בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
מהאט פארלוירן א שטיק סאטמאר, א שטיק היסטאריע פון סאטמאר, די לעצטע פון די רביס קאבינעט
וואטעווער....
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
קעפל: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:ב"ר מנשה ב"ר שלמה זלמן השני הנ"ל
ר' מנשה פרענקל נולד בשנת תרס"ג ביעדלאוו לאביו ר' שלמה זלמן האב"ד דשם, למד בריישא והי' מו"צ בליזענסק, בימי הרס עולם גלה לסיביר ולאחר שהותו שנים אחדות בדי פי קעמפס בא לאמעריקא ויסד בית מדרשו עטרת שלמה באיסט ניו יארק, נפטר י"ד אדר א' תשכ"ה והובל לקבורה לאר"י.
יישר כח
א שיין בילד פון ר' מנשה פרענקל ז"ל פון ליזענסק-ברוקלין:
לינקס זעהט זיך אהן זיין זוהן צו לאנגע אפגעשיידטע יארן ר' הערצקע שיחי' לאנגיאריגע מנהל פון סאטמערע שוהלע "בית רחל" וויליאמסבורג.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35239
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
farshlufen האט געשריבן:ב"ר מנשה ב"ר שלמה זלמן השני הנ"ל
ר' מנשה פרענקל נולד בשנת תרס"ג ביעדלאוו לאביו ר' שלמה זלמן האב"ד דשם, למד בריישא והי' מו"צ בליזענסק, בימי הרס עולם גלה לסיביר ולאחר שהותו שנים אחדות בדי פי קעמפס בא לאמעריקא ויסד בית מדרשו עטרת שלמה באיסט ניו יארק, נפטר י"ד אדר א' תשכ"ה והובל לקבורה לאר"י.
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... =&pgnum=41
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3772
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
זילבערווערק האט געשריבן:וואו באערדיגט מען אים?
הר המנוחות
געשטימט פאר ראשעק הול
- זילבערווערק
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3815
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
צולייגער האט געשריבן:זילבערווערק האט געשריבן:וואו באערדיגט מען אים?
הר המנוחות
איינער האט דעטאלן איבער די לויה אין ארץ ישראל
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ווי איז די לוי'? שוין אנגעהויבן?
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
מיללער האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן גארטל נאך עפעס א מיטינג ווען דער רבי האט אים אויפגענומען. נאך א מיטינג האט מען געדאווענט עפעס איך ווייס נישט צו מנחה מעריב און דער רבי האט געזען ווי ער טוט אן א גארטל ער איז דאך נישט געווען קיין חסידישער. צו ער האט געבעטן פון איינעם צו מהאט אים געגעבן (איך געדענק נישט פונקטליך) האט זיך דער רבי אנגערופן "יא יא אז מקומט ארבעטן פאר סאטמאר דארף מען זיך אנגארטלן מיט שטארקע כוחות" (עפעס אזוי)
איך לאז פארעכטן אויב איינער ווייס מער פונקטליך
נישט געווען קיין חסידישער? געווען א רבי'שע אייניקל
די מעשה איז אזוי ווי די פארציילסט, עס איז געווען ביי מנחה אין דער עולם האו זיך צוגעגרייט צום דאווענען זיי האבן זיך אנגעטון די גארטעל אין ער איז געווען די איינצוגסטער אן א גארטעל האט זיך די רבי געווערטל מיט אים אז מדארף זיך אנגארטלען ווען מארבעט אין מיינע מוסדות.
ער האט אבער נישט געדאווענט מיט א גארטעל.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8677
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
- לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
-
- אטעטשמענטס
-
- 65CA3E3F-597A-46B8-BC09-4F65CB8487E9.jpeg (123.65 KiB) געזען 2673 מאל
ישראל אשר בך אתפאר
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
מעקן זו על שום מה
ווייל עס איז א נייעס אשכול, און קיינער דא אינטערסירט נישט צו וויסן צי מ'האט יא אדער נישט מטשטש געווען די גבולות מיט'ן אריינברענגן די מטה אין בית המדרש.
אויסער ברענגן א קייט פון אומגינסטיגע רעאקציעס האט דאס נישט געהאט קיין פשט.
פון עקספיריענס ווייסן מיר שוין אז ווען מ'מעקט באלד ביים ערשטן תגובה, (דא איז שוין געווען צוויי) שפארט מען זיך אסאך ארבעט.
הק' סאכדעס בשם המנהלים.
Re: ראביי הירץ פרענקעל ע"ה לאנגיעריגע מנהל בית רחל ואיש אמונו פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
חסד השם האט געשריבן:יענע װעלט האט געשריבן:פאסט טרעגער האט געשריבן:דור הולך ודור בא.....
עס איז שוין היינט דא א גאנצט דור וואס זייערע עלטער באבעס זענען נאך געווען תלמידים פון ראביי פרענקל....
עס איז גאר אינטערסאנט ווי אזא איד וואס איז בכלל נישט געווען קיין חסיד האט גענאסן פון א אויסטערלישע פארטרוישאפט דורכ'ן סאטמארען רבין, נאך אינטערסאנטער איז די פאקט אז די רבי האט אים אויפגענומען פאר פרינציפאל פאר די מיידלעך ווען ער איז נאך געווען א בחור
דאס נעמען א נישט דירעקטע סאטמערער פאר ענגליש פרינסיפאל איז נישט אזא חידוש ווען גוים האבן געקענט האבן געקענט זיין די ''מלמדים'' ביי די יונגלעך. מ'וועט מוזן זאגן אז אין סאטמער האט מען געהאלטן אז די עיקר חינוך איז ביי אידיש און ביי ענגליש ווארפט מען סייווי אראנדזש שאלאכטס.
די חידוש איז אז א מענטש וואס איז נישט געווען באמת קיין סאטמערער זאל אזוי ארויס האבן די סאטמערע שיטה. איך האב געהערט א טעיפ ווי ר' בנימין הערש און ר' הערץ רעדן צום רבי'ן די וואך פון נשא תשכ''ז. זיי בעטן זיך צום רבי'ן ארויס צוקומען ברבים מיט די שיטה די רבי טענה'ט ער וועט זאגן פאר צען מענטשן זיי מיינוג און זיי וועלן צושפרייטן און זיין נאמען און זיי זענען מסביר אז די גאס איז זייער צומישט. זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי די רבי הערט פון אים וואס די גאס האלט.
כלפי די גויאישע טיטשערס קען זיין האסט א פוינט, אבער ר' הערץ פרענקל האט די רבי נישט גענומען ווייל זאל זיין אבי איינער ווייל סאיז במילא ענגליש, די רבי האט געזען און אים איינער וואס וועט ערפילן דעים תפקיד בשלימות,
אגב איז ער געווען מנהל בית רחל און ביי די מיידלעך איז ענגליש בכלל נישט אבי ווארפן שאלאכטס, סאיז א געהעריגע האלב פונעם טאג
אודאי האט די רבי נישט גענומען פלעין א גאס'ן יונג פאר ענגליש! כמיין צוזאגן אז אפילו ביי מיידליך איז די עיקר חינוך ביי אידיש. ווען די מיידליך האבן נאר גזעהן די בארד פון ר' בנימין הערש אויף לי עוועניו האבן זיי מורא בקומען,שאל אמך ויגדך.
ר' הערץ איז זיכער גועוען א פארשטענדליכע מענטש וואס די רבי האט מיט אים אויפגעשטעלט א נייע ענגלישע חינוך וואס האט נישט עקזסטירט און יוראפ, כזאג נאר אז סנישט אזא חידוש אז ער האט נישט גענומען ר יודל ראזנבערג אדער ר' לייבעלע גליק.
Re: ראביי הירץ פרענקעל ע"ה לאנגיעריגע מנהל בית רחל ואיש אמונו פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע
יענע װעלט האט געשריבן:חסד השם האט געשריבן:יענע װעלט האט געשריבן:פאסט טרעגער האט געשריבן:דור הולך ודור בא.....
עס איז שוין היינט דא א גאנצט דור וואס זייערע עלטער באבעס זענען נאך געווען תלמידים פון ראביי פרענקל....
עס איז גאר אינטערסאנט ווי אזא איד וואס איז בכלל נישט געווען קיין חסיד האט גענאסן פון א אויסטערלישע פארטרוישאפט דורכ'ן סאטמארען רבין, נאך אינטערסאנטער איז די פאקט אז די רבי האט אים אויפגענומען פאר פרינציפאל פאר די מיידלעך ווען ער איז נאך געווען א בחור
דאס נעמען א נישט דירעקטע סאטמערער פאר ענגליש פרינסיפאל איז נישט אזא חידוש ווען גוים האבן געקענט האבן געקענט זיין די ''מלמדים'' ביי די יונגלעך. מ'וועט מוזן זאגן אז אין סאטמער האט מען געהאלטן אז די עיקר חינוך איז ביי אידיש און ביי ענגליש ווארפט מען סייווי אראנדזש שאלאכטס.
די חידוש איז אז א מענטש וואס איז נישט געווען באמת קיין סאטמערער זאל אזוי ארויס האבן די סאטמערע שיטה. איך האב געהערט א טעיפ ווי ר' בנימין הערש און ר' הערץ רעדן צום רבי'ן די וואך פון נשא תשכ''ז. זיי בעטן זיך צום רבי'ן ארויס צוקומען ברבים מיט די שיטה די רבי טענה'ט ער וועט זאגן פאר צען מענטשן זיי מיינוג און זיי וועלן צושפרייטן און זיין נאמען און זיי זענען מסביר אז די גאס איז זייער צומישט. זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי די רבי הערט פון אים וואס די גאס האלט.
כלפי די גויאישע טיטשערס קען זיין האסט א פוינט, אבער ר' הערץ פרענקל האט די רבי נישט גענומען ווייל זאל זיין אבי איינער ווייל סאיז במילא ענגליש, די רבי האט געזען און אים איינער וואס וועט ערפילן דעים תפקיד בשלימות,
אגב איז ער געווען מנהל בית רחל און ביי די מיידלעך איז ענגליש בכלל נישט אבי ווארפן שאלאכטס, סאיז א געהעריגע האלב פונעם טאג
אודאי האט די רבי נישט גענומען פלעין א גאס'ן יונג פאר ענגליש! כמיין צוזאגן אז אפילו ביי מיידליך איז די עיקר חינוך ביי אידיש. ווען די מיידליך האבן נאר גזעהן די בארד פון ר' בנימין הערש אויף לי עוועניו האבן זיי מורא בקומען,שאל אמך ויגדך.
ר' הערץ איז זיכער גועוען א פארשטענדליכע מענטש וואס די רבי האט מיט אים אויפגעשטעלט א נייע ענגלישע חינוך וואס האט נישט עקזסטירט און יוראפ, כזאג נאר אז סנישט אזא חידוש אז ער האט נישט גענומען ר יודל ראזנבערג אדער ר' לייבעלע גליק.
די חידוש איז אז די רבי האט געטראסט צו נעמען א אמעריקאנער בחור אין אריינגעשטעלט אלץ 'מנהל' אין זיינע מוסדות. די רבי וואלט געקענט הערן וואס ער האט צו זאגן אין ווייטער שיקן אין אז ער האט דאס נישט געטון איז משמע אז די רבי האט פארשטאנען אז דע מענטש קען מען טראסטן.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35239
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
אמעריקאנער בחור?
נישט עכט, א פוילישער בנש"ק קריגס איבערלעבער פון א רבני'שער שטוב, ס"ה אויפגעוואקסן אין "תורה ודעת" וכו'
נישט עכט, א פוילישער בנש"ק קריגס איבערלעבער פון א רבני'שער שטוב, ס"ה אויפגעוואקסן אין "תורה ודעת" וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- Chuchem Atik
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ייש"כ פארדעם, עס איז אויך דא נאך א באזוך ביי א פרעזידענט (איך געדענק נישט אויב ביי רעיגען אדער אויך ביי בוש 41) און דארט זאגט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א די ברכה. עס איז זיס צו זען דארט ווען ר' הערץ הייבט אן צו טרענסלעטען די ברכה, שלעפט ער אזוי שיין אוועק דעם רבין און ער שטעלט זיך דעם ערשטער נעבן דעם פרעזידענט.
אויב איינער קען עס ביטע ברענגן.
ייש"כ
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
לוי אפדעיטס?
מספידים און שיינע שטריכן?
מספידים און שיינע שטריכן?
- פאטעיטא טשיפס
- שר האלף
- תגובות: 1552
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
- לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)
טראוועי האט געשריבן:איי...איי..
געדענק איך אין טרופ ביי ענגליש ווען ער פלעגט עפענען די טיר - איינמאל א יאר געווענליך אנפאג יאר - אזוי האלבוועגס געעפענט די טיר אין האלבוועגס זיך אריינגעבויגן אין די קלאס מיט די גלעזער אויף די שפיץ נאז אין רואיגערהייט ארום געקוקט אויף די קלאס ממש ווי א טאטע, אן זאגן א ווארט האב מיר אינז געפילט ווי אינז האב מיר איין מענטש אין חדר צווישן די טינקעלע טיטשערס וואס האט אינז עכט ליב אין ער טראגט אינז עכט אויף זיין אקסעל.
זיין רעספעקט וואס ער האט מיט זיך ארמגעטראגן האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף אינז.
מקען אויף אים ריכטיג זיך אויסדריקן חבל ולא משתכחין.
זאל ער טאקע זיין א גוטע בעטער.
יא, געדענק מיר אויך...
אויך יבלחט"א ראביי סעיבאו, ראביי סילבערבערג, ראביי פערלסטין, און ווען ס'האט אויסגעפעלט הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א
אין עוד מלבדו
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
farshlufen האט געשריבן:אמעריקאנער בחור?
נישט עכט, א פוילישער בנש"ק קריגס איבערלעבער פון א רבני'שער שטוב, ס"ה אויפגעוואקסן אין "תורה ודעת" וכו'
ער איז אויפגעוואקסן ווי א אמעריקאנער בחור, ווייניג פון די סארט האבן די ווייבער זיך געשניטן די האר און אויפגעשטעלט א ישיבה'שע שטוב
וויפיל ער האט אויפגעטון אין סאטמאר האט דער רבי אויפגעטון אויף אים
ס'האט זיך אים זיכער געלוינט די גאנצע ארבעט פאר סאטמאר
Re:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:טראוועי האט געשריבן:איי...איי..
געדענק איך אין טרופ ביי ענגליש ווען ער פלעגט עפענען די טיר - איינמאל א יאר געווענליך אנפאג יאר - אזוי האלבוועגס געעפענט די טיר אין האלבוועגס זיך אריינגעבויגן אין די קלאס מיט די גלעזער אויף די שפיץ נאז אין רואיגערהייט ארום געקוקט אויף די קלאס ממש ווי א טאטע, אן זאגן א ווארט האב מיר אינז געפילט ווי אינז האב מיר איין מענטש אין חדר צווישן די טינקעלע טיטשערס וואס האט אינז עכט ליב אין ער טראגט אינז עכט אויף זיין אקסעל.
זיין רעספעקט וואס ער האט מיט זיך ארמגעטראגן האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף אינז.
מקען אויף אים ריכטיג זיך אויסדריקן חבל ולא משתכחין.
זאל ער טאקע זיין א גוטע בעטער.
יא, געדענק מיר אויך...
אויך יבלחט"א ראביי סעיבאו, ראביי סילבערבערג, ראביי פערלסטין, און ווען ס'האט אויסגעפעלט הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א
יא אמת.
ר' אברהם ישעי האט זיך על פי רוב נאר ארומגעדרייט אין די האל וועי....
ער האט גאנץ גוט געוויסט אז אין די חדרים מיט די טיטשערס איז נישטא אסאך וואס מקען טון....נאר ווען סאיז
שין געווען משונהדיגע קולות פלעגט ער געבען א עפן די טיר אין גיין ווייטער....
אוי איז דאס געווען גוטע צייטן, א גאנצען טאג האט מען שוין געווארט אויף דע איין שעה ענגליש
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
לייטער האט געשריבן:ביים מעמד קידוש החמה תשמ"אחמרא טבא האט געשריבן:פון ר. צו ל. ר' משה עליאס, ר' פיניע אייזן, יבלח"ט דער רב שליט"א, ר' יהושע דעמביצער, מהר"ש זצ"ל, יבלח"ט רבי הערשל סטריזובער, מהרנ"צ זצ"ל יבלח"ט ר' יעקב פיהרער, ר' הערץ פרענקל און ר' וואלף רייכבערגfarshlufen האט געשריבן:רב טוב. פון די דזשוינט פיילס:
א בריוו צום דזשערוסאלעם פאוסט דורך ר' הערץ פרענקל זז"ג
ביים באגלייטן הרה''ק מסאטמאר תשכ''ה אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שיף קיין ארץ ישראלד האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:
און די אנדערע מענטשן ווייסט מען ווער זיי זענען?
כמובן ר' עזריאל און ר' יאסל'ען דערקענט מען פון די צוויי זייטן פון רבי'ן זצ"ל,רבניש האט געשריבן:הזמן מעורר את הקריאה...
הגאון הגדול הגאב״ד מאנטווערפן זצ״ל - לצד האדמו״ר הרה״צ הברך משה זצ״ל אצל מעמד חגיגת יובל החמישים, בחג ק״ק סאטמאר ״כ״א כסלו״ בשנת תשנ״ה (כמדומה)
מימין לשמאל: הגה״צ רבי רפאל זילבער מפריימאן זצ״ל, בעל ״מרפא לנפש״
גאב״ד הגר״ח זצ״ל, הרבי הברך משה זצ״ל, הראב״ד הגר״מ שטערנבוך שליט״א, כ״ק האדמו״ר מהר״א שליט״א, האב״ד ור״מ שאפראן שליט״א, האדמו״ר ר׳ אשר ישעי׳ אייכנשטיין מזידיטשוב ז״ל.
על הבמה העליונה בצד שמאל רואים שני האחים האדמורים: רבי אייזיק מספינקא ורבי נפתלי מקראלי שליט״א
[R Mm
לייטער האט געשריבן
ביים באגלייטן הרה''ק מסאטמאר תשכ''ה אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שיף קיין ארץ ישראל
דאס איז נישט ר' הירץ פרענקל, דאס איז ר' שמחה בער סאנדער ע"ה (עס איז נישט קיין בענד דאון הוט).
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
פונדערנאנט האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן גארטל נאך עפעס א מיטינג ווען דער רבי האט אים אויפגענומען. נאך א מיטינג האט מען געדאווענט עפעס איך ווייס נישט צו מנחה מעריב און דער רבי האט געזען ווי ער טוט אן א גארטל ער איז דאך נישט געווען קיין חסידישער. צו ער האט געבעטן פון איינעם צו מהאט אים געגעבן (איך געדענק נישט פונקטליך) האט זיך דער רבי אנגערופן "יא יא אז מקומט ארבעטן פאר סאטמאר דארף מען זיך אנגארטלן מיט שטארקע כוחות" (עפעס אזוי)
איך לאז פארעכטן אויב איינער ווייס מער פונקטליך
איך האב געהערט אז נאך די מיטינג ווען מ׳האט אים אויפגענומען האט מען זיך אויפגעשטעלט דאווענען מנחה און די רבי געט אים א פרעג ״האסט נישט קיין גארטעל?״ און די רבי קוקט אים אן מיט א שמייכעל און זאגט ״אינגערמאן דו גייסט ארבעטען פאר סאטמאר דארפסט דיך אסאך אנגארטלען..״
אזוי שרייבט ער די מעשה אין דעם בוך.
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
אין וועלכע שול איז געווען די לוי'?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
דריידל האט געשריבן:אין וועלכע שול איז געווען די לוי'?
בית מרדכי לעיקוואד
ר' מיכאל ראטטענבערג'ס שוהל
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
בלייב געזונט האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אמעריקאנער בחור?
נישט עכט, א פוילישער בנש"ק קריגס איבערלעבער פון א רבני'שער שטוב, ס"ה אויפגעוואקסן אין "תורה ודעת" וכו'
ער איז אויפגעוואקסן ווי א אמעריקאנער בחור, ווייניג פון די סארט האבן די ווייבער זיך געשניטן די האר און אויפגעשטעלט א ישיבה'שע שטוב
וויפיל ער האט אויפגעטון אין סאטמאר האט דער רבי אויפגעטון אויף אים
ס'האט זיך אים זיכער געלוינט די גאנצע ארבעט פאר סאטמאר
איר ווייסט נישט וואס תורה ודעת איז געוועהן. און וויפיל אדמורי"ם החיים אתנו לאורך ימים, און וויפיל בנש"קליך ס'האבען אלס דארט געלערנט.
מיין מאמע זז"ג איז פון דו גאר ערשטע תלמידות פון ראביי פרענקל, ער איז געוועהן משונה'דיג געטריי און איבערגעגעבן, מ'האט איהם אזאנס ליב געהאט, לא יאומן כי יסופר, מיט אזא הערצה דער וועג וויאזוי מ'רעד פון איהם. חבל על דאבדין.
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ראש הקהל האט געשריבן:בלייב געזונט האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אמעריקאנער בחור?
נישט עכט, א פוילישער בנש"ק קריגס איבערלעבער פון א רבני'שער שטוב, ס"ה אויפגעוואקסן אין "תורה ודעת" וכו'
ער איז אויפגעוואקסן ווי א אמעריקאנער בחור, ווייניג פון די סארט האבן די ווייבער זיך געשניטן די האר און אויפגעשטעלט א ישיבה'שע שטוב
וויפיל ער האט אויפגעטון אין סאטמאר האט דער רבי אויפגעטון אויף אים
ס'האט זיך אים זיכער געלוינט די גאנצע ארבעט פאר סאטמאר
איר ווייסט נישט וואס תורה ודעת איז געוועהן. און וויפיל אדמורי"ם החיים אתנו לאורך ימים, און וויפיל בנש"קליך ס'האבען אלס דארט געלערנט.
מיין מאמע זז"ג איז פון דו גאר ערשטע תלמידות פון ראביי פרענקל, ער איז געוועהן משונה'דיג געטריי און איבערגעגעבן, מ'האט איהם אזאנס ליב געהאט, לא יאומן כי יסופר, מיט אזא הערצה דער וועג וויאזוי מ'רעד פון איהם. חבל על דאבדין.
תורה ודעת תלמידים זענען געווען היפש ווייט פון סאטמאר.
ער איז געווען א יוצא מן הכלל.
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר
ביידעלע האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן
ביים באגלייטן הרה''ק מסאטמאר תשכ''ה אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום שיף קיין ארץ ישראל
דאס איז נישט ר' הירץ פרענקל, דאס איז ר' שמחה בער סאנדער ע"ה (עס איז נישט קיין בענד דאון הוט).
דא האט מען גערעדט דערפון און געקומען צום אויספיר דורך רוב אז סאיז ר'הערץ פרענקל https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p1094589
לעצט פארראכטן דורך לייטער אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 3:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואטעווער....