@פאלעקס נייעס אגענטור

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דאס איז די אפיציעלע לייק קנעפל פארן נייעס אגענטור

;l;p-
27
23%
;l;p- ;l;p-
88
77%
 
סך הכול שטימען: 115

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:05 pm

גא"מ צו די וואס ווילן אהן לינקס, ווייל איך וויל עס דאך הערן פון דיר, און איינמאל איך הער עס שוין פון דיר אינטערעסירט מיר שוין נישט וואס עס שטייט אינעם לינק.

ש'כח פאר אלעס וואס דו שטעלסט צו.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:06 pm

היכי תמצא האט געשריבן:גא"מ צו די וואס ווילן אהן לינקס, ווייל איך וויל עס דאך הערן פון דיר, און איינמאל איך הער עס שוין פון דיר אינטערעסירט מיר שוין נישט וואס עס שטייט אינעם לינק.

ש'כח פאר אלעס וואס דו שטעלסט צו.

ש'כח פארן זיך באדאנקען און פארן לאזן הערן דיין מיינונג
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:07 pm

פראגע: זאל מען אפטער לייגן בילדער? אויב יא, אויך אן אילוסטראציע? אדער נאר עכטע פון די מעשה?
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:08 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פראגע: זאל מען אפטער לייגן בילדער? אויב יא, אויך אן אילוסטראציע? אדער נאר עכטע פון די מעשה?

דעתי, דא דארט יא, אבער פעלט נישט אויס מיט יעדע נייעס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re:

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:13 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פראגע: זאל מען אפטער לייגן בילדער? אויב יא, אויך אן אילוסטראציע? אדער נאר עכטע פון די מעשה?

דעתי, דא דארט יא, אבער פעלט נישט אויס מיט יעדע נייעס.

גא"מ אז די בילדער פעלן נישט אויס. אבער גראדע די אילוסטראציעס האב איך שטארק הנאה פון. למשל, ווען די האסט אזוי גוט און דעטאליש אראפגעלייגט די פאנזשיר געשלעג, האב איך זייער הנאה געהאט פון דיינע מאפע אילוסטראציעס (איך ווייס נישט ווי ווייט איך וואלט עס אזוי גוט פארשטאנען אהן דעם), אבער איך ווייס נישט וואס נאך גייט אריין בגדר אילוסטראציעס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 5:00 pm

די טאליבאן האט געמאלדן אז זי האט פארטיילט הומאניטערישע הילף אין קאבול

FBVtzluWEAcDJmi.jpg
FBVtzluWEAcDJmi.jpg (303.21 KiB) געזעהן 867 מאל


*

די טאליבאן זאגט אז זי האט ארעסטירט 5 אנגעבליכע אייסיס מיטגלידער

*

שפאנישע עירפארס טראנספארט פליגער האט אדורכגעפירט עוועקואציעס פון אפגאניסטאן

*

ארויסגייענדע דייטשע קאנצלערין מערקעל: נאך די אפגאניסטאן ארויסצי דארף אייראפע קלארשטעלן זייערע זיכערהייט פריאריטעטן, אמעריקא האט געוויזן אז זי איז מער נישט גרייט צו נעמען די פירערשאפט ראלע אן קיין באדינגען

*

טערקיי האט אדורכגעפירט פרישע באמבאדירונגען אויף די קורדישע פאזיציעס אין סיריע (אנהייבן צולייגן א מאפע בעסער צו פארשטיין?)

*

טערקיי האט אפגעהאלטן א באגרעבעניש צערעמאניע פאר "צוויי" (נומער אוריפגערוקט פון איינס) אומגעקומענע זעלנער אין די נעכטיגע קורדישע אטאקע אויף זייער מיליטערישע טרעקל

*

5 מארטאר שעלס געשאסן פון קורדישע קאנטראלירטע פאזיציעס אין סיריע אויף פאזיציעס וואס טערקיי האט פארכאפט פון די קורדן

*

אי יו סאנקציעס אויף 9 רוסישע און 5 סירישע אינדיווידואלן פארן באנוץ פון כעמישע וואפנס פארלענגערט מיט א יאר

*

קעגנזייטיגע שווערע באמבאדירונגען צווישן פרא אסאד און אנטי אסאד קרעפטן מערב פון אלעפפא

*

א קאר באמבע האט אויפגעריסן ביי א מארק פלאץ אין רעבעלן קאנטראלירטער חלק פון סיריע
6 טויטע און 17 פארוואונדעטע

FBVtzluWEAcDJmi.jpg
FBVtzluWEAcDJmi.jpg (160.58 KiB) געזעהן 867 מאל


*

אוקריינע האט ארעסטירט 3 מענטשן פארן רעקרוטירן קעמפפער פאר סיריע'ס ציווילע קריג

*

ראקעטן אטאקע פון קורדישע פאזיציעס אויף רעבעלן פאזיציעס אין סיריע

*

3 ציווילע אומגעקומען ביים קלייבן פייער האלץ אין רעבעלן קאנטראלירטער טייל פון סיריע דורך א סירישע ראקעט

*

טערקישער פרעזידענט ערדואן: מיר וועלן נעמען די נויטיגע שריט אין סיריע צו פארטיידיגן אונזערע אינטערעסן

*

א פייער האט אויסגעבראכן אינען זאהאראני פאוער פלענט אין לבנון נאכן טיילוויז צוריקשטעלן עלעקטריציטעט ווי באריכטעט דורך @עירוב

FBVtzluWEAcDJmi.jpg
FBVtzluWEAcDJmi.jpg (58.5 KiB) געזעהן 867 מאל


*

1 צה"ל סאלדאט פארוואנדעט פון אטאקע דורך מתנחלים אינעם "יצהר" זידלונג ביים פראבירן צו צעווארפן אן אומלעגאלע טענט




*

מייקראסאפט זאגט אז איראן האט אדורכגעפירט סייבער אטאקעס אויף אמעריקאנע און איזראעלישע פארטיידיגונגס טעכנאלאגיע

*

פוילן מוטשעט זיך ווייטער ביים גרעניץ מיט בעלארוס אפהאלטנדיג ארום 500 מענטשן טעגליך פון אריבערגיין דעם גרעניץ

*

1 טויטער אין שטעכעריי אטאקע אין א שולע אין רוסלאנד

*

געוועזענער רוסישער פרעימער מיניסטער און פרעזידענט און יעצטיגער דעפיוטי טשערמאן פונעם זיכערהייטס קאנסול דימיטרי מעדוועדעוו האט אטאקירט די אוקריינער רעגירונג זאגנדיג אז רוסלאנד זאל נישט פארהאלנדען מיט אזא לאנד וועלכע איז אין א נידריגערע שטאפל ווי איר

אוקריינע האט געבעטן א זיצונג צווישן דער אוקריינער פרעזידענט מיט פוטין

*

"אומבאקאנטע וואנדאלן" (לייען:....) האבן חרוב געמאכט א געדענקסמאל פארן רוסישער אפאזיציע פירער "באריס נעמסטאוו" וועלכע איז דערשאסן געווארן פארנט פון די עף עס בי הויפטקוואטירן דורך (מעגליך די זעלבע) "אומבאקאנטע מערדער", די געדענקמאל איז געווען אויפן ארט וואו ער איז דערשאסן געווארן און איז ממש ביים רויטן סקווער אין מאסקעווע

*

רוסלאנד האט געטוישט די קוואפיליצירונג פונעם אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני פון "פליען געפאר" צו "טעקסטרעמיסט און טעראריסט"

*

רוסישער אדוואקאט "וולאדימיר מאנזעוו" וועלכע האט פארטיידיגט רוסישע אנטי-רעגירונגס פראטעסטירער איז פאראורטיילט געווארן צו 3 יאר טורמע, טראצדעם וואס ער לייט אויף הויכע בלוט דרוק

*

פוטין האט גערעדט מיט פראנצויזישער פרעימער מיניסטער מאקרון, און ארויסגייענדע דייטשע קאנצלערין מערקעל

*

דעפיוטי פרעימער מיניסטער פון ליביע זאגט אז די מעגליכקייט צו פארמירן אן עקסטערע רעגירונג אין מזרח ליביע איז אן ערנסטע מעגליכקייט (די סומאטאכע אין ליביע דארף נאך אויסגעברייטערט ווערן, @היכי אלערט)

*

די רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט גאר שטארק פארדאמט די פארשלאג פון אלבאניע זיך צו פאראייניגן מיט קאסאווע אלץ איין לאנד זאגנדיג אז אזא שריט טוט "אונטערמינעווען די זיכערהייט אינען ראיאן"

*

סערביע זאגט אז זי וועט מער נישט צולאזן קיין פאגראמען אין קאסאווע (קאסאווע אזי א זעלבסטשטענדיגע ראיאן וועלכע האט זיך אפגעריסן פון סערביע אבער איז נישט געהעריג אנערקענט געווארן דורך די גאנצע וועלט)

*

אלדשעריע פרעימער מיניסטער האט זיך געטראפן מיט'ן סערבישער פרעזידענט

*

איראק זאגט די טורנאוט ביי די וואלן איז 42%
די איראנע געשטיצטע גרופעס זאגן אז זיי זענען נישט צופרידן פון די עלעקשאן רעזולטאטן און האבן גערופן פאר א מיטינג צו מעלן זייער שטאנד אויף די וואלן
מוקטאדא-על-סאדר וועמענס "סאדריסט" פארטיי האט געוואונען 70 זיצן זאגט אז פון היינט וועלן מיליצעס זיין פארבאטן אין איראק
די סאדריסט פארטיי האט די גרעסטע מאס זיצן
די שאיאטן מיליצן פארטיי האבן געוואונען קוים 25 זיצן
עס איז דא 329 זיצן אינעם פארלאמענט

*

אין קאראקאס ווענענזועלע קומט היינט פאר די געריכט אויף סאלדאטן וועלכע האבן גערויבט און פארקויפט 120 פאנעלס קאקעין

*

די סודאנער קאמיוניסטישע און ארבעטער פארטייען דערקלערן: די רעגירונג מיט די מיליטער פארטרעטן נישט די אלגעמיינע באפעלקערונג (סודאן איז טיילווייז אונטער מיליטערישע קאנטראל)

*

עטליכע ארעסטן ביי די פראטעסטן פארנט פונעם געוועזענער אוקריינע פרעזידענט פעטרא פארעשענקא'ס הויז אין אוקריינע (אויסער די פראטעסטן ביי פרעזידענט זעלענסקי'ס הויז)

די קעגנזייטיגע פראטעסטן ווערן אפגעהאלטן נאך קלאגעס געברענגט אנטקעגן פאראשענקא איבער קארופצי און ענליכס ווען ער איז געווען אין אמט



*

ביטע אנטשולדיגן אויב ס'איז אביסל קורץ געשריבן, די ערשטע האלב איז בטעות פארמעקט געווארן און דערנאך איבערגעשריבן געווארן אין דער איילעניש
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 5:05 pm

יישר כח פאלעקס אונזער שטארק מעגליכע ראה"ק
גאר גוט געשריבן
לייג מאפעס
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 5:18 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:יישר כח פאלעקס אונזער שטארק מעגליכע ראה"ק
גאר גוט געשריבן
לייג מאפעס

ישר כח פאר די דאנק
יישר כח פאר די קאמפלימענט
ש'כח פאר די פידבעק

(און ש'כח פארן אנערקענען מיין ראשעקאלשאפט)
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

תגובהדורך הלבלר בקולמסו » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 5:47 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פראגע: זאל מען אפטער לייגן בילדער? אויב יא, אויך אן אילוסטראציע? אדער נאר עכטע פון די מעשה?

דעתי, דא דארט יא, אבער פעלט נישט אויס מיט יעדע נייעס.

א גרויסן דאנק פאלעקס. שוין געשטימט א דאבל לייק.

מיינע צוויי סענט:

בילדער זאלן זיין אין א באזונדערע תגובה, נישט אויסגעמישט מיט אלע נייעסלעך.

און אויב מעגליך צולייגן פון אנהייב די לאקאציע פון די נייעס אין בלוי.
(איך זעה פשוט אז די נייעס ואס האבן א לינק ליינט זיך בעסער בלויז צוליב די קאלירקייט דערפון)
א שפריצקעלע טינט פונעם לבלר'ס פעדער. . . . .

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 6:02 pm

ווידער א דאנק!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re:

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 6:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:ווידער א דאנק!

ווידער א יישר כח פארן דאנק!
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 6:42 pm

פרישע אנקעטע מיט שלעכטע ציפערן פאר די דעמאקראטן אין אלגעמיין - גאללאפ

cina south.png
cina south.png (35.06 KiB) געזעהן 606 מאל


china east.png
china east.png (46.1 KiB) געזעהן 606 מאל


yitesk3_2ke4pmchidebiq.png
yitesk3_2ke4pmchidebiq.png (53.46 KiB) געזעהן 606 מאל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 6:57 pm

א ניו יארק טיימס באריכט איבער קעגנזייטיגע מתנות פאר לענדער אונטער טראמפ (דיסקלעימער! נישט געליינט), אינטערעסאנטע דעטאל? די פור וואס די סאודישע האבן געגעבן במתנה זענען געווען פאלש....

*

די סיטי מאגאזין שאצט אז קורטיס סליווע קען געווינען קעגן עריק עדעמס, כאטש ס'איז גאר שווער

*

סי ען ען: עף בי איי ארעסטירט שפיאנען וועלכע האבן פראבירט איבערצוגעבן אמעריקאנע נוקלעארע סודות האבו באהאלטן די סודות אין אן עס די קארטל וואס איז געלעגן אין א האלבע פינאט באדער סענדוויטש
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך אכט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:11 pm

אריינגעבלאנזדשעט דא צום סאמען ערשטן מאָל..

עקספערט, א ריזיגע שכח!

פאר נעקסט טיים, לענגערע זאכן איז רעקאמאנדירט צו שרייבן אין עקסעל מחשש מחיקה, מאפעס וואלטן געווען גרעיטלי אפפרישיעטעט, און איך האב יא ליב די בילדער בתוך הנייעס.
צוריק אין חדר אריין

צום ווידערזעהן!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:13 pm

אכט האט געשריבן:אריינגעבלאנזדשעט דא צום סאמען ערשטן מאָל..

עקספערט, א ריזיגע שכח!

פאר נעקסט טיים, לענגערע זאכן איז רעקאמאנדירט צו שרייבן אין עקסעל מחשש מחיקה, מאפעס וואלטן געווען גרעיטלי אפפרישיעטעט, און איך האב יא ליב די בילדער בתוך הנייעס.

א יישר כח פארן דאנקען, (אויב מעגליך לאז וויסן וויאזוי האסט אריין געבלאנדשעט, דארף מען וויסן וואו צו אדווערטייזן אפטער....)

פאר נעקסט טיים האבעך מיר דערלערנט די שווערע וועג....

ש'כח פארן לאזן הערן דיין מיינונג איבער די בילדער, און מאפעס
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך אכט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:16 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אכט האט געשריבן:אריינגעבלאנזדשעט דא צום סאמען ערשטן מאָל..

עקספערט, א ריזיגע שכח!

פאר נעקסט טיים, לענגערע זאכן איז רעקאמאנדירט צו שרייבן אין עקסעל מחשש מחיקה, מאפעס וואלטן געווען גרעיטלי אפפרישיעטעט, און איך האב יא ליב די בילדער בתוך הנייעס.

א יישר כח פארן דאנקען, (אויב מעגליך לאז וויסן וויאזוי האסט אריין געבלאנדשעט, דארף מען וויסן וואו צו אדווערטייזן אפטער....)

פאר נעקסט טיים האבעך מיר דערלערנט די שווערע וועג....

ש'כח פארן לאזן הערן דיין מיינונג איבער די בילדער, און מאפעס

לבלר'ס לינק (ווייסט וואָס איך מיין, יא? כ'האב שוין געזעהן דיינע פינגער אפדרוקן דארט)
צוריק אין חדר אריין

צום ווידערזעהן!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:27 pm

א ריזיגע שכח פאלעקס, די אשכול איז צום באלעקן די קלארקייט!

איך וואלט געגליכן א מאפע אדער בילדער ביי טייל נייעסן..

שכח נאכאמאל!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 8:33 pm

הר גריזים האט געשריבן:א ריזיגע שכח פאלעקס, די אשכול איז צום באלעקן די קלארקייט!

איך וואלט געגליכן א מאפע אדער בילדער ביי טייל נייעסן..

שכח נאכאמאל!

א דאנק פארן דאנקען, ס'געט כח אנצוגיין, און א דאנק פאר די פידבעק
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 9:26 pm

פאלעקס, ש'כח פאר די היינטיגע באריכט. זיך געליינט זייער גרינג. אויב מאפעס זענען דיר נישט שווער, ביטע לייג דאס צו.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 9:29 pm

היכי תמצא האט געשריבן:פאלעקס, ש'כח פאר די היינטיגע באריכט. זיך געליינט זייער גרינג. אויב מאפעס זענען דיר נישט שווער, ביטע לייג דאס צו.

יישר, דיין דאנק געט כח...
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 18168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 8:36 am

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אכט האט געשריבן:פאר נעקסט טיים, לענגערע זאכן איז רעקאמאנדירט צו שרייבן אין עקסעל מחשש מחיקה, מאפעס וואלטן געווען גרעיטלי אפפרישיעטעט, און איך האב יא ליב די בילדער בתוך הנייעס.

פאר נעקסט טיים האבעך מיר דערלערנט די שווערע וועג....

דערלערענט צו טון וואס?

א גרינגע סעלושען איז צו אינסטאלירן א בראוזער עקסטענטשאן ווי Typio Form Recovery (פרי אויפן קראום סטאר https://chrome.google.com/webstore/deta ... pppbpoedaa) וואס סעיווט עס אטאמאטיש פאר דיר אגאנצן צייט און לאזט דיר גרינג צוריקגיין.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 2:26 pm

אמעריקאנער פאליטיק
זאכן אויף וואס צו האלטן אן אויג:

1) וויאזוי די איפאסטרוקטור וועט זיך אויסארבעטן, ווען ביידע זייטן שפירן אן אומצוטרוי איינער אינעם צווייטן
2) די קומענדיגע העכערן די חובות דאך שלאכט, מעקאנעל האט שוין געמאלדן אז ער וועט זיך נישט ברעכן, און שומער שרייט ווייטער אז מ'גייט נישט נוצן רעקאנסעלאציע
3) די רעגירונג לויפט אויס פון געלט דעצעמבער 3, - און עס קען אויסברעכן א שלאכט וואס זאל פירן צו א שאטדאון

פעלאוסי האט געמאלדן פאר די פראגרעסיוון אז די וועג וויאזוי מ'גייט שניידן די קאסט (פון 3.5 טריליאן צו 2 טריליאן) איז דורכ'ן גענצליך עלימינירן געוויסע פלאנירטע פראגראמען, בשעת די פראגראמען וואס פארבליין וועלן אנהאלטן לענגער ווי שוין באריכטעט דורך הבל
אבער די פראגרעסיוון ווילן ענדערש אז מען זאל יא לאזן אלע פראגראמען, נאר פארמינערן די צאל יארן און "וואגן זאלן זיך די רעפובליקאנער נישט צו פארלענגערן פאפולערע פראגראמען", און ווי באריכטעט דורך פאליטיקא איז די ווייסע הויז אויך מער נוטה צו דעם מהלך
פון די אנדערע זייט שרייען די מעסיגע אז מען קען נישט "מאכן ביידענ'ס גאנצע אגענדע אנגעוויזן אויף רעפובליקאנע רחמנות" נאר ענדערש זאל מען שניידן חלקים פונעם אגענדע, און עס מאכן אנהאלטן פאר לענגערע יארן

*

פאליטיקא באריכטעט אז טראץ די פארזוכן פון די לינקע צו פארשטילן די האנטער ביידען פרשה, טוען לעצטערע פרישע באווייזן גאר שטארק פארשווערן דאס צו איגנארירן, און עס גייט ווערן אן ערנסטער קאפ-וויי פאר ביידענ'ס אגענדע

*

די עי פי נייעס אגענטור ברענגט ארויס די פאטענציאלע ריזיקעס פון ביידענ'ס באשלוס נישט צו שענקען די עקזעקוטיווע פריוועלידש פאר טראמפ נאנטע איבער די יאנואר 6 ראיאטן, און וויאזוי דאס וועט אים נאך מסתם צוריקבייסן אין די נאכפאלגנדע יארן

*

פאליטיקא מיט אן ארטיקל איבער די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די דעמאקראטן איבער'ן אינפאסטרוטור און בודשעט רעזאלוצי דיעל.
היוצא לנו?
נישט נאר די מעסיגע האבן מורא אז זיי וועלן פארלירן זייערע זיצן אויב זענען זיי מסכים צו א ביל וואס איז צו גרויס, נאר די פראגרעסיוון האבן מורא אז אויב זענען זיי מסכים אויף צי א קליינע וועט זייער וויילער באזע בלייבן אינדערהיים, און ווי עליזאבעט ווארען - וועלכע האט געוואלט א 6 טריליאן דאלערדיגע בילל - האט געזאגט "מיר האבן צוגעזאגט זאכן פאר אונזערע וויילער, און מיר מוזן זיי עס דעליווערן"
אבער ביידע זייטן זענען מודה אז אויב גייט "גארנישט" אדורך זענען זיי פארלירער

*

אין א פרואוו צו לאקירן 7 טריליאן דאלער אין אומבאצאלטע שטייערן וויל די ביידען אדמיניסטראציע באפולמעכטיגן די איי אר עס צו פארלאנגען פון די בענק באריכטן פון סיי ווער עס לייגט אריין אדער נעמט ארויס מער ווי 600 דאלער דורכאויס די יאר....... (ווי (מסתם מיינט ער דאס) באריכטעט דורך הבל)
די בענק פארפירן שוין דערקעגן, און אויך די קאסטומערס

*

אמעריקאנער נייעס

היינט האט ביידען גערעדט מיט די דשי-20 פירער איבער אפגאניסטאן, ווי די פירער האבן דיסקוסירט די הומונאטערישע קריזיס, און האבן צוגעזאגט נאך הילף.
כינע האט פארלאנגט אז די אפגאנער געלטער געפרוירן אין אמעריקא און ענגלאנד זאלן אויפגעפרוירן ווערן און געשיקט ווערן קיין קאבול, אבער אמעריקא און ענגלאנג האבן עס צוריקגעוויזן, און די ענדגילטיגע סטעיטמענט ארויסגעגעבן נאכן זיצונג ווערט די געלטער ניטאמאל דערמאנט.
די לענדער האבן קלארגעשטעלט אז ווייטערדיגע הומונאטערישע הילף וועט זיך בעיקר פאקוסירן אויף העלפן פרויען

*

און צום לעצט, אביסל
טשיקאווע נייעס

עלאן מאסק האט צוגעזאגט צו שיקן א זילבערנע מעדאל פאר עמעזאן גרינדער דשעף בעזאס נאך ער שטייגט אים איבער אלץ וועלט'ס רייכסטער מענטש, יעצט האט ער עס אויסגעפירט אין א טוויט צו בעזאס

JPG.png
JPG.png (315.51 KiB) געזעהן 298 מאל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 4:15 pm

איך האב זייער הנאה פון די אפטיילונגן מהלך. ש'כח.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 4:23 pm

היכי תמצא האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון די אפטיילונגן מהלך. ש'כח.

ש'כח פאר די פידבעק, דאס דרייווט עס
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 4:49 pm

מיר טוען שטארק הנאה האבען פון די טעגליכע אפדעיטס כה לחי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”