האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך Borrower » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:56 am

כ'לאך האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

נאכדעם איז ניישלאס ״מינדי ניישלאס״ זאל ביטע נישט איבערדרייען

דאני איז גוי'ש ?
:lol:

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:58 am

די האריקעין האלט יעצט ביי 90 מייל א שעה, און איז אויפן וועג צו ווערן א מעידזשער קאטעגאריע 4 און מעגליך אפילו א 5.

דערווייל איז די אפיציעלע טרעק אז ס'וועט פארבייפארן מזרח זייט פון בערמיודא, וואס דאס איז גוטע נייעס פאר אונז.
צוגעלייגטע
144949_5day_cone_with_line_and_wind.png
144949_5day_cone_with_line_and_wind.png (89.51 KiB) געזעהן 1254 מאל

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך Borrower » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 11:02 am

ווען וועט זיין קלאר (בעפארן) וועלעכע זייט פון בערמיודא ?

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך Mister » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 11:04 am

איש חמודות האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:לרבים השואלים וויל איך אויסקלארן
כרגע דארף מען בכלל זיך נישט זארגן אז די האריקעין וועט אנקומען צו איז, ס'איז דערווייל נישט אין פלאן.
ס'איז נאר א שטיקעלע קאנסערן אז אפשר אפשר אפשר (ספק ספק ספיקא) וועט מען עפעס שפירן דערפון.

אויב מאכט עס די דריי ארויף נאך פאר די אינזל בערמיודא, דעמאלס איז די קאנסערן גענצליך אויווער.
אבער אויב טוט עס פעסן בערמיודא און די דריי ארויף געשעהט אויף מערב זייט פון בערמיודא, דעמאלס ווערט די קאנסערן מער ערענסטער פאר א מעגליכע באזוך אדער טיילווייזע באזוך פונעם האריקעין אין אונזערע געגענטער.

צוצולייגן צו די אויבנדערמאנטע, ס'האט שטארק צו טון מיט די היי פרעשור איבערן אטלאנטיק, וואס דאס איז ווי די דרייווער וואס קאנטראלט דעם שטורעם (דער אייבערשטער קאנטראלט עס, נאר די היי פרעשור איז די שליח וואס פירט אויס די שליחות פון אויבן).

אויב די היי פרעשור איז שטערקער און מער אויסגעשפרייט וועט עס נישט לאזן מאכן דעם שטורעם דעם דריי ארויף אזוי שנעל, און אין אזא פאל קען עס מעגליך אריבערגיין בערמיודא, און וועט מאכן די דריי ארויף הערשט נאך בערמיודא, וואס דעמאלס מיינט עס וואטש אוט נארט-איסט פאר מעגליכע אימפעקט פון LARRY.

מוראדיג קלאר געשריבן, אזש סדאכצעך אז מהערט עס פון די גרויסע חברה... נאך מיט א אידישען טעם
Henry Margusity
Bernie Rayno
Joe Bastardi
just to name a few..

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 4:53 pm

LARRY איז נארוואס געווארן א קאטעגאריע 2 מיט ווינטן פון 100 מייל א שעה.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 9:56 pm

LARRY איז יעצט א מאכטפולע האריקעין מיט ווינטן פון 125 מייל א שעה, און איז שוין כמעט א קאטעגאריע 4 שטורעם.

דערווייל קוקט ווייטער נישט אויס אז ס'וועט אנפאלן אויף אמעריקאנע טעריטאריע, אבער מ'קען נאך נישט אינגאנצן אוועקקוקן דערפון, די ספק ספק ספיקא איז נאך אלס דא.

אזוי צו אזוי, וועט עס אבער ברענגן הויכע כוואליעס ביי די ברעגעס פון פילע אמעריקאנע איסט קאוסט סטעיטס.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 9:56 pm

סעטעלייט בילד פון LARRY
באמערקט די ריזיגע אויג!
צוגעלייגטע
ddf5b529-bb07-4060-a848-92d8b3457817.jpg
ddf5b529-bb07-4060-a848-92d8b3457817.jpg (166.64 KiB) געזעהן 1784 מאל

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אזוי ארום » מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 10:28 pm

איש חמודות האט געשריבן:סעטעלייט בילד פון LARRY
באמערקט די ריזיגע אויג!

לערי טוט אפענדיגן זיין איי-וואל ריפלעסמענט (דאס הייסט, ער בויעט א נייע וואנט ארום די אויג, אין די צייט, טוט זיך די שטורעם נישט פארשטערקערן מיט ווינטן) איינמאל ער ענדיגט דאס אפ, וועט ער גאר שנעל ווערן א קאטעגאריע 4 שטורעם. אויפן סאטעליט וועט לערי זיין גאר גאר שיין מארגן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 3:13 am

אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז געקומען היי יאר האט מען דאך שוין פאריאר אנגעשריבן, אויף קומענדע יאר גיי מיר דאך איינרייסן פאר א זיס יאר, אין הדבר תלוי אלא בנו, די מעטראלאגיסטן האבן נישט וואס אריינצורעדן...

קודם יוה"כ נידון לשעבר לאחר יוה"כ נידון להבא (ראש השנה ט"ז ע"א)

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך Borrower » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 11:52 am

וועט בעזהשי"ת בלייבן אויפן אטלאנטיק - איז איצטערט א קאטאגארי 3 האריקעין
בילד

אוועטאר
את פתח לו
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך את פתח לו » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 11:58 am

NEW YORK: Hurricane Larry will stay out in the Atlantic, but will impact our coastal areas with large waves, rough surf & dangerous rip currents later in week.
----
Kol Haolam
אדם מועד לעולם!!!!!
איך בין אלעמאל מיד!!!!!

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אזוי ארום » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 12:29 pm

את פתח לו האט געשריבן:NEW YORK: Hurricane Larry will stay out in the Atlantic, but will impact our coastal areas with large waves, rough surf & dangerous rip currents later in week.
----
Kol Haolam

מ'זאל אבאכט געבן ווען מ'גייט זאגן תשליך, נישט גיין אריין אין ים, צוליב די מעגליכע ריפּ קאָרענטס.

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך Borrower » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 1:30 pm

אזוי ארום האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:NEW YORK: Hurricane Larry will stay out in the Atlantic, but will impact our coastal areas with large waves, rough surf & dangerous rip currents later in week.
----
Kol Haolam

מ'זאל אבאכט געבן ווען מ'גייט זאגן תשליך, נישט גיין אריין אין ים, צוליב די מעגליכע ריפּ קאָרענטס.

סדא ווער סגייט אריין אינדערינען ?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 3:24 pm

אוודאי, די חסידים וואס כאפן צוריק די רבי'ס עבירות.......

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:16 am

די יעצטיגע רעגנס האבן שייכות מיט לערי?

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:28 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:די יעצטיגע רעגנס האבן שייכות מיט לערי?

ניין, ס'איז אפיליאירט מיט א קאלטע פראנט וואס רוקט זיך דורך די נאָרטאיסט ראַיאָן

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:31 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אוודאי, די חסידים וואס כאפן צוריק די רבי'ס עבירות.......

סידא גענוג מדארף נישט כאפען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך יצחק אייזיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:36 am

איש חמודות האט געשריבן:יאר 1944 (תש"ד לפ"ק)
האריקעין אין מזרח לאנג איילענד
Hurricane Seven
גערופן Great Atlantic hurricane 1944

יאר 1952 (תשי"ב לפ"ק)
[b]Hurricane Able

יאר 1954 (תשי"ד לפ"ק)
געווען 2 שטיק
[b]Hurricane Carol

און די צווייטע איז
[b]Hurricane Edna

יאר 1955 (תשט"ו לפ"ק)
[b]Hurricane Diane

יאר 1959 (תשי"ט לפ"ק)
[b]Hurricane Cindy


האסט אויסגעלאזט האריקעין hazel - 1954

דאס איז אנגעקומען קיין ניו יארק אינמיטן די ערשטע טעג סוכות תשט"ו. ס'איז מסתמא געווען די ערגסטע סוכות שטורעם אין אמעריקע זייט די מלחמה.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:42 am

אז מען רעדט פון די אור-אלטע שטורעמעס, גלייב איך אז די וועטער האט נאך נישט געווארענט די איינוואוינער, טא וואס איז טאקע געווען? עס האט פלוצלינג אנגעפאלן אומגערישט?

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:53 pm

איש חמודות האט געשריבן:ס'איז ערווארטעט אז LARRY וועט פארבייפארן נאנט צו בערמיודא ביים רעכטן זייט, דאס הייסט מזרח זייט פונעם אינזל. אבער אויב וועט LARRY זיך ריקן נענטער צו אונז, און וועט פארבייפארן ביים לינקן זייט פונעם אינזל, דעמאלס מיינט עס וואטש אוט פאר נאך א איסט קאוסט האריקעין.

ווי מ'קען זעהן אינעם בילד איז די האריקעין טאקע אריבערגעפארן ביים רעכטן זייט פון בערמיודא, און האט אונז נישט עפעקטעד.
בערמיודא האט אריינגעכאפט טראפישע שטורעם ווינטן זייענדיג ביים לינקן עק פונעם שטורעם.
צוגעלייגטע
204510_wind_history.png
204510_wind_history.png (60.07 KiB) געזעהן 207 מאל

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:55 pm

איש חמודות האט געשריבן:די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

מ'האלט שוין נאך מינדי, ס'איז אנגעפאלן מוצאי ראש השנה / צום גדלי' אויף די פלארידא פענהענדל אלס א טראפישע שטורעם.

בילד

Haklal
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Haklal » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 5:22 pm

יישר כח איש און אזוי ארום פאר די באריכטן

וויאזוי האסט געהייסן דער שטורעם א נאכט פאר ערב סוכות יארן צירוק ווען הונדערטער סוכות זענען צוזאמענפאלן?

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 5:38 pm

Haklal האט געשריבן:יישר כח איש און אזוי ארום פאר די באריכטן

וויאזוי האסט געהייסן דער שטורעם א נאכט פאר ערב סוכות יארן צירוק ווען הונדערטער סוכות זענען צוזאמענפאלן?

איך מיין דו רעדסט פון האריקעין פלאוד (Floyd)

Haklal
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Haklal » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 5:51 pm

אזוי ארום האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:יישר כח איש און אזוי ארום פאר די באריכטן

וויאזוי האסט געהייסן דער שטורעם א נאכט פאר ערב סוכות יארן צירוק ווען הונדערטער סוכות זענען צוזאמענפאלן?

איך מיין דו רעדסט פון האריקעין פלאוד (Floyd)

וועלכע יאר איז עס געווען?

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 5:52 pm

Floyd איז געווען שלש עשרה מדות תש"ס (1999 למס').


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 4 געסט