@פאלעקס נייעס אגענטור

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דאס איז די אפיציעלע לייק קנעפל פארן נייעס אגענטור

;l;p-
32
25%
;l;p- ;l;p-
97
75%
 
סך הכול שטימען: 129

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג אוקטובער 03, 2021 12:44 am

פאלעקס א גרויסן שכח פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל
בכלל נישט מיך

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג אוקטובער 03, 2021 12:51 am

זייער געשמאק
אמעריקע איז בעק! (אין דער ערד..)

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 4:16 am

אטאריטעטן אין פילעדעלפיע האבן דאנערשטאג געכאפט 65 מיליאן אין פאלשע אמעריקאנע געלטער געשיקט פון רוסלאנד און געלעיבלט אלץ פלעי מאני.

זע מער דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 4:22 am

הערליך הערליך! גיי אן!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 4:25 am

אנגעצויגנקייט צווישן בולגאריע און רוסלאנד נאך וואס בולגאריע האט באשלאסן צו פארשיקן א רוסישע דיפלאמאט וועלכע ווערט באשולדיגט אין שטיין אונטער א סעריע פון פיר אויפרייסן אין בולגארישע וואפנס זאפאסן. רוסלאנד האט היינטיגן מוצאי שבת דערקלערט אז אמעריקא איז דער וואס שטייט אונטער די בולגארישער באשלוס

זע מער דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 4:26 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:הערליך הערליך! גיי אן!

ש'כח פאר די דאנקערס, דאס געט כח אנצוגיין
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 5:03 am

אין אפגאניסטאן זענען עטליכע דשורנאליסטן אומגעברענגט געווארן, אויסער דעם איז דא די געווענליכע כאאס, נאך אן אייסיס איי אי די אומגעברענגט פיר טאליבאנער. שיסערייען וכדו' און שוין.

*

אין סיריע איז דא די געווענליכע באמבאדירונגען דורך די פרא-אסאד קעמפער קעגן די אנטי-אסאד רעבעלן.

*

בעלארוס דיקטאטור לוקאשענקא דראעט זיך צו פאראייניגן מיט רוסלאנד אלץ אן איינצלנע מיליטערישע באזע אפצושלאגן מערב-וועלט אגרעסיעס.

פוילן האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדשענסי ביים גרעניץ מיט בעלארוס און האלט אין איין ארעסטירן אומלעגאלע אימיגיראנטן דארט.
פוילישע גרעניץ וואך באשולדיגט בעלארוס'ע גרעניץ וועכטער מיט ווארפן 'עפעס' אויף זייער פאטראל אויטא.

זע מער - ווי אויך ווידיא דא

*

געוועזענער גרוזיער פרעזידענט שאקאווילי דערקלערט הונגער סטרייק נאך ארעסט אין גרוזיע - ווי באריכטעט.

זע פרטים דא

*

איראן פארפירט אויף איזראעלי אנוועזנהייט אין אזערבידשאן, און פירט דורך מיליטערישע מאנעוורעס ביים גרעניץ.

זע מער דא

*

אן אינדיאנער זעלנער איז באגאנגען זעלבסמארד אינעם קאשמיר ראיאן, דער 71'סטער זינט 2019.
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 5:10 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:הערליך הערליך! גיי אן!

זעלבסטפארשטענדליך היפפאפאטאמאנסטרעסעקוועפידאליעפאביע אשכול אלערט אז דו זאלסט אנגיין מיט דיינע טעגליכע קורצע אינטערעסאנטע נייעס :wink: :wink:
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 5:12 am

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:הערליך הערליך! גיי אן!

זעלבסטפארשטענדליך היפפאפאטאמאנסטרעסעקוועפידאליעפאביע אשכול אלערט אז דו זאלסט אנגיין מיט דיינע טעגליכע קורצע אינטערעסאנטע נייעס :wink: :wink:

נישט געזארגט. ;l;p-

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 5:29 am

משום איזה סיבה זע איך יעצט אז כ'האב עס נישט ערווענט, ס'קומען יעצט פאר וואלן אין גרוזיע - און דאס איז די סיבה פאר די איבערקערענישן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 2:35 pm

א באריכט אין פאליטיקא זאגט אז אזיאנער ווערן מער פאראייניגט אלץ א גרויסע בלאק, און וויאזוי דאס קען העלפן דעמאקראטן.

זע מער דא

*

ענדר יענג מיט א לענגערע ארטיקל וויאזוי דאס לויפן פאר פרעזידענט מוטשעט אפ אויף א פארנעם וואס קלאפט שווער אויס אויף די לויפנדע, און איז לויט אים א סכנה וואס עס טוט צו אונזערע ערוועלטע

מער דא

*

די וואשינגטאן פאוסט מיט אן אויפדעקונג אז פילע שמוגלער ביים אמעריקאנער גרעניץ זענען אונטער 18 ווייל די אמעריקאנער געזעץ ערלויבט נישט זיי צו פארהאלטן און זיי ווערן באפרייט ביז שעות נאכן געכאפט ווערן נאר אריבערצוברענגען נאך מענטשן וחוזר חלילה.

וואשינגטאן פאוסט

*

איראן פארלאנגט אז איידער סיי וואספארא פארהאנדלונגען איבער א נוקלעארע דיעל מיט אמעריקא דארף אמעריקא באפרייען 10 ביליאן דאלער אלץ צייכן פון גוט ווילן.

זע מער אויף רויטערס

*

שטורעם נאך פלארידא גאווערנער ראן דיסענטיס שלאגט פאר אלץ סורדשען דשענעראל א דאקטאר וואס האט פארלייקנט די אפעקטיווקייט פונעם קאוויד וואקסין

פאליטיקא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 2:52 pm

שווערע דיפלאמאטישע קריזיס צווישן אלדשעריע אוון פראנקרייך נאך באמערקונגען פון מאקרון, אלדשעריע פארבאט פראנצויזישע מיליטערישע פליגערס פון אירע לופט-רוימען און האט צוריקגערופן זייער אמבאסאדאר קיין פראנקרייך.
אלדשעריע מוטשעט זיך מיט רעבעלן און פראנקרייך העלפט זיי מיליטעריש שוין פאר יארן.

מער דא אויף סי ען ען
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 03, 2021 2:59 pm

איטאליע האט געמאלדן אז זי וועט אנהייבן באוואפענען אירע ריפער דראונס פארן פרייז פון 168 מיליאן איבער די נעקסטע פאר יאר.
די ריפער דראונס זענען אמעריקאנער דראונס און 6 יאר צוריק האט איטאליע באקומען רשות עס צו באוואפענען.

מער דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 3:43 am

מזל טוב! אן אויל אויסגוס אין קאלעפארניע

זע מער דא

*

דרוק אויף ביידען אויפצולעזן די טראמפ טאריפס אויף כינע כדי צו פארגרינגערן פאר די אמעריקאנער וואס האבן שאדן פון די יעצטיגע טייערע שיפינג פרייזן

מער דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 3:53 am

עטליכע טאליבאן ווארטזאגער האבן דערקלערט אז זי האט אויסגעראטן אן אייסיס צעל אין קאבול אין רעאקציע צום באמבאדירונג אויפן מעטשעט היינטיגן אינדערפרי

*

איזראעלי עושר טעדי סאגי אויסגעמיטן טויט אין אטענטאט פארזוך, זיין פירמע זאגט אז עס איז ארקעסטרירט געווארן דורך איראן און דער ציל איז געווען איזראעליס נישט סאגי
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
Chr
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 12:55 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך Chr » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 4:15 am

שכח זייער זייער שיין
Trump supporter

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 1:40 pm

Chr האט געשריבן:שכח זייער זייער שיין

שכח פארן שכח
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 6:55 pm

טאליבאן נייעס:

די טאליבאן איז אין אנגעשטרענגטע באציאונגען מיט טאדשאקסטאן, אלץ רעזולטאט האבן ביידע געשיקט גרויסע קרעפטן צום גרעניץ, איבער די לעצטע 2 וואכן האט די טאליבאן סופלייט אמעריקאנע וואפנס פא די טאדשיקע מיליטאנטן ביים גרעניץ, די טאדשיקע מיליטאנטן זוכן שוין לאנג איבער צו ווארפן די טאדשאקסטאנע רעגירונג.

אין אנדערע נייעס האט די טאליבאן אוועקגעפירט אירע "ווייגער" פארבינדעטע קעמפפער פונעם גרעניץ מיט כינע.

מער דא

*

סיריע:

רוסלאנד האט באנייט מאמבאדירונגען קעגן אייסיס אינעם האמס געגנט.

*

איזראעל:

צה"ל מעלדט אז אין די קומענדיגע שטונדן וועלן געהערט ווערן אויפרייסן ביי די גולן הויכן אלץ חלק פון רוטינע אקטיוויטעטן

*

אזערבידשאן לייקנט די איראנע באשולדינגען אז איזראעלישע טרופן געפונען זיך אויף איר באדן.

טערקיי און אזערבידשאן וועלן אפהאלטן געמיינזאמע מיליטערישע מושטירונגען אין ליכט פון איראנ'ס פראוואקאציעס מיט אזערבידשאן

*

אירן לייקנט די באריכטן אז זי זאל האבן געהאט סיי וועלכע חלק אין סיי וועלכע קאנספיראציע אומצוברענגען סאגי אדער סיי וועלכע אנדערע איזראעלי

*

איבער 110 מענטשן אין בעלארוס זענען ארעסטירט געווארן פארן קאמענטירן איבער די מארד דורך די ארטיגע קעי דשי בי (ווי שוין געמאלדן אויבן)

*

פוילישע גרעניץ וואך: פראוואקאציעס דורך בעלארוסישע גרעניץ וועכטער, פארעפנטליכן בילד פון פאלשע באמבע געפונען ביים גרעניץ ווארשיינליך אונטערגעלייגט דורך בעלארוס גרעניץ וועכטער.

22322042_0.jpg
22322042_0.jpg (440.96 KiB) געזעהן 460 מאל


*

צפון און דרום קארעא האבן צוריקגעשטעלט זייערע טעלעפאן פארבינדונג האטליין איבערן גרעניץ

*

אין גרוזיע האבן זיך די וואלן געענדיגט מיט א זיג פאר די אמטירנדע פארטיי - א זיג וואס ווערט באשולדיגט אלץ געפעלשט לויט פילע.

מער דא

א טראק דרייווער אין גרוזיע איז ארעסטירט געווארן אויף קלאגעס פון אריין ברענגען סאקאשיווילי קיין גרוזיע און אים אויסבאהאלטן אין זיין אפארטמענט ביז זיין ארעסט.

ראליס און פראטעסטן צו באפרייען סאקאשיווילי אפגעהאלטן פארנט פונעם טורמע וואו ער ווערט געהאלטן
22322042_0.jpg
22322042_0.jpg (356.18 KiB) געזעהן 460 מאל


*

רוסלאנד זאגט אז זי האט סוקסעספול אויספראבירט א הייפערסאניק נייע מיסיל
jpg.png
jpg.png (186.37 KiB) געזעהן 460 מאל


*

די "די אי עי" זאגט אז די נארדסריעם 2 פייפליין האט סוקסעספול איינגעהאלטן אלע תנאים און וועט צעביסלעך אנגעפילט ווערן מיט גאז און אריינגיין אין טעסט פאזעס

מער דא אויף רויטערס

*

מאנטעגרע געריכט ערלויבט אויסליפערונג פון געוועזענער רוסישער באאמטער קיין רוסלאנט אויף פראוד קלאגעס
מער דא

*

רוסלאנד האט ארעסטירט 2 פירערס און 6 מעמבערס פון א טעראר צעל אין מאסקווע

*

רוסישער ווארטזאגער זאגט אז רוסלאנד שטיצט די וואלן אין ליביע (א לענגערע איבערזיכט איבער ליביע ברויך נאכפאלגן)

*

טערקיי ווידערהאלט אז אירע קרעפטן אין ליביע זענען נישט קיין פרעמדע קרעפטן...

מער אויף על אראביע

*

די אפריקאן יוניאן רופט פאר די פולקאמע ארויסצואינג פון אלע אויסלענדישע קרעפטן פון ליביע

*

יו ען קאמיסיע: עס זענען דא שטארקע באווייזן איבער קריגס פארברעכנס אקטן דורך די רוסישע וואגנער גרופע אין ליביע

מער דא

*

לויט רויטערס האט מאלי געבעטן רוסישע הילף אין באקעמפפן אירע רעבעלן - אין א שטאך פאר פראנקרייך, און א חלק פון די יעצטיגע אנגעשטרענגטע באציאונגען

מער דא אויף רויטערס

*

34 יעריגער מאן ארעסטירט אין גריכלאנד אויף אייסיס פארדאכטן

*

30 געזונטהייט באאמטע פראטעסטירן וואקסין מאנטאט אין קראאטיע

*

גריכלאנד שרייבט אונטער דיעל מיט פראנקרייך פאר 3 פריגעיט קריגס שיפן

מער דא

*

טערקיי האט פארטריבן א גריכישע שיף פון וואס זי באטראכט אלץ אירע וואסערן

טערקיי און גריכלאנד זענען שוין אלטע שונאים
מער דא

*

ערנסטע זיכערהייט דראאונג אין גריכלאנד נאך טרעקל מיט אויפרייס מאטריאל געכאפט אין גריכלאנד

מער דא

*

אלבאניע האט זיך נעכטן געטראפן אנע עלעקריציטעט, און דער פרעימער מיניסטער ווארנט איבער אן ערנסטער קריזיס

מער דא

*

איראק'ס עיר פארס האט אויפגעריסן 4 אונטערערדישע אייסיס בונקערס אין א סעריע לופט אטאקעס

*

אן איראקער זעלנער איז אומגעקומען אין שלאכטן מיט אייסיס

*

איראקער פרעזידענט: נאר א שטארקע טורנאוט ביי די וואלן קען אפהאלטן די קעגנערישע פארטייען פון נוצן אפשרעקונגס טאקטיקן
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:00 pm

קוילן און אויפרייסן זענען געהערט געווארן אין איראן נעבן טעהראן
jpg.png
jpg.png (145.39 KiB) געזעהן 454 מאל


*

די שיפינג קאנטעינארס וועלכע האבן בלאקירט די ווענעזועלע-קאלאמביע גרעניץ זינט 2019 זענען אוועקגערוקט געווארן און די גרעניץ עפנט זיך מארגן
jpg.png
jpg.png (246.13 KiB) געזעהן 454 מאל


*

סודאן: א סאלדאט איז אומגעקומען און 6 איסלאמיסטן ארעסטירט ביי אן איבערפאל אויף אן אייסיס צעל

*

א געמיינזאמע אייראפעאישע ארעסט אויף 2 רענסאמווער העקערס

מער דא

*
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך חיים ברוך » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:04 pm

יישר כח פאלעקס

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:05 pm

חיים ברוך האט געשריבן:יישר כח פאלעקס

יישר כחכם
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:17 pm

סי ען ען:

19 שטאטן האבן געמאכט געזעצן צו פארשווערן צו וועלן

זע דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 8:25 pm

די וואשינגטאן פאוסט אז די סיבה פארוואס מ'זעט נישט בעזאס און אנדערע גרעסטע אמעריקאנע ביליאנערן אין די פרישע פאנדארע פאפירן איז ווייל די גאר רייכע צאלן אזוי ווייניג שטייער אין אמעריקא

דא

*

נאך א קרישקעלע: סאוט דעקאוטע און נעוואדע זענען די נייע פלעצער וואו מענטשן באהאלטן געלט צוליב זייערע נייע גינסטיגע געזעצן וועלכע ערלויבן עס צו האלטן אין געהיים
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 8:39 pm

א ריזיגן דאנק @פאלעקס!!! כ'באלעק מיר דערמיט.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 8:41 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:א ריזיגן דאנק @פאלעקס!!! כ'באלעק מיר דערמיט.

כ'באלעקמיר מיט דיין שכח'ס,

קלארשטעלונג: די נייעס אגענטור מעלדט נישט נייעס שוין געמאלדן אין די אנדערע נייעס אשכולות דא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, DotBot, Hershy21, והוא פלאי, יאנקי, יסוד ארי, קארפענטער און 38 געסט