ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 15719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:08 pm

די נעקסטע 2 וואכן איז גאר קריטישע פארן גאנצן ביידען אזשענדע, עס גייט קומען פאר אן אפשטימונג דער גרויסער טריליאן דאלארדיגע אינפרעסטרוקטור ביל און אזוי אויך א מאסיווער רעקאנסיליאציע פעקעדזש + א גענצליכע איבערמאכונג פונעם אמעריקאנער טעקס קאוד, איז לאמיר איבערגיין וואס מ'ווייסט שוין דערווייל פון די פלענער.

ווי באקאנט ארבייט דער סדר אין קאנגרעס אזוי; דער פרעזידענט לייגט ארויס אן אויבערפלעכליכע פלאן מיט די בולעט פונקטן וואס ער צילט צו באקריגן; די קאמיטעען אין קאנגרעס און אין סענאט רעספעקטעוולי שרייבן און פארהאנדלען איבער די קליינטשיגע ווערטער, די "פיין פרינט" ווי מ'רופט עס; איינמאל ס'קומט ארויס פון קאמיטע טוט עס די איבעריגער ציבור מעמבערס אין קאנגרעס/סענאט דעבאטירן און דאן גייט עס צו אן אפשטימונג אויפן גאנצן פלאור, און דאן דארף מען גיין אין אן א.ג. 'קאנפערענץ' ווי די ביידע בילס פון קאנגרעס און סענאט ווערן צוזאמגעשמאלצן (אדער פירט איין הויז פשוט דורך דעם צווייטן הויז'ס ביל), און דאן גייט עס צום פרעזידענט פאר זיין חתימה/וויטאו.

אצינד לענינינו, ווי מ'שטייט אצינד אינעם פראצעדור.

דער אינפערסטרוקטור ביל איז שוין פולקאם אדורך אין סענאט מיט בייפארטיזען שטיצע, קריגנדיג כמעט 70 שטימען, און איז געסקעדזשועלט צו ווערן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג אין קאנגרעס דעם ענדע חודש און דאן גייט עס צום פרעזידענטס טישל.

דער גרויסער טעקס רעפארעם-רעקאנסיליאציע ביל איז ארויסגעלייגט געווארן דורכן פרעזידענט מיט בערך 4 חדשים צוריק, אינדערצווישן האבן דעמאקראטן דורכגעפירט דעם "בודזשעט רעזעלוציע", דהיינו היות ס'נישטא קיין 60 סענעטארן פאר דעם עקסקלוסיוו דעמאקראטישער ביל איז דעריבער ווערט געניצט א פראצעדור גערופן 'בודזשעט רעקאנסיליעישאן' וואס באדייט אז די פארגעשלאגענע ביל איז פארבינדן מיטן בודזשעט און קען דעריבער דורכגיין מיט א בלויזע רוב אין סענאט.

אין די לעצטע חדשים זענען די קאמיטעען אינערהאלב ביידע הייזער געזיצן דערויף און געשריבן זייערע חלקים פונעם ביל, דערינטער 13 קאמיטעען אין קאנגרעס, און אין די יעצטיגע טעג בעפארן ערווארטעטן פיינעל אפשטימונג אויפן פלאור גיבט יעדער באזינדער ארויס זייער געפארטיגטע פראדוקט, אזוי אז ס'דא ברעיקינג נייעס פארן עולם יעדע עטליכע טעג מיט די ארויסגעלייגטע פארשלאגן. לע"ע האבן רוב נאכנישט ארויסגעגעבן זייערע סחורה, אבער א דרעפט פלאן פונעם קאנגרעסניאלער 'וועיס ענד מיענס' קאמיטע, אויף וואס זיי גרייטן זיך צו שטימען, שטעלט פאר א גאר אמביציעזער פלאן, מיטן איבערמאכן כמעט יעדע אספעקט פונעם יעצטיגן טעקס קאוד סיסטעם. סאו לאמיר ברענגען דערווייל וואס זיי האבן צו זאגן און אין די קומענדיגע טעג אפדעיטן מיט די פלענער פון די אנדערע קאמיטעען, ווי נאר זיי פארציילן אונז.

טעקס רעפארעם:

פערזענליכע שטייער וועט ארויפגיין פון %37 צו %39.6 פאר פארדינער העכער $435,000 א יאר. אונטער דעם וועלן בלייבן דאס זעלבע, און פארדינער העכער $5 מיליאן וועלן צובאקומען א פרישע %3 סופער רייכע "סורטעקס".

טשיילד טעקס קרעדיט לויטן קאנגרעס ווערסיע ווערט אויסגעברייטערט פאר יעדעם צו $3,000 פאר קינדער העכער 6 און $3600 פאר קינדער אונטער 6, וועט קומען מאנאטליך, און זיך ציען ביז יאר 2025, שטייצעך מיטן מעגליכקייט עס צו ווייטער אויסשפרייטן דאן. אין סענאט ווערט נאך דעבאטירט די אפציע פון עס צושניידן צו בלויז נידעריגערע פארדינער.

קארפאראציע שטייער ווערט צוטיילט אין 3 קאטאגאריעס:

קארפאראציעס מיט פארדינסטן העכער $5 מיליאן גייט די ראטע ארויף פון די יעצטיגע %21 צו %26.5.

קארפאראציעס פון אונטער $5 מיליאן ביז העכער $400 טויזענט וועט בלייבן די זעלבע ביי די יעצטיגע %21.

ווידער קארפאראציעס אונטער $400,000 פארדינסטן וועט זייער טעקס ראטע ווערן געשניטן צו בלויז %18.

טעקס אויף טאבאקא און ניקאטין פראדוקטן וועלן ווערן עטוואס געהויבן, צו א געשאצטע $100 ביליאן רעוועניו.

קריפטא וואלוטע וועט ווערן באהאנדעלט ווי אלגעמיינע געלטער, און אריינברענגען א געשאצטע $16 ביליאן אין רעוועניו.

עס גייט ווערן געטוישט דער סיסטעם וויאזוי ס'ווערט אצינד גערעכענט די טעקס אויף פירמעס וואס רוקן זייערע פארבריקן צו אנדערע לענדער, זיי צו פארלויפן דעם וועג, אזוי אויך וועט עס עלימינירן גאר אסאך טעקס דעדוקציעס פאר פירמעס וואס קלעימען זייער הויפטקווארטיר אין א צווייטן לאנד.

קאפיטעל געינס טעקס וועט ארויפגיין פון %20 צו %25.

פאר יעדע עלעקטריק קאר אונטער $70,000, געמאכט אין אמעריקא, קריגט מען א טעקס ריפאנד פון $12,000.

פאר אן עלעקטריק בייק קריגט מען $1,500 טעקס ריפאנד.

אלעס אינאיינעם וועט די נייע טעקס העכערונג אריינברענגען א געשאצטע $2.9 טריליאן טאלער די נעקסטע 10 יאר.

אצינד ווארט מען אויף די איבעריגע קאמיטעען צו פארעפענטליכן זייערע פראפאוסעלס ערגעץ די וואך, דאס אינקלודט דראג פרייזן רעפארעם, קלימאטן טויש, פעיד פעמילי ליעוו, פרייע קאמיונעטי קאלעדזש, פרייע יוניווערסל פרי-קינדערגארטן, אימיגראציע רעפארעם וכו'

דא וועלן מיר פרובירן האלטן אינפארמירט מיט נייעס ווערד אפדעיטס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:52 am

ש'כח, ס'כמעט באגראבן געווארן צווישן אלע אשכולות אבער דער אויבערשטער האט מיר צוגעפירט אהער, כ'ווארט מיט שפאנונג
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך פרידן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:07 am

1031?

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:09 am

קיין טוישן צו SALT?

ממה נפשך
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:44 am

שכח כאפצעם, קלאר ווי אלעמאל. כאטש רוב דערפון איז נישט אזוי פשוט און וועט זיך נאך טוישן לשליש ולרביע.

כאפצעם האט געשריבן:טשיילד טעקס קרעדיט לויטן קאנגרעס ווערסיע ווערט אויסגעברייטערט פאר יעדעם צו $3,000 פאר קינדער העכער 6 און $3600 פאר קינדער אונטער 6, וועט קומען מאנאטליך, און זיך ציען ביז יאר 2025, שטייצעך מיטן מעגליכקייט עס צו ווייטער אויסשפרייטן דאן. אין סענאט ווערט נאך דעבאטירט די אפציע פון עס צושניידן צו בלויז נידעריגערע פארדינער.


וואס מיינט נידריגע פארדינער? כ'האף זיי גייען נישט טון די זעלבע נארישקייט ווי ביי די סטימולוס, ווי זיי האבן ארויסגעלאזט מער ווייניגער משפחות מיט אסאך קינדער.

כאפצעם האט געשריבן:פאר אן עלעקטריק בייק קריגט מען $1,500 טעקס ריפאנד.


סיי וועלכע בייק? קען איך קלעימען די ריפאנד ווען איך קויף א סעגוועי?...
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 15719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:09 am

בבקשה האט געשריבן:קיין טוישן צו SALT?

די דרעפט ביל דערמאנט נישט קיין ווארט דערפון :shock:

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:40 am

כאפצעם האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:קיין טוישן צו SALT?

די דרעפט ביל דערמאנט נישט קיין ווארט דערפון :shock:


האב איך אפגעשטיקט א מעסעידזש צו מיין קאנגרעסמאן, ער זאל זיך שטעלן דערויף. ווארט מען צו הערן זיין תשובה. (טאמער ער וועט מיר בכלל שיקן)

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך Programming » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:55 am

עס קען דען דורכגיין בכלל אן מענטשין'ס שטיצע?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך Borrower » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:01 am

כאפצעם האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:קיין טוישן צו SALT?

די דרעפט ביל דערמאנט נישט קיין ווארט דערפון :shock:

1031 exchange (שטיפט אפ קעפיטאל געינס אויב מען רי אינוועסטירט די גאנצע געלט פינעם סעיל)
בלייבט אדער נישט ?

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:15 am

מייסטערהאפטיג!

א דאנק כאפצעם!
אז איך קען אייך העלפן, מיט פארגעניגן.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:51 pm

Programming האט געשריבן:עס קען דען דורכגיין בכלל אן מענטשין'ס שטיצע?


זעה איך פון מענטשינס נאנטע און געוויסע רופובליקאנע סענעטארן, אז ער גייט עטווענטשעלי שטימען אויף עפעס א ביל.
ער האט א פארבלעם מיט די סייז, און עווייערמענטעל חלקים פון די ביל, וואס קען נישט ארבעטען מיט וועסט ווירזשיניע.

די ביל וועט מיזען אראפקומען פון די יעצטיגע סייז, מענטשיןס אפער יעצט איז און די 1.5 רענטש, וועט זיך ענדיגען לכאורה און די די 1.9 צו 2.5, עס וועט זיין א סורפרייז אז עס ריטשט נאנט צו די 3 טריליאן.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

יאנקאוויטש
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך יאנקאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:51 pm

עני ווארדס וועגן סטעפ אפ בעסיס?

גוט פאריקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך גוט פאריקט » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:50 pm

אין מיינע אויגן זעה איך שוין לאנג ווי מענשין איז א מתנה פאר די בילל וויל עס מאכט עס אויסזעהן נאך גאר מאדערעט ווייל מען קען זאגן אז זיי האבן גאר קאמפרימייזד און עס איז נישט עקסטרעם און מען וועט נישטנקענען שרייען אז די דעמאקראטן זענען אומאחריתדיג

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 15719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:17 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:אין מיינע אויגן זעה איך שוין לאנג ווי מענשין איז א מתנה פאר די בילל וויל עס מאכט עס אויסזעהן נאך גאר מאדערעט ווייל מען קען זאגן אז זיי האבן גאר קאמפרימייזד און עס איז נישט עקסטרעם און מען וועט נישטנקענען שרייען אז די דעמאקראטן זענען אומאחריתדיג

האסט א פוינט

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:24 pm

ש’כח @כאפצעם
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:09 pm

בבקשה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:קיין טוישן צו SALT?

די דרעפט ביל דערמאנט נישט קיין ווארט דערפון :shock:


האב איך אפגעשטיקט א מעסעידזש צו מיין קאנגרעסמאן, ער זאל זיך שטעלן דערויף. ווארט מען צו הערן זיין תשובה. (טאמער ער וועט מיר בכלל שיקן)


ער האט מיר צוריקגעשיקט אז ער האט אין אפריל געשיקט א בריוו פאר פעלאוסי אז ער וועט נישט שטימען אויף קיין שום טעקס ביל וואס נעמט נישט אראפ די סאלט קעפ. למעשה יעצט איז ער שטיל.

ס'איז אבער דא אפאר קאנגרעסלייט וואס זענען ארויסגעקומען זאגן אז זיי וועלן נישט שטיצן די בילל אויב עס נעמט נישט אוועק די קעפ. הער איך יעצט אז מען האט פארגעשלאגן א פשרה, עס צו ריפיעלין פאר 2 יאר.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:13 pm

בבקשה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:קיין טוישן צו SALT?

די דרעפט ביל דערמאנט נישט קיין ווארט דערפון :shock:


האב איך אפגעשטיקט א מעסעידזש צו מיין קאנגרעסמאן, ער זאל זיך שטעלן דערויף. ווארט מען צו הערן זיין תשובה. (טאמער ער וועט מיר בכלל שיקן)


ער האט מיר צוריקגעשיקט אז ער האט אין אפריל געשיקט א בריוו פאר פעלאוסי אז ער וועט נישט שטימען אויף קיין שום טעקס ביל וואס נעמט נישט אראפ די סאלט קעפ. למעשה יעצט איז ער שטיל.

ס'איז אבער דא אפאר קאנגרעסלייט וואס זענען ארויסגעקומען זאגן אז זיי וועלן נישט שטיצן די בילל אויב עס נעמט נישט אוועק די קעפ. הער איך יעצט אז מען האט פארגעשלאגן א פשרה, עס צו ריפיעלין פאר 2 יאר.


הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ניו יארק קאנגרעסמאן טאם סאוזי ווידערהאלט אז אן קיין סאלט שטייער דידאקשען פראוויזיע איז נישט דא קיין דיעל
ער זאגט אז ער האט גערעדט מיט שומער און פעלאסי און איז קאנפידענט אז עס וועט זיין טייל פונעם אפמאך

מען הערט אז דעמאקראטן באטראכטן אצינד א צוויי יעריגע רעפיעל פון די שטייערן

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:


א דאנק, געשריבן אין וועלעכע אשכול? נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענעט?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 16259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען'ס טעקס רעפארם/ריקאנסילעאציע ביל

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:15 pm

בבקשה האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:


א דאנק, געשריבן אין וועלעכע אשכול? נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענעט?

יא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט