האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2021 9:37 pm

אזוי ווי מאנכע ווילן זאגן אז לעצטענס איז דא מער טראפישע שטורעמס און האריקעינס אין די מיד אטלאנטיק און נארט איסט סטעיטס, און איז א דירעקטע רעזולטאט פון גלאבאלע אנווארעמונג, וועל איך דא אהערברענגן אלע טראפישע שטורעמס און האריקעינס וואס האבן באזוכט די חלק ערד קוגל וואס רופט זיך מיד אטלאנטיק און נארט איסט פון אמעריקא.
דא וועלן מיר זיך איבערצייגן אז ס'איז שוין געווען טראפישע שטורעמס און אפילו שטארקע האריקעינס אין די נארט איסט יעדע פאר יאר, נאך אסאך אסאך פאר די גלאובעל ווארעמינג עפאכע.

איך וועל אנהייבן פון יאר 1851 (תרי"א לפ"ק)

Tropical Storm Six
בילד



יאר 1856 (תרט"ז לפ"ק)
Tropical Storm Three
בילד



יאר 1858 (תרי"ח לפ"ק)
Hurricane Three (געווען א האריקעין ביי מזרח לאנג איילענד, און ראוד איילענד)
בילד



יאר 1859 (תרי"ט לפ"ק)
Hurricane Five
(געווען א האריקעין דרום פון מזרח לאנג איילענד - In New York, strong winds destroyed a five-story warehouse and another adjoining building)

בילד



יאר 1861 (תרכ"א לפ"ק)
געווען יענע יאר 2 שטיק
די ערשטע איז Hurricane Five
בילד



די צווייטע איז Hurricane Eight
בילד



יאר 1863 (תרכ"ג לפ"ק)
Tropical Storm Six
בילד



יאר 1866 (תרכ"ו לפ"ק)
Tropical Storm Seven
בילד



יאר 1869 (תרכ"ט לפ"ק)
געווען יענע יאר 2 שטיק - ביידע האריקעינס אינעם נארטאיסט
די ערשטע איז געווען Hurricane Six וואס מ'רופט The New England Gale of 1869
(געווען א מאכטפולע קאטעגאריע 3 ביי לאנג איילענד און ראוד איילענד)
בילד



און די צווייטע איז געווען Hurricane Ten
בילד


המשך יבא בעז"ה

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2021 9:57 pm

יאר 1872 (תרל"ב לפ"ק)
Hurricane Five
בילד


יאר 1874 (תרל"ד לפ"ק)
Hurricane Six
בילד


יאר 1876 (תרל"ו לפ"ק)
Hurricane Two
גערופן Hurricane San Felipe of 1876
בילד


יאר 1878 (תרל"ח לפ"ק)
Hurricane Eleven
גערופן The Gale of 1878
(די האריקעין איז שפעטער געווארן extratropical (אזוי ווי סענדי) דעריבער האט זיך עס געהאלטן אלס האריקעין אזוי לאנג און אזוי טיף אריין אין די יבשה ווי מ'קען זעהן אויף די מאפע אז ס'איז געווען א האריקעין אין צפון נוי דזשערזי)
בילד


יאר 1879 (תרל"ט לפ"ק)
Hurricane Two
גערופן The Great Beaufort Hurricane of 1879
געווען א האריקעין הארט ביי מזרח לאנג איילענד)
בילד


המשך יבא בעז"ה

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2021 10:53 pm

יאר 1882 (תרמ"ב לפ"ק)
Tropical Storm Four
בילד

יאר 1886 (תרמ"ו לפ"ק)
Hurricane Two
בילד

יאר 1888 (תרמ"ח לפ"ק)
געווען דריי שטיק
די ערשטע איז Hurricane Three
בילד

די צווייטע איז Tropical Storm Five
בילד

די דריטע איז Hurricane Seven
בילד

יאר 1889 (תרמ"ט לפ"ק)
Hurricane Six
בילד

יאר 1893 (תרנ"ג לפ"ק)
געווען צוויי שטיק
Hurricane Four
א האריקעין דירעקט קיין ניו יארק סיטי (א קאטעגאריע 1 מיט 85 מייל א שעה ווינטן)
גערופן The New York Hurricane of 1893
בילד

די צווייטע פון יענע יאר איז געווען Hurricane Six
גערופן The Sea Islands Hurricane of 1893
בילד

המשך יבא בעז"ה

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2021 11:38 pm

יאר 1894 (תרנ"ד לפ"ק)
Hurricane Five
בילד

יאר 1897 (תרנ"ז לפ"ק)
Tropical Storm Three
בילד

יאר 1903 (תרס"ג לפ"ק)
Hurricane Four
גערופן The New Jersey Hurricane of 1903 אדער The Vagabond Hurricane
בילד

יאר 1908 (תרס"ח לפ"ק)
Hurricane Two
בילד

המשך יבא בעז"ה

הירש בן משה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 14, 2021 8:10 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך הירש בן משה » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2021 11:39 pm

Thanks it's very interesting

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 10:26 am

יאר 1916 (תרע"ו לפ"ק)
Hurricane Three
בילד

יאר 1924 (תרפ"ד לפ"ק)
Hurricane Three
בילד

יאר 1933 (תרצ"ג לפ"ק)
Hurricane Six
גערופן The Chesapeake Bay-Potomac Hurricane of 1933
בילד

יאר 1934 (תרצ"ד לפ"ק)
געווען א קאטעגאריע 1 האריקעין אין סענטראל לאנג איילענד
Hurricane Seven
בילד

יאר 1938 (תרצ"ח לפ"ק)
געווען א מעידזשער קאטעגאריע 3 אין סענטראל לאנג איילענד
Hurricane Six
גערופן 1938 New England hurricane אדער Great New England Hurricane אדער Long Island Express Hurricane
בילד

המשך יבא בעז"ה

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:11 am

גאר אינטערסאנט!

@איש חמודות

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Borrower » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:11 am

מהאט שוין רעקאדירט אין די תר יארן ?? (מעגליך נאר די שטארקע שטורמס)
אויב יא. איז נישט געווען מעררערע שטורמס ?

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:17 am

Borrower האט געשריבן:מהאט שוין רעקאדירט אין די תר יארן ?? (מעגליך נאר די שטארקע שטורמס)
אויב יא. איז נישט געווען מעררערע שטורמס ?

ס'איז געווען אסאך מער, איך לייג נאר ארויף די וועלכע האבן באטראפן אדער געקומען נאנט צו די נארט איסט

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Borrower » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:31 am

וויפיל שטורעמעס פלעגט דעמאלץ זיין אינעם סעזאן ?

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:39 am

ווענדט זיך ווי א יאר
אבער דאס יא, מ'האט דעמאלס נישט געקוקט מיט אזעלכע טעלעסקאפן ווי היינט, און מ'האט נישט געהאט קיין אגענדע פון געבן ווי מער נעמען.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 12:47 pm

יאר 1944 (תש"ד לפ"ק)
האריקעין אין מזרח לאנג איילענד
Hurricane Seven
גערופן Great Atlantic hurricane 1944
בילד

יאר 1952 (תשי"ב לפ"ק)
Hurricane Able
בילד

יאר 1954 (תשי"ד לפ"ק)
געווען 2 שטיק
Hurricane Carol
בילד

און די צווייטע איז
Hurricane Edna
בילד

יאר 1955 (תשט"ו לפ"ק)
Hurricane Diane
בילד

יאר 1959 (תשי"ט לפ"ק)
Hurricane Cindy
בילד

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:04 pm

יאר 1960 (תש"כ לפ"ק)
געווען 2 שטיק
(באמערקט די אינטערסאנטע הקפות וואס ס'האט געפראוועט אין קאנאדא)
Tropical Storm Brenda
בילד

Hurricane Donna
אריינגעקנאקט אין לאנג איילענד אלס א שטארקע קאטעגאריע 1 מיט ווינטן פון 90 מייל א שעה
בילד

יאר 1961 (תשכ"א לפ"ק)
געווען 2 שטיק
(געפראוועט א הקפה'לע ביי דרום מזרח פון לאנג איילענד)
Hurricane Esther
בילד

Tropical Storm Six
בילד

יאר 1971 (תשל"א לפ"ק)
Tropical Storm Doria
בילד

אינעם זעלבן יאר איז געווען נאכאיינס וואס האט געהאט א זעלטענע טרעק
ס'איז געגאנגען גלייך קיין מעין
Tropical Storm Heidi
בילד

יאר 1972 (תשל"ב לפ"ק)
Hurricane Agnes
בילד

יאר 1976 (תשל"ו לפ"ק)
Hurricane Belle
בילד

יאר 1979 (תשל"ט לפ"ק)
Hurricane David (א היימישע נאמען :wink: )
בילד

אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך חיים ברוך » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:17 pm

זייער אינטערסאנט, יישר כח
דערמאנונג! מארגן גייסטו האבן א הארבע קארט קעיס!!! מאך זיכער צי האבן א גוטע לויער!
פאר א גוטע לויער דריקט דא

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:19 pm

יאר 1985 (תשמ"ה לפ"ק)
געווען 2 שטיק
די ערשטע איז געווען א האריקעין וואס האט געמאכט לענדפאל צווישן אייסליפ לאנג איילענד און קענעדי לופטפעלד קווינס ני"ס אלס א קאטעגאריע 1 מיט ווינטן פון 85 מייל א שעה
Hurricane Gloria
בילד

די צווייטע איז געווען א טראפישע שטורעם און האט אויך געהייסן הענרי אזוי ווי די פארלאפענע שטורעם פון היי יאר
Tropical Storm Henri
בילד

יאר 1991 (תשנ"א לפ"ק)
אריינגעקנאקט אלס האריקעין אין ראוד איילענד
Hurricane Bob
בילד

יאר 1994 (תשנ"ד לפ"ק)
Tropical Storm Beryl
בילד

יאר 1996 (תשנ"ו לפ"ק)
Hurricane Bertha
בילד

יאר 1999 (תשנ"ט לפ"ק)
ווען ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז שוין געווען תש"ס
שלש עשרה מדות איז עס געווען
געווען מאסיווע פארפלייצונגען אין מאנסי און אין שיכון סקווירא
אויך געווען בלעקאוטס אין יענע געגענטער און אין קרית יואל
Hurricane Floyd
בילד

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:37 pm

יאר 2004 (תשס"ד לפ"ק)
Tropical Storm Hermine
בילד

יאר 2008 (תשס"ח לפ"ק)
Hurricane Hanna
בילד

יאר 2011 (תשע"א לפ"ק)
באקאנטע שטורעם איירין
Hurricane Irene
בילד

יאר 2012 (אנהייב יאר תשע"ג לפ"ק)
באקאנטע שטורעם סענדי
Hurricane Sandy
בילד

יאר 2020 (תש"פ לפ"ק)
געווען 2 שטיק
Tropical Storm Fay
בילד

Hurricane Isaias
בילד

יאר 2021 (תשפ"א לפ"ק)
געווען דערווייל 2 שטיק
די ערשטע האט באטראפן מזרח לאנג איילענד, ראוד איילענד, און מעסעדזשיוסעטס
Hurricane Elsa
בילד

נאכדעם איז געווען אין די נארטאיסט פארלאפענע שטורעם
Hurricane Henri
בילד

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 5:00 pm

די ״מאנכע״ וואס זאגן עס, האסטו געקוקט וואס זיי זאגן? זיי האבן דאך אויך צוטריט צו די דאטא..
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 5:09 pm

בעריש'ל האט געשריבן:די ״מאנכע״ וואס זאגן עס, האסטו געקוקט וואס זיי זאגן? זיי האבן דאך אויך צוטריט צו די דאטא..

זיי זאגן נישט וואס זיי ווייסן, זיי זאגן וואס זיי ווילן דו זאלסט וויסן!

אלס איינער מיט צוטריט צו דאטא, און צוטריט צו די 'מאנכע' האט שוין געהאט עטליכע גאר הייסע דעבאטעס. למעשה רוב מאל בין איך געבלאקט געווארן דורך זיי (קענסל קולטור) טייל האבן געצויגן מיט די פלייצעס זאגנדיג, אז וויבאלד היינט איז דא טאקע מער דאטא, זעט מען עס מער, איז ברויך מען ווארטן נאך אפאר יאר צו זען וואס עס גייט געשען.

איך רעדט דאך שויניש ווען ס'קומט צו די דעבאטע צו די וואסערן זענען ווארימער ווי די פארגאנגענהייט, אבער נאר די שטורעמעס וועלן זיי דיר געבן א בלאק אפ, און גיי זיך דיין תירוץ צווישן די כוואליעס פון ים.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Mezofzef » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 5:27 pm

וויפיל שטארקע האריקעין'ס זענען געווען א יאר?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:53 pm

Mezofzef האט געשריבן:וויפיל שטארקע האריקעין'ס זענען געווען א יאר?

וואס מיינט שטארק?
ביז די 60'ער יארן האט מען נישט גענוצט סאטעליט פאר וועטער, אפילו נאכדעם איז די סאטעליטן געווען זייער נישט קלאר ביז די 80'ער יארן.
ווען א שטורעם האט זיך געפארעמט אינמיטן ים, און האט נישט אנגעהאלטן גענוג לאנג אנצוטרעפן יבשה, האט מען בכלל נישט געוויסט פונעם שטורעם, טייל שטורעמס וואס האבן יא אנגעטראפן לאנד, מיט ווינטן פון 40-50 מפש האט מען דאס נישט א נאמען געטון אזויווי מ'טוט היינט.
סא, ס'איז באמת נישטא קיין דאטא סאך פון שטורעמס וואס האבן נישט אנגעטראפן לאנד ביז די 60-70'ער יארן.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Mezofzef » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:58 pm

דו ווילסט מאכן א קעיס אז דעמאלטס איז אויך געווען האריקעין'ס, אבער דו האסט נישט קיין דאטא?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך אזוי ארום » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:07 pm

Mezofzef האט געשריבן:דו ווילסט מאכן א קעיס אז דעמאלטס איז אויך געווען האריקעין'ס, אבער דו האסט נישט קיין דאטא?

איך האב א קעיס אז אנגעפאלנע שטורעמס זענען געווען די זעלבע, און דו (איך מיין זיי) ביסט מודה אז ווייסט נישט וואס האט זיך אפגעשפילט אויפן ים, טא, וואנעט קענסטו זאגן אז ס'איז דא מער שטורעמס היינט ווי אמאל.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Mezofzef » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 9:08 pm

אזוי ארום האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:דו ווילסט מאכן א קעיס אז דעמאלטס איז אויך געווען האריקעין'ס, אבער דו האסט נישט קיין דאטא?

איך האב א קעיס אז אנגעפאלנע שטורעמס זענען געווען די זעלבע, און דו (איך מיין זיי) ביסט מודה אז ווייסט נישט וואס האט זיך אפגעשפילט אויפן ים, טא, וואנעט קענסטו זאגן אז ס'איז דא מער שטורעמס היינט ווי אמאל.

איך פרעג נאכאמאל, וויפיל שטארקע האריקעין'ס זענען אנגעפאלן אין א יאר דעמאלט?
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך איש חמודות » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:12 pm

וואס הייסט וויפיל א יאר?
יעדע יאר אנדערש

און צו דיין קשיא בעצם, וויפיל שטארקע ס'איז געווען? אדער וויפיל ס'זענען אנגעפאלן?

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: האריקעינס & טראפישע שטורעמס אין די נארטאיסט & מיד אטלאנטיק סטעיטס

תגובהדורך Mezofzef » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:22 pm

On average.
וויפיל האריקעין'ס זענען אנגעפאלן.
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], PetalBot און 3 געסט