כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 9:15 am

טשיינע האט געשאסן 11 באליסטישע מיסילס אריין אין טייוואנעזע וואסערן לויט טייוואן דעפענס מיניסטעריום

מאפע פון די מיסיל רוטס

טייוואן.png
טייוואן.png (348.93 KiB) געזעהן 14600 מאל

22473995_1.png
22473995_1.png (5.97 KiB) געזעהן 14576 מאל


זעהט אויס ווי אפאר זענען אריבער געפלויגן העכער טייוואן

יאפאן זאגט אז 5 מיסילס זענען אריינגעפלויגן אין יאפאנס עקסקלוסיוו עקאנאמישע זאנע
געדענק: בזיעת אפך תאכל לחם איז א אלגעמיינע אינטערנאציאנאלע קללה. אויב זעסטו איינער פארדינט שיין געלט אן ארבעט שווער, האט ער אדער אמאל געשוויצט דערפאר אדער גייט ער נאך גוט שוויצן דערפאר. געלט קומט נישט צופיס!

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 10:10 am

מי כעמך האט געשריבן:טשיינע האט געשאסן 11 באליסטישע מיסילס אריין אין טייוואנעזע וואסערן לויט טייוואן דעפענס מיניסטעריום

מאפע פון די מיסיל רוטס

זעהט אויס ווי אפאר זענען אריבער געפלויגן העכער טייוואן

יאפאן זאגט אז 5 מיסילס זענען אריינגעפלויגן אין יאפאנס עקסקלוסיוו עקאנאמישע זאנע


די EEZ פון יאפאן.
צוגעלייגטע
2019-07-30_15-17-06.jpg
2019-07-30_15-17-06.jpg (87.59 KiB) געזעהן 14214 מאל

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 10:58 am

מי כעמך האט געשריבן:טשיינע האט געשאסן 11 באליסטישע מיסילס אריין אין טייוואנעזע וואסערן לויט טייוואן דעפענס מיניסטעריום

מאפע פון די מיסיל רוטס

בילד

זעהט אויס ווי אפאר זענען אריבער געפלויגן העכער טייוואן

יאפאן זאגט אז 5 מיסילס זענען אריינגעפלויגן אין יאפאנס עקסקלוסיוו עקאנאמישע זאנע

טייוואן באשטעטיגט אז עס איז געפלויגן העכער טייוואן

1659608301-62eb9cedc2f27.jpg
1659608301-62eb9cedc2f27.jpg (93.87 KiB) געזעהן 13763 מאל

לינקס - א בילד ווי עס פליעט ארויס פון כינע.
רעכטס - וואו עס האט געלאנדעט מזרח פון טייוואן.

------

קלארערע בילדער ארויסגעגעבן דורך כינעזע מידיא פון די מיסילס און מלר"ס ווי זיי פליען ארויס פון כינע אין ריכטונג צו די וואסערן ארום טייוואן.

ezgif-5-1b18209dc2.jpg
ezgif-5-1b18209dc2.jpg (180.09 KiB) געזעהן 13763 מאל

93349247.jpg
93349247.jpg (30.94 KiB) געזעהן 13763 מאל

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 11:45 am

די כינעזער מאפע וואס היכי ברענגט ווי די מיסילס האבן געלאנדעט, שטימט נישט מיט די טייוואנער מאפע וואס מי כעמך ברענגט.

בפשטות מיינט עס אז מאיזה סיבה האט דער כינעזער טעלעוויזיע נישט מדייק געווען, אדער געזאגט ליגענט.

מסתמא ווייל אויף זייער רוט פליעט עס מער דירעקט איבער טייוואן.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 12:03 pm

צל עובר האט געשריבן:די כינעזער מאפע וואס היכי ברענגט ווי די מיסילס האבן געלאנדעט, שטימט נישט מיט די טייוואנער מאפע וואס מי כעמך ברענגט.

בפשטות מיינט עס אז מאיזה סיבה האט דער כינעזער טעלעוויזיע נישט מדייק געווען, אדער געזאגט ליגענט.

מסתמא ווייל אויף זייער רוט פליעט עס מער דירעקט איבער טייוואן.

לכאורה.

איך האב זיי אויך געפאקט ביים ניצן אלטע בילדער... יענע האב נישט ארויפגעלייגט.

זיי האבן אויך געשריבן אז די בילדער פון וואו די מיסילס פליען ארויס איז ביי אן אומ-אידענטיפיצירטע לאקאציע.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 12:52 pm

די טייוואנע פרעזידענטקע האט אפגעהאלטן א רעדע צום פאלק און צו די וועלט.

זי האט אנגערופן די כינעזע עקסערסייזעס אומ-פאראנטווארטליך פאר'ן שיסן נאנט צו פארנומענע אינטערנאציאנאלע פליגער און ים רוטס און פארלאנגט פון כינע מער צו ניצן זייער כח המעצר.

זי האט געזאגט אז טייוואן ארבעט אויס א וועג ווי אזוי ווייטער אנצוגיין מיט אינטערנאציאנאלע פליגער און שיף רוטס אומגעשטערט. אזוי אויך, ארבעט די רעגירונג צו האלטן די פינאנציעלע מארקעטס סטאביל.

טייוואן וועט נישט צוברענגען אז די צושטאנד זאל זיך פארשארפערן (עסקעלעיט), אבער זיי וועלן פארטיידיגן זייער לאנד'ס זעלבסטשטענדיגקייט.

זי האט געמאנט פון די וועלט צו שטיצן טייוואן'ס דעמאקראטיע און זיך אנטקעגן שטעלן צו כינע'ס אומראציאנעלע מיליטערישע אקציעס. טייוואן ארבעט מיט די ארומיגע דעמאקראטישע לענדער אנצוהאלטן די שלום אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן.

זי האט באדאנקט די G7 לענדער פאר'ן רופן אויף כינע זיך צוריקצוהאלטן פון אגרעסיווע מיליטערישע אקטיוויטעטן.

זי האט געזאגט אז טייוואן פרובירט שטארק אנצוהאלטן די סטאטוס קווא און זיי זענען אפן פאר קאנסטראקטיווע דיאלאג.

זי האט אויך געווארנט דאס פאלק צו זיין וואכזאם איבער כינעזע מיסאינפארמאציע קאמפיינס און פסיכאלאגיע קריגס מיטלען צו פארדרייען א קאפ.

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 2:09 pm

די שטאט זיכערהייט ביורא אין ווענזא, כינע האט ארעסטירט דער וויצע פארזיצער, יענג זשיואן, פונעם "טייוואן נאציאנאלע פארטיי", מיט'ן קלאגע אז ער פירט אן 'טייוואנע זעלבסטשטענדיגקייט און אפשלוס פון כינע' אקטיוויטעטן, און אז ער איז א סכנה פאר די נאציאנאלע זיכערהייט.

יענג'ס פארטיי אין טייוואן איז א חלק פון א ליבעראלע מינאריטעט וואס רופט פאר טייוואן זיך גענצליך אפצוטיילן פון כינע, און אויפשטעלן אן אייגן לאנד. יענג האט אין די פארגאנגענהייט קאמפיינט אז טייוואן זאל אפהאלטן א רעפערענדום פאר אלע בירגער אויף די דאזיגע נושא.

יענג האט פארוויילט אין ווענזא, כינע ביים אנטייל נעמען אין אן ארטיגן "גאו" באערד-געים פארמעסט, און איז ארעסטירט געווארן אינמיטן שפילן.

אין געווענליכע צייטן איז עס א נארמאלע ערשיינונג פאר סיי וועלכע טייוואנער זיך צו געפונען אין כינע, אבער אין רעאקציע צו פעלאוסי'ס באזוך האט כינע געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן אויסרייניגן דאס לאנד פון פאררעטער.

יענג שטייט אויס 10 יאר טורמע, אדער גאר טויט שטראף.

טייוואן האט פארדאמט די ארעסט, זאגנדיג אז דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט די לעגאל אויסגעארבעטע פראצעדור אין וואס ביידע לענדער זענען פארמישט אין דעם ארעסט און ווערן אינפארמירט פון פאראויס.

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 4:36 pm

יאפאנ'ס אויסערן מיניסטער רופט פאר א זאפארטיגע אפשטעל צו די כינעזע עקסערסייזעס.

טייוואן זאגט אז די מיסילס וואס כינע האט געשאסן זענען געפלויגן הויעך אין די אטמאספערע. נישט שטעלנדיג קיין געפאר צו די טייוואנע יבשה.

זעה איך אז געוויסע ''עקספערטן'' זענען ביי די מיינונג אז דאס איז נאר די אנהייב פון א אינוואזיע וואס וועט לכאורה נאכפאלגן. (געדענקסט די עקספערטן וואס האבן געווארנט אז פוטין וועט איינעמען אוקריינע? ס'איז מסתמא די זעלבע)

(ארומנעמען טייוואן פון אלע זייטן, אריין אין זייער טעריטאריע, און שיסן מיסילס העכער טייוואן'ס קאפ, איז נישט קיין מלחמה דעקלעראציע? שטעל דיך פאר פראנקרייך מאכט מיליטערישע עקסערסייז מיטן ווארפן לעבעדיגע פייער אריבער די טשענעל העכער ענגלאנד?)





שוין.. עס געמאכט צו אן אלפ'ל...
דיו טו טשיינע 22
געדענק: בזיעת אפך תאכל לחם איז א אלגעמיינע אינטערנאציאנאלע קללה. אויב זעסטו איינער פארדינט שיין געלט אן ארבעט שווער, האט ער אדער אמאל געשוויצט דערפאר אדער גייט ער נאך גוט שוויצן דערפאר. געלט קומט נישט צופיס!

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 5:45 pm

די פענטאגען האט פארארדענט די עירקרעפט קעריער USS Ronald Reagan צו פארבלייבן אין די געגענט נעבן טייוואן צו 'באאבאכטן' די סיטואציע.

- ווייסע הויז

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 9:13 pm

דער כינעזער אמבאסאדאר צו פראנקרייך, לו שעי, האט געזאגט אז נאך וואס כינע פאראייניגט טייוואן מיט'ן מוטערלאנד וועלן זיי ברויכן ווידער-ערציען (מוח שווענקן) די טייוואנע בירגער, כדי זיי זאלן צוריקבאקומען דאס ליבע צום מוטערלאנד.

ער האט געזאגט אז ביז 3 יאר צוריק האבן אלע טייוואנער זיך געוואלט פאראייניגן מיט מוטערלאנד כינע, אבער די יעצטיגע טייוואנע רעגירונג פרעדיגט אזוינע שטארקע פראפאגאנדע איבער זעלבסטשטענדיגקייט אז די בירגער האבן שוין פארלוירן די ליבע צום מוטערלאנד און זענען שוין נישט אזוי איבערצייגט אז פאראייניגונג איז גוט, אבער מיט אביסעלע רעהאביליטאציע (rehabilitation) וועלן זיי ווערן פאטריאטן.

ער האט אונטערגעשטראכן אז עס וועט נישט געטון ווערן אונטער דרוק אדער צוואנג.

כינע פארמאגט יעצט 'ווידער-ערציאונג' קעמפס אין זייער שינדזשאנג ראיאן, וואו מיליאנע עטנישע וויגורס (Uyghur) גייען דורך 'ווידער-ערציאונג' אין פארעם פון צוואנגס ארבעט און טויט.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 8:39 am

כינע האקט אפ איר דיאלאג און באציאונגן מיט אמעריקע איבער עטליכע ענינים, מיליטעריש, קלימאט טויש, אימיגראציע און נאך.

אזוי אויך לייגט זי ארויף סאנקציעס אויף ספיעקער פעלאוסי.
צוגעלייגטע
20220805_083720.jpg
20220805_083720.jpg (137.83 KiB) געזעהן 10294 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 8:50 am

די כינעזער דיסטרויער שיף Changchun (150) ווערט באגלייט דורך א טייוואנעזער דיסטרויער ביי די ברעגעס נעבן די פארט פונעם כינעזער סיטי Kaohsiung.
צוגעלייגטע
20220805_084605.jpg
20220805_084605.jpg (76.61 KiB) געזעהן 10257 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 9:16 am

די טייוואנעזער פארטיידיגונגס מיניסטעריום מיט א באריכט.
צוגעלייגטע
81299r.jpg
81299r.jpg (183.76 KiB) געזעהן 10181 מאל

יונער
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך יונער » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 9:57 am

כינעזע אויסערן מיניסטער Wang yi האט זיך געטראפן מיט די רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו פאר געשפרעכן

-6298493506234200603_121.jpg
-6298493506234200603_121.jpg (73.21 KiB) געזעהן 10030 מאל
קענסט מיר פון דארט? מיאיי....

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:32 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:די כינעזער דיסטרויער שיף Changchun (150) ווערט באגלייט דורך א טייוואנעזער דיסטרויער ביי די ברעגעס נעבן די פארט פונעם כינעזער סיטי Kaohsiung.


טייוואן האט באגלייט נאך עטליכע כינעזער שיפן.
צוגעלייגטע
20220805_123057.jpg
20220805_123057.jpg (226.2 KiB) געזעהן 9341 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:57 pm

ווייסע הויז: מיר זוכן נישט קיין עסקעלאציע מיט כינע, אבער מיר וועלן טוהן וואס מיר ברויכן צו פארטיידיגן אונזערע אינטערעסן.

אוועטאר
Thank you
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך Thank you » זונטאג אוגוסט 07, 2022 12:18 am

א הויכראנגיקע טאיוואנע'ר וואס האט אנגעפירט די מיסיל דעוועלעפמענט פראגראם איז געפונען געווארן טויט און א האטעל צימער.

סיבה פון טויט איז דערווייל אומבאקאנט.
א ישיבה דארף זיין א פלאץ צו שטייגן.... נישט קיין שטייג צו פלאצן!!

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג אוגוסט 07, 2022 7:42 am

א מאפע פון די כינעזער מיליטערישע עקסערסייזעס.
צוגעלייגטע
Screenshot_20220807-074132_Gallery.jpg
Screenshot_20220807-074132_Gallery.jpg (105.96 KiB) געזעהן 8418 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:11 am

טייוואן מעלדט אז זי וועט אדורכפירן לעבעדיגע פייער עקסערסייזעס צו קאונטערן די כינעזער אקטיוויטעטן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20220807-081100_Gallery.jpg
Screenshot_20220807-081100_Gallery.jpg (126.72 KiB) געזעהן 8348 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:03 am

39 כינעזער קריגס עראפלאנען און 13 קריגס שיפן האבן היינט פארלעצט די טייוואנעזער הימלען און וואסערן.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 21863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:26 am

פרעזידענט ביידן יר"ה זאגט אז ער האלט אז כינע וועט בלייבן ביי דעם דעם וואס זיי טוען, און נישט גיין צום קומענדיגן שטאפל.

REPORTER: How worried are you about the situation in Taiwan?

BIDEN: ... I'm not worried, but I'm concerned that they're [China] moving as much as they are. But I don't think they're going to do anything more. https://t.co/mWuCeXmV4G
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:19 pm

ברעיקינג: טייוואן הייבט אן לעבעדיגע פייער עקסערסייזעס אויפשפילענדיגע וויאזוי זיי פארטיידיגן זיך אין פאל פון א כינעזער אטאקע.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:47 pm

טייוואן נוצט 155 מילימעטער האוויצערס און 120 מילימעטער מארטער שעלס אין די מיליטערישע דרילס וואס איז געשטעלט אויף אפצושטויסן א כינעזער אטאקע אויפן אינזל.
צוגעלייגטע
20220808_234503.jpg
20220808_234503.jpg (293.59 KiB) געזעהן 3245 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:19 am

די טייוואנעזער פארטיידיגונגס מיניסטעריום שטעלט ארויס א ווידיאו

https://www.dropbox.com/s/plnlkybl9sx5t ... 1.mp4?dl=0
צוגעלייגטע
Screenshot_20220810-061807_Twitter.jpg
Screenshot_20220810-061807_Twitter.jpg (352.01 KiB) געזעהן 309 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 12070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:24 am

US Naval Institute: אמעריקאנער קריגס שיפן וועלן אדורכשפרייזן דעם טייוואנעזער דורכגאס אין די קומענדיגע טעג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, געשריבן, דניאל אויערבאך, דעת תורה, וויכטיג מאכער, זזה, פרידמאן פון לאנדאן, פריש פון פריש און 58 געסט