קריג אין עטיאפיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:12 pm

די UN רופט פאר א זאפארטיגע אפשטעל צו די קריג אין עטיאפיע

(מען דארף נאכאמאל שרייבן דא לאכט מען?... :wink: )

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 9:19 pm

נקדימון האט געשריבן:די UN רופט פאר א זאפארטיגע אפשטעל צו די קריג אין עטיאפיע

(מען דארף נאכאמאל שרייבן דא לאכט מען?... :wink: )

ניין, ווייל איך וואלט עס שוין געשריבן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 10:52 am

אביא אחמאד אין זיין ערשטע מעסעדזש פון די פראנט ליניעס "מיר וועלן באגראבן די פיינט". אויך זאגט ער אז די מאראל פון די עטיאפיער סאלדאטן זענען גאר הויך.

ערשטע בילדער פון אחמאד אויפן פראנט. דאס איז אין די אפאר ראיאן
Screenshot_20211126-105140~2.png
Screenshot_20211126-105140~2.png (570.68 KiB) געזעהן 790 מאל

20211126_104718.jpg
20211126_104718.jpg (148.12 KiB) געזעהן 790 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 10:59 am

אין א פרישע שריט צו צוימען די נייעס אין/איבער עטיאפיע האט אביא אחמאד'ס רעגירונג נעכטן ארויסגעשטעלט שטארקע באגרעניצונגן אויף דזשורנאליסטן צו פאבליצירן נייעס איבער די שלאכטפעלד מיט די טיגרעי רעבעלן. נאר שטאט געפירטע נייעס קוועלער האבן די רעכטן דערפאר. דאס קען ברענגן סאנקציעס אויף דזשורנאליסטן.
The new decree issued late Thursday said it was "forbidden to distribute in any communication systems any military movements, battlefield outcomes" that were not officially published by the government.

"Security forces will take necessary measures on those who have been found to violate" the order, it said in a possible warning to news outlets and social media accounts that have reported on rebel claims of territorial gains.

The government also barred residents from "using various types of media platforms to support directly or indirectly the terrorist group" -- a reference to the TPLF -- and warned of unspecified consequences for anyone who ignored the decree


אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 12:29 pm

דאנקע שיין דזשורנאליסט נקדימון פאר אייערע קלארע באריכטן פון די שלאכט פעלדער.
היט דיר נאר דאס קאפ!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש נובעמבער 27, 2021 7:01 pm

:wink:

---
סודאנער מיליטער זאגט זיי האבן אפגעשלאגן היינט אן אטאקע ביי די גרעניץ דורך די עטיאפיער מיליטער געשטיצט ביי אמהארא מיליציעס. דאס איז פארגעקומען אין מאלאקאווא, עטליכע מייל אריין די גרעניץ אין סודאן. די געשלעג דארט איז אנגעגאנגען פאר עטליכע שעה. כאטש 6 סודאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען (מאנכע שטעלן די צאל פאטאליטעטן ביי 21 און 30 פארוואונדעטע)
20211127_185631.jpg
20211127_185631.jpg (23.38 KiB) געזעהן 704 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 9:34 am

נקדימון האט געשריבן:סודאנער מיליטער זאגט זיי האבן אפגעשלאגן היינט אן אטאקע ביי די גרעניץ דורך די עטיאפיער מיליטער געשטיצט ביי אמהארא מיליציעס. דאס איז פארגעקומען אין מאלאקאווא, עטליכע מייל אריין די גרעניץ אין סודאן. די געשלעג דארט איז אנגעגאנגען פאר עטליכע שעה. כאטש 6 סודאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען (מאנכע שטעלן די צאל פאטאליטעטן ביי 21 און 30 פארוואונדעטע)

סודאנער ארמיי שעף (און אומאפיציעל מיט די לעצטע ווארט אין לאנד) גענעראל אבדול פאטאח אל בורהאן איז היינט אנגעקומען ביי די גרעניץ ווי עס איז פארגעקומען א געשלעג צווישן עטיאפיער סאלדאטן מיט די סודאנער מיליטער. די געשלעג האט איבערגעלאזט א שיינע צאל טויטע סאלדאטן פון די סודאנער מיליטער.
20211129_093034.jpg
20211129_093034.jpg (60.45 KiB) געזעהן 640 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 9:43 am

די עטיאפיער רעגירונג לייקנט זייער טייל אין די אטאקע און זאגט עס איז מעגליך געווען די TPLF רעבעלן.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 9:47 am

די עטיאפיער רעגירונג מעלדט אז זיי האבן פארכאפט די שיפרע ווילידזש ביי די גרעניץ פון די אפאר און אמהארא ראיאנען. דאס קומט נאך וואס דער פרעימער מיניסטער אביא אחמאד איז אליינס געקומען פאריגער וואך פירן די קריג אויף די פראנט ליניעס.
20211129_094616.jpg
20211129_094616.jpg (176.46 KiB) געזעהן 626 מאל
צוגעלייגטע
20211129_094553.jpg
20211129_094553.jpg (73.77 KiB) געזעהן 626 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 11:45 am

נאך עטליכע בילדער פון דער סודאנער ארמיי שעף בורהאן היינט ביי די גרעניץ מיט עטיאפיע.

עס לאזט זיך שפעקולירן אז בורהאן האפט מיט די שריט צו אוועק דרייען עטוואס די העדליינס פון די פולע פראטעסטן אין לאנד קעגן אים און די פוטש וואס ער האט דורכגעפירט אין סודאן.
20211129_110609.jpg
20211129_110609.jpg (75.89 KiB) געזעהן 585 מאל
צוגעלייגטע
20211129_110606.jpg
20211129_110606.jpg (74.19 KiB) געזעהן 585 מאל
20211129_110612.jpg
20211129_110612.jpg (97.99 KiB) געזעהן 585 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 10:05 pm

אדאא טארבי ווארטזאגער פאר די OLA אראמע ליבערטעריען ארמיי זאגט אז די קרעפטן פון פרעימער מיניסטער אחמאד האבן היינט אויסגעשאלטערט די פאון סיסטעמען אין מזרח וואליגא (אראמע ראיאן) דערנאך דורכגעפירט עטליכע לופט אטאקעס ניצנדיג העליקאפטערס. מען רעדט פון הונדערטע קעזשעלטיס לויט טארבי

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 29, 2021 10:06 pm

OLA קעמפער
20211129_135003.jpg
20211129_135003.jpg (114.08 KiB) געזעהן 526 מאל
צוגעלייגטע
20211129_135004.jpg
20211129_135004.jpg (114.93 KiB) געזעהן 389 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג דעצמבער 05, 2021 12:43 am

אדערווייל קוקט אויס ווי דער בראווער שריט פון פרעימער מיניסטער אחמאד זיך אליינס שטעלן אויף די פראנט ליניעס האט זיך אויסגעצאלט. די ENDF עטיאפיער מיליטער האט צוריק פארכאפט א שיינער צאל שטעטלעך זינט פאריגער וואך. ארויסיאגענדיג די טיגרייען כוחות TPLF רעבעלן פון דארט.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג דעצמבער 05, 2021 12:48 am

זיי האבן צוריק פארכאפט צווישן אנדערע געשינע, שיווע ראביט און דער גאר היסטארישער (קריסטליך פאפולערע) לאליבעלא.

עטיאפיער סאלדאטן מיט זייער פאן נאך איינעמען לאליבעלא
20211205_003755.jpg
20211205_003755.jpg (180.91 KiB) געזעהן 365 מאל


עטיאפיער סאלדאטן האבן אוועקגעשטעלט זייער פאן נאך איינעמען געשינע
20211205_003804.jpg
20211205_003804.jpg (30.62 KiB) געזעהן 365 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג דעצמבער 05, 2021 1:01 am

איינוואוינער פון געשינע פארציילן שוידערליכע געשיכטעס וואס זיי זענען דורך פון די TPLF רעבעלן ווען זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין געשינע די לעצטע עטליכע חדשים. לויט זיי זענען אזוי פיל ווי 400 איינוואוינער ברוטאל ערמארדעט געווארן על לא עוול בכפם.

חוץ די רויבערייען, שאדן מאכן און פלינדערן וואס עס קומט זיי אונטער די האנט האבן זיי פשוט געמארדעט.

איין איינוואוינער פארציילט זיי האבן דערשאסן אלע מיינע טעכטער ווייל זיי פארכאפן זייער קיה. אלעס וואס אונז האמיר פארמאגט האבן זיי צושטערט ביזן גרינט. אונז זעמיר געבליבן אן גארנישט. קיין עסן. קיין קליידער.

---
:cry:
לעצט פאראכטן דורך נקדימון אום זונטאג דעצמבער 05, 2021 1:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג דעצמבער 05, 2021 1:04 am

נקדימון האט געשריבן:OLA קעמפער
20211129_135003.jpg

פארשטעלט לכבוד האלעווין?
פארט איר אויף וואקאציע און איר זיכט א האטעל פאר ביליג?
גייט אריין אין דיע וועבסייט
זיי האבן גאר גוטע פרייזן רוב מאל בעסער פון אנדערע וועבסייטס
אדער קומט אין אישי פאר הילף
זה נהנה וזה נהנה

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג דעצמבער 05, 2021 1:04 am

שכח פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן
פארט איר אויף וואקאציע און איר זיכט א האטעל פאר ביליג?
גייט אריין אין דיע וועבסייט
זיי האבן גאר גוטע פרייזן רוב מאל בעסער פון אנדערע וועבסייטס
אדער קומט אין אישי פאר הילף
זה נהנה וזה נהנה

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג דעצמבער 05, 2021 10:30 am

עטליכע עטיאפיער מידיע קוואלן האבן פאבליצירט בילדער נעכטן ווי מען זעהט טויזנטער געפאנגענע טיגרייען מלחמה קעמפער וואס האבן זיך אונטערגעגעבן. שטאלצירנדיג מיט די לעצטיגע נצחונות וואס די עטיאפיער מיליטער האלט אפ אויף די טפל"פ רעבעלן.
20211205_012836.jpg
20211205_012836.jpg (82.91 KiB) געזעהן 273 מאל

20211205_102707.jpg
20211205_102707.jpg (512.37 KiB) געזעהן 273 מאל
20211205_102849.jpg
20211205_102849.jpg (116.53 KiB) געזעהן 273 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » זונטאג דעצמבער 05, 2021 10:38 am

די ביליגער טאקטיק האט ארויסגערופן בייז וואונדער און אויפברויז ביי פולע עטיאפיער איינוואוינער. פולע האבן אנגעהויבן אידענטיפיצירן זייערע קרובים און פריינט ציווילע פרידליכע מענטשן וואס זענען פארשוואונדן געווארן. דאס מערסטע וואס מען האט געוואוסט איז אז זיי שמאכטן און ווערן פארהאלטן אין צענטערן און אין קאנצענטראציע לאגערן ביי די עטיאפיער רעגירונג פאר די איינציגסטער חטא פון ווערן געבוירן אלץ א טיגרייען בירגער.. מיטאמאל ווערן זיי געזען אלץ געפאנגענע זעלנער...

20211205_013208.jpg
20211205_013208.jpg (54.26 KiB) געזעהן 260 מאל

20211205_013210.jpg
20211205_013210.jpg (51.65 KiB) געזעהן 260 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 7461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג אין עטיאפיע

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג דעצמבער 06, 2021 9:16 pm

נקדימון האט געשריבן:אדערווייל קוקט אויס ווי דער בראווער שריט פון פרעימער מיניסטער אחמאד זיך אליינס שטעלן אויף די פראנט ליניעס האט זיך אויסגעצאלט. די ENDF עטיאפיער מיליטער האט צוריק פארכאפט א שיינער צאל שטעטלעך זינט פאריגער וואך. ארויסיאגענדיג די טיגרייען כוחות TPLF רעבעלן פון דארט. זיי האבן צוריק פארכאפט צווישן אנדערע געשינע, שיווע ראביט און דער גאר היסטארישער (קריסטליך פאפולערע) לאליבעלא.

אין א פרישע ניצחון פאר די עטיאפיער רעגירונג האבן זיי צוריק איינגענומען טעריטאריע. די סטראטעגישע שטעטלעך קאמבאלטשע און דעסי. דאס קומט נאך וואס די טיגרעי רעבעלן האבן פארלאזט די געגענט און זיך צוריק געצויגן.

זיי זענען לאקירט אויף א וויכטיגער שאסיי וואס פירט צום הויפט שטאט אדיס אבאבא.

20211206_211932.jpg
20211206_211932.jpg (242.57 KiB) געזעהן 118 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, PetalBot און 11 געסט