אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:37 pm

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:37 pm

אין די צייט וואס פראקורארן קריגן זיך אין די טעג אויס מיט דזשוליאני פארנט פון א ספעשל מעסטער געשטעלט דורך די געריכט איבער וועלכע דאטא זיי קענען באקומען צוטריט קומט אצינד פאר די פראצעס אקעגן זיין געוועזענע מיטארבעטער לעוו פרנס וועלכע ווערט אנגעקלאגט אויף קאמפיין פינאנץ קלאגעס

פרנס איז איד וועלכע איז געבוירן אין אוקריינע און אנטוויקלט ביזנעס און פאליטישע קשרים מיט טראמפ אין זיינע ארומיגע אין לויף פון די יארן

ער האט געארבעט אינאיינעם מיט איגאר פורמאן אן די צוויי האבן אין זומער פון 2018 למספרם האבן זיך אנגעשלאסן אין א דעלעגאציע אנגעפירט דורך דער געוועזענע ארקענסאו גאווערנאר מייק האקעבי וועלכע זענען האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע צו באזוכן מערערע איזראעלי פערזענליכקייטן און פאליטישע פירער

פרנס און פורמאן האבן זיך דורכאויס די רייזע געטראפן מיט אן אוקריינע אליגארך איהאר קאלאמאיסקי וועלכע איז אונטער יוסטיץ דעפארטמענט אויספארשונגען פאר געלט וואשעריי

אביסל שפעטער איז ארויסגעקומען א רעקארדירונג אין וועלכע מען הערט אנגעבליך פרנס רעדן צו טראמפ זאגנדיג אז די דאן אמבאסאדארשע קיין אוקריינע איז א הויפט שטער און שפעטער האט אנגעהויבן קומען באריכטן אז פרנס און פורמאן זענען אין אוקריינע מיט די גוטהייסונג פון דזשוליאני צו זאמלען שמוץ אקעגן ביידען

די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע האט געעפנט אן אויספארשונג און פארלאנגט דאקומענטן פון פרנס אבער טראמפ'ס אדוואקאט האט געמאלדן אז ער רעפרעזענטירט אים און פון אים און די אדמיניסטראציע איז געקומען א מעסעדזש אז די קאמיטע וועט נישט באקומען סיי וועלכע קאאפעראציע זינט פרנס האט געארבעט פאר דזשוליאני וועלכע רעפרעזענטירט די פרעזידענט און געניסט צוליב דעם פון אטוירני קליענט פריווילעגיע

אום אקטאבער 9 2019 למספרם זענען פרנס און פורמאן געווארן ארעסטירט ביים זייענדיג אין לופטפעלד פארם פלאנירן צו דירעקטירן געלט פון אן אויסלענדישע רעגירונג צו אמעריקאנע פאליטישע קאמפיינס אין די צייט וואס זיי האבן געארבעט צו באאיינפלוסן אמעריקאנע באציאונגען מיט קיעוו
די באשולדיגונג האט געלויטעט אז די צוויי האבן פארשפראכן פאנדס פאר אן אומאידענטיפיצירטע קאנגרעסמאן (שפעטער איז געווארן באקאנט אז די רעדע איז איבער די געוועזענע טעקסאס קאנגרעסמאן פיט סעשאנס וועלכע האט טאקע געבריוולט צו פאמפעיא אז מען דארף פארשיקן די אמבאסאדארשע) וועלכע זאל ארויסהעלפן מיט זייער מיסיע לויז צו ווערן פון די אמבאסאדארשע אויף זייער שווארצע ליסטע

נאך זיין ארעסט האט פרנס אויסגעדרייט זיין רוקן אקעגן דזשוליאני און טראמפ און באוויליגט צו קאאפערירן מיט די קאמיטע און און אויספארשער און שארף באשולדיגט דזשוליאני און טראמפ זאגנדיג אז אסאך ווערט אויפגעדעקט אין דאקומענטן וועלכע אויטאריטעטן האבן באקומען פון אים
דזשוליאני פון זיין זייט האט אים באשולדיגט אין פארראט און באצייכנט זיין וועסיע אלץ א פארבריצירט אין א פרואוו זיך צו ראטעווען פון טורמע אבער אנטזאגט צו קאמענטירן אויף מערסטנס פון די די אינהאלט פון וואס פרנס האט ארויסגעגעבן און פארציילט אויף מידיא אינטערוויוס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:38 pm

היינט איז פארגעקומען די פראצעס פון פרנס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:38 pm

אנהויב פונעם פראצעס איז געוען א שטיקל געטועכטס איבער איינע פון די דזשורארס וועלכע האט זיך באקלאגט אז זיין דינסט שאפט אים פינאנציעלע שוועריגקייטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:39 pm

זיין אדוואקאט האט געזאגט אז זיין קליענט איז געווען אומבאוואוסטזיניג צו געוויסע קאמפיין פינאנץ געזעצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:40 pm

די ערשטע עד איז געווען וועס דאנקען וועלכע האט זיך אומסוקסעספול פארמאסטן אין די נעוואדע אטוירני דזשענעראל רעפובליקאנע פריימערי אין 2018 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:40 pm

דער ריכטער האט פארבאטן זיך צו באנוצן מיט די אויסדרוק "אוקריינע אוליגארך"

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך Mezofzef » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:41 pm

ווייל?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 5:47 pm

Mezofzef האט געשריבן:ווייל?

ער האלט אז עס איז אן איינזייטיגע טערמין אהערצושטעלן אקטיוויטעטן אין א טונקעלערע ליכט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:11 pm

א דאנק הבל!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re:

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:13 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:א דאנק הבל!

אינטעראסאנטע נושא פאר מיר
אז יענער קען קענסטו אויך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 1:44 pm

היינט איז די צווייטע טאג אין משפט פרנס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 1:45 pm

ערשטע עדות איז דניאל סטוארט, א נעוואדע קאנאביס עקספערט און געוועזענע קאונסעל צום נעוואדע גאווערנאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 1:45 pm

צווייטע עד איז עף בי איי אגענט אנטאני קעסאלא, א געוועזענע מאסאטשוסעטס פראקוראר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אויספארשונגען און פראצעסן אויף דזשוליאני און זיינע מיטארבעטער

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 1:52 pm

דער ריכטער איז דזשעימס פאול אועטקען נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא און ער פירט א געמיינעם לעבנסשטייגער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, YandexBot, אייניקל פון א חסיד, פייווישעל און 20 געסט