בלאט 1 פון 1
בילד ווי איראן פראבירט אויס נייע מיסעלס געפעלטשט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 11:17 am
דורך יצמח
אזוי ווי באריכטעט פון אלע נייעס קוועלער אז איראן פראבירט אויס נייע ווייט שטרעקעדיגע מיסעלס, כדי צו דערשרעקן די ישראלים מיט די אמעריקאנער, האט איראן ארום געשיקט צו אלע צייטונגען די בילד וואס ווייזט זי ארויס צו זיין געפעלטשט.
דא קענט איר ליינען די גאנצער באריכט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 1:09 pm
דורך יצמח
נאך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 1:41 pm
דורך arender
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 6:49 pm
דורך שוועמל
נאכאמאל, איז דאס אמת אז איראן פרובירט אויס מיסילס? איז דאס אמת אז ס'יז דא אויטענטישע בילדער דערפון?
איז דאס א טריק פון בוש וחד גדיא שלו צו קענען גיין אין קריג מיט זיי, אזוי ווי מען האט געפעלשעוועט איראקס נוקלעארע באנוץ?
און וואס זאגן די ישראלים דערצו?
און פון וואו האט אידישע וועלט די אויטענטישע? בסך הכל איז עס די זעלבע נאר העלפט פונעם בילד..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 7:49 pm
דורך לעווי
די געפעלשעויטע בילדער, בעצם אלע בילדער, האט איראן געגעבן פאר די מידיע נישט מדינת ישראל, נישט אמעריקא און נישט בוש אפילו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 7:57 pm
דורך שוועמל
וואס הייסט.. און נישט פאר אידישע וועלט?
בליקשאחדס וואס זיי זענען. נישטאמאל א געפעלטשט בילד קענען זיי אהערשטעלן זאלן זיי א ווייט-שטרעקיג-מיסייל-קענען-אהערשטעלן-?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 10:45 am
דורך יצמח
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 11:05 am
דורך arender
אויב ליינט מען די מעשה דארט, איז עס אזוי, נאר עי פי האט באקומען די אמת'ע בילדער, און וויבאלד מערסטענס נעמען מיר פון עי פי, האט אידישע וועלט יא געהאט די ריכטיגע,
דאס איז אבער יא אמת אז זיי האבן געשאסן מיסיל'ס, און אויך אז מדינת ישראל וועט ווארשיינליך גיין אין קריג מיט איראן, די פראגע איז נאר וועלעכע פון די וועלט'ס לענדער וועלן זיך צו זיי צושטעלן.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 9:11 am
דורך לעווי
דעפ פרייטאג איז געווען א ריפארט אויף די דראדזש ריפארט, און היינט איז עס שוין באריכטעט ביי אלע גרויסע נייעס אגענטורן, אז די מיסילס וואס איראן האט אויספרובירט וועלעכע האבן געזאלט זיין די נייע שיהאב מיסעלס וואס קענען פליען 1300 מייל, דערווייל רעדט מען דא פון די זעלבע אלטע סחורה פון 10 יאר צוריק, די זעלבע אלטע שיהאב מיסילס וואס קענען פליען בערך 750 מייל. דאס מאכט נאך נישט די סכנה קיין סאך קלענער, נאר עס ווייזט אז איראן האט אויף געמאכט מעשיות צו דישרעקן די וועלט כאילו זיי האבן יעצט ערפונדען נייע בעסערע וואפן.
ווי אויך איז עס שוין קאנפערמירט אז די בילדער זענען געפעלשט געווארן אז עס זאל אויסזעהן מער ערענסט, דערווייל זאגן זיי איז לכאורה נישט ארויס געשאסן געווארן דאן מער ווי איין מיסיל.