דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:איז ער נישט יענקי פערבער וואס אינטערוויעט זיך כסדר אויף קולמע?

WhatsApp-Image-2020-05-26-at-13.14.51.jpeg
WhatsApp-Image-2020-05-26-at-13.14.51.jpeg (99.54 KiB) געזען 3655 מאל

האסטע א בילד פון יענקי'ן
לעצט פארראכטן דורך קאמעץ בארד אום דאנערשטאג מאי 12, 2022 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

קאמעץ בארד האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:איז ער נישט יענקי פערבער וואס אינטערוויעט זיך כסדר אויף קולמע?

האסטע א בילד פון יענקי'ן

קענסטעס אפלוידען ביטע, מיין פילטער בלאקט זיין פנים
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:איז ער נישט יענקי פערבער וואס אינטערוויעט זיך כסדר אויף קולמע?

האסטע א בילד פון יענקי'ן

קענסטעס אפלוידען ביטע, מיין פילטער בלאקט זיין פנים

זעה דא viewtopic.php?p=3139465#p3139465
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

אלץ געמיינט ער איז א געלע קאפטען איד
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

מקווה איד האט געשריבן:אלץ געמיינט ער איז א געלע קאפטען איד
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

טוה א טובה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:אלץ געמיינט ער איז א געלע קאפטען איד
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

moishy56 האט געשריבן:אין בת ים דעהר וואך

די מענטש שלעפט חוטים ווי א געבוירענע איזרעילי
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

גלות איד האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:איז ער נישט יענקי פערבער וואס אינטערוויעט זיך כסדר אויף קולמע?

האסטע א בילד פון יענקי'ן

קענסטעס אפלוידען ביטע, מיין פילטער בלאקט זיין פנים

זעה דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p3139465

א דאנק.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

moishy56 האט געשריבן:אין בת ים דעהר וואך

וואס באהאלט ער אונטערן קאפל אין דער פארנט? אלץ אזוי אראפגעריקט צום פארענט?
דאכט זיך מיר איינמאל עס געזעהן בטעות ארויף האט ער דארט א שיינער סטייל.... ווי די צביעניקס וואס לייגן עס אוועק פאר די שייגעץ שטיק!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

לייוו אינטערוויו מיט די גר פון לבנון יעצט ביי די מעמד חדשים און וויליאמסבורג!

viewtopic.php?p=3584821#p3584821
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

מקווה איד האט געשריבן:אלץ געמיינט ער איז א געלע קאפטען איד

גא"ם
אפשר זיין טאטע גייט אזוי....
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נועם המידות האט געשריבן:ער זאגט אז ער רופט זיך נישט אלץ א גר ווייל זיין עלטער עלטער עלטער באבע איז געווען א איד און האט געהייסן שרה דוועק

שטימט עפעס נישט, דוועק איז א ספרדישע נאמען, און די באבע איז דאך פון די ליטע... בקיצור ער איז ממשיך מיט זיינע דריידלעך...

שר העשר האט געשריבן:קאנעקשאן איז אריינגעקומען אביסל אפגעהאקט, אבער חוץ פון דעם איז געווען מאסיוו!!

דער האט געהאט טענות פארוואס מען רופט אים דער גר פון לבנון, הלמאי ער איז א געהעריגע איד.

ווען ער האט אנגעהויבן רעדן אז די סירישע קאמיוניטי איז מיט אים, נאר די רבנים זענען צו פאוערפול... האט יצחק שלמה געגעבן א ווארף אזא בליק אויף וועלוול, וואס האט זיך גערוקט קענטיג אומבאקוועם...

ביים אריייזעצן אין קאר רופט זיך אן יצחק שלמה צו וועלוול, "בלייב מיר אויף 1:15, יא ר' וועלוול?!" (מיט א תלישה גדולה), עפעס עבודת הקודש ארבעטן זיי אריין ביינאכט.

איך ווייס נאר נישט פארוואס איך פיל זיך אזוי גוט אז איך האב אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיט זיי...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

Jhon האט געשריבן:
נועם המידות האט געשריבן:ער זאגט אז ער רופט זיך נישט אלץ א גר ווייל זיין עלטער עלטער עלטער באבע איז געווען א איד און האט געהייסן שרה דוועק

שטימט עפעס נישט, דוועק איז א ספרדישע נאמען, און די באבע איז דאך פון די ליטע... בקיצור ער איז ממשיך מיט זיינע דריידלעך...

איך קען ליטווישע דוועק'ס
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נישט קיין חילק ווער האט געשריבן:
פיקליש האט געשריבן:
נועם המידות האט געשריבן:גייט נישט געבן קיין גט...

יצחק שלמה: יעצט רעדט ער ווי א איד... :lol: :lol:

די רשעות איז נישט פשט ווי א איד איז עס זיכער נישט

די אמת איז לויט ווי ער זאגטקען זייןאז זי וויל אויך נישט קיין גט
נועם המידות האט געשריבן:ער זאגט אז ער איז נאך אין טאלקינג טירמס מיט זיין אשת חיל און הלכה'דיג איז ער נאך חתונה געהאט

ער איז נאך אפשר נעבעך אין טאלקינג טורמס, זי זעכער נישט... ווער ס’האט געהערט די פרטים פון איר אינטערוויו, זי איז נישט קיין נער, זי איז געווען די ערשטע וואס האט אנגעהויבן כאפן ער איז א גוי, און אירע עצה’געבערס האבן איר געדרייט א קאפ, זי האט ארויס פולע זיינע אינטריגע, מיט זיין דרייוו פאר קאנטראל, איך האלט ס’איז פשוט א סכנה פאר איר (און אפשר גאר פאר יעדער אידישער טאכטער) צו זיין מיט אים

כ’האף נאר אז בכל אופן זאלן די סירישע אינטערנעמען א ריכטיגע אינוועסטיגעשן אויף זיין פאמיליעס עבר, און אויפדעקן זיין אראבישן פרצוף....
א פשוטע מענטש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 3:06 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פשוטע מענטש »

אין קול מבשר איז דא א שיינע שמועס מיטן לבנון'נער חתן, מהערט איהם רעדן דארט אהלכעדיגע שמועס, דורך הרה"ג ר' אברהם יוסף גארדן שליט"א.
מהערט דארט די מציאות מיט די חתן און די רב, און א דיון הלכתי , די שמועס.
פאר נאך שמועסן פון הרב הנ"ל קען מען זעהן דא - תורה קאפ מיט הרה''ג ר' אברהם יוסף גארדן שליט''א
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ס'איז נישט קיין שמועס דיירעקט מיטן חתן, ער ברענגט נאר אראפ א שטיקל פון א אלטע אינטערוויא
ער ברענגט ארויס זייער קלאר 2 נקודות וואס מען דארף דא דן זיין
1. דער רב וואס האט אים מגייר געווען זאגט אז ער האט עס נאר געטיען גיור לחומרא, ווייל ער האט גערעדט צו די מאמע וואס וואוינט אין טעקסעס און צו די באבע וואס וואוינט אין לבנון זיי ביידע האבן געזאגט מסיח לפי תומו דאס זיי זענען אידן... אויף דעם איז ער דן צו דאס הייסט בכלל מסיח לפי תומו ווען יעדער ווייסט וואס דא האט זיך ארומגערידערט, און צו מען קען זיך דאן סומך זיין סתם אויף זייער ריידט אן קיין שום ריאות און דאקומענטן... (נ.ב. און דער זוהן האט זיי שוין מן הסתם פעסט צוגעגרייט, און בכלל נאך אזויפיהל ליגענטס ווי קען מען דאס רופן מסיח לפי תומו)...
2. דער לעבאנעזער מאן האט גענומען MtDna און ס'איז מברר אז ס'האט דנא וואס איז א אידישע דנא, איז ער דן אז געווענדליך וועט א בי"ד זיך נישט סומך זיין אויף דעם נאר ווען זיי זענען עומד על גבו און משגיח ביי די גאנצע פראצידור, און דא איז עס נישט געווען, און אויך איז ער מטיל מספוק אין דער גאנצער סברא אז דאס איז אידישער דנ"א, און אויך אז ס'דא וואס האלטן אז דער דנ"א קען אויך קומען פון די טאטע, סוי ע"פ הלכה איז זייער שווער צוזאגן אז מען קען זיך אויף דעם פארלאזן (ער רעדט בכלל נישט פון וויפל דורות סאיז מבורר זיי זענען נטמע דארטן)

בקיצור, יעצט פארשטיי איך פארוואס דער בי"ד באהאלט זיך... ואידך זיל גמור...
וועלכער היימישער נארמאלער פוסק וועט אננעמען אזא אויבערפלעכליכער גיור, און בכלל דן זיין אויף די נאמנות פון זייער מסיח לפי תומו אז ער שטאמט פון אידן, כ'בין באמת נייגעריג צו מען גייט פסק'ענען אז זי דארף נעמען א גט.
און בכלל פארוואס איז זייער מסיח לפי תומו שטערקער פון זיין מסיח לפי תומו, וואס איז שפעטער נתברר געווארן אז ס'איז א בלויזער ליגענט... און א דריי קאפ.
איך מיין אז אין ארץ ישראל איז היינט אנגענומען ביי די רבנים אז מען פארלאזט זיך בכלל נישט אויף דיבור אז מיין מאמע איז א איד, מען מאכט א פעסטע אויספארשונג און איך מיין זיי בעטן אפילו דאקומענטן עס צו באשטעטיגן, איינער קען אריינקומען קלאר?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

3. איך האב א הארבע פראגע, נאך קיינער נישט גע'ענטפערט, אויב האט ער באמת געוואלט ווערן א איד זיך מתדבק זיין און השי"ת תורה וכו' לשם גיירות, נאר האט איינגעזעהן אז ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה, און געוואלט זיך קענען דרייען צווישן אידן צו ווארטן לעת מצוא, און פאר יארן געלערנט תורה און דרכים פון אידן ווי מען דאווענט און סוף זמן קרי"ש וכו' וכו', האט ער דאך מן הסתם געוויסט די הארבקייט פון מטמא זיין א אידיש מיידל וואס יעדער חדר יונגל ווייסט, אויב אזוי פארוואס האט ער עס געטיען???? אויב דען נישט אז זיין כוונה איז סתם ער האט ליעב דאס אידישע סטייל לעבן... טשאלענט מיט קישקע און א אידיש מיידל...
לכאו' יד לאחים האלט אויך אזוי....
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

דאכט זיך מיר אז ער טענה'ט אז די דנא חלק, ווען עס וואלט געווען א בי"ד עומד ע"ג, וואלט יא געווען אן ערנסטע שאלה, ווייל די אנגענומענע מיינונג איז אז ס'איז יא א שטארקע הוכחה אז די מאמע איז א אידענע.
די הטלת ספק איז מער לחידודי, אויף וואס די רבנים וואלטן געדארפט פסק'ן אויב וואלט געווען הוכחה אז ער האט טאקע געמאכט דעם טעסט און דאס זענען געווען די רעזולטאטן.

למעשה מיינעך איז די שאלה יעצט מער צי זי דארף א גט, ווייל ער האט דאך שוין געמאכט א גיור [לחומרא]
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

סאו איי געס ס’פעלט אינפארמעישן דא,
ס’לאזט זיך נישט גלייבן אז די בי”ד האט נישט געקענט די בעיסיקס.
ער זאגט אויך ”מ’דארף עס אויסקלארן”
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Jhon האט געשריבן:3. איך האב א הארבע פראגע, נאך קיינער נישט גע'ענטפערט, אויב האט ער באמת געוואלט ווערן א איד זיך מתדבק זיין און השי"ת תורה וכו' לשם גיירות, נאר האט איינגעזעהן אז ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה, און געוואלט זיך קענען דרייען צווישן אידן צו ווארטן לעת מצוא, און פאר יארן געלערנט תורה און דרכים פון אידן ווי מען דאווענט און סוף זמן קרי"ש וכו' וכו', האט ער דאך מן הסתם געוויסט די הארבקייט פון מטמא זיין א אידיש מיידל וואס יעדער חדר יונגל ווייסט, אויב אזוי פארוואס האט ער עס געטיען???? אויב דען נישט אז זיין כוונה איז סתם ער האט ליעב דאס אידישע סטייל לעבן... טשאלענט מיט קישקע און א אידיש מיידל...
לכאו' יד לאחים האלט אויך אזוי....

דאס טענה’ט מען זיך שוין פון די ערשטע מינוט דא,
אבער איינמאל ער איז מגיור זענען די אלע זאכן שוין אי רעלעווענט, און ס’גייט שוין אן דעם ואהבתם את הגר.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

איך האב גראדע געמאכט פאר מיר די MtDna בשעתו האב איך געליינט דערוועגן, ס'דא סייענטיפישע מחלוקת אין די סברה אז ס'איז אידישע דנא,
און ווי איך האב שוין לאנג געשריבן פון MtDna קען מען בכלל נישט נאכגיין יחוס, וויבאלד ס'מאכט זיך מיוטעישנס נאך 100'ער יארן, און א מעטש מיינט נישט גארנישט...
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דראמאטישע אנטדעקונג: פארהייראטער ישיבה מאן ווערט אנטדעקט אלס לעבאנעזער מוסלמענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:3. איך האב א הארבע פראגע, נאך קיינער נישט גע'ענטפערט, אויב האט ער באמת געוואלט ווערן א איד זיך מתדבק זיין און השי"ת תורה וכו' לשם גיירות, נאר האט איינגעזעהן אז ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה, און געוואלט זיך קענען דרייען צווישן אידן צו ווארטן לעת מצוא, און פאר יארן געלערנט תורה און דרכים פון אידן ווי מען דאווענט און סוף זמן קרי"ש וכו' וכו', האט ער דאך מן הסתם געוויסט די הארבקייט פון מטמא זיין א אידיש מיידל וואס יעדער חדר יונגל ווייסט, אויב אזוי פארוואס האט ער עס געטיען???? אויב דען נישט אז זיין כוונה איז סתם ער האט ליעב דאס אידישע סטייל לעבן... טשאלענט מיט קישקע און א אידיש מיידל...
לכאו' יד לאחים האלט אויך אזוי....

דאס טענה’ט מען זיך שוין פון די ערשטע מינוט דא,
אבער איינמאל ער איז מגיור זענען די אלע זאכן שוין אי רעלעווענט, און ס’גייט שוין אן דעם ואהבתם את הגר.

איך נעם נישט אן ער איז א גר להלכה, איך ווייס נישט צו אזא בי"ד וואס באהאלט זיך האט האפט, בקיצור איך ווייס נישט, און ס'קומט נישט דא אריין ואהבתם את הגר לדעתי
איבער איר פעהלט זיך זיכער אויס 'ואהבתם' כ'מיין מער ווי איבער אים, ווען ס'וואלט געווען א אונזעריגער וואלט מען אים שוין אראפגעריסן און אלע גאסן פארן נישט וועלן געבן א גט, מ'וואלט שוין געמאכט עפעס א גט געצווינגענער הייט, אבער אזוי ווי ס'איז א לעבענעזער א צווייפעלהאפטיגער גר וואס וויינט מיט קראקאדייל טרערן שטעלט מען זיך מער אויף זיין זייט...

דער בית דין, האב איך מורא איז אזא בי"ד וואס געווענדליך מאכן זיי די געצווינגענע גיטין, כדי להכשיל בנות ישראל, דעמאלטס באהאלטן זיי זיך אויכעט, און יעצט מאכן זיי אויפגעטראכטע גירות, כדי להכשיל בנות ישראל, הינו הך...

אויב איך פארשטיי גוט איז דא א פראמינענטע רב וואס איז ארויס געקומען באשטעטיגן אז די גירות איז אריבער כדת וכדין,

איך בין נישט קיין דיין, ניטאמאל א ת”ח, איך ווייס נאר אזוי פיל אז איך ווייס נישט און איך שטיי ווייט פון זאכן וואס מ’קען זיך אפבריען,
ס’איז נישט דא קיין שום ריזען צו אים סתם אראפרייסן.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

Jhon האט געשריבן:איך נעם נישט אן ער איז א גר להלכה, איך ווייס נישט צו אזא בי"ד וואס באהאלט זיך האט האפט, בקיצור איך ווייס נישט, און ס'קומט נישט דא אריין ואהבתם את הגר לדעתי
איבער איר פעהלט זיך זיכער אויס 'ואהבתם' כ'מיין מער ווי איבער אים, ווען ס'וואלט געווען א אונזעריגער וואלט מען אים שוין אראפגעריסן און אלע גאסן פארן נישט וועלן געבן א גט, מ'וואלט שוין געמאכט עפעס א גט געצווינגענער הייט, אבער אזוי ווי ס'איז א לעבענעזער א צווייפעלהאפטיגער גר וואס וויינט מיט קראקאדייל טרערן שטעלט מען זיך מער אויף זיין זייט...

דער בית דין, האב איך מורא איז אזא בי"ד וואס געווענדליך מאכן זיי די געצווינגענע גיטין, כדי להכשיל בנות ישראל, דעמאלטס באהאלטן זיי זיך אויכעט, און יעצט מאכן זיי אויפגעטראכטע גירות, כדי להכשיל בנות ישראל, הינו הך...

זי וויל א גט?

אויב יא איז ער א הונט פארן נישט געבן.

אויב נישט, קען זיין זי איז סתם צומישט.

איך וואלט מיט אזא פארשוין נישט געוואלט וואוינען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”