בלאט 1 פון 1

מדינת ישראל האט באשלאסן צו מאכן די טויש...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 10:22 am
דורך פויער
די טמא'נע כנסת האט ביי א זיצונג היינט באשלאסן מיט א מערהייט פון 22 קעגן 3 צו אויסטוישן דעהם חיזבאלא טעראריסט פאר די קערפער פון די צוויי סאלדאטן אלדד רגב און אהוד גאלדוואסער וואס זענען פארכאפט געווארן זומער ס"ו באלד 2 יאר וואס האט געפירט צו די 2'טע לבנון מלחמה

די מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט געזאגט באלד אנפאנג אז יעדער דארף אינאכט נעמען אז לויט זיינע שפיאנאזש באריכטן אין אינוועסטיגעישאנס זענען זיי לכאורה שוין טויט און דאס איז א'ן אויפטויש פאר טויטע קערפער און מען ברענג נישט אהיים לעבעדיגע קערפער אבער דאך האט ער נאך א לענגערע טראכטן באשלאסן יא צו וועלן פאר'ן טויש

קומענדיגע נייעס וועט נאכפאלגן
ק.נ.א.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 10:50 am
דורך שוועמל
די טעמע איז א אנגעווייטאגטע און זייער זייער א האקעלע.
זאל דער פון אויבן אונז פירן אויפן ריכטיגן וועג און ברענגען משיח'ן און א סוף צו אלע צרות.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2008 7:15 pm
דורך קרעמער
עס איז געווען א קאבינעט זיצונג, נישט קיין כנסת אפשטימונג.

יישר כח פויער פארן באריכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 3:11 pm
דורך צייטליך
לויט ווי 'אידישע וועלט' באריכטעט קלאפן זיך עטליכע טעראריסטישע גרופעס למינהם דאס קעפל אין פלייצע, זיי זעהן שוין פאר א גרינגער וועג וויאזוי מ'וועט צוריק באקומען די איינגעשפארטע חברים אין איזריעל, מ'וועט צוכאפן נאך א סאלדאט און דאן פארהאנדעלן און צוריק געבן די קערפער פון זיי און אזוי ארום צוריק באקימען די שותפים לדבר מצוה.


דא האט איר א שטיקל פון 'אידישע וועלט':

"עזה _ כאמאס פירער האבן מאנטאג געזאגט אז זיי וועלן הייבן דעם פרייז פאר'ן באפרייען פון גלעד שליט, פארזיכערט מיט זייער זיג, צוליב מדינת ישראל'ס באשלוס אויסצוטוישן די געשטארבענע סאלדאטן פאר גרויזאמע חיזבאללא מערדער און אפאר הונדערט פאלעסטינער טעראריסטען. די קאנצעסיעס ווערן דורך די אראבער געזען ווי א שוואכקייט, און זיי האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן זעהן עס אויסצונוצן אין דער צוקונפט.

כאמאס מיליטאנטן האבן פארכאפט גלעד שליט צוויי יאר צוריק פון מדינת ישראל טעריטאריע. דריי וואכן דערויף האט די חיזבאללא פארכאפט גאלדוואסער און רגב, וועלכע האט צוגעברענגט צום צווייטן לבנון מלחמה.

אין מדינת ישראל טשוכעט מען זיך איצט אויס פון די אנגעצויגענקייט אין די לעצטע טעג צו מען זאל יא איינגיין אויפ'ן אויסטויש צו נישט. אסאך באשולדיגן די איצטיגע קאבינעט, אין א דאפעלטע דורכפאל. דהיינו: די זעלביגע מיניסטארן וועלכע האבן אויסגערופן קריג קעגן חיזבאללא צוויי יאר צוריק, און געזאגט אז מען וועט מיט זיי נישט פארהאנדלען נאר קעמפען ביז ווילאנג מען וועט צוריק באקומען די סאלדאטן, האבן יעצט יא צוגעשטימט צום אויסטויש.

וכאן הבן שואל, אויב אזוי, וואס האט דען אויסגעפעלט די קריג? מ'האט דאך געקענט איינגיין אויפן זעלבען אויסטויש דאן, ווען די פרייז איז נאך געווען ביליגער, און נישט גיין אין קריג. מען וואלט זיך אויך פארשפארט די הונדערטער טויטע און פארוואונדעטע, און ווער רעדט נאך פון די מדינת ישראל שטאלץ וועלכער איז אזוי מיאוס דערנידערט געווארן, אזש זיי דרייען זיך נאך איצט מיט די נעזער אין דער ערד...

איינע פון די הויפט עזה מיליטאנטן, מחמוד זאהאר, האט אין אן אינטערוויו מיט די על-קודס ראדיא געזאגט אז כאמאס וועט אויסנוצן די איצטיגע אפמאך "צו באפרייען טעראריסטן מיט בלוט אויף די הענט פונקט ווי סאמיר קאנטאר. מיר דארפן כאפן די געלעגענהייט צו באפרייען אונזערע ארעסטאנטן."

מדינת ישראל'ס רעגירונג ווארטזאגער האט נישט געוואלט קאמענטירן אויף זאהאר'ס באמערקונגען.

קריטיקירער אינערהאלב די מדינת ישראל רעגירונג קאבינעט וועלכע זיינען קעגן דעם אפמאך אויסצוטוישן סאלדאטן'ס קערפער פאר לעבעדיגע טעראריסטן, זאגן אז די מיליטאנטן וועלן איצט האבן אסאך מאטיוואציע צו פארכאפן סאלדאטן, און א קלענערע סיבה זיי צו לאזן לעבן.

עס איז אינטערסאנט צו באטאנען אז אין 1985 האט מדינת ישראל באפרייט 1,150 פאלעסטינער אין אויסטויש פאר דריי סאלדאטן פארכאפט פון די חיזבאללא. די באפרייטע טעראריסטן האבן געשפילט א הויפט ראלע אין די געפערליכע אינטיפאדא וועלכער האט זיך אנגעהויבן צוויי יאר דערויף אין 1987.


עד כאן מ'אידישע וועלט.

רבותי, האלט אייך פאר די אויגן די ווערטער וואס רביהקוה"ט מ'סאטמאר זי"ע האט געזאגט "דארט וועט קיין שלום נישט זיין ביז משיח וועט קומען"