קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:46 pm

יקוש פייוויש האט געשריבן:די העברעישע

מ'קען אויסקלויבן סיי וועלכע שפראך
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך יקוש פייוויש » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:47 pm

אקעי שכח!
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:02 am

דורך געליינט אביסל. פון די פעימענט פעיגד קוקט אויס קלאר ווי עס איז נישט דא קיין טשארדש.

אבער זיי האבן ניטאמאל איין אייגענע גמ''ח, נאר לייגן עס אריין ביי אנדערע זעלבסטשטענדיגע גמח''ן, מיט גאנצע תנאים.

אויב גייט די ווערד פון די געלט אראפ גייט די גמ''ח מוזן צושטעלן די נפק''מ.

איך זעה אז זיי פרעגן ניטאמאל פרטים וועגן די חוב, און עס איז מיר אביסל אינטערסאנט אז מען קען מזכה זיין עפעס פאר איינעם אן וויסן קיין שום פרטים. ניטאמאל ווייסן זיי אינזין צו האבן פאר די בעל הקאר וואס איז צופליקט געווארן. איז וואס יא?
Don't blame me, I voted Trump

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:14 am

וויפיל געלט קען דען שוין זיין וואס מענטשן זענען שולדיג פאר איינעם נישט-וויסענדיג פאר וועמען?

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:20 am

כאפ איך נישט פארוואס קען נישט איינער אליינס מזכה זיין געלט פאר זיינע (אינוויזיבל) בעלי חובות, און ווען זיי וועלן עס קומען תובע זיין וועט ער עס אפגעבן אי"ה?

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:22 am

צד תמות האט געשריבן:כאפ איך נישט פארוואס קען נישט איינער אליינס מזכה זיין געלט פאר זיינע (אינוויזיבל) בעלי חובות, און ווען זיי וועלן עס קומען תובע זיין וועט ער עס אפגעבן אי"ה?

אבער דעמאלס האט ער עס נישט נאר ווען אליהו קומט, מיט דעם אויפטוה האט ער שוין יעצט הנאה פון די געלט דורך די מצוות
און ווען אליהו וועט קומען וועט ער באקומען די גאנצע געלט.
כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ וְיוֹסִיפ"וּ לְּךָ שְׁנוֹת חַיִּים
יֹסֵ"ף ה' עֲלֵיכֶם; עֲלֵיכֶם, וְעַל בְּנֵיכֶם.
ה' אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵכֶם, יֹסֵף עֲלֵיכֶם כָּכֶם אֶלֶף פְּעָמִים

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:44 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:כאפ איך נישט פארוואס קען נישט איינער אליינס מזכה זיין געלט פאר זיינע (אינוויזיבל) בעלי חובות, און ווען זיי וועלן עס קומען תובע זיין וועט ער עס אפגעבן אי"ה?

אבער דעמאלס האט ער עס נישט נאר ווען אליהו קומט, מיט דעם אויפטוה האט ער שוין יעצט הנאה פון די געלט דורך די מצוות
און ווען אליהו וועט קומען וועט ער באקומען די גאנצע געלט.

כ'הער. אזא 'יעשה עמהם צרכי רבים' געדאנק. פלאס די הקנאה לבע"ח בכל מקום שהיא, לצאת ידי חובת הפוסקים דצרכי רבים לא הוי השבה מעליא.
איין נקודה נאר, לפי"ז (אז ס'גייט צו מדין צרכי רבים) דארף עס אנקומען צו גמ"ח'ן איבער די גארער וועלט, ווייל כמדומה אז דער בעל חוב דארף פאטענציאל האבן די מעגליכקייט צו נהנה זיין דערפון.
#דעת_בעל_הבית

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:57 am

איך וויל איבערפרעגן די זעלבע שאלה וואס איך האב געפרעגט פאראיאר אין די אנדערע אשכול, זענען דא תשובות וועגן דער מוסד? ווען און ווי מען קען זיך באנוצן מיט די עצה?

אויב מען האט איינעם מזיק געווען, לכאורה האט מען א חיוב הכרזה. לכאורה דארף מען יענעם גיין אויפזוכן ווי ווייט מען קען, בלויז ווי מען קען נישט קען מען יוצא זיין מיט צרכי רבים, וואס אויף דעם איז נקי כפים א טריט העכער ווי געהעריגע צרכי רבים.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:06 pm

נאכאמאל, ס'איז דא אסאך דינים

1) מזיק געווען איינעם, איך ווייס נישט וויפיל, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף באצאלן עד שיצא הספק מלבו, העלפט נישט נקי כפים
2) מזיק געווען איינעם, מען ווייסט נישט וועמען, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף איינעם אויפזוכן, בדיעבד אויב מען קען נישט טרעפן יענעם, דאן קען מען יוצא זיין מיט צרכי רבים, קען מען ניצן נקי כפים, פונקט ווי צרכי רבים, אבער א טריט מער.
3) מען ווייסט נישט טאמער מען האט מזיק געווען בכלל, נאר יכול להיות אפשר אמאל מזיק געווען און ניטאמאל באמערקט, דאן ניצן נקי כפים פשוט ארויסצוגיין פון די ספק

יעצט איינער וואס ניצט עס פאר 3, אזא איינער איז א מדקדק, ער ווייסט נישט טאמער ער האט מזיק געווען, מן הסתם נישט, אבער צו מאכן 100% זיכער ניצט ער נקי כפים, גאר שיין פון איהם.

מיין פראבלעם איז אז מענטשען וועלן עס בעיקר ניצן פאר 2, און זיי וועלן פארנעכליסיגען מיט'ן אויפזוכן די ניזק, און זיך פארלאזן אויף נקי כפים, כאטש דאס איז א דיעבד אין אזא פאל.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:15 pm

בבקשה האט געשריבן:נאכאמאל, ס'איז דא אסאך דינים

1) מזיק געווען איינעם, איך ווייס נישט וויפיל, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף באצאלן עד שיצא הספק מלבו, העלפט נישט נקי כפים
2) מזיק געווען איינעם, מען ווייסט נישט וועמען, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף איינעם אויפזוכן, בדיעבד אויב מען קען נישט טרעפן יענעם, דאן קען מען יוצא זיין מיט צרכי רבים, קען מען ניצן נקי כפים, פונקט ווי צרכי רבים, אבער א טריט מער.
3) מען ווייסט נישט טאמער מען האט מזיק געווען בכלל, נאר יכול להיות אפשר אמאל מזיק געווען און ניטאמאל באמערקט, דאן ניצן נקי כפים פשוט ארויסצוגיין פון די ספק

יעצט איינער וואס ניצט עס פאר 3, אזא איינער איז א מדקדק, ער ווייסט נישט טאמער ער האט מזיק געווען, מן הסתם נישט, אבער צו מאכן 100% זיכער ניצט ער נקי כפים, גאר שיין פון איהם.

מיין פראבלעם איז אז מענטשען וועלן עס בעיקר ניצן פאר 2, און זיי וועלן פארנעכליסיגען מיט'ן אויפזוכן די ניזק, און זיך פארלאזן אויף נקי כפים, כאטש דאס איז א דיעבד אין אזא פאל.

אינעם גליון דאס יאר שרייבט ער גאר קלאר ארויס עטליכע מאל אז ס'העלפט נישט נאר מ'ברויך אויפזוכן דער ניזק
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:19 pm

צד תמות האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:כאפ איך נישט פארוואס קען נישט איינער אליינס מזכה זיין געלט פאר זיינע (אינוויזיבל) בעלי חובות, און ווען זיי וועלן עס קומען תובע זיין וועט ער עס אפגעבן אי"ה?

אבער דעמאלס האט ער עס נישט נאר ווען אליהו קומט, מיט דעם אויפטוה האט ער שוין יעצט הנאה פון די געלט דורך די מצוות
און ווען אליהו וועט קומען וועט ער באקומען די גאנצע געלט.

כ'הער. אזא 'יעשה עמהם צרכי רבים' געדאנק. פלאס די הקנאה לבע"ח בכל מקום שהיא, לצאת ידי חובת הפוסקים דצרכי רבים לא הוי השבה מעליא.
איין נקודה נאר, לפי"ז (אז ס'גייט צו מדין צרכי רבים) דארף עס אנקומען צו גמ"ח'ן איבער די גארער וועלט, ווייל כמדומה אז דער בעל חוב דארף פאטענציאל האבן די מעגליכקייט צו נהנה זיין דערפון.
#דעת_בעל_הבית

יעשה צרכי רבים איז פאר איינער ואוס האט ג'גנב'ט פון אסאך מענטשן און איז נישט מעגליך אבגעבן.
דא האט עס לכאו' נישט מיט דעם, נאר די גמח איז א שומר פיקדון פאר דער ריכטיגע בעל הבית [וואס אליהו וועט זאגן ווער דאס איז], און דערווייל מאכט מען מיט די געלט מצוות, אזוי אז ער האט שוין יעצט הנאה פון די געלט.
כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ וְיוֹסִיפ"וּ לְּךָ שְׁנוֹת חַיִּים
יֹסֵ"ף ה' עֲלֵיכֶם; עֲלֵיכֶם, וְעַל בְּנֵיכֶם.
ה' אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵכֶם, יֹסֵף עֲלֵיכֶם כָּכֶם אֶלֶף פְּעָמִים

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קרן נקי כפים - יו"כ קאמפיין תשפ"ב

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:35 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:נאכאמאל, ס'איז דא אסאך דינים

1) מזיק געווען איינעם, איך ווייס נישט וויפיל, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף באצאלן עד שיצא הספק מלבו, העלפט נישט נקי כפים
2) מזיק געווען איינעם, מען ווייסט נישט וועמען, טאמער געדענק איך גוט, איז די דין אז מען דארף איינעם אויפזוכן, בדיעבד אויב מען קען נישט טרעפן יענעם, דאן קען מען יוצא זיין מיט צרכי רבים, קען מען ניצן נקי כפים, פונקט ווי צרכי רבים, אבער א טריט מער.
3) מען ווייסט נישט טאמער מען האט מזיק געווען בכלל, נאר יכול להיות אפשר אמאל מזיק געווען און ניטאמאל באמערקט, דאן ניצן נקי כפים פשוט ארויסצוגיין פון די ספק

יעצט איינער וואס ניצט עס פאר 3, אזא איינער איז א מדקדק, ער ווייסט נישט טאמער ער האט מזיק געווען, מן הסתם נישט, אבער צו מאכן 100% זיכער ניצט ער נקי כפים, גאר שיין פון איהם.

מיין פראבלעם איז אז מענטשען וועלן עס בעיקר ניצן פאר 2, און זיי וועלן פארנעכליסיגען מיט'ן אויפזוכן די ניזק, און זיך פארלאזן אויף נקי כפים, כאטש דאס איז א דיעבד אין אזא פאל.

אינעם גליון דאס יאר שרייבט ער גאר קלאר ארויס עטליכע מאל אז ס'העלפט נישט נאר מ'ברויך אויפזוכן דער ניזק


אויב אזוי, דאן איז זייער גוט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], אגד, ואגדלה, והמבין יבין, מאמענטאל, מי הוא זה, ס׳וועט זיין בעסער, עוד יזכור לנו און 61 געסט