בלאט 1 פון 1

כיזבאלא קערט אום ארונות, גרויס ווייטאג אין לאנד

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 4:21 am
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

נאך שיקען געמישטע סינגאלען צי די צוויי געפאנגענע סאלדאטען לעבען צי נישט כדי נאכמער צי צאפען די בלוט פין די משפחות אין פין אידען , האט די כיזבאלא גרופע ימ"ש היינט צירוק געשיקט צוויי ארונות מיט די איבערבלייבענישען פין די צוויי אומשילדיגע סאלדאטען אין מיט דעם ארויס געבלאזען די לעצטע ביסעל האפענונג
וואס די משפחות האבען געהאט אז זיי לעבען נאך ,
אין פארדעם האט די נארישע מדינת ישראל רעגירונג באצאלט א זייער טייערען פרייז פין באפרייען 5 לעבעדיגע טאראריסטען אין צוריק שיקען די איבער בלייבענישען פין 199 טעראריסטען ,
די צער איז געוואלדיג גרויס ווען מען זעט ווי די כיזבאלא קען אזוי חוזק מאכען פין די אידען אויף אזוי וייט אז זיי האבען געקענט דורעכפירען אזא אימבאלאנסירטען טויש ,
זאל גא-ט שוין העלפען אז אלע שונאי ישרא-ל זאלען האבען א מאוסען סוף אין יודישע קינדער זאלען תשובה טוהן אין זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן

לאקשען עט ק.נ.א.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:18 am
דורך arender

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:33 am
דורך לעווי
די צער איז שרקליך גרויס און די מנחם ציון ובונה ירושלים זאל מנחם זיין די משפחות האבילות.

איך וויל אבער פרעגן דא, א יעדער איינער האט א דעה אז מען מוז טון אזוי מען וואלט געדארפט טון אזוי. איך וויל דא אראפ לייגן ביידע צדדים פון די מטבע און איך וואלט געוואלט הערן וואס איר וואלט געטון ווען עס ליגט ווען אין אייער האנט.

פון איין זייט האט די מדינה גאנץ גוט געוואוסט אז די סאלדאטן זענען נישט לעבעדיג, און פאר נישט לעבעדיגע סאלדאטן אויף צו געבן 5 טעראריסטן אין 200 גופים איז זייער איבערגעטריבן. ווי אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז יעצט אז די טעראריסטן זעהן אז זיי קענען צוריק באקומען זייערע מענטשען מיט איינס אדער אפאר נישטיגע גופים און קידנעפינגס וועלן זיי עס פרובירן צו טון מער אפט, בקיצור דאס מאכן אן אויסטויש מיט טעראריסטן איז אן אינסענטיוו פאר זיי.

פון די אנדערע זייט די משפחות באקומען שטארקע סימפאטיע פון די פאלק, און די עולם לייגט גרויס פרעשור אז מען זאל פאר אלע קאסטן צוריק ברענגן די צוויי סאלדאטן. דאס פאלק גלייבט נישט אז זיי זענען זיכער טויט, און זיי נעמען אן אז קען זיין זיי לעבון נאך. די יוגענט שרייט אז אויב דאס לאנד קימערט זיך נישט מיט אירע געפאנגענע סאלדאטן פארוואס זאלן מיר גיין אין מיליטער?

וואס טוט מען יעצט?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 10:18 am
דורך צייטליך
דער בזיונות פאר מדינת ישראל איז שרעקליך. מ'האט גע'קידנעפט צוויי סאלדאטן אין לבנון, אין רעאקציע גייט מען אריין אין מלחמה און מ'ווערט ארויסגעשטויסן פון דארט מיט נעבעך הונדערטער גע'הרגעטע ה"י. נאכן אריינכאפן די בזיונות פון די מלחמה-דורכפאל און די טעראריסטן הערן נישט אויף וויייטער צו שיסן ראקעטן קיין ארץ ישראל גייט מען נאך און מ'גיבט צוריק די ארגסטע טעראריסטן וואס די חיזבאללא האט נאר פארמאגט פאר די קערפער פון די צוויי מדינת ישראל סאלדאטן. יעדער פארשטייט מיט וואס די טעראריסטן גייען זיך יעצט באשעפטיגן, השם ירחם.

ס'איז נישטא קיין בעסערע אפטייטש ווי דאס אויף דער באקאנטער ווערטעל: "פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן" און נאך ווי ארויסגעווארפן.

יעדער פארשטייט אז מדינת ישראל האט געדארפט טוען אלעס אין דער וועלט צוריק צובאקומען זייערע געפאנגענע סאלדאטן, אבער דאס ווייסט אויף די אומבאהאלפענקייט וואס הערשט דארט אינאיינעם מיט זייערע קליגע קעפ, שטארקע געווער און אייגענער לאנד.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 12:29 pm
דורך יאסל
איך וועל דא נישט אריינגיין אין די פאליטישע עספעקט צי סהאט זיך געלוינט פאר מדינת ישראל אדער נישט.
איך וויל דא ארויסברענגען אן אנדערען פוינט ,וואס איז דאס דארפען צי זען ווי די אראבער נעמען אויך דעם מערדער קונטאר מיט א זיגרייכען מארש ווי כאילו ער איז א נאציאנאלער העלד, וואס בסך הכל איז ער א ברוטאלער מערדער וואס האט געמארדעט א אומשילדיגער טאטע פאר די אויגען פון זיין פיר יעריגע טאכטער אין דערנאך איר זעלבסט דערשאסען, אין דער איז אן אראבישער העלד,
דאס ווייזט נאכאמאל וואס א חיות אדם די אראבישער פאלק איז אין ווער סאיז זייערע העלדען א גרויל אין אן עקל .

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 1:21 pm
דורך שוועמל
עס ווערט א גוג ומגוג

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 6:21 pm
דורך נאטורליך
אלע תגובות דא איינע נאכן אנדערע זענען ליידער אמת ויציב און אויך גיט אנאלאזירט, וואס קען מען מוסיף זיין? לעווי, צייטליך, יאסל. זייער פיין ארויסגערענגט.
א רחמנות אויף די משפחות, פארשעמט איז דער צה"ל מיט זייערע פירער, מען איז אין גלות, עס האט נישט געהאלפן די יארען פון פיטערן דאס לאנד אז מען האט געווער, אמעריקא שטייט צו הילף, כוחי ועוצם ידי וכו' וכו'. קיינער איז נישט קלוגער פון ג-ט ב"ה. ישראל האט געהאט א מעכטיגע מפלה, זיי מעגען זיך שעמען און ווייטען האלז אריין.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:44 pm
דורך קרעמער
אזעלכע טיפשים די איזראעלים נעבעך, ווען זיי וואלטן ווען געקענט צוריקשיקן אריק שרון אין אויסטויש פאר די 2 קערפער, וואלטן זיי כאטש נישט געדארפט האלטן אין איין דעקן זיינע מעדיצינישע קאסטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:49 pm
דורך צייטליך
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.... פארפאלן, אז ס'איז גוט לאכט מען.

קרעמער, היינט לכבוד די נייעס וואלסטו געמעגט ברענגען א ברייטערע באריכט א_ווי אלעמאל ווען ס'איז דא גרעסערע נייעס'ר.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 9:52 pm
דורך קרעמער
היינט האב איך געהאט א שמחת בית השואבה (אויב דו ביסט אמאל געווען אין א קאנטרי/קעמפ וועסטו פארשטיין), כ'בין ביזי געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 10:20 pm
דורך איך_הער
סאו, האסט צייט עס צו מאכן מארגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 8:45 am
דורך יאנאש
קרעמער, לאכטי ולאכטי וסטיל לאכי.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 11:41 am
דורך דזשאמבא
ביטער ביטער, אוי משיח זאל שוין קומען...

מען ווייסט שוין ווען מען האט זיי געהרג'ט?
ממש פארן צוריק געבן, אדער שוין א צייט צוריק?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 9:26 am
דורך יגרסהדותא
קרעמער, איך האב אויסגעשאססססססססססססססססן, יש"כ.

אין ביהמ"ד האט מען שבת געפרעגט: צו וואס האט די מדינה כאטש נישט געקענט שיסן די 5 טעראריסטן פאר'ן צוריקגעבן צו זיי.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 9:34 am
דורך זעליג
טיפש בלייבט טיפש.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 9:48 am
דורך חיים
די וועלטליכע אויסדריק אויף א קלוגע איד איז, ער האט ממש א גמרא קאפ זעהט אויס אז טאמער לערנט מען נישט גמרא תוספות בלייבט די קאפ א פלעינע איזרעלישע קאפ.
(די ארץ ישראל אידן זאלן זיך נישט באליידיגן איך מיין נישט זיי איך מיין נאר די שקציסטן, אגב איך דערמאן זיך וואס איינער האט אמאל גזאגט אז מען האלט אין איין רעדן וועגט די קלוגשאפט פון די ירושלימער קינדער ווי קלוג זיי זענען, איז וואס געשעט אויף דער עלטער מען הערט עפעס נישט אז זיי זאלן זיין עפעס אזוי קלוג??????
די תירוץ איז אז אז זיי בלייבן קלוגע קינדער........................ די ירושלימע אידן זאלן נישט ברוגז זיין עס איז נאר א ווערטל וואס איך האב מיך דערמאנט דרך אגב און עס איז דא גענוג און נאך ווערטלעך אויף די אמעריקאנע אידן וואס מען עס גערן אהערברענגן אין די קרעטשמע אין די מילתא דבדיחותא אשכול)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 9:57 am
דורך לעווי
יגרסהדותא האט געשריבן:קרעמער, איך האב אויסגעשאססססססססססססססססן, יש"כ.

אין ביהמ"ד האט מען שבת געפרעגט: צו וואס האט די מדינה כאטש נישט געקענט שיסן די 5 טעראריסטן פאר'ן צוריקגעבן צו זיי.


יגר, דאס איז אלע מאל געווען די ליובאביטשער רבי'ס טענות. ער האט אייביג גע'טענה'ט, אז מען זאל נישט איינזעצן קיין טעראריסטן אין טורמע נאר מען זאל זיי באלד הרג'נען. ווייל אויב לעבט יענער וועט ערר נאך איין טאג באפרייט ווערן און ווייטער טעראריזירן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:19 am
דורך צייטליך
זייער א גערעכטע טענה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 1:05 pm
דורך קרעמער
העי צייטליך, ווער מיר נישט קיין ציוני איבערנאכט. אידן זענען פארבאטן צו האבן אן אייגן לאנד, און טאמער וואלט די מדינה נישט געשטאנען, וואלט אכמעד נישט געשאסן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:03 pm
דורך לאקשען ברעט
קרעמער , די מדינה רעגט זיי טאקע אויף , אין מען טאר טאקע נישט האבען קיין מדינה , אבער ווער זאגט דיר אז אכמאד וואלט געווען א וואויל יונגעל אויב מען האט נישט קיין מדינה , זיין זיידע איז שוין געווען א א פרא אדם ביים געבורט , אפילו עס איז נישט געווען קיין מדינה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:46 pm
דורך דארפסמאן
אבער ער וואלט נישט געקענט הארגענען אוי פיל אידין אן קיין תרוץ, יעצט האט ער א תרוץ אז מען האט אים אוועק גענימען זיין לאנד

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 3:08 pm
דורך חיים
וואס איךז א חילוק צו ער האט יעצט יא א תירוץ צו נישט די פאקט איז אז זיי זענען רוצחים און מהאי טעמא האט דער הייליגער סאטמאר רב זיך געפערליך געבייזערט אויף די וואס זענען געגאנגען מיט די אראבערס ווייל אונזער מלחמה קעגן ציונות איז א צווייטער סארט מלחמה ווי די וואס די אראבערס פירן אונז זעמיר אין מלחמה לה' בעמלק קעגן זיי מכח די ציוויי התורה און די אראבערס פירן א מלחמה וועגן מען האט אוועקגענומען זייער לאנד און פארגאסן זייער בלוט, אונז קומען זיך נישט דא אננעמען פאר פארגאסענע אראביש בלוט, נישט דאס גייט אונז אהן, מיר קומען ווייל די תורה לאזט נישט און ווען די תורה וואלט געלאזט זיך רייצן מיט די אומות העולם וואלט אונז בכלל נישט אנגעגאנגען די אראבישע בלוט(איך בין אביסל פארפארן פון די נושא און איך האב געשריבן בקיצור וישמע חכם ויוסף לקח)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 3:09 pm
דורך צייטליך
לקיים ויהיתם נקיים.

קרעמער, מיין תגובה איז געצילט צו די ציונים, אז לשיטתם האט ער א גערעכטע טענה, מיר דא אונעם אפיס פון ק.נ.א. זענען גראדע איינזייטיג ווען עס קומט צו מדינת ישראל, מיר האלטן אלע ווי אינזערע עלטערען אז דער מדינה איז פארבאטן לויט אינזער תורה און מיט דעם איז מען עובר אויף די שלוש שביעות וואס איינע דערפון איז נעמען א אייגענע מדינה פאר משיח קומט אינז אויסלייזן.

ס'זיכער נישטא קיינער וואס לייקענט אז מדינת ישראל איז דער וואס האט אויפגערייצט דער בער, איינער האלט נאר אז עס קומט זיך זיי און אנדערע טענה'ן אז נישט, אבער זיי זענען זיך אליין שולדיג, דאס איז קלאר.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 3:15 pm
דורך דארפסמאן
אבער חיים טייערע: ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצוקקללה"ה האט אינץ אויסגעלערענט אבער מען דארף פראבירען מיט תחנונים און חנופה זיי זענען טאקע רוצחים אבער מען מ'טאר זיך נישט רייצען מיט זיי און טאקע ווייל זיי זענען רוצחים

צייטליך טייערע : ישר כח פאר מקיים זיין ויהיתם נקיים אזוי דארף א יוד טיען

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 3:25 pm
דורך חיים
אין הכי נמי דארפסמאן איך מיין נישט צו פארענטפערן די ציונים וואס האבן נאר צרות אנגעברענגט אויף די וועלט איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגן דער נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט דוק ותשכח אבער אונז האמיר אלע די זעלבע מיינונג