רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:04 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:ווען די מדינה זוכט ווען א סעלושען פאר די סעיפטי, און אויך צופרידנצושטעלן דעם חרדי'שן ציבור, וואלטן זיי געקענט מאכן דארט א ריזזזזיגע פלאכע שטח מיט פעסט געבויטע ברענטשעס ארום און ארום, און יעדע שעה זאל א צווייטע קהילה נוצן דעם זעלבן שטח.

היות צופרידנצושטעלן אונזער ציבור איז נישט זייער גאול, און סעיפטי בינעך אויך נישט זיכער... גייט א דבר השלם זיכער נישט ארויסקומען דערפון.

איך געדענק עפעס א מדינה וואס האט געוואלט פלאך מאכן מער שטחים אין מירון פאר 10 יאר צוריק, נאר מ'האט געברענגט באסעס מוחה זיין אויף די חילול קברים. קען זיין יענע מדינה איז געווען מעקסיקא אפשר, אבער אזוי געדענק איך....

אגב, די תולדות אהרן שטח ווערט באנוצט דורך אסאך קהילות, יעדע פאר שעה דורך א צווייטן. אבער היות ס'באלאנגט פאר תו"א קען מען זיי נישט איינטיילן וואס צו טון. דערוואגן זאל זיך די מדינה צו טיילן דעות פאר תו"א.

אה אה,
ס'אייסט די מדינה האט געוואלט פלאך מאכן שטחים וועגן מוזיק אויף ל"ג בעומר?
סאו גיי זאג זיי דאס, קיינער פון זיי וויסט נישט פון אזא סיבה,
ליין אלע זייערע פלענער און לאמיר דיר זעהן איבער שרייבן דיין תגובה דא

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:10 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:אגב, די תולדות אהרן שטח ווערט באנוצט דורך אסאך קהילות, יעדע פאר שעה דורך א צווייטן. אבער היות ס'באלאנגט פאר תו"א קען מען זיי נישט איינטיילן וואס צו טון. דערוואגן זאל זיך די מדינה צו טיילן דעות פאר תו"א.

אין די לעצטע יארן זענען שוין נישט פארגעקומען קיין הדלקות אין רחבת תולדות אהרן יעדע צוויי שעה, וויבאלד די ועדת החמשה און די פאליציי האבן פרובירט צו פארשיקן יעדן צו אנדערע שטחים
בכלל איז תש"פ געווען קאראנא און ס'איז דארט פארגעקומען נאר איין הדלקה ל"ג בעומר נאכמיטאג דורך מסירות נפש אידן וואס זענען אנגעקומען קיין מירון פון אלע אומוועגן
און ל"ג בעומר תשפ"א האט קיין איין קהלה נישט געדארפט צינדן אין שטח תולדות אהרן, נאר תולדות אהרן אליינס.

סתם אינטערעסאנט? דער שטח געהערט אפציעל צו תולדות אהרן, אדער זיי האבן א חזקה?

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:15 am

תולדות אהרן האט עס גענומען פאר בערך 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאכנישט געווען אויסגעפלאסטערט, זיי האבן דארט געטאנצן ל"ג בעומר נאכמיטאג (די ערשטע תקופה אן קיין הדלקה). מיט די צייט האבן זיי עס איבערגעמאכט און אהערגעשטעלט און זינט דעמאלטס איז עס זייערס.

תוא"י איז דעמאלטס געווען די צענטראלע הדלקה על גג המערה. עווענטועל האבן זיי געדארפט מער פלאץ האבן זיי באקומען דעם אונטערשטן שטח.

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:20 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:תולדות אהרן האט עס גענומען פאר בערך 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאכנישט געווען אויסגעפלאסטערט, זיי האבן דארט געטאנצן ל"ג בעומר נאכמיטאג (די ערשטע תקופה אן קיין הדלקה). מיט די צייט האבן זיי עס איבערגעמאכט און אהערגעשטעלט און זינט דעמאלטס איז עס זייערס.

תוא"י איז דעמאלטס געווען די צענטראלע הדלקה על גג המערה. עווענטועל האבן זיי געדארפט מער פלאץ האבן זיי באקומען דעם אונטערשטן שטח.

ישר כח פארן אויסקלארן!

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:42 am

אויב קען יעדער צינדן הדלקות איז וועלכע זכות ההדלקה האט דער ריזשינער געקויפט?
וואלט נישט געדארפט זיין איין מדליק?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:43 am

בעריש'ל האט געשריבן:אויב קען יעדער צינדן הדלקות איז וועלכע זכות ההדלקה האט דער ריזשינער געקויפט?
וואלט נישט געדארפט זיין איין מדליק?

געקויפט די זכות צי צונדן על גג המערה
אלע יארן איז געווען טאקע בלויז איין הדלקה על גג המערה,

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Amazing » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:45 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
תוא"י איז דעמאלטס געווען די צענטראלע הדלקה על גג המערה. עווענטועל האבן זיי געדארפט מער פלאץ האבן זיי באקומען דעם אונטערשטן שטח.

על גג המערה צינד נאר באיאן
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יהלום » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 8:01 am

איך ווארט שוין אויף דער טאג וואס ווען איך וועל אנקומען קיין מירון נאך א נסיעה פון 3 שעה לפחות וועט זיין צוגעשטעלט א נארמאלע ריינע און זויבערע ביהכ"ס, א פיינע ווארעמע מקווה (נישט 20 מוניט צו גיין) א נארמאלע מקום מיט שטיבלאך פאר מנייני מנחה מעריב אדער סתם זאגען תהילים שטיל און ראהיג א נארמאלע קאווע שטיבעל ווי מען קען זיך דערקוויקען דאס הארץ נאך זאגען תהילים פאר א 2 שעה!!

לאמיר האפן אז יעצט וועט עפעס געשעהן דארט

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 8:14 am

יהלום האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דער טאג וואס ווען איך וועל אנקומען קיין מירון נאך א נסיעה פון 3 שעה לפחות וועט זיין צוגעשטעלט א נארמאלע ריינע און זויבערע ביהכ"ס, א פיינע ווארעמע מקווה (נישט 20 מוניט צו גיין) א נארמאלע מקום מיט שטיבלאך פאר מנייני מנחה מעריב אדער סתם זאגען תהילים שטיל און ראהיג א נארמאלע קאווע שטיבעל ווי מען קען זיך דערקוויקען דאס הארץ נאך זאגען תהילים פאר א 2 שעה!!

לאמיר האפן אז יעצט וועט עפעס געשעהן דארט

איר קלערט אפשר אז טאמער מ'וועט איינווארפן די "מרפסת הכהנים", וועט דער פלאץ ווערן ווייניגער אנגעלייגט? איר וועט גרינגער קענען טרעפן א רואיגע פלאץ?
לא מיט א גרויסן אל"ף.

וואס יא, ווען זענט איר געווען דאס לעצטע מאל אין מירון?
טאמער זענט איר דארט געווען אין די לעצטע צוויי חדשים, האט איר שוין געקענט נהנה זיין פון א שיינער היכל התורה (איר קענט זיך באגנב'ענען און דארט זאגן תהלים), און א הערליך ריין שפאגל קאווע שטיבל, צוגעשטעלט דורך "אור הרשב"י" פון ר' בערל פריעד, א דריי פערטל מינוט וועג פון מערה, ס'איז אפן 7 טעג א וואך, ממש א ברכה צו מאכן!
כלל ישראל קומט אים הכרת הטוב!

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יהלום » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 8:27 am

זילבערווערק האט געשריבן:

דער מרפסת הכהנים האט געדארפט אראפ קומען ווייל עס איז געבויט געווארין אומלעגאל זייער פושט! עס האט נישט קיין רשיון צו שטיין בכלל!!
איך האלט נישט אז מיט דעם אז עס קומט אראפ גייט זיין מער פלאץ
איך האף נאר אז נאך דער גאנצע חקירה גייט דער מדינה משיקע זיין דארט גרויסע געלטער צו מאכען א שיינע נארמאלע פלאץ דארט
(דרך אגב אויב ביסט געעוען ביים כותל און דער לעצטע פאר יאר האסטו געזעהן ווי אזוי ביהכ"ס דארפן אויס צוזעהן און ווי אזוי עס קען אויס זעהן און מירון)

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 9:26 am

Amazing האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
תוא"י איז דעמאלטס געווען די צענטראלע הדלקה על גג המערה. עווענטועל האבן זיי געדארפט מער פלאץ האבן זיי באקומען דעם אונטערשטן שטח.

על גג המערה צינד נאר באיאן

איך רעד פון ביום ל"ג בעומר פארנאכטס, נישט די ערשטע נאכט.

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Amazing » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 9:30 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
תוא"י איז דעמאלטס געווען די צענטראלע הדלקה על גג המערה. עווענטועל האבן זיי געדארפט מער פלאץ האבן זיי באקומען דעם אונטערשטן שטח.

על גג המערה צינד נאר באיאן

איך רעד פון ביום ל"ג בעומר פארנאכטס, נישט די ערשטע נאכט.

אויף די גג המערה איז ברענט 2 הדלקות וואס ווערט אנגעצינדן דורך באיאן און דאס ברענט 24 שעה.

קען זיין דו רעדסט פון "שטח באיאן" נישט גג המערה
א'מונה ב'טחון ג'עלט

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 9:39 am

איך רעד פון די גג, אבער מעגליך איז טאקע נישט געווען קיין הדלקה נאר ריקודים.

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 10:14 am

יהלום האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דער טאג וואס ווען איך וועל אנקומען קיין מירון נאך א נסיעה פון 3 שעה לפחות וועט זיין צוגעשטעלט א נארמאלע ריינע און זויבערע ביהכ"ס, א פיינע ווארעמע מקווה (נישט 20 מוניט צו גיין) א נארמאלע מקום מיט שטיבלאך פאר מנייני מנחה מעריב אדער סתם זאגען תהילים שטיל און ראהיג א נארמאלע קאווע שטיבעל ווי מען קען זיך דערקוויקען דאס הארץ נאך זאגען תהילים פאר א 2 שעה!!

לאמיר האפן אז יעצט וועט עפעס געשעהן דארט

איר קלערט אפשר אז טאמער מ'וועט איינווארפן די "מרפסת הכהנים", וועט דער פלאץ ווערן ווייניגער אנגעלייגט? איר וועט גרינגער קענען טרעפן א רואיגע פלאץ?
לא מיט א גרויסן אל"ף.

וואס יא, ווען זענט איר געווען דאס לעצטע מאל אין מירון?
טאמער זענט איר דארט געווען אין די לעצטע צוויי חדשים, האט איר שוין געקענט נהנה זיין פון א שיינער היכל התורה (איר קענט זיך באגנב'ענען און דארט זאגן תהלים), און א הערליך ריין שפאגל קאווע שטיבל, צוגעשטעלט דורך "אור הרשב"י" פון ר' בערל פריעד, א דריי פערטל מינוט וועג פון מערה, ס'איז אפן 7 טעג א וואך, ממש א ברכה צו מאכן!
כלל ישראל קומט אים הכרת הטוב!

דער מרפסת הכהנים האט געדארפט אראפ קומען ווייל עס איז געבויט געווארין אומלעגאל זייער פושט! עס האט נישט קיין רשיון צו שטיין בכלל!!
איך האלט נישט אז מיט דעם אז עס קומט אראפ גייט זיין מער פלאץ
איך האף נאר אז נאך דער גאנצע חקירה גייט דער מדינה משיקע זיין דארט גרויסע געלטער צו מאכען א שיינע נארמאלע פלאץ דארט
(דרך אגב אויב ביסט געעוען ביים כותל און דער לעצטע פאר יאר האסטו געזעהן ווי אזוי ביהכ"ס דארפן אויס צוזעהן און ווי אזוי עס קען אויס זעהן און מירון)

א. קענסט איין זאך וואס איז געמאכט דארטן לעגאל? ווען מען מאכט נאר לעגאל וואל אפילו נישט געווען קיין מענער אריינגאנג.
ב. טרינק א קאווע ביים כותל.

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך שטיגליץ » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:16 pm

בעצם דארף נישט קיין מקום קדוש צושטעלן קיין קאווע, עס מאכט שמוץ און כ'מיין ביזט געקומען עסן אדער דאווענען?

נאר וואס'זשע דען, מירון איז א ווייטע פלאץ, מענטשן קומען צו פארן פאר שעות בלויז צו זיין אויף דעם ארט, איז מענטשליך אז מען זאל צושטעלן צובייס פאר די מתפללים, משא"כ ביים כותל רוב מענטשן קומען נישט נאר אהין, מען קומט אויך אהין, איז זיי מוחל טרינק א קאווע אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ.

אוועטאר
את פתח לו
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך את פתח לו » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:30 pm

שטיגליץ האט געשריבן:בעצם דארף נישט קיין מקום קדוש צושטעלן קיין קאווע, עס מאכט שמוץ און כ'מיין ביזט געקומען עסן אדער דאווענען?

נאר וואס'זשע דען, מירון איז א ווייטע פלאץ, מענטשן קומען צו פארן פאר שעות בלויז צו זיין אויף דעם ארט, איז מענטשליך אז מען זאל צושטעלן צובייס פאר די מתפללים, משא"כ ביים כותל רוב מענטשן קומען נישט נאר אהין, מען קומט אויך אהין, איז זיי מוחל טרינק א קאווע אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ.

קומטס אריבער צום כותל פאר א וותיקן וועט איר נישט נאר האבן א פיינע קאווע איר קענט אפי' האבן א ווארימע שוקו
אה די זיסע ירשליםע יודן
אה די ריינע ליפט ביים כותל בשעת וותיקן
אה לבי במזרח

IVELT TEAM PAGE

https://www.charityextra.com/bdealta/38872

גיסט אריין געלט!!!
די באשעפער העט נישט שולדיג בלייבן!!!
לע''נ אלטע הי''ד בת ר' אברהם הי''ו

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 3:57 pm

יהלום האט געשריבן:דער מרפסת הכהנים האט געדארפט אראפ קומען ווייל עס איז געבויט געווארין אומלעגאל זייער פושט! עס האט נישט קיין רשיון צו שטיין בכלל!!
איך האלט נישט אז מיט דעם אז עס קומט אראפ גייט זיין מער פלאץ
איך האף נאר אז נאך דער גאנצע חקירה גייט דער מדינה משיקע זיין דארט גרויסע געלטער צו מאכען א שיינע נארמאלע פלאץ דארט
(דרך אגב אויב ביסט געעוען ביים כותל און דער לעצטע פאר יאר האסטו געזעהן ווי אזוי ביהכ"ס דארפן אויס צוזעהן און ווי אזוי עס קען אויס זעהן און מירון)

די גאנצע בילדינג אויפן ציון איז אויך געבויעט אן קיין רישיון...
נישט נאר דאס, נאר אין תרע"א איז דארט אפילו אראפגעפאלן א וואנט פונעם בילדינג, (און די מדינה וועט קיינעם נישט דארפן געבן קיין דין וחשבון אויב נעמען זיי אראפ די בילדינג)
און אויך די פאליציי סטנאציע אין מירון איז געבויעט אן קיין רישיון, און אויב איך געדענק גוט, איז אפילו די כותל נישט געבויעט מיט א רישיון, אזוי דאכט זיך מיר...

אויב דארפסטו א לאקאל פון א שיינע ביה"כ ווענד זיך צו מיר אין אישי, ברויך מען נישט וועגן דעם אראפווארפן די גאנצע ציון אין מירון,
און אפילו א פיינע ווארעמע קאווע קען איך דיר צושטעלן אין ירושלים, מוזט נישט פארן 3 שעה וועגן דעם,

און רעב איד טייערער, אין מירון קומט זיך אויסוויינען דאס הארץ און זאגן תהילים,
נישט פאר נארישע תאווות עולם הזה

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך שבת קודש » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:49 pm

בעצם דארף נישט קיין מקום קדוש צושטעלן קיין קאווע, עס מאכט שמוץ און כ'מיין ביזט געקומען עסן אדער דאווענען?
אזוי ????????????????????

זאג נאר די האסט פארגעסען אז עס איז יארע 2021

ווען ביסטו די לעצטע מאהל געווען און מקומות הקדושים און איראפע ווי די גייסט איז צו געשטעלט די שענסטע און די בעסטע
איך דערמאן זיך אנקומעען קיין מעזבוז בעל התניא וויא איך האב מיך מחיה געווען א מקוה א קאווע א לייכטע איבער בייס

נאך געבליבען 2 פלעצער און די וועלט ווי עס איז [נא ליזהר בקדושת הלשון, האחראים] (אנטשאלדיגט פאר די אויסברויך} מירון און אמאן
איך בון געווען כמה פעמים און אמאן און מיטן יאר פארוואס ??????
אזא גרויסע פלאץ זאל נישט קענען זיין ריין פארוואס
מירון אזא הייליגע פלאץ זאל איך נישט קענען כאפן א מקווה א קאווע א לייכטע איבערבייס

נאר די תירוץ איז ביי ביידע די זעלבע עס האט נישט איין בעלהבית צופיל בעלי בתים ברענגט א חרבן
די איינציגסטע וואס קען מאכן סדר און מירון איז די מדינה און מאכן עס זאל אויס קוקען ווי די כותל אה א מחיה שיין פריש

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יש לו מנה » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:57 pm

[quote="שבת קודש"][/quote]
די פראגע איז וואס איז וויכטיגער.

קדושת מירון?

אדער דיינע באקוועמליכקייטן?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Amazing » זונטאג אוגוסט 29, 2021 12:12 am

יש לו מנה האט געשריבן:
שבת קודש האט געשריבן:

די פראגע איז וואס איז וויכטיגער.

קדושת מירון?

אדער דיינע באקוועמליכקייטן?

קבר רחל איז פארמינערט געווארן די קדושה זייט די מדינה האט קונטרול?
אלס סאטמערער ווייסטו נישט די תירוץ וועל איך דיר זאגן אז קבר רחל איז א היימיש מקום מיט א חסידישע כולל אויפן פלאץ אן קיין שום פריצות.
די כותל איז געווארן די סימבאל פון די מדינה שווער צו גלייבן אז מירון וועט ווערן אזא אנלויפעניש נאכדערצו וואס עס איז היבש ווייט פון די צענטער
א'מונה ב'טחון ג'עלט

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » זונטאג אוגוסט 29, 2021 1:50 am

יהלום האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דער טאג וואס ווען איך וועל אנקומען קיין מירון נאך א נסיעה פון 3 שעה לפחות וועט זיין צוגעשטעלט א נארמאלע ריינע און זויבערע ביהכ"ס, א פיינע ווארעמע מקווה (נישט 20 מוניט צו גיין) א נארמאלע מקום מיט שטיבלאך פאר מנייני מנחה מעריב אדער סתם זאגען תהילים שטיל און ראהיג א נארמאלע קאווע שטיבעל ווי מען קען זיך דערקוויקען דאס הארץ נאך זאגען תהילים פאר א 2 שעה!!

לאמיר האפן אז יעצט וועט עפעס געשעהן דארט

איר קלערט אפשר אז טאמער מ'וועט איינווארפן די "מרפסת הכהנים", וועט דער פלאץ ווערן ווייניגער אנגעלייגט? איר וועט גרינגער קענען טרעפן א רואיגע פלאץ?
לא מיט א גרויסן אל"ף.

וואס יא, ווען זענט איר געווען דאס לעצטע מאל אין מירון?
טאמער זענט איר דארט געווען אין די לעצטע צוויי חדשים, האט איר שוין געקענט נהנה זיין פון א שיינער היכל התורה (איר קענט זיך באגנב'ענען און דארט זאגן תהלים), און א הערליך ריין שפאגל קאווע שטיבל, צוגעשטעלט דורך "אור הרשב"י" פון ר' בערל פריעד, א דריי פערטל מינוט וועג פון מערה, ס'איז אפן 7 טעג א וואך, ממש א ברכה צו מאכן!
כלל ישראל קומט אים הכרת הטוב!

דער מרפסת הכהנים האט געדארפט אראפ קומען ווייל עס איז געבויט געווארין אומלעגאל זייער פושט! עס האט נישט קיין רשיון צו שטיין בכלל!!
איך האלט נישט אז מיט דעם אז עס קומט אראפ גייט זיין מער פלאץ
איך האף נאר אז נאך דער גאנצע חקירה גייט דער מדינה משיקע זיין דארט גרויסע געלטער צו מאכען א שיינע נארמאלע פלאץ דארט
(דרך אגב אויב ביסט געעוען ביים כותל און דער לעצטע פאר יאר האסטו געזעהן ווי אזוי ביהכ"ס דארפן אויס צוזעהן און ווי אזוי עס קען אויס זעהן און מירון)

די גרעסטע פחד איז אז מירון וועט אויסקוקן ווי דער כותל, מירון איז א היילי פלאץ, און אז די רשעים וועלן דארט אריינשטעקן זייערע גרויזאמע נעגל, זענען מיר פארלוירן ח"ו, דער כותל איז ליידער א טוריזם צענטער

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:00 am

Amazing האט געשריבן:קבר רחל איז פארמינערט געווארן די קדושה זייט די מדינה האט קונטרול?
אלס סאטמערער ווייסטו נישט די תירוץ וועל איך דיר זאגן אז קבר רחל איז א היימיש מקום מיט א חסידישע כולל אויפן פלאץ אן קיין שום פריצות.
די כותל איז געווארן די סימבאל פון די מדינה שווער צו גלייבן אז מירון וועט ווערן אזא אנלויפעניש נאכדערצו וואס עס איז היבש ווייט פון די צענטער

מירון איז דער צווייטער פלאץ אין לאנד וואס ציט די מערסטע באזוכער, איינס נאכן כותל, אז די מדינה וועט דאס איבערנעמען איז דאס אין א באלדיגע סכנה, נישט איך זאג דאס, קוק אריין אין זייערע פלענער, און זיי באשטעטיגן דאס.
קענסט זיין רואיג, זיי וועלן נישט צושטעלן קיין קאווע, פונקט ווי אין כותל שטעלן זיי נישט צו.
היינט אז דו ווילסט א קאווע האבטו ביי הרב שניטצלער, און טאמער דארפסטו ס'זאל זיין זויבער דאן קענסטו אראפגיין אין היכל התורה פון הרב בערל פריעד.
ווען די מדינה וועט זיין בעל הבית, וועסטו דארפן גיין צווישן 10 און 15 מינוט די בארג ארויף צום מערה, די גאנצע בארג וועט זיין אפגעשפארט פאר טראנספארטאציע, און זיי וועלן דארט אנברענגען אלא קאבאליסטן כל צרוע וכל זב.

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יהלום » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:27 am

מירון איז נישט קיין פלאץ ווי טוירסיטן קומען און עס איז איז נישט א פלאץ ווי זיי זענען אינטערסיט צו קומען ממילא אפילו אויב דער מדינה גייט מאכן סדר דארט גייען נישט וועגען דעם דער טוירסיטן יעצט אנהייבען קומען דארט ווייל דער מדינה האט אראפ געווארפען דער מרפסת כהנים!

דער כותל איז א פלאץ וואס געהערט נישט צו קיינעם עס איז א שטח ציבורי און עס געהערט צו דער מדינה, מירון איז אויך א שטח ציבורי אבער עס געהערט נישט צו דער מדינה עס געהערט צו פריוואטע מענטשען/הקדישות ממילא קען דער מדינה נישט טהון דארטן ממש וואס זיי ווילען,

איך דארף נישט אז און מירון זאל זיין צוגעשטעלט אלע תאוות פון עולם הזה איך דארף ס"ה אז ווען א מענטש קומט צו פארן פון דער אנדערע עק לאנד (צו פון ירושלים צו פון אשדוד אדער גאר פון באר שבע) זאל ער קענען טרינקען א קאלטע גלאז קאווע אדער א הייסע קאווע (איך דארף נישט דווקא טעיסטערס טזאויס) ביים כותל דארף נישט קיינע א קאווע און קאלט וואסער איז דא זייער פיין צו געשטעלט ביי כותל (גראדע),

עס איז נישט מער ווי נארמאל אזז א פלאץ ווי מירון וואס צענדליגע יודן קומען דארטן טאג און טאג אויס וכ"ש און א ער"ח אדער סיי וועלכע יומא דפגרא אז דער מקום זאל זיין ריין און מסודר פלאץ פאר גענוג און נאך מענטשען נארמאלע מזגן און נארמאלע לעקטערס און פארשטייט זיך אויך א נארמאלע פלאץ פארן צריכים וואס יעדער איינער וואס איז געווען אמאל אין מירון ווייסט אז דער ביהכ"ס דארט איז ממש א בחינה פון גרף של רעי און עס איז בכלל נישט א נארמאלע זאך וכו וכו און נישט אז אויב איינער זוכט א נארמעלע פלאץ זאל מען אהים דארפן שרייבען אויף איי וועלט א סוד אז גיי אראפ דער בארג2 מוניט דארט איז דא היכל.... און דארט איז דא קאווע אירקאנדישען און א נארמאלע ביהכ"ס!

איך דארך נישט אז דער מדינה זאל אראפ ווארפען יעדער זאך וואס האט נישט א רשיון און דער מדינה זיכט עס אויך נישט,
עס דארף פשוט ווערען סדר דארט און אלעס זאל ווערען געפירט אונטער איין מענטש און ער איז דער בעה"ב דארט (דער מדינה וויל נישט זיין דער בעה"ב און זיי קענען נישט זיין בעה"ב דארט) דער וועדת החמישה משפחת בוסקילה וכו וכו וכו זענען ס"ה א חורבן פאר דער פלאץ און ברענגען אהן דארט כל צרוע וכל זוב און מאכט דער פלאץ זייער אומבאטעמט זיך צודרייען דארט.

איך רעד נישט יעצט וועגען דער נושא פון ל"ג בעומר, איך זאג נאר אז איך האף אז נאך דער גאנצע וועדה וועט מען קומען צו א החלטה צו מאכן אביסל סדר דארט, אזוי וועלען מיר אונז אלע הנאה האבן ביים נעקסטען באזוך און מירון צו מתפלל זיין פארן כלל און פרט בור"וג וכט"ס, מיט א נארמאלע פלאץ צו דאוואנען א מנחה מעריב און זיך דערקוויקען דאס הארץ און צו מסדר זיין דער צרכים.

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:02 am

יעצט זאגסטו שוין עפעס אנדערש,
פריער האסטו געוואלט אז די מדינה זאל איבערנעמען די פלאץ

אגב קען זיין די ווייסט נישט אבער אין די וועלט איז דא א גרויסע מאוומענט פון "קבלה" גוים (ארום 2 מיליאן) וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען אין קבלה
און זיי האבן 2 גרויסע צילן דא אין א"י די ציון פון רבי שמעון מיטן קבר האר"י, איך אליין האב שוין געזען עטליכע מאל פיל מיט באסעס פון די געמיינע חברה אין מירון (בעיקר על גג הציון וואו מ'האט בכלל נישט געקענט דורעכגיין) און נאר וועגן הפגנות האבן די מדריכים זיי נישט אראפ געברענגט אינעם ציון זעלבסט, ב"ה פון די קאראנע זעהט מען זיי נישט, אבער זיי זיכער אז די מדינה דארף זיי מער ווי דיר (אין די מאוומענט נעמען אנטייל גרויארטיגע שישקעס פון ארון די וועלט, ביי די יורווויזשאן מיט 2 יאר צוריק האט מען אויף א גאנצע טאג צוגעשפארט די גאנצע בית החיים העתיק אין צפת לרגל א שיקצע וואס האט געוואלט אהין גיין צום קבר הארי) זיי זענען טוריסטן וואס ברענגען אסאך געלט פאר די מדינה

לגבי די נקודה פון קאווע,

ס'איז דא צוגעשטעלט קאווע אינעם חצר הציון, יעדער (און די אויך) ווייסט פון דעם, אז די ווילסט דאס סערווירט מיט א גאלדענע טאץ, גייט דיר דאס די מדינה דיר אויך נישט געבן,

לגבי ריינקייט מאכט מען דאך יעדן טאג ריין (די חברה הערן נישט אויף צו שטערן זאגן תהילים פאר ריינקייט ריג זיך דא! דארט! מ'קען נישט אריבערגיין)
אין די הינזיכט וועט דיר די מדינה נישט העלפן

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:10 am

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:יעצט זאגסטו שוין עפעס אנדערש,
פריער האסטו געוואלט אז די מדינה זאל איבערנעמען די פלאץ

אגב קען זיין די ווייסט נישט אבער אין די וועלט איז דא א גרויסע מאוומענט פון "קבלה" גוים (ארום 2 מיליאן) וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען אין קבלה
און זיי האבן 2 גרויסע צילן דא אין א"י די ציון פון רבי שמעון מיטן קבר האר"י, איך אליין האב שוין געזען עטליכע מאל פיל מיט באסעס פון די געמיינע חברה אין מירון (בעיקר על גג הציון וואו מ'האט בכלל נישט געקענט דורעכגיין) און נאר וועגן הפגנות האבן די מדריכים זיי נישט אראפ געברענגט אינעם ציון זעלבסט, ב"ה פון די קאראנע זעהט מען זיי נישט, אבער זיי זיכער אז די מדינה דארף זיי מער ווי דיר (אין די מאוומענט נעמען אנטייל גרויארטיגע שישקעס פון ארון די וועלט, ביי די יורווויזשאן מיט 2 יאר צוריק האט מען אויף א גאנצע טאג צוגעשפארט די גאנצע בית החיים העתיק אין צפת לרגל א שיקצע וואס האט געוואלט אהין גיין צום קבר הארי) זיי זענען טוריסטן וואס ברענגען אסאך געלט פאר די מדינה

לגבי די נקודה פון קאווע,

ס'איז דא צוגעשטעלט קאווע אינעם חצר הציון, יעדער (און די אויך) ווייסט פון דעם, אז די ווילסט דאס סערווירט מיט א גאלדענע טאץ, גייט דיר דאס די מדינה דיר אויך נישט געבן,

לגבי ריינקייט מאכט מען דאך יעדן טאג ריין (די חברה הערן נישט אויף צו שטערן זאגן תהילים פאר ריינקייט ריג זיך דא! דארט! מ'קען נישט אריבערגיין)
אין די הינזיכט וועט דיר די מדינה נישט העלפן

דברים של טעם!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”