מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עולם הפוך
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך עולם הפוך » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:41 am

דראמאטישע געשיכטע האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען אין סאוט קעראליינע, די געשיכטע האלט געשפאנט די אלגעמיינע גאס, גיי מיר מיטטיילן מיטן עולם דעטאלן פון די געשיכטע אויף וויפיל ס'איז יעצט באקאנט.

אין סאוט קעראליינע איז דא א גאר פראמינענטע משפחה באקאנט מיטן נאמען משפחת מורדאק. משפחת מורדאק זענען באקאנט אלס א משפחה וואס באנעמט זיך מיט לעגאלע איינגעלעגענהייטן אלס לויערס. "די מורדאק משפחה איז פון די פראמינענטסטע משפחות אין סאוט קעראליינע" האט NPR געשריבן א צייט צוריק. די פאמיליע פירמע פראקטעצירט שוין געזעץ פארצענדליגער יארן.

איינע פון די באקאנטע פאמיליע מיטגלידער פון משפחת מורדאק איז אלעקס מורדאק, א גאר באקאנטער פראמינענטער לויער. אלעקס האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי און זיי האבן געהאט צוויי קינדער, באסטער, און פאול.

אין יאר 2018 האט דער יונגער זון פון אלעקס, מיטן נאמען פאול, בטעות דער'הרג'עט זיינס א חבר מיטן נאמען מעלארי ביעטש דורכאויס א רייזער אויף א שיף. אבער פאול איז זייער לייכט אפגעקומען, ער איז נישט געגאנגען זיצן אין תפיסה, ער איז ניטאמאל געווארן ארעסטירט. דאס האט בשעתו געברענגט די ביעטש פאמיליע צו טענה'ן אז עפעס איז נישט מסתבר פארוואס די געשיכטע ווערט נישט געהעריג אויסגעפארשט און פארוואס פאול איז אזוי לייכט אפגעקומען. פאול איז ניטאמאל דורכגעגאגען א אלקאהאל טעסט טראץ וואס ער האט דער'הרג'ט א מענטש ווען ער איז ווארשיינליך געווען אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל.

מיט עטליכע יאר פריער, אין יאר 2015 איז א חבר פון דער אנדערע זון לבית מורדאק, א חבר פון באסטער מורדאק, מיטן נאמען סטעפאן סמיט איז געפונען געווארן מיסטיריעז דער'הרג'עט אין יאר 2015 אויף א שטלע געסל. פונקט ווי ביי פאול'ס חבר מיסטריעזע מארד איז ביי באסטער'ס חבר סטעפאן סמיט אויך נישט געווארן געהעריג אויסגעפארשט די מעשה און ס'איז אראפ פון טיש. עטליכע וואכן צוריק אין חודש יוני 2021 איז געווארן געמאלדן אז די אויספארשונג איבער די מיסטריעזע טויט פון סטעפאן סמיט ווערט צוריק געעפענט.

אין יאר 2018 איז א פרוי וואס האט געארבעט אלס א רייניגערן ביי אלעקס מורדאק אין שטוב מיטן נאמען גלאריע סעטטרפיעלד איז מיסטריעז געשטארבן. די אנגעגעבענע סיבה איז געווען אז זי איז געפאלן און זיך אויסגעגליטשט און דאס האט געפירט צו איר טויט. אין די טויט סערטיפיקעט איז געווארן אריינגעשריבן אז זי איז געשטארבן פון 'נאטירליכע סיבות'. מורדאק האט געמאכט א סעטלמענט מיט די קינדער פון מרת סעטטרפיעלד אז זיי גייען באקומען באצאלט $500 טויזנט דאלער צוליב די טויט פון זייער מאמע אין שטוב פון משפחת מורדאק.

לעת עתה אין יאר 2021 האבן די קינדער פון די פרוי סעטטרפיעלד נאכנישט באקומען קיין גרינעם גראצער פון אלעקס מורדאק. אזוי אויך איז דער לויער וואס האט פארטרעטן די קינדער פון סעטטרפיעלד געווען זייער נאענט פארבינדן מיט אלעקס מורדאק. מיט צוויי טעג צוריק, סעפטעמבער 15' 2021, איז געווארן געמאלדן אז עס ווערט צוריק געעפענט אן אויספארשונג איבער די מיסטריעזע טויט פון די פרוי סעטטרפיעלד אין שטוב פון אלעקס מורדאק.

מיט ארום דריי חדשים צוריק אום יוני 7, 2021 האט אלעקס מורדאק געפונען זיין ווייב מרת מעגי און זיין זון פאול דערמארדעט צום טויט. זיי זענען געווארן מיסטריעז דערשאסן. די מיסטריעזע שיסעריי איז פארגעקומען אויף א פריוואטע משפחה פראפערטי וואס איז גרויס נאענט 1800 הונדערט עיקער.

די שיסעריי אויף אזא אנגעזעענע משפחה האט אויפגעשטורעמט סאוט קעראליינע, ביידע קרבנות זענען געפונען געווארן דערשאסן מיט פילע קוילן וואס באדייט אז זיי זענען געווארקן דעזאסן אסאך מאל, און ביידע זענען געווארן דערשאסן מיט באזונדערע גאנס.

דער טאטע/מאן אלעקס מורדאק האט ערשיטעטערהייט גערופן די פאליציי ארום 10:00 אויפדערנאכט צו מעלדן אז זיין פרוי און זון זענען דערשאסן געווארן צום טויט אין זייער פראפערטי ווען ער האט זיך געפונען מיט זיין קראנקן טאטן בשעת די שיסעריי. דער אלטער פאטער רענדאלף מורדאק איז געשטארבן פון נאטירליכע סיבות דריי טאג שפעטער און יוני 10, 2021.

מיט ארום צוויי וואכן צוריק אום סעפטעמבער 3, 2021 האט די געזעץ פירמע ווי אלעקס האט געארבעט געמאלדן אז אלעקס מורדאק ווערט ארויסגעווארפן פון די פירמע וויבאלד ער האט געשווינדעלט מיליאנען דאלארן פון די פירמע.

א טאג נאכן ווערן אויפגעזאגט פון די פירמע, דאס הייסט סעפטעמבער 4 2021 איז אלעקס געווען אויף א שטילע געסל אין סאוט קעראליינע, האלטנדיג אינמיטן טוישן א רעדל פון זיין קאר, האט זיך א טרעקל אפגעשטעלט און עמיצער פונעם טרעקל האט געשאסן אלעקס מורדאק אין קאפ. אלעקס האט שנעל גערופן די פאליציי צו באריכטן די שיסעריי. אלעקס איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל און האט ברוך השם איבערגעלעבט די שיסעריי טראץ דעם וואס ער איז געווארן געשאסן עטליכע מאל אין קאפ.

אויב איז די געשיכטע נאכנישט געווען גענוג דראמאטש און פארשלייערט ביז אהער לייגט צו קאפ צו וואס עס קומט.

מיט צוויי טאג צוריק איז א געוועזענער ארבעטער פון אלעקס מורדאק געווארן ארעסטירט נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלעקס מורדאק זעלבסט האט אים געדינגען אז ער זאל אים דערשיסן און אומברענגען וויבאלד ער האט געוואלט זיכער מאכן אז זיין לעבן געבליבענער זון באסטער (פאול איז ווי דערמאנט געפונען געווארן מיסטריעז דערשאסן צוזאמען מיט זיין מוטער) זאל באקומען א $10 מיליאן דאלערדיגע אינשורענס וואס אלעקס האט געהאט אויף זיך זעלבסט. אלעקס האט געוואוסט אז אויב גייט ער זיך נעמען דאס לעבן גייט זיין זון נישט באקומען די 10 מיליאן דאלער פון די אינשורענס פירמע, צוליב דעם האט ער געדינגען זיין געוועזענער ארבעטער אז ער זאל אים דערשיסן צום טויט, די שיסעריי האט זיך צו זיין שלעכט מזל אויסגעלאזט מיט א דורכפאל און ער האט איבערגעלעבט.

אלעקס האט זיך דעם דינסטאג איבערגעגעבן פאר די לאקאלע פאליציי אין סאוט קעראליינע.

דאס איז ווי די גאר דראמאטישע מיסטיריעזער געשיכטע האלט דערווייל.

האט גאר אלעקס זעלבסט דער'הר'געט זיין פרוי מרת מעגי מורדאק אינאיינעם מיט איר זון פאול??

האט זיך אלעקס מורדאק טאקע געפונען ביי זיין אלטן פאטער בשעת די שיסעריי אויף זיין פרוי??

איז אלעקס' פאטער טאקע געשטארבן בלויז פון נאטירליכע סיבות בלויז דריי טעג נאך די מיסטריעזע טויט פון זיין פרוי און זון??

פארוואס זענען די קינדער פאול און באסטער מורדאק קיינמאל נישט געווארן געהעריג אויסגעפארשט ווען זייערע חברים זענען דער'הרג'עט געווארן (איינער ביים שיף רייזע און דער צווייטער אויף א שטילע געסל)??

איז דער פראמינענטער פרעסטוטשפולער אלעקס מורדאק א פאלנער קאלט בלוטיגער מערדער??

די אלע דעטאלן זענען נאך דערווייל א מיסטעריע. ווער ווייסט צי מען וועט נאך אמאל וויסן די ענטפערס.
לעצט פאראכטן דורך עולם הפוך אום מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 11:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך יקוש פייוויש » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:47 am

זייער איטערעסאנט! שכח פארן מיט טיילן!
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:48 am

WOW זייער אינטערסאנט.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:52 am

זייער שפאנענד און אינטערסאנט, א שיינעם דאנק פארן אוועקגעבן די צייט להנאתנו

אוועטאר
מסתמא
שר האלף
תגובות: 1590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך מסתמא » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:54 am

;l;p- א ריזיגער ייש"כ @עולם הפך

----

ביטע לייג צו א אנקעטע צו קענען לייקן דעם אשכול, די תגובות וועט זיין ציצילייגן צו די געשיכטע

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:58 am

זייער שיין. יישר כח.
איין שאלה אויב האט ער געהייערט אז מען זאל אים הרג׳נן פארוואס האט ער געריפן פאליס נאכן ווערן דערשאסן?
מנהסתם האט אים וויי געטוהן זיין בובו….
שלא עשנו גוי!!
לעצט פאראכטן דורך איצל פיצל אום פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:59 am

יישר כח עולם הפוך זייער אינטערעסאנט
ביטע אפדעיטן ווען מען ווייסט מער דעטאלן

אוועטאר
פון אמעריקע
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך פון אמעריקע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:01 pm

איז ער אפשר משפחה מיט די קלינטאנס? :lol:

שכוח פארן ברענגען, זייער אינטרעסאנט!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

וואלד
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך וואלד » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:01 pm

אינטערסאנט און דראמאטיש!

שכוח!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך מיט א פרישקייט » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:02 pm

וואו איז שמעון ראלניצקי?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:02 pm

יישר כח @עולם הפוך
פון דיין ניק קוקט אויס אז די האסט עפעס פארבינדונג דארט .....
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:02 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:וואו איז שמעון ראלניצקי?

אין אפיס פון די גלאק
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
שטומפיג
שר חמשת אלפים
תגובות: 5044
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:03 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:וואו איז שמעון ראלניצקי?

דו ווייסט שוין אז ער איז נישט די ניק @עולם הפוך?

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:04 pm

גאר דראמאטיש!

דיין סטייל פון שרייבן דערמאנט אביסל פון א תשע"ב "שטערן" ארטיקל..

אוועטאר
שטומפיג
שר חמשת אלפים
תגובות: 5044
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:04 pm

איצל פיצל האט געשריבן:זייער שיין. יישר כח.
איין שאלה אויב האט ער געהייערט אז מען זאל אים הרג׳נן פארוואס האט ער געריפן פאליס נאכן ווערן דערשאסן?

א חלק פון די שפיל - קאוועראפ

אוועטאר
חלקי
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך חלקי » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:08 pm

הערט זיך ווי א מעשה פון 100 יאר צירוק. זייער אינטערסאנט.
מיין חלק אינעם שמועס...

קוק אויף דיך אליינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:09 pm

אלעקס אינטער ארעסט

IMG_20210917_120755.jpg
IMG_20210917_120755.jpg (36.89 KiB) געזעהן 3681 מאל
IMG_20210917_120826.jpg
IMG_20210917_120826.jpg (132.7 KiB) געזעהן 3681 מאל

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך הר גריזים » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:11 pm

שכח, זייער אינטערעסאנט

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:14 pm

פאר מען ציט מסקנות,
געווען א מעשה מיט א איד וואס מען האט באשולדיגט מיטן הרגענען זיין ווייב, סאיז אמאל געווען באשריבן אין די שטערן אויב איך געדענק גוט,
ביי אזעלכע מעשיות איז זייער שווער צו וויסן דעם אמת, ווער סדרייט ארויף אויף וועם

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:28 pm

אונטער וועלעכע פארטיי איז די "פראמינטע משפחה" ?

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:28 pm

;l;p- ;l;p-, א גרויסן דאנק פאר'ן באריכטן אזוי פרעפעסיאנאל!



הערט זיך ווי גראד ארויס פון יאיר וויינשטאק'ס שרייב טיש.. (מען קען ווען טאקע מאכן א נאוועל דערפון, היות די אמת'ע הסבר גייען מיר לכאו' סיי ווי נישט געוואר ווערן..)
,

אינטערסאנט, ווייל געווענליך ביי אזאלכע מיסטעריע'ס איז די פובליקום נישט אינפארמירט מיט אזויפיל דעטאלן..

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:34 pm

מים חיים האט געשריבן:פאר מען ציט מסקנות,
געווען א מעשה מיט א איד וואס מען האט באשולדיגט מיטן הרגענען זיין ווייב, סאיז אמאל געווען באשריבן אין די שטערן אויב איך געדענק גוט,
ביי אזעלכע מעשיות איז זייער שווער צו וויסן דעם אמת, ווער סדרייט ארויף אויף וועם

גאנץ א גוטע טענה.
זעהסט דאך אז איך האב געהייערט איינער זאל מיך הרג׳נען, איז פארוואס קען נישט פונקט אזוי זיין אז מיין ווייב אדער זוהן האבן געטוהן די זעלבע זאך?? אמער מיין ווייב איז דאך אשת חבר כחבר, און מיין זוהן איז ברא כרעא דאבוה...
כ׳האף אז ס׳גייט אריין אין די קלאוזינג ארגומענטס…

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:36 pm

זייער זייער אינטערסאנט! ווען דעס איז ווען די אנהייב פון א פיקטיווע געשיכטע וואלט איך פארמאכט דעם ביכל, ווייל עס הערט זיך צו פאלש. אבער די אמת איז מער מאדנע ווי פיקציע.

פונעם בילד פון זיין ארעסט קוקט ער נישט אויס ווי איינער וואס איז געשאסן געווארן אפאר מאל אינעם קאפ א וואך צוריק.
Don't blame me, I voted Trump

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:37 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:;l;p- ;l;p-, א גרויסן דאנק פאר'ן באריכטן אזוי פרעפעסיאנאל!



הערט זיך ווי גראד ארויס פון יאיר וויינשטאק'ס שרייב טיש.. (מען קען ווען טאקע מאכן א נאוועל דערפון, היות די אמת'ע הסבר גייען מיר לכאו' סיי ווי נישט געוואר ווערן..)
,

אינטערסאנט, ווייל געווענליך ביי אזאלכע מיסטעריע'ס איז די פובליקום נישט אינפארמירט מיט אזויפיל דעטאלן..



ס'דא אפאר פאדקעסט'ס וואס דיסקוסירן א גאנצן טאג די מורדאק קעיסעס מיט אלע פיטשעוועקעס ( אינטערוויו'ס מיט פאמיליע, פריינט, פראמינענטע לויערס, אינוועסטיגעטיוו דזשורנאליסטס , און קרימינאלע עקספערטן וכו וכו)

שטייטצעך אז ס'דא הונדערטע קאנספעראציעס רינגס און ארום

הקיצור א שווערע געוועבאכץ איז עס זיכער מיט גאר אסאך אומפארענטפערטע פראגעס (ניש אומזיסט איז דא וואס צו רעדן פון דעם פאר שעות ארוכות)
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: מיסטריעזע דראמאטישע געשיכטע מיט פראמינענטער לויער האלט געשפאנט אמעריקע

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 12:40 pm

הערליך שיין! א גרויסן דאנק!


עולם הפוך האט געשריבן:
אין יאר 2018 איז א פרוי וואס האט געארבעט אלס א רייניגערן ביי אלעקס מורדאק אין שטוב מיטן נאמען גלאריע סעטטרפיעלד איז מיסטריעז געשטארבן. די אנגעגעבענע סיבה איז געווען אז זי איז געפאלן און זיך אויסגעגליטשט און דאס האט געפירט צו איר טויט. אין די טויט סערטיפיקעט איז געווארן אריינגעשריבן אז זי איז געשטארבן פון 'נאטירליכע סיבות'. מורדאק האט געמאכט א סעטטלמענט מיט די קינדער פון סעטטרפיעלד אז זיי גייען באקומען באצאלט $500 טויזנט דאלער צוליב די טויט פון זייער מאמע אין שטוב פון משפחת מורדאק.

לעת עתה אין יאר 2021 האבן די קינדער פון די פרוי סעטטרפיעלד נאכנישט באקומען קיין גרינעם גראצער פון אלעקס מורדאק. אזוי אויך איז דער לויער וואס האט פארטרערטן די קינדער פון סעטטרפיעלד געווען זייער נאענט פארבינדן מיט אלעקס מורדאק. מיט צוויי טעג צוריק, סעפטעמבער 15 2021 איז געווארן געמאלדן אז עס ווערט צוריק געעפענט אן אויספארשונג איבער די מיסטריעזע טויט פון די פרוי סעטטרפיעלד אין שוב פון אלעקס מורדאק.


די משפחה פון די פרוי האט אים מיטוואך אנגעקלאגט אז נישט נאר האט ער זיי נישט געגעבן קיין פרוטה פון די צוגעזאגטע געלט, נאר ער האט געלייגט אין טאש 4 מיליאן דאלער וואס די אינשורענס האט באצאלט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”