אפגאניסטאן: פאנזשיר ווידערשטאנד

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

אפגאניסטאן: פאנזשיר ווידערשטאנד

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:44 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א שנעלע אויספארשונג האט געברענגט די פאלגנדע רעזולטאטן.

רוסלאנד האט אראפגעריסן די פאנזשיר רעבעלן אלץ קליינליכע זאכן וואס וועלן גרינג אפגעווישט ווערן.
טאדשאקסטאן שטיצט זיי.
אינדיע וויל פירן געשפרעכן מיט זיי.
אמעריקאנע אנאליסטן ווילן די סי איי עי זאל עס שטילערהייט שטיצן, אויב פאסירט דאס וועלמיר נישט האבן די זכי' צו וויסן ביז לאחר המעשה.
דער וויצע פרעזידענט פון די גאני רעגירונג און זעלבסט דערקלערטע עקטינג פרעזידענט איז מיט זיי, און האט שטארקע קאנעקשאנס אין די סי איי עי נאך משנים קדמוניות.
מער און מער מידיע אגענטורן רופן זיי אן די ען על עף, נאציאנאלע ליבערעישאן (פרייהייט) פראנט

כהאב מורא אז רוסלאנד אז ליידער גערעכט וואס איז אכט טויזענט צי צען טויזענט סאלדאטען אין א קליינע פראווינץ קעגען 75 טויזענט טאליבאנע קעמפער וועלכע משמועסט אז סאיז אריינגעפאלען אן א שיעור פארגעשריטענע געווער זאגאר מרעדט דא פון 40 עף 16 פליגער,
אין אויב רוסלאנד וועט ארויסקומען פון זייער באהעלטעניש און שטיצען אפען די טאליבאנע אזוי ווי זיי האבען ענדליך געטון אין סיריע מיט אסאד צי אין ליביע מיט די האפטער, דעמאלטס זענען זיי -די אלטע גאווערמענט- אויף צרות מיט די ביידען שטאב,

אין גאנץ פאנזשיר איז נישט דא מער ווי 157 שטעט אין שטעטלעך מיט א בערך פון 200 טויזענט איינוואוינער, אבער איין טרייסט האבען זיי אז מהאט זיי קיינמאל נישט איינגענומען אין זיי זענען ביטערע קעמפער אין זיי טרענירען זיך שוין חדשים צי די פייט זייט אמעריקע איז אין געשפרעכען מיט די טאלי באלי באן, וויסענדיג אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף די אפגאנע ארמיי, אין זיי האבען עס זייער זייער קלאר אין הויעך געזאגט אנדערש ווי די מילי מייק פון זשוינט טשיף אף סטעף האט געזאגט, ( דער מילי האט ווארשיינלעך געהאט וואטע אין זיין אויערען לעצטענס)
ווי אויך איז היינט געווען א מעיזשער ציזאמשטויס אין זיי האבען פאריאגט די טאליבאן מיט בזיונות אין דערהארגעט א 300 טאליבאנע אזוי טענהען זיי, גיי ווייס,

די טאליבאנע לייקענט האלבוועגס די קלעפ

קוקט אויס זייערע טענות דארט אין אפגאניסטאן , דאס איז זייערע איידעל לאון אפליקעשענס פון ווי זיי שארען מיליאנען פון לענדער הו קנאוס,

אויב ווערען אבער דראון אינוואלוואד וועט זיין אן נאנדערע פיקטשור,

אינדיע גייט נישט רוען אויב זעען זיי אז די טאליבאנע שטיצען אין הייבען די קעפ פון זייער ברודער אין קאשמיר, די אינדיאנע קענען גראדע מאכען גאנץ גוט נויז אין זענען גאנץ גוטע אנדרייערס אין בפרט ווען זייער פרעזידענט האט זיך געלאזט וואקסען א לאנגע ווייסע בארד
לעצט פאראכטן דורך הגות תבונות אום זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 3:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:48 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:כהאב מורא אז רוסלאנד אז ליידער גערעכט וואס איז אכט טויזענט צי צען טויזענט סאלדאטען אין א קליינע פראווינץ קעגען 75 טויזענט טאליבאנע קעמפער וועלכע משמועסט אז סאיז אריינגעפאלען אן א שיעור פארגעשריטענע געווער זאגאר מרעדט דא פון 40 עף 16 פליגער,
אין אויב רוסלאנד וועט ארויסקומען פון זייער באהעלטעניש און שטיצען אפען די טאליבאנע אזוי ווי זיי האבען ענדליך געטון אין סיריע מיט אסאד צי אין ליביע מיט די האפטער, דעמאלטס זענען זיי -די אלטע גאווערמענט- אויף צרות מיט די ביידען שטאב,

אין גאנץ פאנזשיר איז נישט דא מער ווי 157 שטעט אין שטעטלעך מיט א בערך פון 200 טויזענט איינוואוינער, אבער איין טרייסט האבען זיי אז מהאט זיי קיינמאל נישט איינגענומען אין זיי זענען ביטערע קעמפער אין זיי טרענירען זיך שוין חדשים צי די פייט זייט אמעריקע איז אין געשפרעכען מיט די טאלי באלי באן, וויסענדיג אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף די אפגאנע ארמיי, אין זיי האבען עס זייער זייער קלאר אין הויעך געזאגט אנדערש ווי די מילי מייק פון זשוינט טשיף אף סטעף האט געזאגט, ( דער מילי האט ווארשיינלעך געהאט וואטע אין זיין אויערען לעצטענס)
ווי אויך איז היינט געווען א מעיזשער ציזאמשטויס אין זיי האבען פאריאגט די טאליבאן מיט בזיונות אין דערהארגעט א 300 טאליבאנע אזוי טענהען זיי, גיי ווייס,

די טאליבאנע לייקענט האלבוועגס די קלעפ

קוקט אויס זייערע טענות דארט אין אפגאניסטאן , דאס איז זייערע איידעל לאון אפליקעשענס פון ווי זיי שארען מיליאנען פון לענדער הו קנאוס,

אויב ווערען אבער דראון אינוואלוואד וועט זיין אן נאנדערע פיקטשור,

אינדיע גייט נישט רוען אויב זעען זיי אז די טאליבאנע שטיצען אין הייבען די קעפ פון זייער ברודער אין קאשמיר, די אינדיאנע קענען גראדע מאכען גאנץ גוט נויז אין זענען גאנץ גוטע אנדרייערס אין בפרט ווען זייער פרעזידענט האט זיך געלאזט וואקסען א לאנגע ווייסע בארד

דער רוס האט שוין אמאל געליטן ביטערע בזיונות דורך די נארישע קעמפפער, חוץ מזה פון די בילדער וואס קומען ארויס זעט מען זיי האבן האמוויס מיט נאך אמעריקאנע ערצייגטע וואפנס

נעכטן איז אנגעקומען דארט א פלאטון אפגאנע סאלדאטן, און זיי טענה'ן אז נאך מינימום דריי זענען אויפן וועג,

לגבי די שלאכטן וואס זיי האבן אנגעבליך געזיגט איז נישט דא קיינער וואס קען דאס באשטעטיגן

זיי זענען יעצט באלאגערט, און ס'איז נישט קלאר ווי לאנג זיי קענען אויסהאלטן אן דרויסנדע הילף

רעדנדיג פון נומערן, די אפגאנע ארמיי האט פארמאגט פיר מאל אזויפיל טרופן ווי די טאליבאן

רעדנדיג איבער די באדייט פון טאליבאן, די באדייט פון פאנזשיר איז לייב מיט פינף קעפ

רעדנדיג איבער אינדיע, אינדיע הייסט א וועלטס מאכט, און זיי זענען בכח צו שטיצן און ערנסט אויפבויען די ען על עף

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:49 pm

לאנטשבאקס האט געשריבן:עפעס שלאכטן קומען דארט פאר מיט צוויי שבטים - ווער קען עס אויסקלארן?

מאות הרוגים לטאליבן במחוז פנג'שיר, הטאליבן מזרימים עשרות תותחים לאזור הלחימה

השיחות בין הטאליבן לברית הצפונית בפנג'שיר קרסו, החלה הלחימה על המחוז.
הלחימה התחילה רשמית לפני פחות מ 48 שעות, בגלל ריבוי הפייק ניוז העדפתי להמתין עוד קצת כדי לאמת את הדיווחים,

דיווח משדה הלחימה בפנג'שיר,

"הטליבאן ספגו אבדות כבדות מחזית ההתנגדות ביומיים האחרונים.

ישנם כ 500 לוחמי טליבאן הרוגים בניסיון התקיפה של הטליבאן על מחסומי חזית ההתנגדות בגבעות של הר Payamzar במחוז שטל.

גורמים מקומיים במחוז פרואן אומרים כי הטליבאן מוריד את הגופות מההר מאז אתמול בבוקר.

הם מעבירים את כוחותיהם להרים כדי לסייע בפינוי הגופות.

גופות של אנשי הטאליבן עדיין מוטלות בשטח.

דובר החזית הצפונית אומר, עלי מייסם נזארי אומר,

"עמק פנג'שיר מכותר ע"י כוחות הטליבאן, פנג'שיר תמיד היתה במצור ותמיד ניצחה".


הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:54 pm

קוקט אויס ווי אן אינטערעסאנטע נושא, איינער מיט מער?

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 3:01 pm

איך האלט יעצט אינמיטן א לענגערע אנאליז איבערן נושא - און איך האלט אויך אינמיטן צאשטעלן קלארע מאפעס, איך האפ עס שפעטער ארויף צו לייגן בעז"ה (די ארבעט האט זיך אנגעהויבן אלץ א קליינע נייעס'ל פארן "שרייבער" אבער ס'האט זיך פארצויגן צו א לענגערע ארטיקל)
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 3:02 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:היינט האבן אויסגעבראכן שווערע שלאכטן צווישן די פאנזשיר אויפשטענדלער און די טאליבאן ביים גרעניץ שטאט פונעם פארוואן פראווינץ, ביידע זייטן באנוזן זיך מיט לייכטע און שווערע וואפנס
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך הגות תבונות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 3:05 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך האלט יעצט אינמיטן א לענגערע אנאליז איבערן נושא - און איך האלט אויך אינמיטן צאשטעלן קלארע מאפעס, איך האפ עס שפעטער ארויף צו לייגן בעז"ה (די ארבעט האט זיך אנגעהויבן אלץ א קליינע נייעס'ל פארן "שרייבער" אבער ס'האט זיך פארצויגן צו א לענגערע ארטיקל)

הו הא! מען קען זיך פארלאזן אז עס וועט שוין נישט זיין וואס צוצולייגן.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:16 pm

פאנזשיר ווידערשטאנד

אינעם צפון-מזרח געגנט פונעם לאנד האבן א גרופע אויפשטענדלער באוויזן צו פארכאפן די מאכט פונעם בערגיגער "פאנזשיר" פראווינץ וועלכע באשטייט פון 8 דיסטריקטס מיט 512 דערפער, מיט די פראווינציאלע הויפטשטאט "באראזאק"
די אויפשטענדלער ווערן אנגעפירט דורכ'ן ראיאנאלער קריגס-לארד "אכמעד מאסוד" א זון פון "אכמעד שאה מאסוד", באקאנט אלץ "דער לייב פון פאנזשיר" - א בריליאנטענער גענעראל און קעמפפער קעגן די טאליבאן ביז זיין טויט אין א געצילטע על - קאידא אטענטאט עטליכע טעג בעפאר 9/11.
עס האבן זיך צוגעטשעפעט צו די אויפשטענדלערישע גרופעס "אמרולע סאלע" - וויצע פרעזידענט פון אפגאניסטאן, וועלכער האט זיך דערקלערט עקטינג-פרעזידנט נאך וואס "אשראף גאני" איז אנטלאפן פון לאנד. אינאיינעם מיט "ביסמילע קהאן קאממאדי" דער פארטיידיגונגס מיניסטער פון אפגאניסטאנ'ס געוועזענער ארמיי.
אמרולע סאלע איז אנערקענט געווארן אלץ עמטליכער אפגאנער פרעזידענט דורך די אפגאנער אמבאסאדע אין טאדשיקסטאן, און דורך ביסמילע קהאן קאממאדי, און זיי האבן פארטוישט אלע בילדער פון אשראף גאני צו בילדער פון אים.
זיי האבן א קראפט פון ארום 18,000 קעמפפער, צוזאמגעשטעלט פון מאסוד'ס מיליצעס, געוועזענע טרופן, און אנדערע באוואפנטע מיליצן. און האבן פארשפראכן צו באקעמפפן די טאליבאן אויב געט מען זיי נישט נאך זייערע פארלאנגען, אבער האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען אפן פאר געשפרעכן מיט די טאליבאן.
א טיילווייזע ליסטע פון זייערע פארלאנגען איז זעלבסטשטענדיגקייט פאר פאנזשיר (נישט אלץ לאנד, נאר נישט אונטער טאליבאן אקופאציע), און מינאריטעט רעכטן. לויט זייערע ווארטזאגער האט מען זיי געאפפערט זיצן אין די רעגירונג אבער היות דאס איז נישט וואס זיי זוכן - נאר זיי זוכן מינאריטעט רעכטן, האבן זיי אנטזאגט דעם אפפער.
היות די פאנזשיר פראווינץ איז אויף א בערגיגער ראיאן און עס פארמאגט נאר איין אריינגאנג איז עס זייער שווער איינצונעמען, הגם געוויסע באריכטן האבן געוויסט אנצוצייגן אז עס פארמאגט שוין א ברייטערע ראוד אריין ווי עס האט פארמאגט ביים סוקסעספול צוריק האלטן די סאוויעטישע און שפעטער טאליבאנע קרעפטן, און איז דעריבער שווערער צו פארטיידיגן ווי דאן.
א ווארטזאגער פאר די אויפשטענדלער האט געזאגט אז ביי די פאריגע רונדע שלאכטן מיט די טאליבאן אין 2001 למספ' איז די טאליבאן געווען שטערקער (היות זיי האבן נישט קאנטראלירט אזויפיל שטח האבן זיי געהאט מער קעמפפער אוועיליבל פאר שלאכטן) און דאך האט מען זיי צוריק געשטויסן, און דעריבער איז ער נישט באזארגט.
עס זענען שוין געווען עטליכע שלאכטן צווישן די טאליבאן מיט די אויפשטענדלער, אדער ווי זיי רופן זיך - די ען אר עף (נאציאנאלע ווידערשטאנד [רעזיסטענס] פראנט), ביי וועלכע די ען על עף קעמפפער זענען ארויס זיגרייך.
אזוי אויך האבן די אויפשטענדלער פארכאפט דריי דיסטריקטס פונעם דערנעבנדן "באגלאן" פראווינץ, אומברענגנדיג 60 טאליבאן קעמפפער לויט לאקאלע איינוואוינער, און בלויז 15 לויט די טאליבאן, מיט 24 פארכאפטע טאליבאנער. לויט די לאקאלע איינוואוינער איז די אויפשטאנד געקומען נאך וואס די טאליבאן איז אריין אין פריוואטע הייזער - א זאך וואס ביים זיי אריין לאזן האבן זיי זיך פארפליכטעט עס נישט צו טון.
די טאליבאן האט אנגערופן די אויפשטענדלער "פאררעטער", און האבן געזאגט אז דאס מיינט אז זיי האבן אויפגעגעבן אויף די אמנעסטיע וואס די טאליבאן האט זיי פארשפראכן. עס איז געווען באריכטעט אז די טאליבאן האט געשיקט קעמפפער צו קידנעפן קינדער פון די אנטי-טאליבאן קרעפטן.
ווי אויך האבן זיי פארכאפט "כאריקער" דער פראווינציאנאלער הויפטשטאט פונעם "פארוואן" פראווינץ.
דורכאויס די ביז איצטיגע שלאכטן מיט די ען אר עף האט די טאליבאן פארלוירן אריבער 500 קעמפפער לויט די ען אר עף, און נישט מער ווי 15 לויט די טאליבאן. אנדערע נומערן זענען נישט באקאנט אבער עס איז נישט באקאנט מער ווי 2 פאטאליטעטן פון די ען אר עף.
די ען אר עף טענה'ט אז זי האט די שטיצע פונעם געוועזענער מאכטפולער נארדערן אלייענס גענעראל און מאכטפולער פאליטיקאנט "אבדול ראשיד דאסטום" וועמענס געוועזענער הויפטקוואטיר אין "מאזאר-אי-שאריף" איז געפאלן צו די טאליבאן. ווי אויך פונעם געוועזענער מאכטפולער קריגס-לארט "אטא מוכאמעד נאאר".
די ען אר עף טענה'ט אויך אז אויסער די זאפאסן פון געווער און געפאנצערטע טרעקלעך און העליקאפטערס וואס זי האט צוזאמגעקליבן במשך די יארן, און וואס געוועזענע אפגאנער זעלנער האבן געברענגט ווען די מיליטער איז צעפאלן, האבן זיי אויך פארכאפט פון די טאליבאן אין די שלאכטן פיצאליגע געפאנצערטע טרעקלעך און געווער, ווי אויך שיקן זיי בילדער פון טאנקען און געפאנצערטע טרעקלעך וואס זיי האבן.
לויט די שאצונג פון עקספערטן וועט די טאליבאן האבן א גרינג פעלד איינצונעמען די אויפשטענדלער.
די ען אר עף האט דערווייל פארפעלט צו באקומען די שטיצע פון סיי וועלכע וועלט לענדער אויסער טאדשאקסטאן, און ווי אויך האט די נייע זעלבסט-דערקלערטער פרעזידענט פון אפגאניסטאן נאכנישט באקומען קיין וועלט אנערקענונג.
די ען אר עף פירער אכמעד מאסוד האט געשריבן אן עדיטאריעל אינעם וואשינגטאן פאוסט בעטנדיג פאר מיליטערישע שטיצע פון אמעריקא, ווי אויך האט ער פראבירט צו בעטן פון פראנרייך וואס דארט איז ער אן ארויפגעקוקטער העלד, דערווייל איז נישט באקאנט פון סיי וועלכע שטיצע וואס ער זאל באקומען פון איבער דער וועלט, אויסער פון טאדשאקסטאן.
עס איז אויך געווען באריכטעט אז אכמעד מאסוד האט זיך געטראפן מיט עטליכע אמעריקאנע קאנגרעסלייט.

היינט דאנערשטאג זענען ווידעראמאל פארגעקומען העפטיגע שלאכטן אין פאנזשיר ווי די ען אר עף קרעפטן האבן באוויזן צו פארכאפן דעם סאלאנג דיסטריקט פונעם פארוואן פראווינץ, א ווארטזאגער פאר די גרופע האט אויך דערקלערט אז זיי האבן פארכאפט 4 דיסטריקטס אינעם באדאקשאן פראווינץ, אבער האט פארפעלט צו זאגן די נעמען פון די דיסטריקטס.
פון די היינטיגע שלאכטן זענען ארום 100 טאליבאנער אומגעקומען און 200 געפאנגען געווארן לויט די ען אר עף ווארטזאגער, די טאליבאן האט דערווייל נישט קאמענטירט.
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:18 pm

אויף די מאפע קען מען זען די ראיאן אין אפגאניסטאן אין וועלכע די שלאכטן שפילן זיך אפ

אפגאניסטאן מאפע.jpg
אפגאניסטאן מאפע.jpg (586.8 KiB) געזעהן 2082 מאל

דאס איז א נענטערע בליק אויף די מאפע, די פיר דיסטריקטס אינעם באדאקשאן פראווינץ וואס די ען אר עף זאגט אז זי האט איינגענומען ליגט נאכנישט דא וויבאלד מיר ווייסן נאכנישט וועלכע טיסטריקטס עס איז
טאליבאן 2.png
טאליבאן 2.png (235.4 KiB) געזעהן 2118 מאל
לעצט פאראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:21 pm

דא איז א נענטערע בליק אויף די באגלאן און פארוואן פראווינצן, און וועלכע דיסטריקטס זענען אין די אויפשטענדלער'ס הענט.
פארוואן.png
פארוואן.png (122.3 KiB) געזעהן 2102 מאל

באגלאן.jpg
באגלאן.jpg (203.46 KiB) געזעהן 2102 מאל


איך האלט נאך אינמיטן ארבעטן אויף די מאפעס פונעם פאנזשיר פראווינץ (וועלכע איז סייווי אינגאנצן אונטער זייער קאנטראל)
און איינמאל מ'וועט וויסן וואס די מעשה איז אינעם באדאקשאן פראווינץ וועל איך עס בעז"ה אויך ארויף לייגן
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
מסתמא
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:27 pm

ביטע ביטע

סאיז נישטא קיין רעזיסטענץ, אזא נערעטיוו איז אבסאלוטלי Wראנג

אפגאניסטאן באשטייט פון שבטים און אזויפיל ווי 14 אנדערע עטנישע גרופעס

פאנדזשיר איז נערישע טעגלאש פאליטיקס צווישן די שבטים, סא שאד צו אנהאלטן די מערב וועלט טיפשותדיגע אויסקוק, קיינער פון זיי איז נישט פראו מערב וועלט אדער אנטי טעראר... וועקטס ענק אויף און שמעקטס די קאווע

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:30 pm

מסתמא האט געשריבן:ביטע ביטע

סאיז נישטא קיין רעזיסטענץ, אזא נערעטיוו איז אבסאלוטלי Wראנג

אפגאניסטאן באשטייט פון שבטים און אזויפיל ווי 14 אנדערע עטנישע גרופעס

פאנדזשיר איז נערישע טעגלאש פאליטיקס צווישן די שבטים, סא שאד צו אנהאלטן די מערב וועלט טיפשותדיגע אויסקוק

אויב אזוי איז אויך נישט דא קיין אפגאניסטאן, ווייל דאס איז אויך נאר א מערב-וועלט נאמען פאר א געמיש פון שבטים וואס זעען זיך נישט אלץ איין נאציאנאליטעט.

אבער מיר מערב-וועלט מענטשן רופן עס דאך אפגאניסטאן, און אויך די פאנזשיר ווידערשטאנד.

איך האב נישט קיין שטארקע תאווה אנצופילן דעם אשכול מיט דעם, ס'קען אדער אריין גיין אינעם אפגאניסטאן דעבאטע אשכול, אדער קען מען עפענען א נייע אשכול פאר די דאזיגע דעבאטע
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
מסתמא
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:35 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:ביטע ביטע

סאיז נישטא קיין רעזיסטענץ, אזא נערעטיוו איז אבסאלוטלי Wראנג

אפגאניסטאן באשטייט פון שבטים און אזויפיל ווי 14 אנדערע עטנישע גרופעס

פאנדזשיר איז נערישע טעגלאש פאליטיקס צווישן די שבטים, סא שאד צו אנהאלטן די מערב וועלט טיפשותדיגע אויסקוק

אויב אזוי איז אויך נישט דא קיין אפגאניסטאן, ווייל דאס איז אויך נאר א מערב-וועלט נאמען פאר א געמיש פון שבטים וואס זעען זיך נישט אלץ איין נאציאנאליטעט.

אבער מיר מערב-וועלט מענטשן רופן עס דאך אפגאניסטאן, און אויך די פאנזשיר ווידערשטאנד.

איך האב נישט קיין שטארקע תאווה אנצופילן דעם אשכול מיט דעם, ס'קען אדער אריין גיין אינעם אפגאניסטאן דעבאטע אשכול, אדער קען מען עפענען א נייע אשכול פאר די דאזיגע דעבאטע

ריכטיג געזאגט, סאיז נישטא קיין אפגאניסטאן

אלעס אנדערש איז אירעלעווענט, גיימיר דען באריכטן יעדענס שבט פאליטיקס דורכאויס די מיטל מזרח? סהאט נישט קיין זינן

לדוגמה, פאשטון וואלי איז צוויי דריטל אין פאקיסטאן אין איין דריטל אין אפגאניסטאן, דארטן וואוינט א פאלק, די פאשטונס
די היסטאריש איגנאראנטע ענגלענדער האט פאר 100 יאר צוריק באשלאסן דארטן אינדערמיט צו מאכן א ליניע און עס אנשליסן מיט נאך צענדליגע אנדערע עטניסיטעטן און בעל כרחם מאכן א לאנד וואס הייסט אפגאניסטאן

די פאשטונס איז נאר א דוגמה

קיינער, אבער קיינער, אנערקענט נישט אזא מין לאנד ווי אפגאניסטאן חוץ די מערב וועלט ביכער
לעצט פאראכטן דורך מסתמא אום דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:38 pm

זייער אינטרעסאנט עקספערט! מיר ליינען מיט דארשט!
אז איך קען אייך העלפן, מיט פארגעניגן.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:46 pm

מאפע פון די פאנזשיר פראווינץ
פאנזשיר.png
פאנזשיר.png (111.86 KiB) געזעהן 1985 מאל


מאפע פון די באדאקשאן פראווינץ
באדאקשאן.png
באדאקשאן.png (91.77 KiB) געזעהן 1987 מאל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:04 pm

די ען אר עף טנה'ט 350 טאליבאנער פאטאליטעטן פון די היינטיגע שלאכטן - לכאורה שטארק איבער געשאצט און נישט באשטעטיגט
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

בעל מדרגה
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך בעל מדרגה » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:09 pm

מסתמא האט געשריבן:ביטע ביטע

סאיז נישטא קיין רעזיסטענץ, אזא נערעטיוו איז אבסאלוטלי Wראנג

אפגאניסטאן באשטייט פון שבטים און אזויפיל ווי 14 אנדערע עטנישע גרופעס

פאנדזשיר איז נערישע טעגלאש פאליטיקס צווישן די שבטים, סא שאד צו אנהאלטן די מערב וועלט טיפשותדיגע אויסקוק, קיינער פון זיי איז נישט פראו מערב וועלט אדער אנטי טעראר... וועקטס ענק אויף און שמעקטס די קאווע


בסך הכול זאגסטו אז מען האט נישט געדארפט אריינגיין אין די גאלף, אין איראק, און אין אפגאניסטאן.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:10 pm

שלאכטן אינעם טאגאב דיסטריקט פונעם קאפיסא פראווינץ - נעבן די פארוואן און פאנזשיר פראווניצן, און נישט ווייט פון קאבול.

ווי אויך זענען די שלאכטן אינען באדאקשאן פראווינץ קאנצעטרירט אינעם קיראן-ווע-מענזשאן דיסטריקט
באדאקשאן.png
באדאקשאן.png (95.21 KiB) געזעהן 1885 מאל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:22 pm

באריכטן אז די טאליבאן באשולדיגט זייערע פאטאליטעטן אויף די עיר פארס פון טאדשיקסטאן

קלארשטעלונג:
זייער ווייניג קראנטע באיכטן קומען ארויס פון די קריגס-צעריסענע שטחים, די באריכטן דא זענען לאו דוקה קראנט, נאר דאס איז וואס ס'איז דא
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:23 pm

בילדער וואס די ען אר עף טענה'ט אז דאס זענען זייערע קעמפפער היינט

E-Tct4aXoAU2djM.jpg
E-Tct4aXoAU2djM.jpg (25.64 KiB) געזעהן 1853 מאל

E-Tct4aWQAUDppL.jpg
E-Tct4aWQAUDppL.jpg (31.6 KiB) געזעהן 1853 מאל

E-Tct4gXIAAbbuE.jpg
E-Tct4gXIAAbbuE.jpg (24.73 KiB) געזעהן 1853 מאל
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך Mezofzef » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:28 pm

זיי האבן אויך געכאפט פון די אמעריקאנע וואפן?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:29 pm

די טאליבאן טענה'ט אז זיי האבן אומגעברענגט עטליכע קאמאנדירן פון די ען אר עף ביי די היינטיגע שלאכטן
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:29 pm

Mezofzef האט געשריבן:זיי האבן אויך געכאפט פון די אמעריקאנע וואפן?

ביידע זייטן האבן דערפון בשפע
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

פרעג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך פרעג » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:23 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:זיי האבן אויך געכאפט פון די אמעריקאנע וואפן?

ביידע זייטן האבן דערפון בשפע

א הא, יעצט ווייס איך שוין פארוואס אמעריקע האט דאס דארט איבערגעלאזט :lol:

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אפגאניסטאן: פאנזשיר רעזיסטענס

תגובהדורך הלבלר בקולמסו » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:23 pm

@מסתמא'ס באמערקונג האלט פנחס גלויבער אין איין איבער'חזר'ן ביי יעדן שמועס. ס'קוקט אויס ווי ער ווארט ס'זאל שוין אריינגיין פאר די אמעריקאנער רעגירונג אין קאפ.
דאגות זענען פאנטאזיעס; עצבות איז אילוזיעס,
שמחה און בטחון, זיי זענען די ווארהייט!

אביסעלע טינט פונעם לבלר'ס פעדער. . . .


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט