כינע-טאיוואן קריזיס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:29 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך האב אביסל געליינט וועגן דעם נושא, און עס זעהט מיר אויס ווי די טאיוואנעזער זענען נישט אזוי שטארק אינטערעסירט צו בלייבן זעלבסטשטענדיג ווי אמעריקע, צב''ש, זיי שפענדן נאר 1.7 פראצענט פון זייער GDP פאר דעפענס, די מדינה הטמאה וואס איז סאך קלענער פון זיי שפענדט בערך 5.6 פראצענט, איבער דריי מאל אזוי פיל, אין די מדינה האט נישט קיין טשיינע מיט וועם זיך צו שלאגן.

סאו איך מיין אז אמעריקע דארף אפן איינמעלדן פאר טייוואן אז זיי וועלן נישט גיין אין מלחמה איבער זיי, זאל זיך טייוואן אליינסארויפשארצן די ארבל און זיכער מאכן אז זיי איינצונעמען זאל זיין גאר א שווערער ביס פאר די כינעזער, אמעריקע קען העלפן מיט טעכנאָלאָגיע און סופלייס, און אויך אן עקאנאמישע עמבארגא.


דו רעדטסט אביסל נארישקייטן במחילת כבודך

די מדינה הטמאה האט אקטיווע שונאים יעדע רגע אין יאר, און איז אקטיוו אין מיליטערישע אקציעס יעדן טאג

טאיוואן האט שוין נישט געזען קיין קריג פאר פופציג יאר, אטאמאטיש איז זייער בודשעט קלענער

דיין פארשלאג אז אמעריקא זאל איינמעלדן פאר טאיוואן אז זי קען פארגעסן פון הילף וואלט איך באצייכנט אלץ זינלאז, זינט דאס קלאפט נאר זייער מאראל, און שטארקט כינע


די פוינט איז אז ווען א לאנד איז ערנסט וועגן זייער דעפענס, קענען זיי שפענדן אסאך מער ווי דעם, אויב טייוואן שפענדט נישט דאס מאקסימום וואס א נארמאלע עקאנאמיע קען זיך ערלויבן, איז פשט אז זיי האלטן נישט ערנסט ביים זיך דעפענדן.

אמת, עס וועט טאקע שטארקן טשיינע, אבער אויב וועט זיך טייוואן נעמען ערנסטער צו דעפענס, וועט עס מער אויפטון, און אויב זיי האלטן זיך נישט ביים דעפענדן, דארף מען נישט וויינען אויף זיי.

טאיוואן איז נישט אין קיין אקטיווע סכנה שוין פאר יארן, זיי האבן נישט קיין סיבה צו שפענדן מער, כינע גייט זיי על פי דרך הטבע נישט אטאקירן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:30 pm

איך וואלט געוואלט פרעגן א קלאץ קשיא. איז דיפענדן טייוואן פון ווערן איין גענומען דורך כינע וויכיטיגער פאר אמעריקע ווי דיפענדן אפגאניסטאן פון ווערן איין גענומען דורך די טאליבאן? און אויב יא, פארוואס?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:31 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:כמעט אלע אנאליסטן זענען אבער טאקע ביי די מיינונג אז כינע וועט דארפן אריין גיסן כמעט זייער גאנצע מיליטער קעגן טאיוואן, און וועט אזוי אויך ארויסגיין צעזעצט דערפון - מיט א פיעריק געווינס, - א טערמין גענוצט ווען מ'געווינט א קריג - אבער פאר צי א טייערע פרייז, פאררופן אויפן נאמען פונעם גריכישער גענעראל פיערע וועלכע האט באזיגט רוים אין שלאכט פאר אזא טייערע פרייז אזש ער האט זיך אויסגעדרוקט 'נאך איין זיג קעגן רוים און מיר זענען דערנאך'

כינע קען אראפלאזן איין מיני-אטאמישע סולאמאני און טייוואן איז דערנאך

דאס מיינט אייננעמען? דאס מיינט חרוב לייגן. חוץ מזה וואס דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז נישט רעאליסטיש גערעדט, אויב כינע באנוצט זיך מיט נוקלעאר מיינט עס אז ביי סיי וועלכע קאנפליקט מיט אמעריקא וועט אמעריקא נישט אויסווארטן אז כינע זאל זיין ערשט
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:32 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דא קענט איר זען אז די כינעזער מיליטער האט נאך אסאך מיט וועמען זיך צו קריגן, און קען נישט אראפ נאגלען איר גאנצע מיליטער פאר טאיוואן

און א האלב פון איר מיליטער איז שלעכט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:34 pm

זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פרעגן א קלאץ קשיא. איז דיפענדן טייוואן פון ווערן איין גענומען דורך כינע וויכיטיגער פאר אמעריקע ווי דיפענדן אפגאניסטאן פון ווערן איין גענומען דורך די טאליבאן? און אויב יא, פארוואס?

יא, ווייל אנדערש ווי אפגאניסטאן וואס איז אין אן אומסטאבלער לאנד וואס איז קיינמאל נישט עכט געווען קיין דעמאקראטיע, און האט נאר געקאסט געלט. איז טאיוואן א פארגעשריטענער מערב-וועלט לאנד וואס ביישטייערט צו די אמעריקאנער עקאנאמיע און צאלט ביליאנען צו קויפן פארגעשריטענע אמעריקאנער געווער
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:36 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:כמעט אלע אנאליסטן זענען אבער טאקע ביי די מיינונג אז כינע וועט דארפן אריין גיסן כמעט זייער גאנצע מיליטער קעגן טאיוואן, און וועט אזוי אויך ארויסגיין צעזעצט דערפון - מיט א פיעריק געווינס, - א טערמין גענוצט ווען מ'געווינט א קריג - אבער פאר צי א טייערע פרייז, פאררופן אויפן נאמען פונעם גריכישער גענעראל פיערע וועלכע האט באזיגט רוים אין שלאכט פאר אזא טייערע פרייז אזש ער האט זיך אויסגעדרוקט 'נאך איין זיג קעגן רוים און מיר זענען דערנאך'

כינע קען אראפלאזן איין מיני-אטאמישע סולאמאני און טייוואן איז דערנאך

דאס מיינט אייננעמען? דאס מיינט חרוב לייגן. חוץ מזה וואס דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז נישט רעאליסטיש גערעדט, אויב כינע באנוצט זיך מיט נוקלעאר מיינט עס אז ביי סיי וועלכע קאנפליקט מיט אמעריקא וועט אמעריקא נישט אויסווארטן אז כינע זאל זיין ערשט

גוטע טיפע פאינט, נישט געטראכט פון דעם...
אבער סיי ווי נאר געמיינט אלס "לעסט ריזארט" פאר טשיינע אויב זיי האבן נישט קיין נערווען פאר לאנגע מעשיות, און אויך אז זיי "קענען" נישט אז זיי "וועלן", און קענען אליינס איז שוין אויך א שטארקע דיטערענט. די פראגע איז נאר וואס וויל טייוואן? סתם רייצן מיטן בער?
אין עוד מלבדו

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:36 pm

זארג נישט האט געשריבן:און א האלב פון איר מיליטער איז שלעכט?

זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו אריבערברענגן אפילו א פערטעל פון זייער מיליטער אין אפאר טעג אדער וואכן
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל
בכלל נישט מיך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:38 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דא קענט איר זען אז די כינעזער מיליטער האט נאך אסאך מיט וועמען זיך צו קריגן, און קען נישט אראפ נאגלען איר גאנצע מיליטער פאר טאיוואן

און א האלב פון איר מיליטער איז שלעכט?

ס'איז ניטאמאל האלב, כינע אקופירט שטחים פון און קריגט זיך מיט כמעט יעדע שכן זייערער, און יא, פון זייערע דרייצן הונדערט פליגער בלויז זיבן, אדער פינף הונדערט קעגן טאיוואנ'ס דריי פופציג אמעריקאנער איז גארנישט אזוי פשוט, ספעציעל ווען טאיוואן האט אויך די בענעפיט פון זיין די פארטיידיגער און האט הילף פון אירע ערד צו לופט פארטיידיגונגס סיסטעם
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:39 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:כמעט אלע אנאליסטן זענען אבער טאקע ביי די מיינונג אז כינע וועט דארפן אריין גיסן כמעט זייער גאנצע מיליטער קעגן טאיוואן, און וועט אזוי אויך ארויסגיין צעזעצט דערפון - מיט א פיעריק געווינס, - א טערמין גענוצט ווען מ'געווינט א קריג - אבער פאר צי א טייערע פרייז, פאררופן אויפן נאמען פונעם גריכישער גענעראל פיערע וועלכע האט באזיגט רוים אין שלאכט פאר אזא טייערע פרייז אזש ער האט זיך אויסגעדרוקט 'נאך איין זיג קעגן רוים און מיר זענען דערנאך'

כינע קען אראפלאזן איין מיני-אטאמישע סולאמאני און טייוואן איז דערנאך

דאס מיינט אייננעמען? דאס מיינט חרוב לייגן. חוץ מזה וואס דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז נישט רעאליסטיש גערעדט, אויב כינע באנוצט זיך מיט נוקלעאר מיינט עס אז ביי סיי וועלכע קאנפליקט מיט אמעריקא וועט אמעריקא נישט אויסווארטן אז כינע זאל זיין ערשט

גוטע טיפע פאינט, נישט געטראכט פון דעם...
אבער סיי ווי נאר געמיינט אלס "לעסט ריזארט" פאר טשיינע אויב זיי האבן נישט קיין נערווען פאר לאנגע מעשיות, און אויך אז זיי "קענען" נישט אז זיי "וועלן", און קענען אליינס איז שוין אויך א שטארקע דיטערענט. די פראגע איז נאר וואס וויל טייוואן? סתם רייצן מיטן בער?

ווען האט זיך טאיוואן גערייצט?
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:40 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פרעגן א קלאץ קשיא. איז דיפענדן טייוואן פון ווערן איין גענומען דורך כינע וויכיטיגער פאר אמעריקע ווי דיפענדן אפגאניסטאן פון ווערן איין גענומען דורך די טאליבאן? און אויב יא, פארוואס?

יא, ווייל אנדערש ווי אפגאניסטאן וואס איז אין אן אומסטאבלער לאנד וואס איז קיינמאל נישט עכט געווען קיין דעמאקראטיע, און האט נאר געקאסט געלט. איז טאיוואן א פארגעשריטענער מערב-וועלט לאנד וואס ביישטייערט צו די אמעריקאנער עקאנאמיע און צאלט ביליאנען צו קויפן פארגעשריטענע אמעריקאנער געווער

און אויב מען זאל מאכן א פאול צווישן אלע אמעריקאנער זעלנער צו זיי זענען גרייט צו גיין אין מלחמה מיט כינע פאר טייוואן, וויפיל פרוצענט וועלן זאגן יא? וויפיל פרוצענט פון אמעריקע האלטן אז אמעריקע זאל גיין אין מלחמה מיט כינע פאר טייוואן?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:40 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:די גאנצע כינע - טייוואן קריזיס איז א תוצאה פונעם פרעזידענט ירום הודו.

ווען ביידן איז אריינגעקומען אין אמט האט ער אנגעהויבן שיטן פעך און שוועבל אויף פוטין.
ביז עטליכע וואכן איז שוין פוטין געשטאנען מיט א ריזיגע מיליטער ביים שוועל פון אוקריינע.
דאן [פון איין מינוט אויף די צווייטע] איז פוטין געווארן אויס קיללע''ר, אזש ביז עס איז פארגעקומען א סאמיט צווישען די צוויי.

דא שטעקט די חילוק פון טראמפ און ביידן.
טראמפ האט געהויבן די שטעקן צום ערשט און געהאקט אויף יענעם, ביי ביידן איז פארקערט ער לאזט יענעם הייבן דער שטעקן און ער דארף זיך בייגן.

טשיינע שטייט פאר א קריזיס.
קודם די גאנצע שותפות מיט די מעריב וועלט איז גאר שוואך.

והאחרון הכביד... טשיינע שטייט יעצט פאר א מעגליכע 'ריעל עסטעיט באבעל' קראך וואס קען באדראען איר עקאנאמישער עקסיזטענץ.
אנדערש ווי אמעריקע אין '08 איז אבער טשיינע נישט געבויט אויסצוהאלטן אזא קראך.


טראמפ וואלט געכאפט דער קריזיס מיט ביידע הענט און געשטעלט טשיינע אויפן פלאץ

אין ווייסע הויז עסט מען אייזקרים איז די מצב פארקערט.

ס''ה.... נישט פארשטאנען גארנישט.

די סאמיט צווישן בייגן און פוטין איז פארגעקומען אין א העכסט אנגעצויגענע מצב.

ווי פונקטליך האט זיך ביידן געבויגן פאר איינעם? כינע? רוסלאנד? צפון קארעא? אפשר פראנקרייך גאר?

'טשיינע שטייט פאר א קריזיס', מיר ווייסן דערפון.

'די גאנצע מערב וועלט שותפות איז גאר שוואך' כ'וועל דיר לאזן צו ענדיגן ווער האט אפגעשוואכט וויכטיגע אליאנצן און ווער האט פארשטערקערט.

און זייט אייך מסביר וויאזוי פונקטליך ברויך מען 'כאפן' דעי קריזיס און שטעלן כינע און פלאץ דורך דעם.

ייש''כ למפרע.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:44 pm

אגב, ברעיקינג ניוס, די סי. איי. עי. האט זיך דערמאנט צו גרינדן א ספעשל יוניט פאר טשיינע. ממש א גאונות, זיך דערמאנט! תשפ"ב! טאלק עבאוט געשיקט!
לעצט פאראכטן דורך פאטעיטא טשיפס אום מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין עוד מלבדו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:45 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פרעגן א קלאץ קשיא. איז דיפענדן טייוואן פון ווערן איין גענומען דורך כינע וויכיטיגער פאר אמעריקע ווי דיפענדן אפגאניסטאן פון ווערן איין גענומען דורך די טאליבאן? און אויב יא, פארוואס?

יא, ווייל אנדערש ווי אפגאניסטאן וואס איז אין אן אומסטאבלער לאנד וואס איז קיינמאל נישט עכט געווען קיין דעמאקראטיע, און האט נאר געקאסט געלט. איז טאיוואן א פארגעשריטענער מערב-וועלט לאנד וואס ביישטייערט צו די אמעריקאנער עקאנאמיע און צאלט ביליאנען צו קויפן פארגעשריטענע אמעריקאנער געווער

און אויב מען זאל מאכן א פאול צווישן אלע אמעריקאנער זעלנער צו זיי זענען גרייט צו גיין אין מלחמה מיט כינע פאר טייוואן, וויפיל פרוצענט וועלן זאגן יא? וויפיל פרוצענט פון אמעריקע האלטן אז אמעריקע זאל גיין אין מלחמה מיט כינע פאר טייוואן?

אדרבה, מאך אן אנקעטע, איך האב דערווייל נישט געזען אזאנס, אבער כמעט גאנץ אמעריקא איז פיינטליך געשטימט צו כינע, און מיט א שטארקע פראפעגאנדע קאמפיין קען מען ארלעדיגן שטיצע פאר א טיילווייזע אריין מישונג אויף צו פארטיידיגן טאיוואן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:48 pm

אמעריקע וועט נישט גיין אין מלחמה מיט טשיינע וועגן טייוואן.
1) נישט ווערד צו ליידן די פרייז.
2) טרעזשורי באנדס.
3) פראדוקשען און סופליי טשעין. קוק דעם יעצטיגן קריזיס און טראכט וואס טשיינע קען אנדרייען.
אין עוד מלבדו

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:50 pm

וואס וועסטו מיט מיר פארלירן אויב כינע נעמט איין טייוואן? לייג אראפ וויפייל איז עס ווערט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:53 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אמעריקע וועט נישט גיין אין מלחמה מיט טשיינע וועגן טייוואן.
1) נישט ווערד צו ליידן די פרייז.
2) טרעזשורי באנדס.
3) פראדוקשען און סופליי טשעין. קוק דעם יעצטיגן קריזיס און טראכט וואס טשיינע קען אנדרייען.

כינע גייט נישט גיין אין קריג מיט טאיוון
1) נישט ווערד צו ליידן די פרייז.
2) די עקענאמיע גייט שלאפן
3) נישט ווערט צו ריזיקירן מיט א קריג מיט אמעריקא, יאפאן, אויסטראליע, בעת אינדיע וועט עס אויסנוצן פונעם אנדערן זייט, און די פיליפינען וועט צוריקכאפן די אינזלען איבער וואס זי קריגט זיך מיט כינע א.א.וו.
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:55 pm

זארג נישט האט געשריבן:וואס וועסטו מיט מיר פארלירן אויב כינע נעמט איין טייוואן? לייג אראפ וויפייל איז עס ווערט.

כינע ווערט געשטארקט אויף אן אבנארמאלן פארנעם, אמעריקא פארלירט א גוטע שפיאנאזש און אנדערע באזע ממש ביים גרעניץ פון כינע, ועוד
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך טאנץ 2 » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:55 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
טאנץ 2 האט געשריבן:די גאנצע כינע - טייוואן קריזיס איז א תוצאה פונעם פרעזידענט ירום הודו.

ווען ביידן איז אריינגעקומען אין אמט האט ער אנגעהויבן שיטן פעך און שוועבל אויף פוטין.
ביז עטליכע וואכן איז שוין פוטין געשטאנען מיט א ריזיגע מיליטער ביים שוועל פון אוקריינע.
דאן [פון איין מינוט אויף די צווייטע] איז פוטין געווארן אויס קיללע''ר, אזש ביז עס איז פארגעקומען א סאמיט צווישען די צוויי.

דא שטעקט די חילוק פון טראמפ און ביידן.
טראמפ האט געהויבן די שטעקן צום ערשט און געהאקט אויף יענעם, ביי ביידן איז פארקערט ער לאזט יענעם הייבן דער שטעקן און ער דארף זיך בייגן.

טשיינע שטייט פאר א קריזיס.
קודם די גאנצע שותפות מיט די מעריב וועלט איז גאר שוואך.

והאחרון הכביד... טשיינע שטייט יעצט פאר א מעגליכע 'ריעל עסטעיט באבעל' קראך וואס קען באדראען איר עקאנאמישער עקסיזטענץ.
אנדערש ווי אמעריקע אין '08 איז אבער טשיינע נישט געבויט אויסצוהאלטן אזא קראך.


טראמפ וואלט געכאפט דער קריזיס מיט ביידע הענט און געשטעלט טשיינע אויפן פלאץ

אין ווייסע הויז עסט מען אייזקרים איז די מצב פארקערט.

ס''ה.... נישט פארשטאנען גארנישט.

די סאמיט צווישן בייגן און פוטין איז פארגעקומען אין א העכסט אנגעצויגענע מצב.

ווי פונקטליך האט זיך ביידן געבויגן פאר איינעם? כינע? רוסלאנד? צפון קארעא? אפשר פראנקרייך גאר?

'טשיינע שטייט פאר א קריזיס', מיר ווייסן דערפון.

'די גאנצע מערב וועלט שותפות איז גאר שוואך' כ'וועל דיר לאזן צו ענדיגן ווער האט אפגעשוואכט וויכטיגע אליאנצן און ווער האט פארשטערקערט.

און זייט אייך מסביר וויאזוי פונקטליך ברויך מען 'כאפן' דעי קריזיס און שטעלן כינע און פלאץ דורך דעם.

ייש''כ למפרע.


די פוינט איז ווער עס הייבט דעם שטעקן און ווער עס בייגט זיך.

די מינוט וואס פוטין האט אריינגעברענגט די מיליטער האט זיך ביידענ'ס שטימע געטוישט איבער פוטין.

און יא קודאס פאר טראמפ פארן אפשוואכן די מערב וועלט באצואונגען מיט טשיינע און אראפווארפן דעם שלייער פון דער גרעסטער שונא.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:18 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אמעריקע וועט נישט גיין אין מלחמה מיט טשיינע וועגן טייוואן.
1) נישט ווערד צו ליידן די פרייז.
2) טרעזשורי באנדס.
3) פראדוקשען און סופליי טשעין. קוק דעם יעצטיגן קריזיס און טראכט וואס טשיינע קען אנדרייען.

כינע גייט נישט גיין אין קריג מיט טאיוון
1) נישט ווערד צו ליידן די פרייז.
2) די עקענאמיע גייט שלאפן
3) נישט ווערט צו ריזיקירן מיט א קריג מיט אמעריקא, יאפאן, אויסטראליע, בעת אינדיע וועט עס אויסנוצן פונעם אנדערן זייט, און די פיליפינען וועט צוריקכאפן די אינזלען איבער וואס זי קריגט זיך מיט כינע א.א.וו.


1) ווען דו וואלסט געווען כינע וואלט דיר עס נישט ווערט געווען, אבער ביי די עכטע כינעזער איז עס א נאציאנאליסטישע ציל, דו קענסט דיך נישט אויסרעכענען מיט נאציאנאליסטישע געפילן.
2) די עקאנאמיע גייט האבן פראבלעמען אויף צוויי פראנטן, איינס, די נאכווייען פון די מלחמה אליינס, און אויף דעם דארף טייוואן זיין גענוג שטארק צו קענען טיילן מכות רצח, צוויי, דורך עקאנאמישע סאנקציעס פון אמעריקע, און אויף דעם ארבעט טשיינע זיכער צו מאכן אז וואס מער לענדער זאלן זיין מער אנגעהאנגען אין כינע ווי אין אמעריקע.
3) לויטן יעצטיגן מצב קען כינע זיך טאקע נאכנישט ערלויבן צו גיין אין מלחמה, אבער זיי ארבעטן שטארק דערויף, און אויב די קומענדיגע צען יאר וועלן זיי מאכן אזויפיל פארשריט ווי זיי האבן געמאכט די לעצטע צען יאר, וועלן זיי שוין ווארשיינליך דעמאלט קענען.

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:36 pm

נארמי קומט אריין שטארק. פאלעקס דיין כסדרדיגע קאמף אויף טייוואן'ס זייט ווערט געשעצט (עכ"פ ביי מיר).

איך האב שוין געשריבן לענגערע תגובות דא פארוואס איך גלייב אז טייוואן וועט זיך גענצליך אליינס פארטיידיגן און אויב כינע באווייזט אפילו צו אינוואדירן, וועלן זיי כאפן אזוינע מכות אז כינע וועט ניטאמאל איבערבלייבן מיט א מיליטער, אפגערעדט פון געווינען די מלחמה.

אבער וויבאלד עס זענען אריינגעקומען פרישע ניקס מיט פרישע קשיות וועל איך זיך באציען צו די נושאים.

פארוואס אמעריקע, רוסלאנד, אינדיע, אויסטראליע און אלע לענדער אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן קענען נישט צולאזן א געווינס פאר כינע איבער טייוואן:

רוסלאנד: עטס הייבטס די אויגן ברעמען? יא יא. רוסלאנד האט אסאך מער מורא פון א מאכטפולע כינע ווי אמעריקע. רוסלאנד האט קיינמאל געהאט גוטע באציאונגען מיט כינע. רוסלאנד האט כמעט נישט געהאלפן כינע דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה ווען רוסלאנד האט א 2,615 מייל מיט זיי און יאפאן האט געשחט'ן 10 מיליאן כינעזער! רוב ציווילע. יאפאן האט אפילו אנגעפירט אלע סארט ברוטאלע, האר אויפשטעלנדע אקטן אויף די כינעזער באפעלקערונג. רוסלאנד האט געהאט די צוטריט צו אינוואדירן און העלפן אבער זיי האבן נישט ערנסט פרובירט. צום סוף האט אמעריקע באפרייט כינע נאכ'ן באזיגן יאפאן. דערנאך האט אמעריקע אנגעהויבן און געפירט א געריכט וואו זיי געאורטיילט די יאפאנעזער קריגס פארברעכער מיט טויט שטראף און תפיסה (נוסח אמעריקע, האבן אמעריקאנער לויערס רעפרעזענטירט די יאפאנעזער קריגס פארברעכער אין געריכט..).

דורכאויס די קאלטע קריג האבן כינע און רוסלאנד זיך כסדר געאמפערט און כמעט געגאנגען אין מלחמה. אין 1973 האט אמעריקע געמאכט אפיציעלע פארבינדונגען און אפמאכן מיט כינע (רוב גייט נאך אן די היום הזה). רוסלאנד האט דאס נישט אויסגעהאלטן ספעציפיש ווען כינע האט ארויס געהאלפן אמעריקע מיט שפיאנאזש אינפארמאציע אנטקעגן רוסלאנד ועוד..

כינע האט שוין איבערגעשטיגן רוסלאנד אין מאכט (אויף א געוויסע פארנעם), עס שמעקט בכלל נישט פאר רוסלאנד ווייל כינע האט דאך אז לאנגע גרעניץ מיט זיי וואס ערלויבט כינע צו אטאקירן רוסלאנד גרינגער. אויב כינע נעמט איין טייוואן וועלן זיי זיך פארשטערקערן, און דאס נישט גוטע נייעס פאר רוסלאנד (מילד געזאגט..)

אויב ברעכט אויס א מלחמה צווישן אמעריקע און כינע וועט רוסלאנד בלייבן נייטראל, און זיך צוקוקן ווי די אנדערע צוויי וועלט מאכטן הרג'נען זיך איינע די צווייטע בשעת רוסלאנד בלייבט אומבאשעדיגט. העכסטנס וועט רוסלאנד אונטער'ן טיש ארויסהעלפן סיי כינע און סיי אמעריקע כדי ביידע זאלן שטערקער צוקלאפן איינע די צווייטע.

אינדיע: פשוט הוא. אינדיע שלאגט זיך שוין איצט מיט כינע מיט א צאל פארלוסטן אויף ביידע זייטן. אויב כינע אטאקירט טייוואן און געווינט איז דאס ביטערע נייעס פאר אינדיע. אויב כינע גייט אין קריג מיט טייוואן, וועט אינדיע אויסנוצן די געלעגנהייט צו איינעמען די חלק פון כינע וואס זיי שלאגן זיך איבער.

לענדער אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן, דאס רעכנט אריין אינדיע, יאפאן, פיליפינען, וויעטנאם, אויסטראליע, ניו זילאנד, סינגאפור, אינדאנעזיע, מאלעזיע, בראניע און נאך:

כינע טענה'ט אז א ריזן חלק פון די דרום-כינע ים באלאנגט פאר זיי (זעה מאפע)
China-claims-a-big-backyard.png
China-claims-a-big-backyard.png (385.95 KiB) געזעהן 411 מאל

אלע ארומיגע לענדער שלאגן זיך אויך דערויף אבער כינע וויל כמעט די גאנצע מעשה וואס וועט צונעמען פון יעדעם. כינע וויל אויך די אלע אינזלען וואס באלאנגען איצט צו די אנדערע לענדער, כינע וויל אויך קאנטראלירן ווער עס קען דארט פארן, כאפן פיש אדער סיי וואס. אויב כינע נעמט איין טייוואן, דאן וועלן די איבריגע אינזלען און ים שטח זיין א קינדער, און זיי וועלן איינעמען די גאנצע שטח (כינע שלאגט זיך שוין מיט די פיליפינען איבער אינזלען). חוץ פון צונעמען די שטח פון די אנדערע לענדער, וועלן זיי נישט לאזן די אנדערע לענדער כאפן פיש, נישט דורכלאזן שיפן וואס שיקן סחורה פון איין לאנד צום צווייטן, א.א.וו.

אויב דאס מיינט נישט א וועלט מלחמה ווייסעך נישט וואס יא.

אויסטראליע האט שטערקסטע באציאונגען מיט די מערב וועלט, דערפאר זענען זיי אין די גרעסטע געפאר אויב כינע נעמט איבער די ראיאן.

די ווערט פון טייוואן: טייוואן פראדוצירט 50% פון די וועלט'ס טשיפס פאר קאמפיוטערס, קארס, פאונס אדער סיי וועלכע עלעקטראנישע כלים. די אנדערע 50% פראדוצירט כינע. אויב כינע נעמט איין טייוואן פראדוצירן זיי 100% פון די וועלטס טשיפס. אויב מיינט מען אז יעצט דא א שארטעזש, דעמאלט וועט בכלל נישט זיין קיין טשיפס (חוץ אויב טשיינע האט רחמנות אויף דיר און דו אונטערטעניגסט זיך אונטער זיי...).

טייוואן פראדוצירט אויך רוב פון די וועלט'ס נעטווארקינג דעווייסעס (וואס מאכט די אינטערנעט ארבעטן). D-LINK, ASUS, CISCO, LINKSYS, ACER, HTC, RALINK, REALTEK, און נאך צענדליגע זענען טייוואנע קאמפאניס. ווי אויך שטעלן זיי צו סערוויס און אנדערע סארט הילף פאר די גרויסע אמעריקאנע קאמפאניס Netgear, Nest, Comcast, AT&T, טייוואנע קאמפאניס שטעלן צו סערוויסעס פאר סעטעלייטס און סעלפאון נעטווארקס, און נאך.

אויב דאס אלעס פאלט אריין אין כינעזע הענט איז די וועלט אויף צרות. זיי קענען אויסשאלטערן ריזיגע חלקים פון די נעטווארקס, אינטערנעט, סעלפאון סערוויס, סעטעלייטס און וואס נישט, איבער דער גארער וועלט.

קיינער וויל אז טייוואן זאל איינגענומען ווערן דורך כינע, און אפילו אטאקירט ווערן ביי כינע קען עס אנדרייען מהומות איבער די גאנצע וועלט.

כינע'ס שוואכקייטן: ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט האט כינע נישט גענוג שיפן צו טראנספארטירן סאלדאטן און געצייג, א קריג פארלאנגט א מייאנטעק פון אויל/געזאלין און כינע האט שוין איצט אן ענערגיע קריזיס און עס וועט נאר ערגער ווערן דורכאויס א מלחמה. אמעריקע האט אסאך בעסערע באציאונגען מיט די מיטל מזרח און האט אליין גאר אסאך אויל צו אויפהאלטן א מלחמה. משא"כ כינע וועט האבן א שווערע צייט צו באקומען אויל פון אנדערע לענדער, און אפילו אויב יא, האט אמעריקע גענוג שיפן ארום די וועלט צו פארכאפן אדער בלאקירן די אויל פון אנצוקומען צו כינע.

כינע'ס מיליטער האט קיין ערפארונג. זייערע סאלדאטן זענען נאכנישט אריבער די פחד פון קעמפן, זיי האבן נאכנישט די ערפארונג צו פאריכטן כלי מלחמה וואס ווערן געשעדיגט, זיי האבן נישט די ערפארונג פון היילן פארוואונדעטע און צושטעלן צו עסן. ווי אויך האט כינע אסאך מער סאלדאטן ווי געצייג, אלזא חוץ פון די פאקט אז זיי וועלן נישט האבן גענוג געווער און געצייג פאר אלע זעלנער, נאר אפילו איצט קענען זי נישט טרענירן זייער גאנצע מיליטער ווי אזוי צו נוצן מיליטערישע געצייג צב"ש עראפלאנען, שיפן, טאנקען, מיסיל שיסער, און נאך, פשוט ווייל זיי האבן נישט גענוג געצייג אפצוגעבן פאר אלע סאלדאטן צו טרענירן. זיי האבן נישט קיין איין עיר קרעפט קעריער (זיי האבן לעצטנס געמאכט א קליינטשיקס וואס ווערט נישט געהעריג גערעכנט מכמה סיבות).

זיי האבן מער עלטערע סאלדאטן און יארגאנג ווי יונגערע. וויבאלד נאך צענדליגע יארן פון נישט ערלויבן די באפעלקערונג צו האבן מער ווי איין קינד זענען דא ווייניגער יונגערע וואס קענען דינען אין די מיליטער. נאכמער, די יונגע דור איז שוין אויפגעוואקסן מיט מער פרייהייטן און טעכנאלאגיע זיי זענען נישט אזוי איבערצייגט אין די קאמיוניסטישע אידילאגיע, און זיי האלטן נישט ביי קעמפן מיט חשק אנטקעגן זייער אייגענע געשוויסטער און קוזינעס אין אן אינזל איבער די ים. זייער מעגליך אז געוויסע וועלן פשוט דעפעקטירן און העלפן טייוואן אנטשטאט כינע די מאמענט זיי לאנדען אין טייוואן...

כ'האב שוין געשריבן דא און איך וועל נאכאמאל שרייבן. די מלחמה צווישן טייוואן און כינע איז אן אומגעפארטיגטע בירגער קריג פון 1949. טייוואן רופט זיך נישט "טייוואן" און כינע רופט אויך נישט די אינזל "טייוואן". די אינזל און די מעינלאנד רופן זיך ביידע כינע, ביידע אידענטיפיצירן זיך אלס כינעזער, און ביידע אידענטיפיצירן די אנדערע אלץ כינע און כינעזער, און ביידע האלטן אז די אונז און די מעינלאנד איז איין לאנד. די מחלוקה איז איבער ווער עס איז די בארעכטיגטע רעגירונג. איין לאנד מיט צוויי רעגירונגען, איינס דעמאקראטיש און איינס קאמיוניסטיש. די דעמאקראטישע רעגירונג האלט זיך אויף אויפ'ן אינזל און באהויפט אז זיי זענען די רעגירונג פאר די גאנצע לאנד (אריינגערעכנט די מעינלאנד), אבער אין פאקט רעגירן זיי נאר אויפ'ן אינזל. די קאמיוניסטישע רעגירונג האלט זיך אויף אויפ'ן מעינלאנד און באהויפט אז זיי זענען די רעגירונג פאר די גאנצע לאנד (אריינגערעכנט די אינזל) אבער אין פאקט רעגירן זיי נאר אויפ'ן מעינלאנד.

ביידע רעגירונגען זעהן אלע כינעזער אלץ זייערע בירגער, און אלע כינעזער זעהן זיך אלץ איין פאלק און ליבן אלע גלייך. געוויסע גלויבן אין די דעמאקראטישע רעגירונג און האלטן אז דאס איז די לעגיטימע רעגירונג, און געוויסע גלויבן אין די קאמיוניסטישע רעגירונג און האלטן אז דאס איז די לעגיטימע רעגירונג. עס א קריג צווישן צוויי אידעלאגיעס און צוויי רעגירונגען נישט צוויי פעלקער. די אלגעמיינע באפעלקערונג און סאלדאטן ווילן נישט קעמפן איינע די צווייטע. אין 1949 איז קאמיוניזם געווען מער פאפולער, אבער היינט?!...

און די קאמיוניסטישע רעגירונג האט מערערע שונאים. סיי די אייגענע אומ-צופרידענע בירגער, סיי די עטנישע גרופעס וואס זיי שחט'ן, און סיי די ארומיגע לענדער וואס ווארטן אויף א מינוט ווען כינע וועט זיין אין א האקעלע מצב. אויב כינע קאנצעטרירט צופיל פון זייער מיליטער אויף טייוואן (ווארשיינליך) וועלן די עטנישע גרופעס קעמפן אינערליך, אינדיע וועט אויסנוצן די געלעגנהייט, און סיי וועלכע ארומיגע לענדער (פיליפינען, וויעטנאם, יאפאן) וועלן אלע אויס נוצן די צייט צו נעמען פון כינע וואס באלאנגט פאר זיי און כינע וועט זיין אין א שווערע מצב. אויב גייט עס א טראפקעלע שלעכט איז מעגליך, נאר מעגליך אז פרעזידענט זשי וועט פליען און די פיגורן אין די קאמיוניסטישע פארטיי וועלן זיך שלאגן. צוריק צום בירגער קריג.......

ש'כח פאר'ן ליינען מיינע לאנגע תגובות.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:51 pm

הערליך @היכי!!
און ש'כח פארן אויסדרוקן צופרידנהייט פאר מיין טאיוואנעזער פארטיידיגונג
(מיר אלע ווייסן אז די וואס שרייען אז טאיוואן גייט פאלן צילן ביידען, און אונטער טראמפ וואלטן זיי אנדערש געשריגן)

לאמיר נאר צולייגן

כינע אקופירט טיבעט - א זאך וואס רוב לאקאלע איינוואוינער זענען זייער אומצופרידן מיט, און כינע האט שוין אפילו פראבירט איבערצונעמען קאנטראל אויף די טיבעט'ע רעליגיע

כינע קריגט זיך ביי די גרעניצן פון 17 (!) פון אירע שכנים!!

אויף די וואסערן קריגן זיי זיך מיט
טאיוואן
די פיליפינען
אינדאניזיע
וויעטנאם
מאלאזיע
יאפאן
צפון קארעא (יא!)
דרום קארעא
סינגאפאר
ברונאי

און אויף די יבשה מיט
אינדיע
נעפאל
בהוטאן
לאאס
מאנגאליע
מיאנמאר
און כינע אקופירט טיבעט

דאס אלעס קאסט זייער מיליטער אויף הויכע אלערט! און זיי קענען זיך פשוט נישט ערלויבן צו פארלירן עטליכע הונדערט פליגער אין שלאכט מיט טאיוואן.
די אלע וואסערן קריגערייען פאדערט א שטארקע כינעזער נעווי, און נישט איינס וואס איז אראפ גענאגלט אין שלאכטן מיט טאיוואן

כינע קען זיך ניטאמאל ערלויבן אריין צו שיקן א פערטל מון איר ארמיי קיין טאיוואן, און ווען מען קוקט אויף די נומערן זעט מען אז א פערטל איז איר נישט גענוג
טרופן האט כינע גענוג, אבער סופלייס און אלע אנדערע לאגיסטישע חלקים מאכט עס ממש אוממעגליך סוקסעספול צו אינוואדירן טאיוואן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:58 pm

ווייס איך שוין פארוואס דו נעמסט זיך אזוי שטארק אן פאר טאיוואן...

יישר כח היכי און פאלעקס,
איך ווארט נאך אויף נארמי'ס אנאליז, גייט מסתמא זיין מער גענויגט צו וויאזוי איך קוק עס אן

למעשה איז דא 6 צדדים,
1. אלעס בלייבט אזוי, כינע וועט בכלל נישט אינוואדירן טאיוואן (שיטת פאלעקס)
2-6 כינע גייט און מלחמה
2. אמעריקע מישט זיך נישט אריין, טאיוואן געווינט אליינס
3. כנ"ל כינע געווינט
4. אמעריקע מישט זיך יא אריין, און געוואונט
5. כנ"ל כינע געוואונט
6. עס ברעכט אויס א נוקלעארע מלחמה, יעדער פארלירט

אפשר וואלט געווען אינטערעסאנט אן אנקעטע וואס דער עולם האלט אז סאיז די מערסטע מסתבר

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:59 pm

נאר איין לאנד האט שוין געשליכטעט אירע גרעניץ קריגערייען מיט כינע....

רוסלאנד...

און אפילו זי האט געדארפט אויפגעבן 3 טייכן און 2 אינזלען דערפאר
און מען רעדט דא פון אינזלען וואס רוסלאנד האט געהאט אקופירט, און זי האט עס אויפגעגעבן פאר גינע! ממש אומדערהערט!!!

דאס געט א שטיקל אריינבליק אין די אנגעצויגנקייט און חוצפה פון כינע
(רוסלאנד האט זיך דעמאלטס געהאט אירע אינטערעסן פארוואס עס אויפצוגעבן)
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
ממוצע
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 1:00 am

היכי תמצא האט געשריבן:ש'כח פאר'ן ליינען מיינע לאנגע תגובות.

דו שרייבסט מעכטיג! געליינט מיט אינטרעסע.

אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 5:49 am

הערליכע אשכול מיט הערליכע אנאליזן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Borrower, איך האף, אליעזר ב., בבקשה, גאפל, השקפה ברורה, נייע שטאט און 53 געסט