בלאט 1 פון 1

לאמיר מטכס עצה זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 3:16 pm
דורך חיים
רבותי לאמיר מטכס עצה זיין וויאזוי אויפצולעבן דער פורום עס שלאפט טיף און מען מעלדט נאר נייעס אמאל א מיטוואך און ווייניג שרייבערס אויף די נייעס פורום מען דארף עס געהעריג אהערשטעלן און עס אויף לעבן וואס זאגט איר דערצו?"

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 3:21 pm
דורך 3x0
פאליטיק איז נישט ערלויבט דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 3:24 pm
דורך סתם_אזוי
אבער עס איז די מערסטע אינטערעסאנט!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 4:03 pm
דורך פויער
נו עפען דיר אן אייגענע וועבזייטל וועסטו עס קענען פירן לויט דיין געשמאק
דא איז אבער דא תקנות

Re: לאמיר מטכס עצה זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 4:23 pm
דורך צייטליך
חיים האט געשריבן:רבותי לאמיר מטכס עצה זיין וויאזוי אויפצולעבן דער פורום עס שלאפט טיף און מען מעלדט נאר נייעס אמאל א מיטוואך און ווייניג שרייבערס אויף די נייעס פורום מען דארף עס געהעריג אהערשטעלן און עס אויף לעבן וואס זאגט איר דערצו?"


דער ערשטער עצה דערפאר איז - פארשטייט זיך איך רעדט פון אזעלעכע נייעס וואס איז געשריבן געווארן ביז אהער - אז די ר' חיים זאלסט אנפאנגען צו שרייבן דורכן טאג אלע נייעס וואס קומען פאר איבער דער גארער וועלט. ברענג עס אראפ אינעם אידישן שפראך און לייג עס שיין אויס אז דער עולם זאל הנאה האבן און עס וועלן ליינען.

ברויכסט נישט מטכס עצה זיין און טראכטן פון צען פלעצער וויאזוי מ'קען אויפלעבן דעם פורום - וואס אגב האלט איך אז ס'איז זייער לעבעדיג, די שרייבער'ס דא שרייבן נישט נאר דא, זיי שרייבן אונעם גאנצן קרעטשמע, און זיי ארבייטן אויך (אזוי? כאניש געוויסט..)- איר זענט די מענטש וואס קען עס מער אויפלעבן, אז איר וועט שרייבן וועט עס לעבן און אז איר וועט זיכן עצה'ס וועט איר בלייבן מיטן זיכן.

נא, איר נעמט אייך צו דער ארבייט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 4:38 pm
דורך מיללער
ולא עוד אלא, סתם נייעס אן קיינע קאנעטארען איז שוין דא אזויפיל זייטלעך כחול הים, דא פרובירט מען צו דיסקאסען אין די וועג פון א פארום נייעס און געשעענישען, מיר איז גוט איינס א טאג אויך, איינס אבער א גוטס.

טריאו,
וואס הייסט פאליטיק איז נישט ערלויבט? מעקעין-אבאמא וויפיל ס'גייט, אה די מיינסט לשה"ר ורכילות, דאס איז נישט ערלויבט אין ערגעץ.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 6:58 pm
דורך קרעמער
טריאו באציהט זיך צו א בילד וואס איז דא געווען אינעם ערשטן תגובה, וואס אלס מנהל האט ער דאס פארמעקט.

ר' חיים;

אדרבה, לאמיר מטכס עצה זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 12:20 am
דורך שוועמל
די עצה איז שוין טכוס

קרעמער נעם דיך צוריק צו איבערדאלמעטשערן די קאלא וואסער ווי אמאל. דער עולם האט הנאה געהאט דאן.