בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

farshlufen האט געשריבן:ר' אברהם פר"מ אין "די צייטונג" באשרייבט אים מיט עטליכע אומבאקאנטע שטריכן, ווי דאס וואס ר' הערץ איז געווען דער וואס איז אראפגעפארן קיין פוילן [צוזאמען מיט ר' יחזקאל שמש] מפנה צו זיין די רעבעצין'ס עלטערן און בחכמתו איבערגעקומען די קאמוניסטישע שוועריגקייטן וכו'.


געלעזט דעם שבת. הערליך און אינפארמאטיוו.

איך בין ארויס בעאיינדרוקט.
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעדנער »

eller האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח

די ארויסגיין פון זאל פון איינעם פון די גדולי האדמורי''ם זצ''ל איז געווען ווען הרב יוסל שיינברגר מזכיר העדה החרדית האט זיך צופייערט אקעגן די אגודה וואס שווייגן אויף די חפירות הקברים און זענען ממשיך צו זיצן בכנסת במינים, מאמענטאל האט זיך איינער פון די גדולי האדמורי''ם אויפגעשטעלט און פארלאזט די זאל, רביה''ק זצ''ל איז נאכנישט געווען דארט, ר' חיים משה שטויבער ז''ל איז צוגעלאפן צום מייק און אריינגעשריגן רבותי! ס'האט פאסירט א מורא'דיגע זאך די וו' רבי איז ארויסגעגאנגען, ס'איז געווען א אפמאך אז מ'וועט נישט רעדן פון די אגודה וכו'...שפעטער איז צוגעגאנגען די פאלטיטשאנער רב ז''ל און אויסגעשריגן ס'איז נישטא קיין שום אפמאכן און מ'קען בכלל נישט מאכן קיין אפמאכן א קעגן די תורה...אפאר טעג האט דער עולם געברויזט...יענער גדול וצדיק זצ''ל האט שפעטער געזאגט ברוב ענוותנותו אז ער האט נישט געקלערט אז מ'וועט אזוי באמערקן זיין ארויסגיין, ער האט זיכער נישט געוואלט אנמאכן א סמאטוכע
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

ער שרייבט אין זיין בוק עפעס אזוי (איך האב עס נישט אין פראנט פון מיך סאו איך שרייב עס פון זכרון) אז אפילו אויב עס איז געווען אן אפמאך האט עס אים נישט מחייב געווען ווייל ער איז נישט געקומען אלס סאטמאר נאר (איך געדענק נישט)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

הרה״ק מסאטמאר זי״ע איז שוין יא געזעסן אין זאל ווען דאס האט פאסירט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

התחברות האט געשריבן:הרה״ק מסאטמאר זי״ע איז שוין יא געזעסן אין זאל ווען דאס האט פאסירט.


געדענק איך אויך אזוי

(נישט דעם מעמד, נאר פארציילען די מעשה אזוי)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

ווער זענען זיינע ברידערס ? אויב ער האט געהאט
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

רעדנער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח

די ארויסגיין פון זאל פון איינעם פון די גדולי האדמורי''ם זצ''ל איז געווען ווען הרב יוסל שיינברגר מזכיר העדה החרדית האט זיך צופייערט אקעגן די אגודה וואס שווייגן אויף די חפירות הקברים און זענען ממשיך צו זיצן בכנסת במינים, מאמענטאל האט זיך איינער פון די גדולי האדמורי''ם אויפגעשטעלט און פארלאזט די זאל, רביה''ק זצ''ל איז נאכנישט געווען דארט, ר' חיים משה שטויבער ז''ל איז צוגעלאפן צום מייק און אריינגעשריגן רבותי! ס'האט פאסירט א מורא'דיגע זאך די וו' רבי איז ארויסגעגאנגען, ס'איז געווען א אפמאך אז מ'וועט נישט רעדן פון די אגודה וכו'...שפעטער איז צוגעגאנגען די פאלטיטשאנער רב ז''ל און אויסגעשריגן ס'איז נישטא קיין שום אפמאכן און מ'קען בכלל נישט מאכן קיין אפמאכן א קעגן די תורה...אפאר טעג האט דער עולם געברויזט...יענער גדול וצדיק זצ''ל האט שפעטער געזאגט ברוב ענוותנותו אז ער האט נישט געקלערט אז מ'וועט אזוי באמערקן זיין ארויסגיין, ער האט זיכער נישט געוואלט אנמאכן א סמאטוכע

טא וועמענס דרשה הירץ פרענקל אדער הרב שיינבערגער ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

דאכט זיך אז האדמו"ר זצ"ל האט זיך נאכדעם פארענטפערט אז די פרויען רעפארטערס האט אים געשטערט פון די ערשטע מינוט, אז ער האט געטראפן א געלעגנהייט איז ער געגאנגען.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:הרה״ק מסאטמאר זי״ע איז שוין יא געזעסן אין זאל ווען דאס האט פאסירט.


געדענק איך אויך אזוי

(נישט דעם מעמד, נאר פארציילען די מעשה אזוי)


גערעכט, ר׳ יוסל שיינבערגערס דרשה איז עס געווען

הרב פרענקעל האט גערעדט נאכדעם און געזאגט אז ער וועט רעדן וואס ער וויל און ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך

לפי זכרוני זיצענדיג דארט איז דער רבי ז"ל נאך נישט געווען דארט

מ׳ האט נאכדעם געזאגט אז האדמו"ר ז"ל האט געזאגט ער וואלט קיינמאל נישט ארויס בפניו פון זיין רבי׳ן והכא מסתברא
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

געליינט די עמי. זייער זייער שיין באשריבן.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

התחברות האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.


קיינער רעדט נישט אז ער זאל זיין דער ווארטזאגער פונעם רבין בעניני צניעות, חסידות, לבוש פון די פרויען, וכדו און אפילו לגבי ציונות, דאס האט דער רבי געהאט גענוג און נאך מיט וועם ער האט זיך דורכגערעדט און איבערגעגיבן זיין רצון אוו זיי זאלן עס איבערגעבן פאר די חסידים.
ס"ה רעדט מען לגבי לימודי חול סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך וואס אין די ענינים האט עס דער רבי נישט גערעדט מיט אנדערע נאר בעיקר מיט רבי הערץ ז"ל. און אזוי ווי אין די הינזיכטן איז דא א טשטוש המוחות לעצטענס, איז יעדע ווארט פון אים כקילורין בעיניים.
פערצופאל איז דאס וואס ער זאגט, זענען הונדערטע אידן מעיד אז אזוי איז טאקע געווען מער ווייניגער ווען דער רבי האט געלעבט און געווען געזונט. אין ענגליש איז דא א ווארט עס corroborate, און ממילא איז זיין ווארט נאך אזוי גוט ווי די וואס האבן מיטאמאל געקענט דעם רבין פון די געזונטע יארן.

איי געס עס איז סיעתא דשמיא, אז רבי הערץ האט געלעבט ביז יעצט, וואס ווער עס האט געוואלט וויסן דעם אמת האט אים געקענט פרעגן ביז ממש לעצטענס.



דער חידוש פון ר׳ הערץ פרענקל זענען מערערע:

1) דער רבי האט ברוב חכמתו איינגעזעהן אז דער בחור הערץ פרענקל פארשטייט גוט די שיטה, און האט אים גענוצט אלץ א שופר, אלץ א שליח, אלץ איש אמונו, אלץ אן אגענט פאר די שיטה פאר די דרויסנדיגע וועלט -

א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.

2) דער רבי האט אראפגעשטעלט יסודות פון א מיידל שולע, וואס דארף זיין אויסגעהאלטן, און פראפעסיאנעל, ערליך און קארעקט במילי דשמיא ובמילי דעלמא - אידישליך און וועלטליך - פאר דעם צוועק האט דער רבי אויסגעקליבן דעם בחור הערץ פרענקל - בשנת תשי״ט. צו פירן די ענגלישע דעפארטמענטס ביי די אינגלעך און ביי די מיידלאך.

א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.

ווען דער רבי האט אים אויפגענומען האט ר׳ הערץ נישט געוויסט פון קיין שיטה. ער איז געווען א געשוואוירענער אגודיסט. מען האט אים אויפגענומען אויף נישט קיין ערענסטע פאזיציע, סך הכל פאר א ענגלישע פרינציפאל פון עטליכע צענדליגער מיידלעך און פארשטייט זיך פאר די יונגלעך וויפיל עס האט אויסגעפעלט. אבער ווי באקאנט האט דער רבי ליב געהאט צו רעדן צו מענטשן פון דרויסן כדי צו וויסן וואס טוט זיך און צו קענען פירן די מלחמה קעגן ציונות ווי עס דארף צוזיין, פלעגט דער רבי אסאך רעדן צו אים, און צוביסלעך האט ר׳ הערץ אנגעהויבן צו פארשטיין דעם רבינ׳ס שיטה, און דאס איבעריגע איז היסטארי.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לויט ווי הערץ אליינס פארציילט האט די רבי אסאך גערעדט מיט אים איבער פארשידענע ענינים פארן מאכן דעם באשלוס אים אויפצונעמען

ער שרייבט אויך אז ער איז געווען פון די רעכטע פליגעל פון צעירי אגודת ישראל א שטייגער ווי הרב מנדלסון אב"ד קוממיות, העסקן הערי גודמאן פון לאנדאן וועלכער האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבין אין עניני עסקנות, ס'קוקט אויס פון זיינע ווערטער אז ער האט שוין איינמאל געוויסט דעם רבינס שיטה

די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה

א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה

א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע

די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.

הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.

פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע שטיקל עמי פון די וואך

קען זיין מהר״א האט עס געזאגט. אבער די מאגאזין האט נישט קיין שום נאמנות.
דארף מען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לב בשר האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע שטיקל עמי פון די וואך

קען זיין מהר״א האט עס געזאגט. אבער די מאגאזין האט נישט קיין שום נאמנות.
דארף מען זיך נאכפרעגן ביי אנדערע.

באזני שמעתי ממהר"א, נאר מיט א קוועטש אוועק וואס טוישט די גאנצע משמעות, ער האט נישט געזאגט אז 'נאר' אים קען מען גלייבן, מ'האט גערעדט פון זכרונות און פון מימרות וואס מענטשן זאגן נאך, און מ'האט דערמאנט זיין נאמען האט די רבי געזאגט 'הערץ פרענקל אים קען מען גלייבן', ער האט אבער נישט געזאגט 'נאר' אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הבנתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האט מיר איינער אריינגעשיקט א שמועס ווי מהר"א האט עס דערמאנט ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס'איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן (לויט ווי איך האב עס געהערט אין א צווייטע געלעגנהייט), אבער עכ"פ ס'טוישט ווייטער די משמעות פונעם עמי
אטעטשמענטס
פרענקל.jpg
פרענקל.jpg (194.43 KiB) געזען 1803 מאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

farshlufen האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה

א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע

די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.

הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.

פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן

אין דער איד די וואך אין אינטערוויו מיט ר' משה יצחק לאווינגער ז''ל איז געווען באשריבן דעם רבינס באזוך אין לאנדאן, דארט שרייבט ער אז הערי גודמאן האט ממש מיטגעהאלטן די גאנצע באזוך און גערעדט מיטן רבין אסאך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה

א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע

די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.

הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.

פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן

אין דער איד די וואך אין אינטערוויו מיט ר' משה יצחק לאווינגער ז''ל איז געווען באשריבן דעם רבינס באזוך אין לאנדאן, דארט שרייבט ער אז הערי גודמאן האט ממש מיטגעהאלטן די גאנצע באזוך און גערעדט מיטן רבין אסאך.


איך האב נישט געליינט דעם איד, אבער באקאנט אז דער רבי האט איהם גערופן פאר קידוש, און געשיקט פארהאנדלען וועגן באפרייען דעם סקולענער רבי'ן זצ"ל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

מי יודע האט געשריבן:האט מיר איינער אריינגעשיקט א שמועס ווי מהר"א האט עס דערמאנט ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס'איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן (לויט ווי איך האב עס געהערט אין א צווייטע געלעגנהייט), אבער עכ"פ ס'טוישט ווייטער די משמעות פונעם עמי

שכוח פארן ברענגן, די ווארט "היינט" האט עמי בזדון ארומגענומען פון קאנטעקסט
#בשיטה נישט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נו שוין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:האט מיר איינער אריינגעשיקט א שמועס ווי מהר"א האט עס דערמאנט ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס'איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן (לויט ווי איך האב עס געהערט אין א צווייטע געלעגנהייט), אבער עכ"פ ס'טוישט ווייטער די משמעות פונעם עמי

שכוח פארן ברענגן, די ווארט "היינט" האט עמי בזדון ארומגענומען פון קאנטעקסט

״איין״ ווארט וואס טוישט די גאנצע משמעות...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Document_2021-10-27_135350.gif
Document_2021-10-27_135350.gif (303.01 KiB) געזען 1607 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

.
אטעטשמענטס
unnamed (72).jpg
unnamed (72).jpg (78.03 KiB) געזען 1574 מאל
unnamed (73).jpg
unnamed (73).jpg (70.8 KiB) געזען 1574 מאל
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

פרישע קוגל האט געשריבן:
שלמ'קע האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
Chuchem Atik האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:

https://drive.google.com/file/d/1z3Tlsh ... p=drivesdk


ייש"כ פארדעם, עס איז אויך דא נאך א באזוך ביי א פרעזידענט (איך געדענק נישט אויב ביי רעיגען אדער אויך ביי בוש 41) און דארט זאגט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א די ברכה. עס איז זיס צו זען דארט ווען ר' הערץ הייבט אן צו טרענסלעטען די ברכה, שלעפט ער אזוי שיין אוועק דעם רבין און ער שטעלט זיך דעם ערשטער נעבן דעם פרעזידענט.

אויב איינער קען עס ביטע ברענגן.

ייש"כ

גא''מ

שכל'דיג האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אצל פרעזידענט רעיגן

האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אין שפיץ פון א מאיעסטעטישע סאטמארער דעלעגאציע צו פרעזידענט רעיגן אין די אכציגער יארן [1987], פאר שתדלנות איבער אידישע פליטים פון רוסלאנד.

דער סאטמארער רבי שליט"א - דאן סיגוטער רב פון בארא פארק - זאגט דעם הנותן תשועה אין א עהרנפארכטיגע מינע, וואס ווערט דערנאך פארטייטשט דורך דעם דינאמישער כלל-עסקן און פריניציפאל פון די סאטמארער בית רחל הרב הערץ פרענקל, דערנאך הערט מען א קורצע רעדע פון הרב צבי קעסטנבוים ע"ה און נאכאמאל הרב פרענקל.

viewtopic.php?f=63&t=26006&start=350

https://www.theyeshivaworld.com/news/yw ... -1987.html


ביטע לייגן אויף דרבפאקס יישר כח


http://www.jdn.co.il/video/986094

דראפ באקס? דרייוו?

משומר בלאגט עס!! אן עצה האט איינער??
אפשר אישי!?
\
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אין דער איד הייבט זיך אן גאר אן אינטערסאנטע אינטערוויא וואס ער האט געהאט פאריאר מיט וואלף דייטש.. ס'גייט זיין אין פארזעצונגען אבער ס'זעהט אויס ווי ס'קומט גאר אינטערסאנט..

אז מ'רעדט שוין אין דער איד ווערט אויך דערמאנט אז געציילטע יאר פאר די רבי איז נסתלק געווארן איז געווען א מערכה קעגן אים אבער די רבי האט אים זייער געבעקט.. קען איינער אריינקומען מיט די פרטי הדברים וואס ס'איז פארגעגאנגען..
אויב ס'באלאנגט נישט אין פאבליק ביטע מיר עס שיקן אין אישי.
שכח
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”