פרישער פוטש אין סודאן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די FFC קאאליציע (פארסעס פאר פרידאם און טשעינדזש) - וואס זיי האבן מתחילה אריינגעשטעלט פרעימער מיניסטער האמדאק אויף זיין פאזיציע אין 2019 - אקצעפטירט נישט די דיעל און שטעלט זיך אפן ארויס קעגן די אגריעמענט צווישן האמדאק און גענעראל בורהאן.

"אונז טוה מיר באשטעטיגן אונזער קלארער און ביז יעצטיגער שטעלונג; עס איז נישט דא קיין שום פארהאנדלונגען, קיין שום צוזאמענארבעט און קיין שום לעגעטימיטעט פאר די מאכט פארכאפער. אונז זעמיר נישט אינטערעסירט אין קיין שום אפמאך מיט די ברוטאלער כונטע. אונז ארבעט מיר ווייטער אויף א פרידליכער וועג מיט אלע רעוועלוציאנערע קרעפטן".
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

קאמאנדיר איבער די ספעציעלע קרעפטן אין אוגאנדע און זון פון אוגאנדער פרעזידענט דריקט אויס פולער שטיצע פאר דער ברוטאלער גענעראל בורהאן
Screenshot_20211121-141429~2.png
Screenshot_20211121-141429~2.png (600.56 KiB) געזען 2508 מאל
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

נקדימון האט געשריבן:ברעיקינג: כמעט א חודש נאך וואך דער הויפט גענעראל אין לאנד האט ארויסגעווארפן דער פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק זענען זיי היינט איינגעגאנגען אויף א דיעל צוריק צו בעקן פון די מיליטערישע קאנטראל אויפן לאנד און צוריק שטעלן א ציווילער רעגירונג.

האמדאק איז געווארן ארויסגעלאזט פון הויז ארעסט
20211121_112217.jpg

וואס האט זיי געברענגט צום טיש צו וועלן פארהאנדלען?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גענעראל בורהאן וואס שטייט אויס שווערע סאנקציעס פון די וועלט און וואלט אין די ענדע ווארשיינלעך נישט געקענט בייקומען די אנגייענדע דעמאנסטראציעס אין לאנד פון איין זייט

פון די צווייטע זייט האסטו א פרעימער מיניסטער וואס זיצט אין הויז ארעסט ביי די מיליטער און זיינע פארלאנגען פאר א טאטאלער ציווילער רעגירונג אן די דיעות פון די מיליטער פירט נישט קיין ערגעץ און איז בכלל נישט פארזיכערט ער וועט בלייבן אויף זיין פאזיציע; איז די גרינגסטע אפציע געווען צו שליסן א דיעל ווי האמדאק באקומט טאקע צוריק זיין פאזיציע אבער בתנאי עס קומט מיט א [כמעט פולשטענדיגע] מיליטערישע איבערזיכט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נישט וויסענדיג די ריעליטי אין סודאן

דאס בעסטע וואלט געווען ווען דער פרעימיער מיניסטער ארבעט אויס מיט אנדערע לענדער א מהלך צו בויען שטילערהייט א אומאפהענגיגע מיליטערישע מאכט אינטער זיין פירערשאפט (אפשר זאל ער עס אפילו טון אין אויסלאנד) און ציביסלעך איבערווארפן דאס יעצטיגע מיליטער, אפשר זאלער אויכעט אריבערגעווינען אפאר גענערעלער פון דאס יעצטיגע מיליטער

ווי כאילו כווייס עפעס, סאיז סתם טעארעטיש גערעדט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק איז צוריק געשטעלט געווארן אויף זיין פאזיציע. די רעגירונג וועט ווערן געפירט אויך אונטער די איבערזיכט פון די מיליטער.
האמדאק רעכטס. גענעראל בורהאן לינקס
20211122_121734.jpg
20211122_121734.jpg (58.4 KiB) געזען 2226 מאל
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

נקדימון האט געשריבן:גענעראל בורהאן וואס שטייט אויס שווערע סאנקציעס פון די וועלט און וואלט אין די ענדע ווארשיינלעך נישט געקענט בייקומען די אנגייענדע דעמאנסטראציעס אין לאנד פון איין זייט

פון די צווייטע זייט האסטו א פרעימער מיניסטער וואס זיצט אין הויז ארעסט ביי די מיליטער און זיינע פארלאנגען פאר א טאטאלער ציווילער רעגירונג אן די דיעות פון די מיליטער פירט נישט קיין ערגעץ און איז בכלל נישט פארזיכערט ער וועט בלייבן אויף זיין פאזיציע; איז די גרינגסטע אפציע געווען צו שליסן א דיעל ווי האמדאק באקומט טאקע צוריק זיין פאזיציע אבער בתנאי עס קומט מיט א [כמעט פולשטענדיגע] מיליטערישע איבערזיכט.

שכח.

איז דאס געווען זיין בעסטע אגרימענט צו אנעמען?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נקדימון האט געשריבן:פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק איז צוריק געשטעלט געווארן אויף זיין פאזיציע. די רעגירונג וועט ווערן געפירט אויך אונטער די איבערזיכט פון די מיליטער.

באריכטן אז פרעמיער מיניסטער האמדאק גרייט זיך צו רעזיגנירן אין נאנטע שעות/טעג.
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-12-22 214427.png
Screenshot 2021-12-22 214427.png (52.11 KiB) געזען 2081 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעימער מיניסטער האמדאק שרייבט אז ער וועט אדרעסירן דאס פאלק ביז געציילטע מינוט. (האמדאק האט נעכטן געדארפט רעדן אבער איז געווארן אפגערופן די לעצטע מינוט אן אנגעבן א סיבה)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ברעיקינג: פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק אנאנסירט זיין רעזיגנאציע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נישט קלאר וואס דא וועט זיך אויסקאכן;

Without Hamdok the military is back at zero. They needed him in order to get the international community to release aid. Without him they're left with two options: retain full power under international isolation, or try to reach a new deal with the Forces for Freedom and Change.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נקדימון האט געשריבן:ברעיקינג: פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק אנאנסירט זיין רעזיגנאציע

וואס איז פשט?

האט נישט דאס פאלק געוואלט האמדאק?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לכאורה איז דאס געווען א חלק פון די דיעל א חודש צוריק. אבדולא וועט צוריק ווערן פרעמיער פאר א וויילע און שיין רעזיגנירן. אזוי וועט אלעס שיין איבערגעגעבן ווערן צו די מיליטער, און אבדולא וועט נישט דארפן שמאכטן אונטער ארעסט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ער האט רעזיגנירט ווייל דער פאלק איז בייז אז ער האט מסכים געווען צו א צוזאמענארבעט מיט די מיליטער, דאס איז אזא פראטעסט קעגן די מיליטער וואס פארבלייבט אנע קאנטער באלאנס צום פאלק, און צום אונטערנאציאנאלער פראנט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטעיט דעפארטמענט געמאלדן פרישע סאנקציעס קעגן די סודאנעזע 'צענטראלע רעזערוו פאליציי', די ארטיגע ספעציעלע פאליציי קרעפטן, פאר נוצן ווילדע און איבערגעטריבענע מאכט קעגן פרידליכע פראטעסטירער.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מאכטפולע געשלעגן אין סודאן.

די פארא-מיליטערישע "רעפיד סופארט פאורסעס" גרופע האט פארכאפט די לופטפעלד אין הויפט שטאט כארטום.

די סודאנער מיליטער קעמפט זיך אויס מיט צענדליגער טויטע אין די לעצטע שעות מיט הונדערטע פארוואונדעטע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

הייס פייער רעגנט אין די גאסן

https://www.dropbox.com/s/7ucdfj8dygega ... 2.mp4?dl=0
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די סודאנער מיליטער שטעלט קלאר אז זי וועט אויף קיין פאל פארהאנדלען מיט די פארא-מיליטערישע רעפיד סופארט פאורסעס גרופע און באצייכנט זיי אלץ רעבעלן וואס דארפן אויסגעריסן ווערן.

די פאוער סטראגל צווישן די מיליטער און די RSF גרופעס גייט שוין אן חדשים לאנג און האלט צוריק פון צוריק לייגן א ציווילע רעגירונג איבער סודאן. עפעס וואס מען קוקט שוין ארויס לאנגע חדשים.

די צוויי גרופעס האבן סוקסעפול דורכגעפירט די פוטש אין 2021 צו פארכאפן די מאכט אין סודאן אבער האבן נישט מצליח געווען זיך צו פאראייניגן זינט דאן.

די פאוער סטראגל איז ארויס פון פראפארץ און שווערע שלאכטן האבן אויסגעבראכן.

דאס אז די מיליטער זאגט זיי גייען נישט פארהאנדלען מיט די RSF טוט אנצייגן אז מען איז גרייט פאר מער בלוט פארגיסונג אין סודאן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די זין שיינט אויף איבער סודאן און די פייער באנייט זיך. מען הערט שיסערייען.

ווייט (נאך) נישט אויף די שטאפל פון איבער דעם זיבעטן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

בלינקען מיט א געבעט
20230415_235121.jpg
20230415_235121.jpg (143.93 KiB) געזען 1295 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

כאטש 56 זענען באשטעטיגט טויט

595 פארוואונדעטע.

נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:08 am
כאטש 56 זענען באשטעטיגט טויט
דאס זענען בלויז ציווילע וואס זענען אומגעקומען אין די פייער אויסטוישן.

צווישן די זעלנער פון די קריגערישע צדדים איז דא עטליכע טוצן פאטאליטעטן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א פוטש געדעקט דורך נקדימון, אן א סקרין שאט ווי די אינטערנעט אין געגענט האלט?!
---
ש'כח נקדימון פאר די אפדעיטס.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

enjoy האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:17 am
א פוטש געדעקט דורך נקדימון, אן א סקרין שאט ווי די אינטערנעט אין געגענט האלט?!
---
ש'כח נקדימון פאר די אפדעיטס.
נישט קיין פוטש.

די פוטש האט שוין פאסירט. יעצט איז א מי בראש מחלוקת.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”