די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בערענשטיין
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך בערענשטיין » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 8:34 pm

איך מיין אז עס וועט נאר ארבעטן אויב די מנהלים אין חדר אסרן דאס

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 8:47 pm

ברוך פייבול האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:וואס איז עס אנדערש ווי א קאר?

אריין אין "אן אנדערע אשכול"....

ס'איז טאקע די זעלבע זאך, נאר אזוי ווי מ'האט נישט געזעהן קיין עקסטערע מאוומענט צו קויפן קארס פאר די יונגלעך, האט סאכדעס נישט געזעהן פאר וויכטיג ארויסצוקומען קעגן,





ווי אויך קארס פארן נישט אויפן סייד וואלק

פון די אנדערע זייט איז דאס נישט האלב אזוי שעדליך ווי א קאר, איך זאג נישט אז איך בין קעגן די איסור פאר קינדער, אבער די גאנצע זאך זעהט מיר אויס מער געפירט מיט געפילען.

אוועטאר
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך קאנסאלטענט » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 8:56 pm

א חשובע רב אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן נאכן זיין פארמישט אין אן עקסידענט מיט אזא סקוטער...
טייטש עס אויס וויאזוי די ווילסט..
T פרייליכען חנוכה

ואני בתומי אלך.

רבותי
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך רבותי » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2021 10:59 pm

די רבנים ברענגן א לשון השלחן ערוך
וזה לשון השלחן ערוך 'וכן כל מכשול שיש בו סכנת נפשות, מצות עשה להסירו ולהשמר ממנו ולהזהר בדבר
יפה,
שנאמר (דברים ד' ט') השמר לך ושמור נפשך, ואם לא הסיר והניח המכשולות המביאים לידי סכנה ביטל מצות
עשה ועבר בלא תשים דמים (שם).

lazy
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך lazy » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:13 am

שוין האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פרײמאנע רב שליט״א איז געװארן אראָפ געקלאפט פון אזאנס אין שטאַרק געשעדיגט געװארן


לאמיתו, הצלה שפירט שוין לאנג אז מען דארף נעמען שריט, נאר ווי הייבט מען אן?
יעצט נאך די אינצידענט האבן זיי פארשטאנען אז די ארבעט וועט יעצט גיין געשמירט ווייל די ״מציאות״ קענען שוין די רבנים פון דער ״נאנט״, האט מען זיך אריינגעווארפען און געטוען למעשה.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:15 am

lazy האט געשריבן:
שוין האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פרײמאנע רב שליט״א איז געװארן אראָפ געקלאפט פון אזאנס אין שטאַרק געשעדיגט געװארן


לאמיתו, הצלה שפירט שוין לאנג אז מען דארף נעמען שריט, נאר ווי הייבט מען אן?
יעצט נאך די אינצידענט האבן זיי פארשטאנען אז די ארבעט וועט יעצט גיין געשמירט ווייל די ״מציאות״ קענען שוין די רבנים פון דער ״נאנט״, האט מען זיך אריינגעווארפען און געטוען למעשה.

עקזעקטלי, וואס איז די צד אז יא? אז קינדער זאלן האבן פאן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

קארן
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג

תגובהדורך קארן » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:21 am

abeg האט געשריבן:פרײמאנע רב שליט״א איז געװארן אראָפ געקלאפט פון אזאנס אין שטאַרק געשעדיגט געװארן

מיט עטליכע וואכן צוריק, איז א ראש ישיבה און ארץ ישראל געווארן אראפגעקלאפט פון א אי סקוטער, און איז ליידער אומגעקומען.

יצחק אייזיק
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:24 am

ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.
כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:26 am

Goodmorning האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
שוין האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פרײמאנע רב שליט״א איז געװארן אראָפ געקלאפט פון אזאנס אין שטאַרק געשעדיגט געװארן


לאמיתו, הצלה שפירט שוין לאנג אז מען דארף נעמען שריט, נאר ווי הייבט מען אן?
יעצט נאך די אינצידענט האבן זיי פארשטאנען אז די ארבעט וועט יעצט גיין געשמירט ווייל די ״מציאות״ קענען שוין די רבנים פון דער ״נאנט״, האט מען זיך אריינגעווארפען און געטוען למעשה.

עקזעקטלי, וואס איז די צד אז יא? אז קינדער זאלן האבן פאן?

קינדער נוצן דאס אלס א טראנספארטאציע מיטל צו מתמידים, גראסערי, באבי, וכו'

און אין די עתיד אפשר אויך ערוואקסענע, אבער אויב גייט מען דאס יעצט אויסראטען ביי די קינדער זענען די טשאנסן אז עס זאל אנקומען דערצו אסאך קלענער.

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 12:30 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 16068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 1:55 am

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).[/quote]

זעט אויס די רבנים און עסקנים האבן באשלאסן צו 'פייניגן' אזויפיל מענטשן

העפי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך אחת ואחת » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 10:39 am

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).

הייסט אויב מארגען קומט ארויס א שפיל פאר קינדער מיט עכטע גאנס וועט מען זיי אויך דארפען לאזן שפילען מיט עס ווייל מען טאר זיי נישט פיינוגען???

א קינד איז נישט קיין בעל אחריות און יעדע זאך וואס קען שעדיגען אנדערע דארף מען אוועקנעמען פון זיין געגענווארג. איך וואונדער מיר נאך אז מענטשען פארשטייען עס נישט אליין.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול

lazy
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך lazy » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 10:40 am

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).

אזוינע…
דו ווייסט ווי די פליעסט פון א 15 מ.פ.ה.?
די ווייסט וויפיל חדשים מען ליגט מיט א צובראכענע ריפ און א שאלדער?
דו ווייסט אז א געוואלד אלטע לייט הייבן אן זייער טויט דורך פאלן ר״ל?

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 10:43 am

זיי פארן אויפן סיידואלק אדער גאדער?

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 10:46 am

אינעם צייטונג האקט הרב סופר אויף די סקוטערס
שויתי ה' לנגדי תמיד

רבותי
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך רבותי » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 10:47 am

lazy האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).

אזוינע…
דו ווייסט ווי די פליעסט פון א 15 מ.פ.ה.?
די ווייסט וויפיל חדשים מען ליגט מיט א צובראכענע ריפ און א שאלדער?
דו ווייסט אז א געוואלד אלטע לייט הייבן אן זייער טויט דורך פאלן ר״ל?



ס'איז אמת ס'איז דא וואס כאפן סתם א קלאפ, אבער וואס דא איז געשען סיי אין וויליאמסבורג ווען א רב האט געכאפט דעם "קלאפ" איז ער ארויס מיט ניסים ונפלאות, און סיי דער רב פון ב"ב וואס איז ל"ע אוועק.
ממילא האבן די רבנים געזען פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א איסור

להחיות
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך להחיות » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 11:46 am

lazy האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייניגער פון 2 שעה צוריק האב איך כמעט געהאט אן עקסידענט פון אזא סקוטער געפירט דורך א בחור'ל. בדידי הוה עובדא.

און וואס וואלט לכאורה געשעהן צו דיר אין פאל פון אזא עקסידענט, א גוטע זעץ, יא?

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון א קלאפ אבער מען דארף טראכטן צו וועגן דעם פעלט אויס צו פייניגען אזויפיהל מענטשען (קינדער זענען יונגע מענטשען).

אזוינע…
דו ווייסט ווי די פליעסט פון א 15 מ.פ.ה.?
די ווייסט וויפיל חדשים מען ליגט מיט א צובראכענע ריפ און א שאלדער?
דו ווייסט אז א געוואלד אלטע לייט הייבן אן זייער טויט דורך פאלן ר״ל?

א אלטע איד האט מיר געזאגט אז ער ציטערט צו גיין אויפ'ן גאס זייט ער האט געזעהן א בחור אריינהאקן אין א איד אויפ'ן גאס יענער האט זיך נאר (?) אביסל צוקלאפט אבער איינער אין זיינע יארן קעון זיך עס ענדיגן ביים ליגן אין בעט און א ריהעב אן די משפחה פאר עטליכע חדשים
אם ד' לא ישמר עיר.........שומר פתאים ד'..............
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 11:54 am

איך זעה נישט קיין צד אויף נישט צו אסערען, איינער וואס פארטיידיגט עס, איז ער א בחור, אדער סתם רעקלעס, א כלי וואס פארט מיט א שנעלע ספיד אויף א סיידוואק צווישען מענטשען איז א סכנה נוראה, אפילו אויב ס'האט נאך קיינעם נישט אראפגעקלאפט, כל שכן אז עס האט שוין אראפגעקלאפט אסאך מענטשען, און אפאר דערפון באקאנטע פעלער וווי ס'איז געוועזען ערענסט, אריינגערעכנט הרב אדרת ז"ל פון בני ברק וועלעכער איז אוועק דערפון, און א חשובע רב אין ווילאמסבורג וואס איז געלעגען אין שפיטאל ערענסט פארוואונדעט, איינער פון די ערענסטע רבנים אין בני ברק האט שוין ארויסעגעבען אפאר וואכען צוריק א איסור אויף דעם כלי משחית

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 1:10 pm

אינטערעסאנטע איסור, אויב האט עס צו טוען אז די סקוטער מזיקט אנדערע, ברויך מען שטעלן עסקנים און אינטערווינען ביי די רעגירונג צו מאכן א פארבאט, ווי קומט אריין רבנים? סאיז דא צענדליגע טויזענטע געזעצן אין אמעריקע צו פארמיידן סכנה, וועלן די רבנים אנהייבן ראנען א רעגירונג?

ועוד, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.
#בשיטה נישט

סמעטענע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך סמעטענע » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 2:49 pm

נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע איסור,

, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.

א איסור וואס ווערט אנגענומען אלץ א מסוכנדיגע זאך בגשמי וועט די מערהייט ציבור נישט בועט זיין דערין און הגם די גויים וועלן זיך יא באניצען דערמיט נעמט עס אבער אזויפיל אראפ די רובא דרובא סכנה פון די גאסן ווי היימישע אידן וואוינען
די רבנים האבן נישט באזארגט מיטן איסור די גויאישע געגנטן.

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 2:57 pm

נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע איסור, אויב האט עס צו טוען אז די סקוטער מזיקט אנדערע, ברויך מען שטעלן עסקנים און אינטערווינען ביי די רעגירונג צו מאכן א פארבאט, ווי קומט אריין רבנים? סאיז דא צענדליגע טויזענטע געזעצן אין אמעריקע צו פארמיידן סכנה, וועלן די רבנים אנהייבן ראנען א רעגירונג?

ועוד, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.

אין טאמער וועלען די ראשי ישיבות ארויסגעבען א איסור קעגען אינגע בחורים וואס טרינקען זיך אן ביי קדישים ווערען זיי יעצט א גאווערמענט?

איך טראכט טאקע אז אפשר דארפען סאושעל מידיא שרייבערלעך ארויסגעבען אן איסור ...
זייט ווען נעמען רבנים קעיר ביי כלל ישראל?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 3:15 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע איסור, אויב האט עס צו טוען אז די סקוטער מזיקט אנדערע, ברויך מען שטעלן עסקנים און אינטערווינען ביי די רעגירונג צו מאכן א פארבאט, ווי קומט אריין רבנים? סאיז דא צענדליגע טויזענטע געזעצן אין אמעריקע צו פארמיידן סכנה, וועלן די רבנים אנהייבן ראנען א רעגירונג?

ועוד, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.

אין טאמער וועלען די ראשי ישיבות ארויסגעבען א איסור קעגען אינגע בחורים וואס טרינקען זיך אן ביי קדישים ווערען זיי יעצט א גאווערמענט?

איך טראכט טאקע אז אפשר דארפען סאושעל מידיא שרייבערלעך ארויסגעבען אן איסור ...
זייט ווען נעמען רבנים קעיר ביי כלל ישראל?

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט ארויסברענגן

די נקודה איז, סאיז דא טויזענטע סכנות וואס די רבנים האבן נישט ארויסגעגעבן א איסור, אפשר זאלן רבנים ארויסגעבן א איסור אז מטאר נישט דרייוון אן לייסענס? אדער א איסור חמור צו דרייוון אן העדלייטס.. ווייסטו פארוואס סאיז נישטא א איסור? ווייל ספעלט נישט אויס, די רעגירונג האט שוין קער גענומען דערפון.

בקיצור, גוט שבת.
#בשיטה נישט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלף
תגובות: 28422
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 3:17 pm

נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע איסור, אויב האט עס צו טוען אז די סקוטער מזיקט אנדערע, ברויך מען שטעלן עסקנים און אינטערווינען ביי די רעגירונג צו מאכן א פארבאט, ווי קומט אריין רבנים? סאיז דא צענדליגע טויזענטע געזעצן אין אמעריקע צו פארמיידן סכנה, וועלן די רבנים אנהייבן ראנען א רעגירונג?

ועוד, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.

געזעצליך מעג מען "נישט" פארן מיט די כלי אויפן סיידוואלק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג נובעמבער 12, 2021 3:41 pm

farshlufen האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אינטערעסאנטע איסור, אויב האט עס צו טוען אז די סקוטער מזיקט אנדערע, ברויך מען שטעלן עסקנים און אינטערווינען ביי די רעגירונג צו מאכן א פארבאט, ווי קומט אריין רבנים? סאיז דא צענדליגע טויזענטע געזעצן אין אמעריקע צו פארמיידן סכנה, וועלן די רבנים אנהייבן ראנען א רעגירונג?

ועוד, וואס וועט די איסור אויסמאכן אז אפאר אינגלעך וועלן סטאפן מיטן סקוטער, ווען פרעמדע נישט-אידישע פארער קענענן פונקט אזוי מזיקן.

געזעצליך מעג מען "נישט" פארן מיט די כלי אויפן סיידוואלק.

שוין, נישט געוואוסט.

דארף מען טאקע האבן די רבנים זאלן אינפארסירן די געזעץ.
#בשיטה נישט

רבותי
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 3:49 pm

Re: די סכנה פון אומאחריות׳דיג דרייווער פון e-scooters

תגובהדורך רבותי » מיטוואך נובעמבער 17, 2021 2:14 pm

הצלה פון מאנסי
צוגעלייגטע
IMG-20211117-WA0037.jpg
IMG-20211117-WA0037.jpg (440.31 KiB) געזעהן 287 מאל
52563b01c2884f999d688ba787478076.jpg
52563b01c2884f999d688ba787478076.jpg (479.44 KiB) געזעהן 287 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט