האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:24 pm

נאכאמאל, דיין קשיא איז 'אנגעפאלן' אדער וויפיל ס'איז 'געווען' אין טאטעל?

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:38 pm

אנפאלן רעדסטו לאנד בכלל אדער די נארטאיסט ראיאן?

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Mezofzef » זונטאג אוגוסט 29, 2021 12:08 am

אזוי ארום האט געשריבן:אנפאלן רעדסטו לאנד בכלל אדער די נארטאיסט ראיאן?

בעסער אויב דו האסט דאטא אויף וויפיל עס איז געווען אין טאטעל, אבער בדיעבד וועט וואס דו האסט זיין גוט.
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 3:08 pm

דערווייל קוקט נישט אויס אז LARRY גייט אונז באטרעפן, אבער הענרי האט אונז געוויסן אז יו נעווער קנאו...

הענרי האט אויך געהייסן אז ס'גייט זיך אוועקדרייען און ס'גייט אונז אויסמיידן, אבער למעשה איז עס געקומען אלס נענטער און נענטער, און די ענדגילטיגע רעזולטאטן איז געווען אז ס'האט געברענגט 8 צו 10 אינטשעס רעגן אין ברוקלין (4.5 אין קוים אפאר שעה מוצאי שבת וואס האט געברענגט פלעש פלאדינג).

האריקעין דנן LARRY, איז פארקעסטעד צו אויסשטייגן אלס מאכטפולע קאטעגאריע 4 און מעגליך אפילו א קאטעגאריע 5 האריקעין, יעצט כרגע איז LARRY א קאטעגאריע 1 מיט ווינטן פון 80 מייל א שעה.

ס'איז ערווארטעט אז ס'וועט פארבייפארן נאנט צו בערמיודא ביים רעכטן זייט, דאס הייסט מזרח זייט פונעם אינזל. אבער אויב וועט LARRY זיך ריקן נענטער צו אונז, און וועט פארבייפארן ביים לינקן זייט פונעם אינזל, דעמאלס מיינט עס וואטש אוט פאר נאך א איסט קאוסט האריקעין.

12L_intensity_18z.png
12L_intensity_18z.png (32.38 KiB) געזעהן 2284 מאל
צוגעלייגטע
12L_geps_latest.png
12L_geps_latest.png (71.98 KiB) געזעהן 2284 מאל
144317_5day_cone_with_line_and_wind.png
144317_5day_cone_with_line_and_wind.png (88.54 KiB) געזעהן 2284 מאל

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:23 pm

רוב פרישע מאדלס ריקן די האריקעין מער צו מערב (נענטער צו די איסט קאוסט).
ס'איז דערווייל נאכאלס נישט אין די פארקעסט אז ס'וועט באטרעפן ערגעץ וואו אין די איסט קאוסט
אבער די מאדל טרענד איז אלס נענטער און נענטער צו אונז

אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך כ'לאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:42 pm

זייט אונז האבן דא די גוטע וועטער באהאמטע הערט נישט אויף צו שטארעמען וואס גייט דא פאר? די ווילסט מיר זאגן אז ס׳פלעגן אויך זיין אריקענס פארדעם נאר קיינער האט עס פשוט נישט באמערקט נעע שווער צו גלייבן?!
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט

לויב
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך לויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:52 pm

וואס איז געשען מיט jk אז מהאלט ביי L"arry"

משמש בקודש
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך משמש בקודש » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:55 pm

לויב האט געשריבן:וואס איז געשען מיט jk אז מהאלט ביי L"arry"

סגעוועהן נאך צוויי טראפישע שטורעמס

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:00 pm

20210902_210653.jpg
20210902_210653.jpg (128.67 KiB) געזעהן 1690 מאל
א כפר"ה אויף אייוועלט...

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:09 pm

די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך כ'לאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:20 pm

איש חמודות האט געשריבן:די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

נאכדעם איז ניישלאס ״מינדי ניישלאס״ זאל ביטע נישט איבערדרייען
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:20 pm

איש חמודות האט געשריבן:די מאדל טרענד איז אלס נענטער און נענטער צו אונז

פארטאגס
די מאדלס זענען עפ"י רוב פונקט אינמיטן די צווייטע באקסל צווישן 30 און 35 N
6.png
6.png (36.56 KiB) געזעהן 1631 מאל


צופרי
די מאדלס האבן זיך געריקט מער לינקס אינעם צווייטן באקסל צווישן 30 און 35 N
12.png
12.png (36.33 KiB) געזעהן 1631 מאל


נאכמיטאג
די מאדלס האבן זיך אריינגעריקט אינעם ערשטן באקסל צווישן 30 און 35 N
18.png
18.png (36.93 KiB) געזעהן 1631 מאל

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:21 pm

יעצט ביינאכט
די מאדלס האבן זיך אריינגעריקט נאך טיפער אינעם ערשן באקסל צווישן 30 און 35 N
צוגעלייגטע
0.png
0.png (38.66 KiB) געזעהן 1628 מאל

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:22 pm

כ'לאך האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

נאכדעם איז ניישלאס ״מינדי ניישלאס״ זאל ביטע נישט איבערדרייען

;l;p- :lol:

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:40 pm

על צד אז סקומט אהער, ווען וועט עס זיין?

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:41 pm

בין כסא לעשור

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:43 pm

איין זאך קען מען יא זאגן.. דער @איש חמודות קען מען נישט אוועק מאכן..

אז ער זאגט אז ס'קען קומען, דארף מען טאקע האלטן א נאנטע אויג...

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:06 pm

וואס איז געקומען היי יאר האט מען דאך שוין פאריאר אנגעשריבן, אויף קומענדע יאר גיי מיר דאך איינרייסן פאר א זיס יאר, אין הדבר תלוי אלא בנו, די מעטראלאגיסטן האבן נישט וואס אריינצורעדן...

אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אחת ואחת » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 9:53 am

איך מיין אז עס איז נאך גאנץ פרי אינעם סעזאן שוין צו האלטען ביי די 13/14טע שטורעם, דאס איז נאכפאלגענדיג פאריאר ווען עס איז געווען א היסטארישער צאל שטורעמס.
באחדות: איינס פאר מיר, און איינס פאר דיר.

אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אלטע קוגל » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:07 am

איש חמודות האט געשריבן:די נעקסטע איז א היימישע נאמען "מינדי".

:lol: :lol:
לאכן לאכט דער וואס לאכט

אוועטאר
נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:22 am

איש חמודות האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:די מאדל טרענד איז אלס נענטער און נענטער צו אונז

פארטאגס

צופרי
די מאדלס האבן זיך געריקט מער לינקס אינעם צווייטן באקסל צווישן 30 און 35 N
12.png


וואס איז לינקס, איסט?

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך אזוי ארום » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:40 am

נישטאמת האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:די מאדל טרענד איז אלס נענטער און נענטער צו אונז

פארטאגס

צופרי
די מאדלס האבן זיך געריקט מער לינקס אינעם צווייטן באקסל צווישן 30 און 35 N
12.png


וואס איז לינקס, איסט?

די מער לינקס, ווען מען קוקט אויף די מאפע, איז עס וועסט, מערב.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:43 am

לרבים השואלים וויל איך אויסקלארן
כרגע דארף מען בכלל זיך נישט זארגן אז די האריקעין וועט אנקומען צו איז, ס'איז דערווייל נישט אין פלאן.
ס'איז נאר א שטיקעלע קאנסערן אז אפשר אפשר אפשר (ספק ספק ספיקא) וועט מען עפעס שפירן דערפון.

אויב מאכט עס די דריי ארויף נאך פאר די אינזל בערמיודא, דעמאלס איז די קאנסערן גענצליך אויווער.
אבער אויב טוט עס פעסן בערמיודא און די דריי ארויף געשעהט אויף מערב זייט פון בערמיודא, דעמאלס ווערט די קאנסערן מער ערענסטער פאר א מעגליכע באזוך אדער טיילווייזע באזוך פונעם האריקעין אין אונזערע געגענטער.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:44 am

אזוי ארום האט געשריבן:די מער לינקס, ווען מען קוקט אויף די מאפע, איז עס וועסט, מערב.

יא!

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעין LARRY

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 10:46 am

איש חמודות האט געשריבן:לרבים השואלים וויל איך אויסקלארן
כרגע דארף מען בכלל זיך נישט זארגן אז די האריקעין וועט אנקומען צו איז, ס'איז דערווייל נישט אין פלאן.
ס'איז נאר א שטיקעלע קאנסערן אז אפשר אפשר אפשר (ספק ספק ספיקא) וועט מען עפעס שפירן דערפון.

אויב מאכט עס די דריי ארויף נאך פאר די אינזל בערמיודא, דעמאלס איז די קאנסערן גענצליך אויווער.
אבער אויב טוט עס פעסן בערמיודא און די דריי ארויף געשעהט אויף מערב זייט פון בערמיודא, דעמאלס ווערט די קאנסערן מער ערענסטער פאר א מעגליכע באזוך אדער טיילווייזע באזוך פונעם האריקעין אין אונזערע געגענטער.

צוצולייגן צו די אויבנדערמאנטע, ס'האט שטארק צו טון מיט די היי פרעשור איבערן אטלאנטיק, וואס דאס איז ווי די דרייווער וואס קאנטראלט דעם שטורעם (דער אייבערשטער קאנטראלט עס, נאר די היי פרעשור איז די שליח וואס פירט אויס די שליחות פון אויבן).

אויב די היי פרעשור איז שטערקער און מער אויסגעשפרייט וועט עס נישט לאזן מאכן דעם שטורעם דעם דריי ארויף אזוי שנעל, און אין אזא פאל קען עס מעגליך אריבערגיין בערמיודא, און וועט מאכן די דריי ארויף הערשט נאך בערמיודא, וואס דעמאלס מיינט עס וואטש אוט נארט-איסט פאר מעגליכע אימפעקט פון LARRY.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: achtov, MCITP, winner, א גוטן, אגד, איגערקע, טראנספארט, יאללא, כ'לאך, לא ימושו מפיך, משהלע, נא_שכל, נישט קיין חילק ווער, עוד יזכור לנו און 55 געסט