כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס זעהט דיר אויס ווי די טאליבאן גייען אמאל אוועקגיין פון דארט און עס נאך איבערגעבן פאר אייסיס עס צו פירען?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מטעמים האט געשריבן:עס זעהט דיר אויס ווי די טאליבאן גייען אמאל אוועקגיין פון דארט און עס נאך איבערגעבן פאר אייסיס עס צו פירען?

הייסט דאס אוועקגיין איז די פראבלעם? אדער די נישט אונטערדרוקן די טאליבאן גענוג איז די פראבלעם?

אמעריקא האט געוואונען - טאקע אן אונטערדרוקן די טאליבאן.
אמעריקא איז ארויס, - נישט פארלוירן אין שלאכט - נאר פארלוירן אינטערעסע.
ווען אמעריקא איז ארויס האט די טאליבאן איבערגענומען.

יעצט, אויב די טאליבאן פארלירט אינטערעסע, נעמט אייסיס איבער, אמעריקא האט נישט פארלוירן צוליב זייער מיליטער! מיליטעריש איז אמעריקא ארויס זיגער
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

בבקשה האט געשריבן:מיין אנאליז: עס גייט קומען צו א פרידלעכע שליכטונג. כינע האט צופיל צו פארלירן פון א מלחמה. מלחמה וועט פארקליפרען די עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, נישט בלויז אמעריקע מיט כינע.

פארוואס זאל באדערן פאר כינע אז די וועלט’ס עקאנאמיע גייט צום גרונד? (ע”ע קאראנע וויירוס לויט די שיטה אז זיי האבן באהאלטן אינפא פאר א שטיק צייט וכו’)
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

מיט פליישיגע אויגן וועט קריג נישט אויסברעכן, מעגליך אז כינע וועט אייננעמען טייוואן און אמעריקע וועט ווייזן נא נא מיטן גראבן פינגער (קרעדיט: הערשל פ.)

איך קען נישט זען סיי וועלכע אדמיניסטראציע (חוץ א דזשאן באלטאן אדמיניסטראציע שטייצעך) גיין אין קריג מיט כינע, די תוצאות דערפון זענען נישט עפעס וואס מיר קענען זיך בכלל פארשטעלן

חוץ אויב פון הימל איז אנגעשריבן אנדרעש
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בדרך אפשר האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:מיין אנאליז: עס גייט קומען צו א פרידלעכע שליכטונג. כינע האט צופיל צו פארלירן פון א מלחמה. מלחמה וועט פארקליפרען די עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, נישט בלויז אמעריקע מיט כינע.

פארוואס זאל באדערן פאר כינע אז די וועלט’ס עקאנאמיע גייט צום גרונד? (ע”ע קאראנע וויירוס לויט די שיטה אז זיי האבן באהאלטן אינפא פאר א שטיק צייט וכו’)

די גאנצע וועלט גייט זיי נישט אן, אבער כינע יא. קאראנע איז נישט דומה, וויבאלד דאן איז די קריזיס שוין געווען.
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

פארוואס האט נישא אמעריקע א פלאן אפצוהאקן עווענטואל טשיינע אימפארט און נישט דארפן צוקומען צו זיי, פונטק ווי טשיינע פרובירט אז מען זאל נאר צוקומען צו זיי. העט מען שוין נישט דארפן אזויפיל זארגן פון זיי.
קענען נישט אנדערע לענדער צו שטעלן ארבעטערס פאר פעקטאריס פונטק ווי טשיינע האט ארבעטערס
זענען זייערע ארבעטערס די ביליגסטע?
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

פרוכט בוים האט געשריבן:פארוואס האט נישא אמעריקע א פלאן אפצוהאקן עווענטואל טשיינע אימפארט און נישט דארפן צוקומען צו זיי, פונטק ווי טשיינע פרובירט אז מען זאל נאר צוקומען צו זיי. העט מען שוין נישט דארפן אזויפיל זארגן פון זיי.
קענען נישט אנדערע לענדער צו שטעלן ארבעטערס פאר פעקטאריס פונטק ווי טשיינע האט ארבעטערס
זענען זייערע ארבעטערס די ביליגסטע?

גוט מארגן, מען האט דאך ארויסגעשטיפט דעם פאריגן ירון הודו
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פרוכט בוים האט געשריבן:פארוואס האט נישא אמעריקע א פלאן אפצוהאקן עווענטואל טשיינע אימפארט און נישט דארפן צוקומען צו זיי, פונטק ווי טשיינע פרובירט אז מען זאל נאר צוקומען צו זיי. העט מען שוין נישט דארפן אזויפיל זארגן פון זיי.
קענען נישט אנדערע לענדער צו שטעלן ארבעטערס פאר פעקטאריס פונטק ווי טשיינע האט ארבעטערס
זענען זייערע ארבעטערס די ביליגסטע?



נאך יארן נישט טראכטן פון דעים, (אדער נישט וועלן טראכטן) איז זייער שווער צי צוריק ברענגן manufacturing אין אמעריקע, דעי חברה וואס פארשטייען ווי אזוי מען טוט עס זענען שוין 60 יאר, און זיי זענען נישט פארגעשריטן מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע.

מען קען אויב מען וויל שטארק טעסלא האט עס באוויזן....
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וויפיל טרופן האט אמעריקע דארט?

30.000

מיינסט מן הסתם 30...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פרוכט בוים האט געשריבן:פארוואס האט נישא אמעריקע א פלאן אפצוהאקן עווענטואל טשיינע אימפארט און נישט דארפן צוקומען צו זיי, פונטק ווי טשיינע פרובירט אז מען זאל נאר צוקומען צו זיי. העט מען שוין נישט דארפן אזויפיל זארגן פון זיי.
קענען נישט אנדערע לענדער צו שטעלן ארבעטערס פאר פעקטאריס פונטק ווי טשיינע האט ארבעטערס
זענען זייערע ארבעטערס די ביליגסטע?

זייערע ארבייטער זענען אבסאלוט נישט די ביליגסטע. אינדיע און טייל אראבישע מדינות האבן פיל ביליגערע ארבייטער.

כינע האט א זעלטענע קאמבינאציע פון א מאדערנע לאנד מיט אלע פארגעשריטענסטע איינריכטונגען, אבער א גאר ביליגע (רעלאטיוו צו די מערב וועלט, עכ"פ) ארבייטס קראפט.

זיי האבן א דיסציפלין מיט וואס זייערע בירגער זענען אויפגעוואקסן און איינגעוואוינט צו ארבעטן מיט א פונקטליכקייט און סיסטעמאטישקייט, עס זענען דא א ריזיגע צאל מאדערן איינגערישטע פעקטארי'ס, סופליי טשעין סיסטעמס, אינפראסטרוקטור אין לאנד פון איין עק צום צווייטן, און ועל כולם - זיי האבן שוין אסעמבלי ליינס פאר כמעט יעדע סארט אייטעם וואס איז נאר דא.

אמעריקא קען ווען אנהייבן ארבעטן דערויף, אויב זאל ווען זיין איינער מיט א וויזיע און אמביציע, אבער 1) מ'קען דאך נישט ארבעטן אויף אהערצושטעלן מעניופעקטשורינג אינדרויסן פון אמעריקא, העט מען זיך ענדערש צומאכן די אויגן. 2) אויב אמעריקא איז אינוואלווד, מוז מען זיכער מאכן אז מיינארס ארבעטן נישט, ריינע ענערדזשי, סעיפטי און כלערליי אוש"ע סטייל געזעצן - וואס דאס איז א טויט קלאפ פאר א ביליגע סיסטעמאטישע מעניופעקטשורינג.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יש ברירה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וויפיל טרופן האט אמעריקע דארט?

30.000

מיינסט מן הסתם 30...

דעס איז לויט די געהיימע אויפדעקונג סתם אזוי האלט עס ביי 70 אבער מקען קיינמאל וויסן געהעריג

true
false
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואס איז לויט די געהיימע אויפדעקונג? די דרייסיג יא?

(די ציפערן 30,000 איז א טעות וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א גוגעל סוירטש פון דזשאן קארנען).
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נארמאליזעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וויפיל טרופן האט אמעריקע דארט?

30.000

מיינסט מן הסתם 30...

דעס איז לויט די געהיימע אויפדעקונג סתם אזוי האלט עס ביי 70 אבער מקען קיינמאל וויסן געהעריג

כ'האף אז דו כאפסט אז די 'געהיימע אויפדעקונג' איז געווען געסקעדשולט....
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פירער פון טייוואן האט היינט אין א רעדע פעסטגעשטעלט אז טייוואן וועט זיך נישט בוקן צו כינע'ס פרעשור און וועט ווייטער ארבעטן צו פארזיכערן אירע דעפענץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן יעצט, ווער סהאלט אז אמעריקע זאל זיך אננעמען פאר טייוואן, און ווער סהאלט אז נישט, און אויף ווי ווייט
נישט באזירט אויף וואס ביידן וועט טון אויב סוועט פאקטיש צוקומען דערצו...

באלאנגט אבער אין קאך לעפל, נישט אין נייעס

מען זאל זיך זיכער אננעמען פאר טאיוואן בפרט און פאר די וועלט בכלל. פארשטייט זיך אבער, אז מען זאל טון אלעס צו שליכטן אן א קריג. אויב אבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע, זאל מען גיין אין קריג, אינאיינעם מיט א פעסטן אליאנץ.

תיכף קריג!

100% טשעמבערליין וואלט אויך איינגעזען עט סאם פוינט אז מ'מוז גיין אין קריג, די קונץ איז צו קענען אפמאכן דאס ריכטיגע ווען קיינער אנדערש זעהט עס נאכנישט.

ווען איך רעד פון שליכטן, מיין איך, פארשטייט זיך, בעפאר עס ברעכט אויס א קריג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן יעצט, ווער סהאלט אז אמעריקע זאל זיך אננעמען פאר טייוואן, און ווער סהאלט אז נישט, און אויף ווי ווייט
נישט באזירט אויף וואס ביידן וועט טון אויב סוועט פאקטיש צוקומען דערצו...

באלאנגט אבער אין קאך לעפל, נישט אין נייעס

מען זאל זיך זיכער אננעמען פאר טאיוואן בפרט און פאר די וועלט בכלל. פארשטייט זיך אבער, אז מען זאל טון אלעס צו שליכטן אן א קריג. אויב אבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע, זאל מען גיין אין קריג, אינאיינעם מיט א פעסטן אליאנץ.

תיכף קריג!

פארוואס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

מים חיים האט געשריבן:וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן יעצט, ווער סהאלט אז אמעריקע זאל זיך אננעמען פאר טייוואן, און ווער סהאלט אז נישט, און אויף ווי ווייט
נישט באזירט אויף וואס ביידן וועט טון אויב סוועט פאקטיש צוקומען דערצו...

וואס איך וואלט געוואלט איז, אז אמעריקע זאל קניידלען כינעזער פירער און נכסים מיט דראונס (און אויב ס'פעלט אויס אויך מיט באמבארדיר עראפלאנען) פאר יעדן אינטש וואס זיי גייען אריין טיפער אין טאיוואן, אזוי אז ווען כינע וועט ענדגילטיג "געוואונען" און אנעקסירן טאיוואן, זאל שוין כינע האבן א כשר'ע רעגירונג.

אריינגיין אויף דער ערד מיט לעבעדיגע סאלדאטן אין א פרעמדע לאנד וואס ווערט אינוואדירט דורך א צווייטע לאנד איז א זיכערע טויט אורטייל פאר קיינער-ווייסט-וויפיל אמעריקאנער סאלדאטן, און נאך פיל מער אומשולדיגע כינעזער סאלדאטן, און טאר נישט געשען ווען ס'איז דא אנדערע אויסוועגן.

אריינגיין אויף דער ערד אין א קריג אין יענע ראיאן - אפילו אויב ס'געלונגט נישט פאר כינע צו אנעקסירן טאיוואן - וועט זיין א צווייטע וויעטנאם.
לעצט פארראכטן דורך והיתם נקיים אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל א ודאי שומר ומציל זיין, אבער איך זעה נאכנישט די געלונגענקייט אין די אמעריקאנע מיליטער, אפילו אויב זאל טשיינע אינוואדירען אמעריקע ווייס איך שוין נישט צו די אמעריקאנע מיליטער האט די גאטס זיך צו דיפענדען.

פארשטייט זיך אליינס אז איך האלט נישט עכט אזוי אבער די פוינט איז אז שטארקייט מיט וואפען און טעכנאלאגיע און בכלליות שטארק אויב מען האט נישט די גאטס עס צו ניצען האסטו גארנישט דערפון.

עפעס א מין מאדנע באשעפעניש דאס אמעריקאנע מיליטער, א באטשד אפ אנטלויף פון אפגאניסטאן, א פארשעמטע און בלוט דורעכגעווייקטע פרשה אין איראק און די אמעריקאנע בהימות שטופען נאכאלס זיי אנצושטאפען די טאשען מיט געלט.

נאטינג טו שאו פאר.

האט גארנישט מיט די מיליטער. עס האט מיט דעם קאמאנדיר אין טשיף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האב געזיגט מיין קעגנער און דערנאך וואס איך האב געענדיגט זיגען האב איך עס צוריק געגעבען פאר מיין קעגנער ווייל מיינע קינדער אינדערהיים ווילען שוין איך זאל אהיים קומען.

איך מיין דו זיכסט א ווארט אין די אידישע דיקשענערי וואס זאל פארשטיין געבן וואס אמעריקע האט געטוהן אין אפגאניסטאן די ווארט איז זיכער נישט זיג! עס איז מער א ווארט ענליך צו דורעכפאל נאכען איינזעהן אז נאך צוואנציג יאר פרובירען צו זיגען האט מיין שונא נאכאלס נישט קאפוטעלירט נאר פונקט פארקערט ער האט זיך שטארק גרופירט אזוי ווייט אז זיי קענען אין עטליכע וואכען צוריק נעמען זייער לאנד דערנאך וואס זיי האבען יארען געגעבען א גיהנום פאר די אמעריקאנע מיליטער.

לויט דעם האט די טאליבאן נישט געזיגט ביז זיי זענען ענדגילטיג מסדר אייסיס - אין קורצן קיינמאל

דאן האבן זיי נאכנישט 'ענדגילטיג' געוואונען קעגן אייסיס, אבער קעגן אמעריקע האבן זיי ביגלי געוואונען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל א ודאי שומר ומציל זיין, אבער איך זעה נאכנישט די געלונגענקייט אין די אמעריקאנע מיליטער, אפילו אויב זאל טשיינע אינוואדירען אמעריקע ווייס איך שוין נישט צו די אמעריקאנע מיליטער האט די גאטס זיך צו דיפענדען.

פארשטייט זיך אליינס אז איך האלט נישט עכט אזוי אבער די פוינט איז אז שטארקייט מיט וואפען און טעכנאלאגיע און בכלליות שטארק אויב מען האט נישט די גאטס עס צו ניצען האסטו גארנישט דערפון.

עפעס א מין מאדנע באשעפעניש דאס אמעריקאנע מיליטער, א באטשד אפ אנטלויף פון אפגאניסטאן, א פארשעמטע און בלוט דורעכגעווייקטע פרשה אין איראק און די אמעריקאנע בהימות שטופען נאכאלס זיי אנצושטאפען די טאשען מיט געלט.

נאטינג טו שאו פאר.

האט גארנישט מיט די מיליטער. עס האט מיט דעם קאמאנדיר אין טשיף.

מיט קיין איינס פון דעי ביידע
סהאט מיט די פלאץ ווי מאיז
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל א ודאי שומר ומציל זיין, אבער איך זעה נאכנישט די געלונגענקייט אין די אמעריקאנע מיליטער, אפילו אויב זאל טשיינע אינוואדירען אמעריקע ווייס איך שוין נישט צו די אמעריקאנע מיליטער האט די גאטס זיך צו דיפענדען.

פארשטייט זיך אליינס אז איך האלט נישט עכט אזוי אבער די פוינט איז אז שטארקייט מיט וואפען און טעכנאלאגיע און בכלליות שטארק אויב מען האט נישט די גאטס עס צו ניצען האסטו גארנישט דערפון.

עפעס א מין מאדנע באשעפעניש דאס אמעריקאנע מיליטער, א באטשד אפ אנטלויף פון אפגאניסטאן, א פארשעמטע און בלוט דורעכגעווייקטע פרשה אין איראק און די אמעריקאנע בהימות שטופען נאכאלס זיי אנצושטאפען די טאשען מיט געלט.

נאטינג טו שאו פאר.

האט גארנישט מיט די מיליטער. עס האט מיט דעם קאמאנדיר אין טשיף.

מער ריכטיג, אימסטאבילע דומע מאסן מיט א קליינע אייקיו, זייער פירער רעפרעזענטירט זיי נאר
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

והיתם נקיים האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן יעצט, ווער סהאלט אז אמעריקע זאל זיך אננעמען פאר טייוואן, און ווער סהאלט אז נישט, און אויף ווי ווייט
נישט באזירט אויף וואס ביידן וועט טון אויב סוועט פאקטיש צוקומען דערצו...

וואס איך וואלט געוואלט איז, אז אמעריקע זאל קניידלען כינעזער פירער און נכסים מיט דראונס (און אויב ס'פעלט אויס אויך מיט באמבארדיר עראפלאנען) פאר יעדן אינטש וואס זיי גייען אריין טיפער אין טאיוואן, אזוי אז ווען כינע וועט ענדגילטיג "געוואונען" און אנעקסירן טאיוואן, זאל שוין כינע האבן א כשר'ע רעגירונג.

אריינגיין אויף דער ערד מיט לעבעדיגע סאלדאטן אין א פרעמדע לאנד וואס ווערט אינוואדירט דורך א צווייטע לאנד איז א זיכערע טויט אורטייל פאר קיינער-ווייסט-וויפיל אמעריקאנער סאלדאטן, און נאך פיל מער אומשולדיגע כינעזער סאלדאטן, און טאר נישט געשען ווען ס'איז דא אנדערע אויסוועגן.

מיינסט טאקע אז עס ארבעט אזוי. אמעריקע וועט באמבאדירן כינע, און כינע וועט זיצן שטיל? האלטסט אז ווייניגער מענטשן וועלן שטארבן אויף א וועג?

נאך וואס כינע וועט געווינען און צוריק אהיימקומען צו זייער נארוואס געווארענעם כשר'ן רעגירונג. וואס מיינסטו וועלן זיי טון?
אריינגיין אויף דער ערד אין א קריג אין יענע ראיאן - אפילו אויב ס'געלונגט נישט פאר כינע צו אנעקסירן טאיוואן - וועט זיין א צווייטע וויעטנאם.

עס ווענדט זיך וואס דער ציל פון דעם קריג איז. איז דער ציל אויפצובויען דאס לאנד און אוועקשטעלן א רעגירונג לויט די אמעריקאנער פרינציפן, דאן ביזסטו גערעכט. אבער אויב דארף מען בס"ה ארויסטריבן א פרעמדן שונא. דאן איז די מעשה אינגאנצן אנדערש. איינמאל מען טרייבט אים ארויס, דארף אמעריקע נישט אנהאלטן קאנטראל. וויבאלד די רעגירונג איז שוין אוועקגעשטעלט פון בעפאר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נארמאליזעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל א ודאי שומר ומציל זיין, אבער איך זעה נאכנישט די געלונגענקייט אין די אמעריקאנע מיליטער, אפילו אויב זאל טשיינע אינוואדירען אמעריקע ווייס איך שוין נישט צו די אמעריקאנע מיליטער האט די גאטס זיך צו דיפענדען.

פארשטייט זיך אליינס אז איך האלט נישט עכט אזוי אבער די פוינט איז אז שטארקייט מיט וואפען און טעכנאלאגיע און בכלליות שטארק אויב מען האט נישט די גאטס עס צו ניצען האסטו גארנישט דערפון.

עפעס א מין מאדנע באשעפעניש דאס אמעריקאנע מיליטער, א באטשד אפ אנטלויף פון אפגאניסטאן, א פארשעמטע און בלוט דורעכגעווייקטע פרשה אין איראק און די אמעריקאנע בהימות שטופען נאכאלס זיי אנצושטאפען די טאשען מיט געלט.

נאטינג טו שאו פאר.

האט גארנישט מיט די מיליטער. עס האט מיט דעם קאמאנדיר אין טשיף.

מיט קיין איינס פון דעי ביידע
סהאט מיט די פלאץ ווי מאיז

לויט דיר, פארוואס איז אמעריקע ארויס פון איראק?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בדרך אפשר האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:מיין אנאליז: עס גייט קומען צו א פרידלעכע שליכטונג. כינע האט צופיל צו פארלירן פון א מלחמה. מלחמה וועט פארקליפרען די עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, נישט בלויז אמעריקע מיט כינע.

פארוואס זאל באדערן פאר כינע אז די וועלט’ס עקאנאמיע גייט צום גרונד? (ע”ע קאראנע וויירוס לויט די שיטה אז זיי האבן באהאלטן אינפא פאר א שטיק צייט וכו’)

כינע איז א טייל פון דער וועלט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך פארשטיי נישט דעם דמיון צו אפגאניסטאן און וויעטנאם, אמעריקע האט נאכקיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן געווינען קעגן א מיליטער, די פראבלעמען זענען נאר געווען צו קאנטראלירן דאס לאנד.

די גרעסטע פראבלעם אין מיינע אויגן איז די פארטיזענשיפ, וועט ביידען באקומען אין א מלחמה פון טראמפ רעפובליקאנער די האנימאן וואס בוש האט באקומען פון די דעמאקראטן די ערשטע יאר פון די מלחמה קעגן טעראר?

וויאזוי וועט אויסזען א מלחמה קעגן אזא שונא ווי טשיינע ווען אינדערהיים איז א האלבע פאלק קעגן דיר?

שוין אפגערעדט פון דעם אז מען וועט לכאורה דארפן פירן די עקאנאמיע בערך אזוי ווי ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און האלב אמעריקע וועט נישט האלטן ביים מיטארבעטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”