רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:01 pm

באריכטן קומען אריין פון מירון אז די מדינה גרייט זיך צו איינווארפן די באקאנטע שטיבלעך אין מירון אינדרויסן פונעם ציון הקדוש,
צוליב זיכערהייט סיבות, אין ליכט פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס איז דארט געשעהן דעם לעצטן ל"ג בעומר


גרייטנדיג זיך איינצווארפן די שטיבלעך אינדרויסן פונעם ציון הקדוש אין מירון.png
גרייטנדיג זיך איינצווארפן די שטיבלעך אינדרויסן פונעם ציון הקדוש אין מירון.png (452.69 KiB) געזעהן 5479 מאל
צוגעלייגטע
3ceabe2363150b2e249c (1).jpg
3ceabe2363150b2e249c (1).jpg (94.44 KiB) געזעהן 5479 מאל

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:07 pm

לעצט פאראכטן דורך דבר החרדים מירושלים אום זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:25 pm

די סברא זאגט אז ווי מער שטחים מ'וועט פארמאכן, און שטיבלעך פארקנאקן און פארענטשעס פארווארפן, וועט אלס די שטופעניש זיין ווייניגער און ווייניגער, און אט אזוי וועט מען פארמיידן די קומענדיגע אומגליק ל"ע.
ונשמרתםמאודלנפשותיכם#
כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ וְיוֹסִיפ"וּ לְּךָ שְׁנוֹת חַיִּים
יֹסֵ"ף ה' עֲלֵיכֶם; עֲלֵיכֶם, וְעַל בְּנֵיכֶם.
ה' אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵכֶם, יֹסֵף עֲלֵיכֶם כָּכֶם אֶלֶף פְּעָמִים

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:30 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די סברא זאגט אז ווי מער שטחים מ'וועט פארמאכן, און שטיבלעך פארקנאקן און פארענטשעס פארווארפן, וועט אלס די שטופעניש זיין ווייניגער און ווייניגער, און אט אזוי וועט מען פארמיידן די קומענדיגע אומגליק ל"ע.
ונשמרתםמאודלנפשותיכם#

די פלענער זאגן נאך עפעס,
וואס מער מ'וועט דארט קלענער און ליידיגער מאכן
וועט קיין חרדישער איד נישט קענען אריינטרעטן דארט,
זי ווילן דאס פארוואנדלען אין א אתר תיירות, (Tourist attraction)
קיין איינס פון די פלענער זייערע וואס זיי ארבעטן שוין יארן דערויף רעכנט זיך נישט מיט די חרד'ישע צרכים

והדברים ידועים

צביירושלים
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך צביירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:40 pm

דע אלע שטיבלעך איז א פאר יאהר אינגאנצען

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Programming » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:43 pm

מען רעדט נישט דא פון די היכלות אברהם ושרה יצחק ורבקה (אדער עפעס אזוי, כ'געדענק נישט פונקטליך) אין די בעק פון די מערה, ריכטיג?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:44 pm

צביירושלים האט געשריבן:דע אלע שטיבלעך איז א פאר יאהר אינגאנצען

יא יא
ר' בן ציון קופששרטוק ז"ל האט דאס אויפגעשטעלט

די פראבלעם איז לאו דווקא מיט די שטיבלעך זעלבסט, (וואס פאר זיך איז דאס א געוואלדיגע זאך, אויב יא נעמט דאס נאר אראפ שטופעניש און נישט פארקערט)

נאר בעיקר אז די מדינה האט אנגעהויבן טוען וואס ס'שמעקט זיי אין מירון, א זאך וואס ביז אהער האבן זיי זיך נישט געוואגט,
און דאס קען טוישן די גאנע אידישע אויסזעהן פוןנעם ציון הק'

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:50 pm

עס שיינט אז ס'איז סוף זמן, און מען גרייט זיך צו מאכן חזרה אויף די פארגאנגענע זמן.
ווער איז געווען שולדיג אין די טראגעדיע? דארף מען יא אדער נישט מאכן תיקונים וכו' וכו' וכו'.

די סברא פשוטה זאגט, אז א פלאץ וואו עס קומען זיך צוזאם טויזענטער טויזענטער מענטשן, דארף מען טוהן דאס מינימום השתדלות עס זאל נישט קומען לידי סכנה.
רוב זאכן וואס זענען געבויעט געווארן אין מירון במשך די יארן, זענען געבויעט געווארן דורך חשובע עסקנים, ותשואות חן להם, אבער איז נישט אויסגעהאלטן מיט "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם". נישט די שביל ר' דוב, נישט די שטיבלעך אין די הייעך אויף סקעפאלדס, נישט די הכנסת אורחים, וכו' וכו' וכו'. יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט ריכטיג.
נאר וואס דען, וויבאלד אלעס איז געבויעט אן קיין קאאפעראציע פון די רעגירונג, ממילא איז עס געבויעט געווארן אזוי, נוסח קארלינער ברענטשעס.

וואס איז די עצה? ווייסעך נישט. לאזן די רעגירונג אליינס טוהן, איז זיכער נישט גוט ברוחניות. און ווער ווייסט צו בגשמיות יא.
זיך שלאגן מיט די רעגירונג, און גארנישט לאזן טוהן? דאן מוז מען האבן א הבטחה פון א בעל רוח הקודש אז קיינער וועט נישט געשעדיגט ווערן בזכות התנא רבי שמעון בר יוחאי.
דאס בעסטע וואלט געווען אויב מען קען שאפן א שטיקעלע צוזאמענארבעט מיט די איסטאנצן, כאטשיג די גאר קנאי'שע קרייזן קענען דאס נישט טוהן, אבער פון די אלע עסקנים איז זיכער פארהאן אזעלכע וואס קענען האנדלן מיט זיי, עס זאל בלייבן אונטער די פירערשאפט פון די עסקנים, אבער זאל געבויעט ווערן מיט א געהעריגע סטרוקטשער, אונטער די אויפזיכט פון א געהעריגע קאנסטראקשן קאמפאני. איך בין נאר נישט זיכער אויב עס קען אמאל געשעהן.
That's what you get when you order a president by Mail

(credit: shimon7323)

אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:53 pm

ווערעצקי האט געשריבן: כאטשיג די גאר קנאי'שע קרייזן קענען דאס נישט טוהן, אבער פון די אלע עסקנים איז זיכער פארהאן אזעלכע וואס קענען האנדלן מיט זיי, עס זאל בלייבן אונטער די פירערשאפט פון די עסקנים, אבער זאל געבויעט ווערן מיט א געהעריגע סטרוקטשער, אונטער די אויפזיכט פון א געהעריגע קאנסטראקשן קאמפאני. איך בין נאר נישט זיכער אויב עס קען אמאל געשעהן.



הלוואי זאל דאס געשעהן
כרגע טוהט די רעגירונג מה שליבם חפץ

אגב, אין די וועדת החמישה וואס קאנטראלירט היינט די ציון, איז דא א איד וואס שטעלט פאר די צרכים פון די דערמאנטע חדר אויך און האט שוין געראטעוועט גדולות ונצורות
אבער די גאנצע וועדת החמישה איז געבויט יעדער איידנער מיט אינטרעסן איינס פארקערט פונען אנדערע, און גארנישט וועט זיך נישט ריקן מיט זיי

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך יצחק אייזיק » זונטאג אוגוסט 22, 2021 8:41 pm

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
צביירושלים האט געשריבן:דע אלע שטיבלעך איז א פאר יאהר אינגאנצען

יא יא
ר' בן ציון קופששרטוק ז"ל האט דאס אויפגעשטעלט

די פראבלעם איז לאו דווקא מיט די שטיבלעך זעלבסט, (וואס פאר זיך איז דאס א געוואלדיגע זאך, אויב יא נעמט דאס נאר אראפ שטופעניש און נישט פארקערט)

נאר בעיקר אז די מדינה האט אנגעהויבן טוען וואס ס'שמעקט זיי אין מירון, א זאך וואס ביז אהער האבן זיי זיך נישט געוואגט,
און דאס קען טוישן די גאנע אידישע אויסזעהן פוןנעם ציון הק'

די שטיבלעך איז געווען א חורבן פון די ערשטע מינוט. עס איז גוט פאר א מנחה אדער תהילים מיט עיר קאנדישען, אבער פאר די געדרענג ביים מערה איז עס א חורבן.

נאר גלייך נאך מ'האט עס געבויט האט מען אנגעהויבן דעם נייעם סדר פון אריין און ארויס ל"ג בעומר וואס די משטרה האט אינפארסירט, וואס האט פארלייכטערט דעם מצב. אבער ס'איז זיכער אז אן די שטיבלעך איז די געדרענג בעסער ביים מערה. קיין ספק נישט. שטיבלעך זענען גאר גוט, אבער אונטן פונעם בארג, נעבן די ישיבת המקובלים קעגן איבער, נישט אויבן ביים שמאלסטן דורכגאנג. רח"ל וויפיל אסונות האבן שוין כמעט פאסירט אויף יענע טרעפ.

מעגליך אז די רשעים פלאנען א 'אתר תיירים' און ס'וועט זיין א פחד אהינצוגיין, אבער די ערשטע פאזע פון אוועקנעמען די שטיבלעך איז א גוטע זאך.

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג אוגוסט 22, 2021 9:05 pm

פארוואס קען מען נישט אויס גראדן דעים גאנצער פלאץ נעבן תולדת אהרן?

Screenshot_20210822-210309_Earth.jpg
Screenshot_20210822-210309_Earth.jpg (618.98 KiB) געזעהן 4420 מאל
Just do it

הײמישער זײגער
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך הײמישער זײגער » זונטאג אוגוסט 22, 2021 9:30 pm

האביך מיר דעשראקן און געמיינט מען רעדט פון די קליינע שטיבלעך די צווייטע שטאק..
איך הער די אזויגערופענע פראבלעמען מיט די שטיבלעך אבער וואס האט דאס מיט די שטיפעניש ביי שביל ר דוב?

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אינטערוועגענס

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך חאצקיל בעל עגלה » זונטאג אוגוסט 22, 2021 11:56 pm

Wow a1 האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט אויס גראדן דעים גאנצער פלאץ נעבן תולדת אהרן?

Screenshot_20210822-210309_Earth.jpg


און אפשר אויכט גאנץ מאנסי?
סאיז צו שווערע ארבעט, און וועט קאסטען א הון תועפות
תהא שנת פרנסה בשפע
תהא שנת פרנסה בריווח
תהא שנת פרנסה בניקל
תהא שנת פרנסה בהיתר

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:03 am

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט אויס גראדן דעים גאנצער פלאץ נעבן תולדת אהרן?

Screenshot_20210822-210309_Earth.jpg


און אפשר אויכט גאנץ מאנסי?
סאיז צו שווערע ארבעט, און וועט קאסטען א הון תועפות



עס איז דא גענוג געלט..

נישט דעס איז די פראבלעם
Just do it

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:49 am

די רעגירונג האט קיין אינטערעס אין מירון לטובת חרדי'שע אידן, אויב עפעס, זענען זיי אינטערעסירט אין דאס פארקערטע.
זייי ווילן זיין בעלי בתים אויפן ארט, און דאס איז צו אונזער גוטער מזל, נאכנישט געשען.
די מרפסת הכהנים, זענען טאקע יא די שטיבלעך אברהם יצחק יעקב וכו' אין בעק פון די מערה, דאס איז געבויעט גוט, ס'איז קיין סכנה.
טאמער פאנגען זיי אן אוועקצונעמען די זאכן וואס זענען לשיטתם נישט געבויעט לעגאל, זאלן זיי ערשט אוועקטראסקען די פאליציי סטאנציע, העכערן מערה, נאכדעם זאלן זיי קומען צום מרפסת הכהנים
א באנדע פארברעכער!

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:55 am

זילבערווערק האט געשריבן:די רעגירונג האט קיין אינטערעס אין מירון לטובת חרדי'שע אידן, אויב עפעס, זענען זיי אינטערעסירט אין דאס פארקערטע.
זייי ווילן זיין בעלי בתים אויפן ארט, און דאס איז צו אונזער גוטער מזל, נאכנישט געשען.
די מרפסת הכהנים, זענען טאקע יא די שטיבלעך אברהם יצחק יעקב וכו' אין בעק פון די מערה, דאס איז געבויעט גוט, ס'איז קיין סכנה.
טאמער פאנגען זיי אן אוועקצונעמען די זאכן וואס זענען לשיטתם נישט געבויעט לעגאל, זאלן זיי ערשט אוועקטראסקען די פאליציי סטאנציע, העכערן מערה, נאכדעם זאלן זיי קומען צום מרפסת הכהנים
א באנדע פארברעכער!


פונק אזוי, ר' בן ציון קופרשטאק זצ"ל האט געבויט די שטיבלאך, און עס געמאכט מיט א קאנסטרוקטער (וועגן דעם האט בית משפט עס גלאזט בלייבן ווען מען האט עס געבויט).
אגב, דעם שטח אונטער תולדות אהרן פאברייט מען נישט, וועגן תולדות בוסקילה ודומיו...

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 9:21 am

תולדות בוסקילה?
Just do it

טראוועי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך טראוועי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 9:48 am

האט די רעגירונג שוין גענדיגט מיט די אויספארשינג ווי אזוי די מירון טראגעדיע איז געשען אז מען טוט שוין למעשה ?

אוועטאר
טישטוך
גראמעזיע פארמעסט געווינער
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 9:51 am

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די סברא זאגט אז ווי מער שטחים מ'וועט פארמאכן, און שטיבלעך פארקנאקן און פארענטשעס פארווארפן, וועט אלס די שטופעניש זיין ווייניגער און ווייניגער, און אט אזוי וועט מען פארמיידן די קומענדיגע אומגליק ל"ע.
ונשמרתםמאודלנפשותיכם#

די פלענער זאגן נאך עפעס,
וואס מער מ'וועט דארט קלענער און ליידיגער מאכן
וועט קיין חרדישער איד נישט קענען אריינטרעטן דארט,
זי ווילן דאס פארוואנדלען אין א אתר תיירות, (Tourist attraction)
קיין איינס פון די פלענער זייערע וואס זיי ארבעטן שוין יארן דערויף רעכנט זיך נישט מיט די חרד'ישע צרכים

והדברים ידועים

הדברים אינם ידועים בכלל, און איך מיין אז נאך אזא שרעקליכע פאסירונג איז העכסט צייט אז די קנאי'שע אנארכיסטן (חלילה נישט פארטוישן מיט די ערליכע חרדים לדבר ה') זאלן אראפנעמען זייערע לאפעס פון דעם הייליגן מקום, און לאזן איינריכטן די נויטיגע רענאוואציעס וואס עס פעלט זיך אויס. מירון וועט נישט זיין אן אתר תיירות, קיינער וועט דאס נישט צולאזן.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:00 am

טראוועי האט געשריבן:האט די רעגירונג שוין גענדיגט מיט די אויספארשינג ווי אזוי די מירון טראגעדיע איז געשען אז מען טוט שוין למעשה ?

נעכטן אנגעפאנגען מיט הערן עדות פון אחראים, עס זעהט אויס אז זיי מאכן א פיינעם ארבעט.

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Mezofzef » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:08 am

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די סברא זאגט אז ווי מער שטחים מ'וועט פארמאכן, און שטיבלעך פארקנאקן און פארענטשעס פארווארפן, וועט אלס די שטופעניש זיין ווייניגער און ווייניגער, און אט אזוי וועט מען פארמיידן די קומענדיגע אומגליק ל"ע.
ונשמרתםמאודלנפשותיכם#

די פלענער זאגן נאך עפעס,
וואס מער מ'וועט דארט קלענער און ליידיגער מאכן
וועט קיין חרדישער איד נישט קענען אריינטרעטן דארט,
זי ווילן דאס פארוואנדלען אין א אתר תיירות, (Tourist attraction)
קיין איינס פון די פלענער זייערע וואס זיי ארבעטן שוין יארן דערויף רעכנט זיך נישט מיט די חרד'ישע צרכים

והדברים ידועים

אויפן ערגסטן פאל וואס איר זעהט פאר, אז חרד'ישע אידן וועלן מער נישט קענען גיין דארט, וועלן כאטש נישט זיין קיין הרוגים מער...
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך Programming » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:11 am

זילבערווערק האט געשריבן:די רעגירונג האט קיין אינטערעס אין מירון לטובת חרדי'שע אידן, אויב עפעס, זענען זיי אינטערעסירט אין דאס פארקערטע.
זייי ווילן זיין בעלי בתים אויפן ארט, און דאס איז צו אונזער גוטער מזל, נאכנישט געשען.
די מרפסת הכהנים, זענען טאקע יא די שטיבלעך אברהם יצחק יעקב וכו' אין בעק פון די מערה, דאס איז געבויעט גוט, ס'איז קיין סכנה.
טאמער פאנגען זיי אן אוועקצונעמען די זאכן וואס זענען לשיטתם נישט געבויעט לעגאל, זאלן זיי ערשט אוועקטראסקען די פאליציי סטאנציע, העכערן מערה, נאכדעם זאלן זיי קומען צום מרפסת הכהנים
א באנדע פארברעכער!


די רעגירונג טוישט זיך כסדר. וועמענס אינטערעסע איז צו באקומען בעלות אין מירון? (מעגליך די לאנג יעריגע, דיפ סטעיט פקידים אין משרד התיירות, אדער ענליך?) וואס ברויכן זיי אזוי וויכטיג די בעלות?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:13 am

טישטוך האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די סברא זאגט אז ווי מער שטחים מ'וועט פארמאכן, און שטיבלעך פארקנאקן און פארענטשעס פארווארפן, וועט אלס די שטופעניש זיין ווייניגער און ווייניגער, און אט אזוי וועט מען פארמיידן די קומענדיגע אומגליק ל"ע.
ונשמרתםמאודלנפשותיכם#

די פלענער זאגן נאך עפעס,
וואס מער מ'וועט דארט קלענער און ליידיגער מאכן
וועט קיין חרדישער איד נישט קענען אריינטרעטן דארט,
זי ווילן דאס פארוואנדלען אין א אתר תיירות, (Tourist attraction)
קיין איינס פון די פלענער זייערע וואס זיי ארבעטן שוין יארן דערויף רעכנט זיך נישט מיט די חרד'ישע צרכים

והדברים ידועים

הדברים אינם ידועים בכלל, און איך מיין אז נאך אזא שרעקליכע פאסירונג איז העכסט צייט אז די קנאי'שע אנארכיסטן (חלילה נישט פארטוישן מיט די ערליכע חרדים לדבר ה') זאלן אראפנעמען זייערע לאפעס פון דעם הייליגן מקום, און לאזן איינריכטן די נויטיגע רענאוואציעס וואס עס פעלט זיך אויס. מירון וועט נישט זיין אן אתר תיירות, קיינער וועט דאס נישט צולאזן.

א. ווער זענען די "קיינער"???
ווי שטארק איך גלייך נישט די חברה, זענען זיי די איינציגסטע וואס מאכן זיך שמוציג די הענט למען קדשי ישראל.
ב. די פאסירונג איז לכאורה געשעהן מיטן נארישע אנפירונג פון משטרת ישראל, גיי הער דעם נעכטיגע עדות פון שמעון לביא וואס איז ארויסגעקומען א למך.
ג. די רענאוואציעס און ציון האט גארנישט צו טוהן מיט דעם אדער יענעם, עס זענען דא 3 חלקים און מירון.
1. דעם שטח ארום דעם ציון און די גאנצן בארג. דאס האט צוטוהן ריין מיטן גאווערמענט.
די באדס הארט ביים ציון (ווי כל מיני מרעין האבען זיך באזעצט דארט), וואס דאס האט ווייטער בעיקר מיטן גאווערמענט וואס האלטן זיך נישט ביים אנשטרענגען וויל די ציון איז ב"ה נישט און זייער הענט.
3. דעם ציון אליין, דא האט מען שוין גאנץ מסודר זייט מען האט אויפגעשטעלט ועדת החמשה, און רוב רענאוואציעס זענען ב"ה געמאכט געווארן, און מען האט נישט צופיל זיך געקימערט מוט די סיקריקים.
לעצט פאראכטן דורך רעבעלע אום מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:14 am

Programming האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:די רעגירונג האט קיין אינטערעס אין מירון לטובת חרדי'שע אידן, אויב עפעס, זענען זיי אינטערעסירט אין דאס פארקערטע.
זייי ווילן זיין בעלי בתים אויפן ארט, און דאס איז צו אונזער גוטער מזל, נאכנישט געשען.
די מרפסת הכהנים, זענען טאקע יא די שטיבלעך אברהם יצחק יעקב וכו' אין בעק פון די מערה, דאס איז געבויעט גוט, ס'איז קיין סכנה.
טאמער פאנגען זיי אן אוועקצונעמען די זאכן וואס זענען לשיטתם נישט געבויעט לעגאל, זאלן זיי ערשט אוועקטראסקען די פאליציי סטאנציע, העכערן מערה, נאכדעם זאלן זיי קומען צום מרפסת הכהנים
א באנדע פארברעכער!


די רעגירונג טוישט זיך כסדר. וועמענס אינטערעסע איז צו באקומען בעלות אין מירון? (מעגליך די לאנג יעריגע, דיפ סטעיט פקידים אין משרד התיירות, אדער ענליך?) וואס ברויכן זיי אזוי וויכטיג די בעלות?


פונקט אזוי! זיי פירן כמעט אללעס...
זיי טוישן זיך נישט...

רעבעלע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:37 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובהדורך רעבעלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 10:27 am

Wow a1 האט געשריבן:תולדות בוסקילה?


ארום דעם ציון האבן כל מיני ספרדישע משפחות לאנגיאריגע חזקות וואס זיי האבן זיך אויפגעשטעלט געצעלטן, במשך די יארן האט מען זיי אביסל ארויפגערוקט, חוץ פון א משפחה מוטן נאמען בוסקילה וואס האבן שטארקע פאליטישע קאנעקשענס, און האבן זיך אויפגעבויט א באנג הארט צום שטח פון הדלקת תולדות אהרן, און געלייגט א שילד תולדות בוסקילה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla, אבן יקרה, יש מבין, כאפצעם, פארצייטיש, פעטער ליפא, קראכטס אלע, קרייסלער, שמייכל תמיד און 72 געסט