רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מחשבהטובה »

מרעדט פון איינווארפען די סטרוקציעס וואס זענען געווארען געבויט טלאי ע"ג טלאי די לעצטע פאר יהאר.
וי לעינים וואס זעהן א דור וואס וויסט נישט מימינו ומשמאלו, וואס איז אחלק פון היסטוריה און וואס איז א חלק פון היסטעריה...
(רוב פון) די הדלקות זענען נתחדש געווארען די לעצטע פאר יאר און האבן גארנישט מיט די מנהגי ישראל ביומא דהילולא, גשר הכהנים מיט אלע הכנסת אורחים'ס זענען נייע מנהגים שלא שיערום אבותינו ודי למבין...
חמירא כסנתא מאיסורא, מצווה וחובה צו מאכן סדר דארט, די אלע וואס פיהרן זיך צו גיין צום כותל און פיהלן דארט די געוואלדיגע כמיה והתרגשות קענען זיין רוהיג אז נאך וואס מוועט מסדר זיין מירון וועט די התעוררת בלייבן.
נישט גע'דאגה'ט
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך רחש לבי »

מחשבהטובה האט געשריבן:מרעדט פון איינווארפען די סטרוקציעס וואס זענען געווארען געבויט טלאי ע"ג טלאי די לעצטע פאר יהאר.
וי לעינים וואס זעהן א דור וואס וויסט נישט מימינו ומשמאלו, וואס איז אחלק פון היסטוריה און וואס איז א חלק פון היסטעריה...
(רוב פון) די הדלקות זענען נתחדש געווארען די לעצטע פאר יאר און האבן גארנישט מיט די מנהגי ישראל ביומא דהילולא, גשר הכהנים מיט אלע הכנסת אורחים'ס זענען נייע מנהגים שלא שיערום אבותינו ודי למבין...


;l;p-
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך הײמישער זײגער »

מחשבהטובה האט געשריבן:מרעדט פון איינווארפען די סטרוקציעס וואס זענען געווארען געבויט טלאי ע"ג טלאי די לעצטע פאר יהאר.
וי לעינים וואס זעהן א דור וואס וויסט נישט מימינו ומשמאלו, וואס איז אחלק פון היסטוריה און וואס איז א חלק פון היסטעריה...
(רוב פון) די הדלקות זענען נתחדש געווארען די לעצטע פאר יאר און האבן גארנישט מיט די מנהגי ישראל ביומא דהילולא, גשר הכהנים מיט אלע הכנסת אורחים'ס זענען נייע מנהגים שלא שיערום אבותינו ודי למבין...
חמירא כסנתא מאיסורא, מצווה וחובה צו מאכן סדר דארט, די אלע וואס פיהרן זיך צו גיין צום כותל און פיהלן דארט די געוואלדיגע כמיה והתרגשות קענען זיין רוהיג אז נאך וואס מוועט מסדר זיין מירון וועט די התעוררת בלייבן.
נישט גע'דאגה'ט

אמת, אבער דער עולם איז געוואקסן.
עס זעט אויס ווי די ווילסט אויב די פאליציי וועט צושליסן ראדני ביי הקפות ווייל עס איז א סכנה זאל מען צוריקגיין קיין 500 בעדפארד?
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך עפרות זהב »

מחשבהטובה האט געשריבן:חמירא כסנתא מאיסורא, מצווה וחובה צו מאכן סדר דארט, די אלע וואס פיהרן זיך צו גיין צום כותל און פיהלן דארט די געוואלדיגע כמיה והתרגשות קענען זיין רוהיג אז נאך וואס מוועט מסדר זיין מירון וועט די התעוררת בלייבן.
נישט גע'דאגה'ט

כ'ווייס נישט פונקטליך וועלכע מצוה עס איז, אבער וויי איז צו אונז אויב עס וועט די זעלבע תערובות ווי ביים כותל, ס'איז נישט נאך אזא פלאץ ווי א היימישער יוד קען גיין לכתחילה (חוץ סאטמאר) מיט אזא תערבות
אביסעלע פאזעטיוו
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:15 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך אביסעלע פאזעטיוו »

רחש לבי האט געשריבן:
אביסעלע פאזעטיוו האט געשריבן:שרייב דא א פרישע יונגערמאן צוויי יאר נאך די חתונה און רעד זיך אויס זיין ווייטאג פון הארטץ איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין הארטץ ציעט ר' שמעון נפשי חולת אהבתך עס טוט פערזענדליך זייער וויי די זאך אז מצווארפט די גאנצע מירן ווערשאפט וואס איז געווען אזוי היסטאריש און אייגעארטיגט געבויט . געהאט האב איך א שטרעבען צו זיין כאשיק איין מאל און מירן מיט האלטען ר' שמעון'ס הייליגע הילילא געהערט האב איך פון אנדערע די התעורערות און שמחה וואס א אידיש קינד שפירט דארט . די הדלקה וואס פלעגט פארקומען און די מקום ווי איך געפון זיך און גלות אמעריקא האט אייביג געמיינט פאר מיר אסאך .געווארט האב איך אויף דעם פון ל'ג בעומר האט זיך גענדיגט. אסאך טרערען האב איך פארלאזט יעדעס יאר ביים לאקאלן הדלקה בשעת די נגיני התעורורת אפילו איך בין נאך געווען יונג . און מיין הארטץ בין איך געווען אין מירן און מיטגעטאנצען מיט די טויזענטער אידען דארט אלטס בחור איז מיר ניטעמאל איינגעפאלן צו פארן ווייל מיין פאטער איז נישט פון די סארט ס'וואלט אים נישט געשמעקט. שנה רשאונה האב איך פארשטייט זיך נישט געקענט פארן אבער אפגעמאכט האט מען מיטן ווייב אז קומעדיגע יאר פארט מען נישט קיין חוליק וואס וואס האט אבער פאסירט געהאט האב איך ב''ה א קינד ל''ג בעומור צייט וואס איך האב גראדע געוואלט א נאמען געבען שמעון וואס זאל איך טוהן אז די ווייב געט די ערשטע און איר באליבטע זיידע לעב שוין נישט .געהאפט און געגליסט אז די קומעדיגעס יאר וועל איך שוין קענען ערווירקליכען מיין חלום און זיין און מורן אויף ל''ג בעומר . איך האב חלילה נישט קיין טענות אויף קיינעם אבער און מירן ווי ס'שטעלט זיך פאר וועט עד ביאות הגאול מער נישט זיין וואס איז געווען .יא איך וועל פערבירען צו גיין אבער איך רעד מיר נישט איין אז סוועט נאך אמאל צוריק קומען וואס עס איז געווען דארט אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. איך קען שוין נישט שרייבען ווייטער ווייל איך ברויך נעמען א פאפיר אפצוווישען די טערען מיינע חבל חבל !


טייערע יונגערמאנטשיק, אויב אייער הארץ גייט טאקע באמת אויס און איז מקושר בעבותות האהבה צום תנא האלוקי, דאן זייט נישט באזארגט, דער ציון המצוינת פון ר׳ שמעון בן יוחאי בלייבט דארט און דער איינגארטיגער בנין על קבורתו איז אויך לע״ע דאכצעך נישט אין פלאן ח״ו צו ווערן צוווארפן. ווי איך זעה בס״ה ווילן די ארטיגע אינסטאנצען אפשטעלן די איינגעפירעכטץ פון די לעצטע 15/20 יאר אז עס איז דא עטליכע הדלקות און געזינגערייען במשך היום וואס קען ברענגען לידי סכנה, אבער די אור אלטע התעוררות ווי מ׳איז מתפלל על מקום מנוחתו און די שמחה ווען מ׳טאנצט אין חצר איז נישט אין פלאן אפצושטעלן.
אויב זוכט איר די שטאטע ניגוני התעוררות באגלייט מיט אנצונדען א הדלקה און טענץ, זייט וויסן אז דאס איז נישט א אור אלטע מנהג אין מירון, און עס איז שוין דא היינט צוגעשטעלט בכל קצוי תבל.

איך בין נישט אזוי זיכער אז מגייט קענען גיין אויף מירן די יאר ל''ג בעומר
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:
צופרידן האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:100 יאר צוריק ווען ס’איז געווען די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון האט איינער געהאט א הו”א צו טוישן די סדר באתרא קדישא?? ווייל ס’איז איינמאל אין 100 יאר געשעהן א טראגעדיע דארף מען מבטל זיין שמחת והילולא דרבי שמעון??

פאר 100 יאר צוריק ווען עס איז געשעהן די טראגעדיע, האבן די רבנים ארויסגעגעבן אן איסור פון צו פארן קיין מירון אום ל"ג בעומר אויף 5 יאר.

אין ספר "טללי שחר" שטייט אז זיין זיידע רבי יצחק רובין זצ"ל איז געווען פון די אוסרים, און ווען ער איז דערנאך שטארק קראנק געווארן האט ער חושש געווען אז דאס קומט אים אלס א עונש אויף די איסור.
טללי שחר עמוד פג.jpg

עס איז דא א שיינע אשכול אויף דעם זעה דא ומלפניו ולאחריו
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

קובי בורנשטיין חושף בערוץ 20: במשרד הדתות גיבשו מתווה ראשוני להילולא בל"ג בעומר. לפי המתווה, מקום הציון עצמו יהיה פתוח בשיטת סרט נע. שרוולים ארוכים שיווסתו את תנועת המתפללים. באזור הציון תהיה הדלקה אחת בלבד וככל הנראה היא תהיה סגורה. שאר ההדלקות יתקיימו בהר למטה באזור החניונים, שם יש אפשרות להכניס כמות גדולה של אנשים. המתווה מקובל גם על החסידויות. :
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרישוואסער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:קובי בורנשטיין חושף בערוץ 20: במשרד הדתות גיבשו מתווה ראשוני להילולא בל"ג בעומר. לפי המתווה, מקום הציון עצמו יהיה פתוח בשיטת סרט נע. שרוולים ארוכים שיווסתו את תנועת המתפללים. באזור הציון תהיה הדלקה אחת בלבד וככל הנראה היא תהיה סגורה. שאר ההדלקות יתקיימו בהר למטה באזור החניונים, שם יש אפשרות להכניס כמות גדולה של אנשים. המתווה מקובל גם על החסידויות. :


פרייע איבערטייטש ביטע?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אז אלע הדלקות (חוץ איינס וואס וועט זיין איינגעצוימט אין צאל מענטשן) וועלן פארקומען אונטן פונעם בארג וואו ס'איז דא גרעסערע שטחים, נישט אויבן נעבן דעם חצר.

אינעם חצר/מערה זעלבסט וועט מען נאר קענען דורכגיין אין שמאלע לאנגע שורות, אריין און ארויס.
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום דינסטאג אקטאבער 12, 2021 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

..." מקום הציון עצמו יהיה פתוח בשיטת סרט נע. שרוולים ארוכים שיווסתו את תנועת המתפללים. "

די זעלבע מסלול נחש ווי ביי די פרויען,
שווער צו גלייבן אז די קנאים וועלן משלים זיין מיט דעם
דאס איז דאך געווען די סיבה פאר הפגנות אין מערה ל"ג בעומר די לעצטע פאר יאר,
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:..." מקום הציון עצמו יהיה פתוח בשיטת סרט נע. שרוולים ארוכים שיווסתו את תנועת המתפללים. "

די זעלבע מסלול נחש ווי ביי די פרויען,
שווער צו גלייבן אז די קנאים וועלן משלים זיין מיט דעם

קנאים, נישט קנאים. אזוי וועל איך און נאך טויזנטער אידן מעגליך אנקומען צום ציון הק' אן דארפן צוריבן ווערן אלע ביינער. ביז היינט איז עס נישט מעגליך געווען, חוץ ווען איך בין געקומען 5 אזייגער פארטאגס אדער שפעט ביינאכט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

אגב! וויכטיגע נקודה!

דאס איז א פלאן פון משרד הדתות,
נישט פון די וועדת חקירה ממשלתית, וואס האט די ענדגילטיגע מאכט איבער די נושא
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:דאס איז דאך געווען די סיבה פאר הפגנות אין מערה ל"ג בעומר די לעצטע פאר יאר,

:lol:

הפגנות גייט שוין אן 10 יאר לכה"פ, אסאך פאר די מסלול נחש. און ס'וועט ממשיך זיין אין אלע דורות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:..." מקום הציון עצמו יהיה פתוח בשיטת סרט נע. שרוולים ארוכים שיווסתו את תנועת המתפללים. "

די זעלבע מסלול נחש ווי ביי די פרויען,
שווער צו גלייבן אז די קנאים וועלן משלים זיין מיט דעם

קנאים, נישט קנאים. אזוי וועל איך און נאך טויזנטער אידן מעגליך אנקומען צום ציון הק' אן דארפן צוריבן ווערן אלע ביינער. ביז היינט איז עס נישט מעגליך געווען, חוץ ווען איך בין געקומען 5 אזייגער פארטאגס אדער שפעט ביינאכט.

יא יא קנאים!
פאליציי האט שוין אין אין 2009 פראבירט דאס צו באווייזן, און ביטער האט זיך דאס אויסגעלאזט פאר זיי,
פון דעמאלטס שיקן זיי נישט אריין קיין שוטר אינעם מערה ל"ג בעומר
ס'איז גאר נישט קיין פרישע פלאן,
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פון דעמאלטס שיקן זיי נישט אריין וואס??? זיי זענען אין די מערה יעדעס יאר, קומען און גייען, נישט בקביעות. מסלול נחש ביי מענער האבן זיי פרובירט תשפ"א אויך, אן ערפאלג. פריעדיגע יארן מעגליך אויך, איך געדענק נישט.

עכ"פ ס'איז א געוואונטשענע מהלך אז יעדער זאל קענען צוקומען און נישט כל דאלים גבר. והא ראיה אין קרית יואל ביים ציון הק' איז אויך געווען א "מסלול נחש" דאס יאר רח"ל....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך Jobless »

יצחק אייזיק האט געשריבן:אז אלע הדלקות (חוץ איינס וואס וועט זיין איינגעצוימט אין צאל מענטשן) וועלן פארקומען אונטן פונעם בארג וואו ס'איז דא גרעסערע שטחים, נישט אויבן נעבן דעם חצר.

אינעם חצר/מערה זעלבסט וועט מען נאר קענען דורכגיין אין שמאלע לאנגע שורות, אריין און ארויס.

נישט קיין שלעכטע פלאן גראדע. איך האב קיינמאל געקענט אנקימען צים שטיין יעצט וועל איך קענען.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

Jobless האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אז אלע הדלקות (חוץ איינס וואס וועט זיין איינגעצוימט אין צאל מענטשן) וועלן פארקומען אונטן פונעם בארג וואו ס'איז דא גרעסערע שטחים, נישט אויבן נעבן דעם חצר.

אינעם חצר/מערה זעלבסט וועט מען נאר קענען דורכגיין אין שמאלע לאנגע שורות, אריין און ארויס.

נישט קיין שלעכטע פלאן גראדע. איך האב קיינמאל געקענט אנקימען צים שטיין יעצט וועל איך קענען.

אז פאליציי וועט שטיין און פארשיקן מענטשן וועט דאס שוין איינמאל זיין א שלעכטע פלאן,
היות זיי קענען נאר די שפראך פון טיילן קלעפ שפריצן פעפער ספרעי און ארסעטירן,
אז היימישע אידן וועלן שטיין דארט איז שוין עפעס אנדערש (ע"ע קרית יואל)

און אט דאס איז די סיבה פארוואס בלויז איין יאר האט די פאליציי באוואכט די אריינגענג צום מערה ל"ג בעומר, דערנאך האט מען דאס איבערגעגעבן פאר א פריוואטע קאמפעני וואס האט בלויז געבעטן מענטשן נישט זיך אויפהלאטן , און די לעצטע פאר יאר איז דאס בכלל נישט געווען
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הייסט אז די הפגנות זענען נאר קעגן די מכות און פעפער ספרעי... כ'הער.


איך בין מודה אז זיי זענען רוצחים און רשעים, אבער די הפגנות קעגן נארמאלע זאכן זענען אויך צודרייט. אז דו ווילסט מוחה שטעל כאטש צו אן אלטערנאטיווע פלאן אדער נעם איבער זייער ארבעט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך צופרידן »

Jobless האט געשריבן:נישט קיין שלעכטע פלאן גראדע. איך האב קיינמאל געקענט אנקימען צים שטיין יעצט וועל איך קענען.

א. רבי שמעון ליגט נישט דארט ביי די שטיין, ער ליגט טיף אראפצו אין מערה, ווען מ'שטייט אינדרויסן אנטקעגן דעם ציון (וואו מ'גייט צו די הכנסת אורחים), איז מען נענטער צו רבי שמעון, דער שטיין האט מען יארן שפעטער צוגעלייגט נאכן אויפבויען דעם בנין אויף די מערה.

ב. לויט די מעשה הידוע, אז דער האר"י הק' האט געטאנצט מיט א אלטן איד, צוזאמען מיט'ן חרדים, און דערנאך האט דער האר"י הק' געזאגט אז דער אלטער איד איז געווען רבי שמעון, - איז משמע אז רבי שמעון געפינט זיך אינדרויסן פון מערה ביי די ריקודין קדישין.
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך Rimnitz »

די פראבלעם איז אז אינדערויסן קען מען נישט זאגן תהלים בישוב הדעת די מיוזיק באכעט
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך הײמישער זײגער »

גוט פארויסגעקוקט.

שאץ מאץ האט געשריבן:למען האמת!
איך האב "נישט" געליינט די פאריגע 100 בלעטער, דעריבער איז מעגליך געשריבן געווארן פריער וואס איך גיי שרייבן, ואתכם הסליחה.
איך האב שוין געהאט די זכי' עטליכע מאל צו זיין אין מירון ל"ג בעומר און אפי' פאר 20 יאר צוריק,
וואס איז געשעהן די לעצטע 10 15 יאר (אפשר אביסל מער) אז יעדע שעה צינד א אנדערע אדמו"ר א הדלקה, דאס איז מפורש נישט געוועהן פאר 20 יאר צוריק,
עס איז געוועהן איין איינציגע הדלקה אין מירון די ערשטע נאכט ל"ג בעומר (אויך האט די הדלקה נישט גענומען קיין גאנצע שטונדע מ'האט בלויז געזינגען איין שטאט ניגון פארן צינדן)
איך געדענק ווען תולדות אהרן פלעגט קומען אפשערן אויבן אין א טענט נעבן קארלינע חסידים, אן קיין הדלקה.

א איד וואס איז געקומען קיין מירון האט עס געקענט מאכן ס'גאנצע מעשה אין א שעה, געזאגט אביסל תהלים, געטאנצן, געשוירן, געטרינקען חי רוטל און ויסעו.
די יארן האבן זיך געריקט און מ'האט אנגעהויבן טיילן פערמיטן פאר יעדע קהילה, יעדע האט זיך זיין שעה, זיין ווינקל, זיין מצב, זיין עולם, און מאנכע זענען גאר מקפיד אז אנדערע הויפן זאלן נישט צינדן אין זייער צייט, ווייל עס שלעפט אוועק דעם עולם.
אזוי אז ווען א איד קומט היינטי צו טאג'ס קיין מירון קען ער אפזיצן 7, 8, שעה און האבן וואס צו זעהן, הערן, טאנצן, זיך מיטפרייען, פון אלע מיני קאלירן אין די וועלט,
דאס איז א דירעקטע גורם פאר א צונויפשטיפעניש פאר טרעפיק פון אלפים ורבבות אידן וואס געווענדליך זענען זיי געוועהן דא בלויז א שעה צוויי און היינט זענען זיי דא זיבן אכט שעה,
טויזנטער בחורים, יונגעלייט האבן אינטערהאלטונג פון שעות ארוכות שטייצעך על טהרת הקודש ווייל רבי שמעון איז לכל.

ווען ס'זאל זיין בידי וואלט איך מבטל געמאכט אלע הדלקות במשך די 24 שעה, ווייל אויב האט דער הייליגער רוזינער באצאלט גרויס געלט צו קויפן די חזקה פון די הדלקה, צו וואס האט ער געמוזט באצאלן געלט?, גיי צינד א שעה שפעטער פאר אומזיסט.... אלא מאי א הדלקה איז דא איינס, ותו לא.


viewtopic.php?p=2767781#p2767781
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך זילבערווערק »

שאץ מאץ האט געשריבן:ווען ס'זאל זיין בידי וואלט איך מבטל געמאכט אלע הדלקות במשך די 24 שעה, ווייל אויב האט דער הייליגער רוזינער באצאלט גרויס געלט צו קויפן די חזקה פון די הדלקה, צו וואס האט ער געמוזט באצאלן געלט?, גיי צינד א שעה שפעטער פאר אומזיסט.... אלא מאי א הדלקה איז דא איינס, ותו לא.[/b]


דברים של טעם
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך צופרידן »

שאץ מאץ האט געשריבן:ווען ס'זאל זיין בידי וואלט איך מבטל געמאכט אלע הדלקות במשך די 24 שעה, ווייל אויב האט דער הייליגער רוזינער באצאלט גרויס געלט צו קויפן די חזקה פון די הדלקה, צו וואס האט ער געמוזט באצאלן געלט?, גיי צינד א שעה שפעטער פאר אומזיסט.... אלא מאי א הדלקה איז דא איינס, ותו לא.

די הדלקה וואס דער הייליגער ריז'ינער האט געקויפט איז געווען אויפן דאך פון ציון, דארט טאקע קען קיין אנדערער נישט צינדן נאר די אייניקלעך פון ריז'ינער, לויט די חזקה.
די אנדערע הדלקות ווערן נישט געמאכט ביים ציון, אויך נישט אין חצר פון ציון, נאר אינדרויסן אפגערוקט פון בנין וואו ס'איז געווען בערג מיט שטיינער, און מ'האט אויסגעפלאסטערט נייע שטחים פאר הדלקות.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך נאכמיטאג »

JD Media
1.png
1.png (507.76 KiB) געזען 599 מאל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די "מסלול נחש" איידיע טוט מען שוין אין אומאן אויך, נישט אזוי?
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”