פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וואלד האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:lazy האט געשריבן:וואלד האט געשריבן:די פראבלעם איז - אז אמעריקא וועט הערשט אויסווארטן ביז כינע טוט עס פאקטיש..
און דאן וועט מען זעהן אויב זיי האבן ״נאך״ די מעגליכקייט צוריקצוטאן… ה״י.
שוין געשריבן אויבן
אמעריקא קען טעכניש זיצן אינדערהיים און שיסן נוקלעארע באמבאס ביז טשיינע אבער טשיינע האט נישט דעי מעגליכקייט
ממילא?
האט אמעריקא אלעמאל א סעקאנד סטרייק קעיפעביליטי, דאס הייסט אז אפילו אין פאל פון פלוצלומע אטאקע מיט נוקלעארע וואפנס קען נאך אמעריקא צוריק טון...
דאכצעך סהאט געהייסען דעד הענט סטרייקס בעק (טויטע הענט שלאגט צירוק)
רוסלאנד האט נישט געהאט אין די קאלטע קריג די מעגליכקייט אין יעצט אויך נישט געהעריג
סקאסט אסאך אסאך געלט און סאיז היבש קאמפלעצירט דעס אויפציהאלטען, דעס נעמט אריין אסאך איינצעלהייטען אריינגערעכנט א טשעין אף קאמענד אויב וואשינגטאן פאלט
פאר 10 יאר צירוק האט רוסלאנד זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיווע קאמפיין מבטל צי זיין די פאלעסי (וואס גיסט אריין אסאך געלט אין א טרייענט (טריידיענט?) אינפאסטרוקטשר אין א נעץ פון ריזיגע בונקערס )
זייער קאמפיין האט אריינגערעכנט פראפאגאנדע אין די מידיא, פראפעשענעל יו טוב פילמס, דעבאטעס אין די קאליזשעס און ריזיגע לאביאיסטען און קאנגרעס אין אפי טינק טענק גרופעס אריינגערעכנט ריזיגע פראפעסארען פון א קאליזש אין באסטען
וועלכע האבען אויפגעטרעטען מיט דעבאטעס איבער די ענין
זיי האבען ארויסגעלייגט א רייע מעסעזשעס ווי למשל, היינט פעלט עס נישט אויס ,
סקאסט אסאך געלט וואס מקען נוצען פאר די עווייארמענט,
סאיז סתם נקמה, וכו' וכו'
זיי האבען אפעלירט צי די סאלדאטען וועלכע זיצען אזוי איינזאם אין די סיילויס ווארטענדיג יעדע רגע אויף אזא קאד היל"ת, און געפרעגט רעטאריש גייסט יעצט הארגענען מיליאנען אימשילדיגע מענטשען
(אקעי די לעצטע האבען די אמעריקאנע אויך געטון ביי די קאלטע קריג אבער די חילוק איז געווען אז מהאט געארבעט אז זיי זאלען נישט אנפאנגען קיין נוקלארע מלחמה אין די פירער זאלען נישט זיין זיכער צי זייערע אונטערטאנען גייען קוועטשען די קנעפעל למעשה און אמעריקע איז געווען היבש ערפאלגרייך אין דעם ווי פאפירען -וואס דעפעקטירער האבען געברענגט- האט געצייגט)
פוטין האט שוין געפירט די קאמפיין פארדעם אבער אונטער אבאמא וואס ער האט געהאלטען אז ער האט א גרעסערע טשענס עפעס אויפציטון, און בפרט האט ער געהאפט צי פארכאפען אוקריינע דעמאלטס, האט ער זייער אויסגעברייטערט די קאמפיין
דרך אגב אז מרעדט שוין,
איז געווען א טריטי נאך פון די אלטע קריג וואס האט זיך גערופען "אפענע הימלען" וואס דעס האט אריינגענומען אז די רוסען קענען פליען העכער אמעריקאנע באזעס דא אין אמעריקע אין פארקערט,
מהאט געדארפט מעלדען פארדעם ווי מקומט און אויך טיילען אינפא וואס מהאט געזען,
אונטער בוש -סוף פון זיין קאדענץ - האט דער רוס אנגעפאנגען אונטער צי פאנפענען אין נישט געהעריג אריינלאזען,
און אונטער אבאמא האט ער געהעריג געבראכען די אפמאך און געטון וואס ער האט געוואלט, פאר סאם ריזען האט מען אים נישט געצימבעלט אדער אפי צייטווייליג אפגעשטעלט,
סאיז אפי' געווען אמאל וואס די אינטעלזשענס האבען געהאלטען אז זיי דרייען זיך אין די סובורבס פון די סי -און ווירזשינע - צי שפיאנירען אויף רוסישע דיסידענטען דעפעקטירער וועלכע זיי האבען געוואלט טשעפענען
אונטער טראמפ האט די חוצפה אביסעל איינגערועט פאר א קורצע צייט, און זיי האבען זיך צירוק צופירט די הענט, נאך אפאר ווארענונגען האט אמעריקע ציווארפען די אפמאך וועלכע האט געכאפט פוטין אין שאק (שפעטער האט אמעריקע ציווארפען נאך סאך גרעסערע חלקים פון די נוקעלערע אפמאך וועלכע איז אויך געווען "ביי דעט טיים" דורכגעפוילט מיט א פולע עדווענטיזש פאר רוסלאנד)
די רוסען -און דענצמאל אויך טשיינא- האבען דעמאלטס אויך פארפירט איבער די וועלט און אויך און די אמעריקאנע מידיא, ווי סכנהדיג די שריט איז, ליבעראלע עלעמענטען האבען אויפגעטרעטען און מסביר געווען וואס פאר א אומסטאבילע מלחמה צינדער טראמפ איז, און זיי האבען אפעלירט צי די טשעין אין קאמענד צי די זשוינט טשיף אף סטעף אין אזוי ווייטער אז מקען מער נישט פאלגען די פרעזידענט איבער נוקלער אישוס , און געהעצט צע רעוואלטירען קעגען זיינע ארדערס אויב סוועט אויספעלען,
אבער צי די קרעדיט צי די דעמאקראטישע אפיצעלע פירערשאפט האבען זיי זיך נישט אפיציעל ציגעשטעלט צי די טומעל דעמאלטס ביי די אפען סקיי טריטי נאר זיי האבען עס קוים אראפגעריסען מיט זייער פארווע ווערטער דא אין דארט