בערך 250 מייל ווייט פון אדיס אבאבא.

וואספארא אימפאקט עס גייט געשען טאמער די רעגירונג צופאלט איז א שמועס פאר זיך. חוץ די אנארכיע, טויט און הינגער אין לאנד וועט דאס האבן א השפעה אויף טעראר אקטיוויטעטן פון יענער זייט וועלט, נאך וואס דער שכינות'דיגער סאמאליע (על שאבאב) באקומט שוין אזוי שטיצע פון זייער רייכערע מער אהער געשטעלטער שכן עטיאפיע.

די רעגירונג אין עטיאפיע איז פאר לאנגע יארן געווען א קאאליציע צוזאם געשטעלט פון פארשידענע עטנישע גרופעס. עפעס וואס קען אפט קאמפליצירן די ווירטשאפט און לעבנסשטייגער אין לאנד.

די טיגרעי פארטיי כאטש זיי זענען גאר א קליינער פראצענט פון די באפעלקערונג האבן זיי געהאט א דאמינירנדער ראלע אין די רעגירונג קאאליציע פאר די לעצטע באלד 30 יאר.

פרעימער מיניסטער אביא אחמאד איז געקומען צו די מאכט אין 2018. נאך עטליכע יאר פון גרויסע אנטי רעגירונג פראטעסטן איז אויסגעקליבן געווארן אביא אחמאד פון די אראמע עטנישע גרופע צו דינען אלץ פרעימער מיניסטער.

דער נייער פרעימער מיניסטער האט אריינגעברענגט גאר א סך טשעינדזש אין לאנד. אחמאד האט אפי' באקומען די נאבעל שלום פרייז און געווארן ארויסגעהויבן אלץ העלד פארן ענדיגן א לאנגיעריגער קאנפליקט צווישן עטיאפיע און איר שכן עריטרעיא.

די שלום אפמאך האט ארויסגערופן בייז בליט ביי די טיגרעי סאלדאטן (זיי זענען דאך געווען ווער עס האט זיך געשלאגן מיט עריטרעיא וואס גרעניצט זיך מיט די טיגרעי ראיאן ווען זייער TPLF פארטיי איז געווען ביי די מאכט איבער עטיאפיע)
640.png
640.png (115.43 KiB) געזעהן 2486 מאל

דער פרעימער אחמאד האט מיט די צייט אנגעהויבן ארויסשטעלן געוויסע TPLF פירער פון זייערע פאזיציעס. און 2019 האט אחמאד אויפגעלעזט די קאאליציע און געגרינדעט זיין אייגענער פארטיי. די טפל"פ האט אבער זיך אנטזאגט פון זיך אנשליסן און די ניי געגרינדעטער פארטיי.

וואס האט נאך מער אויפגערעגט די טיגרעי רעבעלן איז געווען ווען דער פרעימער מיניסטער האט אפגערופן די וואלן צוליב די קאוויד אויסברוך. פאריגער סעפטעמבער האט די טפל"פ פארריפן אייגענער וואלן און זיי האבן דערקלערט אחמאד אלץ א אומלעגעטימער פירער. לעומתם יאמרו האט דער רעגירונג זיי דערקלערט אלץ אומלעגעטים.

א חודש שפעטער האט די רעגירונג אפגעשטעלט הילפס געלטער פאר די טיגרעי ראיאן.

נאך חדשים פון קליינע געפעכטן האבן זאכן זיך אנגעהויבן דרייען און די מצב איז ארויס פון קאנטראל. פאריאר נאוועמבער האט אחמאד געניצט מיליטערישע מאכט איבער די טיגרעי ראיאן מיט די טענה אז זיי האבן אטאקירט מיליטערישע באזעס צו רויבן וואפן און אמוניציע.

ביטערע געשלעגן האט זיך אנגעהויבן פון ביידע זייטן. שווערע טויזנטער אין די טיגרעי ראיאן ליידן פון הינגער און מיליאנען אנטלאפן.

אחמאד האט צוגעזאגט צו אויספירן א שנעלע און שטארקע אפעראציע אויסצורייסן די טפל"פ. די רעגירונג האט זיי דערקלערט אלץ א טעראריסטישע ארגענעזאציע.

פאריגער יוני האט זיך אבער די רעדל א דריי געטון און די רעגירונג האט געמוזט זיך ארויסציען פון טיגרעי.

דערווייל ריקן זיך די טפל"פ רעבעלן נאנטער און נאנטער צו די הויפט שטאט אדיס אבאבא. זיי שטייען בערך 250 מייל ארויס.

פאריגער וואך האט די רעגירונג איינגעשטעלט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין לאנד

[באזונדער קען די אנגעצויגענע לאגע אפעקטירן די פולע (אידן) פאלאשן וואס געפונען זיך אין די טיגרעי ראיאן]

וועט געלונגען פאר די טיגרעי רעבעלן צו ארינטער ווארפן אביא אחמאד אין זיין רעגירונג דורך איינעמען די הויפט שטאט אדיס אבאבא? און אויב יא ווי שנעל און מיט וויפיל פאטאליטעטן איז נישט קלאר אבער דאס איז איינאמאל זיכער אז די אמאל נישט געחלומטע קען זיין א רעאליטעט.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 08, 2021 4:55 pm

מעגא מעגא פראטעסטן נעכטן אין מעסקעל סקווער אין אדיס אבאבא. די ראלליס זענען פארריפן געווארן צו ארויסווייזן שטיצע פאר די פרעימער מיניסטער אביא אחמאד. ווי אויך צו פראטעסטירן די זיך אריינמישן פון די מערב וועלט
20211108_005011.jpg
20211108_005011.jpg (65.45 KiB) געזעהן 2369 מאל
צוגעלייגטע
20211108_004947.jpg
20211108_004947.jpg (98.78 KiB) געזעהן 2369 מאל
20211108_004950.jpg
20211108_004950.jpg (169.99 KiB) געזעהן 2369 מאל

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג נובעמבער 08, 2021 5:12 pm

ישר כח @נקדימון פאר די געשמאקע באריכטען. (גוט דיר צו זעהן דא וואלסט געמעגט אריינקומען אפילו ווען עס איז נישטא אין ערגעץ קיין אויפשטאנד).

וועלכע מעריב וועלט לענדער מישן זיך אריין?

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:26 am

די UN לייגט דרוק (דא לאכט מען...)

אזוי אויך אמעריקאנער באאמטע לייגן פרעשור אויף ביידע זייטן.

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך מסתמא » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:28 am

נקדימון האט געשריבן:די UN לייגט דרוק (דא לאכט מען...)

אזוי אויך אמעריקאנער באאמטע לייגן פרעשור אויף ביידע זייטן (דא וויינט מען).

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך מסתמא » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:29 am

ייש"כ @נקדימון

אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך ארבעטסגעבער » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:33 am

ישר כח @נקדימון

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:34 am

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח @נקדימון פאר די געשמאקע באריכטען. (גוט דיר צו זעהן דא וואלסט געמעגט אריינקומען אפילו ווען עס איז נישטא אין ערגעץ קיין אויפשטאנד).


אוועטאר
נארמאליזעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:42 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח @נקדימון פאר די געשמאקע באריכטען. (גוט דיר צו זעהן דא וואלסט געמעגט אריינקומען אפילו ווען עס איז נישטא אין ערגעץ קיין אויפשטאנד).


:lol: :lol:
שכח נקדימון פאר דיינע גאר קלארע באריכטן


מדארף ווען מאכן א סך הכל וויפיל לענדער סהאלטן אינמיטן אן אויפשטאנד
א ליסטיגן חנוכה

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 11:43 am

נארמי קענסט פשוט קוקן וויפיל תגובות עס זענען דא לעצטנס פון נקדימון.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 2:31 pm

ענגלאנד זאגט אלע אירע בירגער צו פארלאזן עטיאפיע ווילאנג קאמערציאלע פליגערס זענען נאך געהעריג אין קראפט.

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך לעמאן סאדע » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 2:47 pm

עטיאפישע איינוואוינער אין ארץ ישראל רופן מדינת ישראל פאר באלדיגע שריט ארויס צו העלפן זייערע קרובים אין א סכנה
ב' ויצא פ״ב
די 'פאַלאַשן' אידן אין 'אַדיס אַבּאַבּאַ' און 'גונדאַר' האבן נישט קיין וועג ארויס צוליב די אנגייענדע שלאכטן וואס איז געווארן העפטיגער די לעצטע שטיק צייט. די טיגרעי רעבעלן האבן אויסגעברייטערט זייער קאמף דורך קאלאברירן מיט נאך 8 רעבעלן גרופעס און זיי גרייטן זיך צו אינוואדירן די הויפטשטאט אדיס אבאבא


https://www.yiddish24.com/news/bulletin/50057


טענקעס נקדימון פאר די קלארע באריכטן

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 3:01 pm

א דאנק זייער אינטערעסאנט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 4:15 pm

די UN זאגט אז כאטש 16 פון זייערע סטעפפערס אין עטיאפיע זענען געווארן אוועק געפירט אין די הויפט שטאט אדיס אבאבא. סיבה דערווייל אומבאקאנט.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 8:39 pm

א דאנק נקדימון,
קיעפ איט אפ אויב מעגליך.
דער שרייבער איז נישט די סאבזשעקט! ווען איינער שרייבט וויל ער נישט ווערן די סאבזשעקט! ווילסט דיסקאססן מיין תגובה, געזונטערהייט! דיסקאסס נישט דעם שרייבער! (קרעדיט: וויכטיג מאכער)

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג נובעמבער 09, 2021 10:49 pm

יישר כוח @נקדימון.

בלייב דא מיט אונז.

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:31 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך מעכל קנעכל » מיטוואך נובעמבער 10, 2021 1:23 am

יישר כח נקדימון.

נייעס פון אפריקע והגלילות איז מיר שטענדיג צום הארצן.

האך מיר די מצב זאל זיך פארבעסערן און אונזערע חברה זאלן האבן מנוחה און קענען שעפן די וואסער פון ברינעם מיט א רואיגן געמיט.
חחח...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 21332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 10, 2021 1:57 am

יישר כח נקדימון!
דער חשיבות פון אייוועלט איז לעצטנס געשטיגן מיט דריי הונדערט טויזנט דאלער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 10, 2021 6:43 am

די UN זאגט אז איבער 70 דרייווערס וואס ארבעטן צוזאמען מיט די UN אין עטיאפיע זענען היינט געווארן אוועק געפירט דורך די עטיאפיער רעגירונג אין סאמארא, די הויפט שטאט פון די אפאר ראיאן.

די סיבה אדער נאציאנאליטעט פון די 72 אוועק געפירטע איז נישט קלאר.

א UN ווארטזאגער זאגט אז די אוועקגעפירטע זענען טראק דרייווערס פון די WFP וואוילטעטיגע ארגענעזאציע. דאס איז א פליגל פון די UN וואס געבט זיך אפ מיט צושטעלן עסן פארציעס פאר נויטבאדערפטיגטע און אויסגעהינגערטע מענטשן.

---
דאס איז באזונדער צו די נייעס פון נעכטן איבער די 16 UN סטעפפערס וואס זענען געווארן אפגעפירט אין הויפט שטאט אדיס אבאבא.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 10, 2021 11:59 am

אין פרישע באריכטן ווערט אויפגעדעקט אז די טיגרעי רעבעלן TPLF האט זיך אויפגעפירט גאר ברוטאל ווען זיי האבן איינגענומען נעיפעס מעטשעי פאריגער אוגוסט. נעיפעס מעטשעי איז א שטעטל אין די אמהארא ראיאן.

די רעבעלן האבן זיך איינגעבראכן אין הייזער ווי זיי האבן געפלינדערט און אנגעטן שאדן. גענומען עסן, צירונג און אנדערע טייערע ארטיקלען. גרופעס רעבעלן אינטער די שפיצן פון זייער רעוואלווערס האבן געפייניגט צענדליגער אומבאהאלפענע פרויען אפט מאל פארנט פון די וויינעדיגע אויגן פון זייערע קליינע קינדער. "איר באלאנגט יעצט פאר אונז און אונז קען מיר טון וואס אונז געפעלט" האבן זיי סאדיסטיש זיך בארימט פאר די אומבאהאלפענע קרבנות.

רוב פון די געשעדיגטע האבן דערווייל נישט באקומען קיין באהאנדלונגען ווייל קיין הילף איז נישט דא צו באקומען. א טייל האבן אנגעהויבן ליידן פון גייסטישע פראבלעמען ווי ענקזייעטי און דעפרעסיע
20211110_144222.jpg
20211110_144222.jpg (188.95 KiB) געזעהן 1026 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 10, 2021 5:42 pm

סעקרעטאר בלינקען האט היינט גערעדט טעלעפאניש מיט דעמעיקע מעקאנין כאסאן די דעפיוטי פריים מיניסטער און אויסערן מיניסטער פון עטיאפיע איבער די סיטואציע דארט אין לאנד.

אוועטאר
ווענגלייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך ווענגלייך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 12:24 pm

שכח נקדימון.
יענעמס נאז איז גרינער…

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 12:43 pm

נקדימון האט געשריבן:די UN זאגט אז איבער 70 דרייווערס וואס ארבעטן צוזאמען מיט די UN אין עטיאפיע זענען היינט געווארן אוועק געפירט דורך די עטיאפיער רעגירונג אין סאמארא, די הויפט שטאט פון די אפאר ראיאן.

די סיבה אדער נאציאנאליטעט פון די 72 אוועק געפירטע איז נישט קלאר.

א UN ווארטזאגער זאגט אז די אוועקגעפירטע זענען טראק דרייווערס פון די WFP וואוילטעטיגע ארגענעזאציע. דאס איז א פליגל פון די UN וואס געבט זיך אפ מיט צושטעלן עסן פארציעס פאר נויטבאדערפטיגטע און אויסגעהינגערטע מענטשן.

---
דאס איז באזונדער צו די נייעס פון נעכטן איבער די 16 UN סטעפפערס וואס זענען געווארן אפגעפירט אין הויפט שטאט אדיס אבאבא.

ווארטזאגער פאר די אויסערן מיניסטעריום זאגט אז יו.ען. ארבעטער דארפן געדענקן אז זיי וואוינען נישט אין די ספערן, נאר זיי דארפן זיך צושטעלן צו די ארטיגע געזעצן פונעם לאנד

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 1:49 pm

די רעגירונג אין עטיאפיע האט היינט אנגעמערקט איבער עטליכע קאנדישענס וואס מוז ווערן צוגעשטעלט אויב מען וויל קומען צו א פרידנס אקט מיט די TPLF.

צום אלעם ערשט מיז די אטאקעס ווערן גענצליך אפגעשטעלט. צווייטנס זיי מיזן פארלאזן די געגענטער וואס זיי האבן איינגענומען (אפאר און אמהארא ראיאנען). דריטנס, איינערקענען די לעגעטימיטעט פון די יעצטיגע רעגירונג.

דינא מופטי ווארטזאגער פאר די אויסערן מיניסטער האט געזאגט פאר רעפארטערס אז איינע פון די תנאים פאר מעגליכע געשפרעכן זעהט נישט אויס ווי זיי וועלן זיך צושטעלן. דאס איז די זיך ארויסציען פון די איינגענומענע שטעט

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 1:59 pm

געטעשאו רעדא ווארטזאגער פאר די TPLF זאגט אז די געדאנק פון זיך ארויסציען פון די אפאר און אמהארא ראיאנען בעפאר פארהאנדלונגען הייבן זיך אן איז "א אבסאלוטער ניין פאר געשפרעכן"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט