נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

shalsheles האט געשריבן:בודק ברענגט סטראבעריס פון גוואטאמאלא, אפשר א פרנסה געלעגנהייט פאר די די לאקאלע אידן/גרים..
D5CA696D-7A88-4C9F-B798-984178D20B69.jpeg

כ'האב מורא אז די גרים וועלן נישט לאזן די ווערים פון די סטראבעריס פארקויפט ווערן פאר היימישע אידן...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

משה בארא פארק האט געשריבן:
גוואטעמאלא האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:אינטערוויו: א כולל בוקר איז געגרינדעט געווארן אין גוטאמאלא וואו די חשובע גרי הצדק זיצן און לערנען תורה, "יום כיפור זענען געווען דרייצן אידן און מען האט געדאווענט דרייצן שעה", איך האב היינט באקומען א גרויס פונעם כולל אז דער עולם זיצט און לערנט פלייסיג' אין צוויי וואכן ארום קומט ווידער פאהר א חתונה אין שטעטל, און די וואונדערליכע געשיכטע ווי אזוי דער חתן איז געווארן א גר צדק ד' חיי שרה פ״ב הרב עקיבא קליין
איינער ווייסט ווער עס זעננען די צוויי קהילות?

ביידע קהילות זענען יוצאים פון לב טהור. איינס איז די קהילה וואס מיר זענען דא דן, באזירט בעיקר אויף יוצאי על-סארוואדאר.
און די אנדערע קהילה בהנהלת ר' משה אברהם סאנטוס געפינט זיך אין גוואטעמאלא סיטי, בעיקר פאר גוואטעמאלישע איינוואוינער.

אגב, קומט א פרישע חתונה די וואך אין קהילת אור חדש גוואטעמאלא, א חשובע גר וגיורת.

קומט א איידעלע באשיינדע חתונה.

ppl are going to this wadding also?

עטליכע רבנים ועסקנים
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

גוואטעמאלא האט געשריבן:
משה בארא פארק האט געשריבן:
גוואטעמאלא האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:אינטערוויו: א כולל בוקר איז געגרינדעט געווארן אין גוטאמאלא וואו די חשובע גרי הצדק זיצן און לערנען תורה, "יום כיפור זענען געווען דרייצן אידן און מען האט געדאווענט דרייצן שעה", איך האב היינט באקומען א גרויס פונעם כולל אז דער עולם זיצט און לערנט פלייסיג' אין צוויי וואכן ארום קומט ווידער פאהר א חתונה אין שטעטל, און די וואונדערליכע געשיכטע ווי אזוי דער חתן איז געווארן א גר צדק ד' חיי שרה פ״ב הרב עקיבא קליין
איינער ווייסט ווער עס זעננען די צוויי קהילות?

ביידע קהילות זענען יוצאים פון לב טהור. איינס איז די קהילה וואס מיר זענען דא דן, באזירט בעיקר אויף יוצאי על-סארוואדאר.
און די אנדערע קהילה בהנהלת ר' משה אברהם סאנטוס געפינט זיך אין גוואטעמאלא סיטי, בעיקר פאר גוואטעמאלישע איינוואוינער.

אגב, קומט א פרישע חתונה די וואך אין קהילת אור חדש גוואטעמאלא, א חשובע גר וגיורת.

קומט א איידעלע באשיינדע חתונה.

ppl are going to this wadding also?

עטליכע רבנים ועסקנים

פארוואס מאכט מען נישט אזא מצב ווי פארגע מאל?
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

קען מען דען יעדעס מאל??

ובאמת, פאריגע מאל איז געווען נאך פולע מאורעות הכנסת ס"ת, עטליכע ברית'ן, יציקת הבורות, באנייען די מקוה אין ביהמ"ד ועוד.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ארויף

געהערט עפעס פרישע נייעס ווער סקען אפדעיטען,

א דעלעגאציע פון ניו יורק איז דארט,

מהאט געברענגט א פרישע ספר תורה,

דא עפעס א חתונה,

מהאט געמאכט עפעס א ר' ישעילעס קאך,

יעצט קומט אריין די נייעס אז מלערענט זיי אויס די רעסעפי פון פשעווארסקע קוגעל
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

פאלעסיידס האט געשריבן:געהערט עפעס פרישע נייעס ווער סקען אפדעיטען,

א דעלעגאציע פון ניו יורק איז דארט,

מהאט געברענגט א פרישע ספר תורה,

דא עפעס א חתונה,

מהאט געמאכט עפעס א ר' ישעילעס קאך,

יעצט קומט אריין די נייעס אז מלערענט זיי אויס די רעסעפי פון פשעווארסקע קוגעל

און מזאגט זיי די ענין פון עסן בארשט מוצש’’ק
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

היינט אין די דבר יום

Dvar.png
Dvar.png (36.24 KiB) געזען 4003 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

שיינע חתונה יעצט.
דער עולם זעט שוין אויס ב"ה מער היימיש.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

בסד האט געשריבן:שיינע חתונה יעצט.
דער עולם זעט שוין אויס ב"ה מער היימיש.

בילדער ביטע
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

...
אטעטשמענטס
.
.
f2d8e097c35d43c4b03e6490eba601e2.jpg (128.18 KiB) געזען 3173 מאל
...
...
9a27e08cf1a04de29fb55d0f301b56ab.jpg (176.27 KiB) געזען 3173 מאל
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

...
אטעטשמענטס
Screenshot_20211111-222245_Video Player.jpg
Screenshot_20211111-222245_Video Player.jpg (586.32 KiB) געזען 3166 מאל
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

Capture.JPG
Capture.JPG (45.47 KiB) געזען 2708 מאל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

בס"ד
לבקשת כמה חברים וועלן מיר אפדעיטן אביסעלע מזמן לזמן מהנעשה והנשמע ביי אחב"י אין קהילת הקודש אור חדש אין גואטעמאלא יצ"ו.

***
מיטוואך אויפדערנאכט ביום כ"א כסליו זענען זיך אלע בני הקהילה צוזאם געקומען אינעם היכל הביהמ"ד אור חדש דרב"י אין גוואטעמאלא יצ"ו, אפצורעכטן דעם גרויסן סעודת הודאה לכבוד דעם בעל הנס רבינו הק' זי"ע אין וועמענס דרך זיי זענען אזוי דבוק ומקושר.

דעם עולם האט זיך געוואשן צום גרויסן סעודה, דאן איז געהערט געווארן דורך א האק-אפ ווארימע ווערטער דורך די מנהיג רוחני פון די קהילה הגה"צ רבי עזרא משה כאירה שליט"א דומ"ץ ומנהיג הקהילה וראה"כ אליבא דהילכתא, וועלכע האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די גרויס חשיבות און זכיה וואס די קהילה האט אז זיי האבן זוכה געווען זיך מדבק זיין אינעם הייליגן רבינ'ס וועג, און פירן זיך אלעס לויט זיינע פארלאנגן און הדרכות, און די מסירות נפש וואס די בני הקהילה האבן געהאט ווען זיי האבן צוריקגעוויזן די 'עליה' און די אלע גאלדענע גליקן וואס די 'סכנות' פון די מדינת הציונות האט זיי פארגעשלאגן, אלעס ווייל זיי ווילן זיך האלטן געטריי צום הייליגן רבינ'ס דרך.
דערנאך איז געהערט געווארן ווארימע דיבורים דורך הרה"ג ר' אברהם יצחק כאירה שליט"א פון קרית יואל יצ"ו, וועלכער האט משמיע געווען טייערע פערל ווערטער און ווארימע דברי חיזוק פאר די בני הקהילה.

דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד היום און געדאנקט דעם באשעפער אויף די גרויסע חסדים, ניסים ונפלאות דער אויבערשטער האט געטוהן מיטן הייליגן רבין זי"ע, און בפרטיות האט מען אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די אומבאשרייבליכע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די הייליגע קהילה אויף טריט און שריט.
ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת.
מערקט עטליכע אידן מיט שטריימלעך לכבוד דעם גרויסן יום הצלה.

6.jpeg
6.jpeg (57.15 KiB) געזען 1886 מאל
9.jpeg
9.jpeg (56.23 KiB) געזען 1886 מאל
אטעטשמענטס
4.jpeg
4.jpeg (64.9 KiB) געזען 1886 מאל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

***
גאר געהויבענע חנוכה טעג איז אריבער אויף די בני הקהילה פון קהילת הגרים ווען מיט גרויס שמחה האבן זיי ענטפאנגען דעם חשובן גאסט פון נוא יארק המחנך הנודע הרב ר' אברהם דוב עהרענטאהל שליט"א וועלכע איז ספעציעל געפארן קיין גואטעמאלא צו פראווענען דעם געהויבענעם יו"ט צווישן די בני הקהילה.

הרב ר' אברהם דוב שליט"א שטייט שוין א לענגערע צייט בראש פון די חינוך אפטיילונג אין די קהילה, און ממקום רחוק טוט ער אינאיינעם מיט זיין חשובע ב"ב תחי' מיט גרויס איבערגעגעבענקייט אנפירן אלע לימודים אא"וו סיי פונעם ת"ת און סיי פון דעם מיידל שולע, און זיי שטייען טעגליך בקשר מיט די ארטיגע מלמדים און לערערינ'ס איבער אלע סדרי הלימודים פאר די טייערע קינדערלעך.

א גרויס שמחה האט אלעמען אריבערגענומען ווען די חשובער מנהל שליט"א אינאיינעם מיט זיין ב"ב תחי' זענען ספעציעל געפארן פאר די צוויי טעג דינסטאג און מיטוואך צו וויילן צווישן די בני הקהילה. און עס איז טאקע אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר די צוויי חנוכה נעכט, ווען דער חשובער גאסט שליט"א האט געצינדן נרות חנוכה ברבים אינאיינעם מיט אלע חשובע בני הקהילה, און א לענגערע צייט פארברענגט בזמירות שירות ותשבחות.

נאך תפלת שחרית ואמירת הלל איז אפגעראכטן געווארן א גרויסע סעודת חנוכה, ווען אלע בני הקהילה זענען זיך צוזאמגעקומען און דער חשובער גאסט האט משמיע געווען ווארימע ווערטער איבער די גרויסקייט פון קדושת ימי החנוכה, און שטארקע דברי חיזוק פאר די חשובע בני הקהילה, וועלכע טוהן גאר אסאך אוועקגעבן פון א באקוועמע לעבענ'ס שטייגער, און לעבן בפשטות ובתמימות אלעס לעשות נחת רוח ליוצרו, און טוהן דעם רצון הבורא בשלימות.

אויך אין די עזרת נשים איז אפגעראכטן געווארן א רייכע סעודת חנוכה, צוגעשטעלט געווארן דורך די חשובע גאסט מרת עהרענטאהל תחי' אינאיינעם מיט די נשות הקהילה. און דערביי האט די חשובע גאסט אויפגעטרעטן מיט הארציגע חיזוק דיבורים פאר די ווייבער און די טייערע קינדערלעך.

מיטוואך אינדערפרי איז פארגעקומען א גרויסע שמחה ווען איינער פון די חשובע בני הקהילה מוה"ר אליהו כלב גאלדשטיין הי"ו האט געפראוועט א שמחת ה'חאלאקא' פאר זיין דריי יאריגע אינגל כמר מתתי' חיים שלמה ני"ו. ער איז געפירט געווארן אין חדר איבערגעדעקט מיטן טלית, באגלייט מיט געזינגערייען און ריקודין, און דערביי געזאגט די אלף בית כנהוג על ברכיו פונעם חשובען מנהל רבי אברהם דוב שליט"א.

ביי דעם באזוך האט דער חשובער מנהל שליט"א אויסגעניצט די געלעגענהייט און אפגעהאלטן עטליכע אסיפות מיט די מלמדים און לערערינס, און אזוי אויך מיט אלע חשובע עלטערן וואס האבן קינדער אין די ת"ת און מיידל שולע. און געגעבן וויכטיגע חינוך לעקציעס וואס איז נוגע אלע חשובע עלטערן.

אזוי אויך האט דער חשובער מנהל שליט"א מיטגעטראגן פולע הויפענס מיט וויכטיגע ספרים, אידישע ביכער, מתנות, און שפילצייג וואס וועט בע"ה אסאך ארויסהעלפן מיט די לימודים אין די ת"ת ובית חינוך.

עטליכע בילדער פון די 'חאלאקא'

1.jpeg
1.jpeg (201.98 KiB) געזען 1872 מאל

2.jpeg
2.jpeg (176.53 KiB) געזען 1872 מאל
66.jpeg
66.jpeg (146.96 KiB) געזען 1872 מאל
לעצט פארראכטן דורך גוואטעמאלא אום פרייטאג יאנואר 07, 2022 9:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

77 (1).jpeg
77 (1).jpeg (156.64 KiB) געזען 1865 מאל

12.jpeg
12.jpeg (86.47 KiB) געזען 1865 מאל

די שיינע מתנות וואס דער מנהל שליט"א האט פארטיילט פאר קינדער

Capture.JPG
Capture.JPG (117.57 KiB) געזען 1865 מאל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

א פרישע ליכטעלע האט אריינגעשיינט אין די ימי החנוכה ווען מען האט מיט גרויס שמחה אויפגענומען די גוטע בשורה מיטן געבורט פון א פריש געבוירן אינגעלע אין די קהילה, בן הנולד ביי מוה"ר ירחמיאל אברהם גוטמאן הי"ו.

די שמחת הברית מילה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר דעם פארגאנגענעם זונטאג, יום ז' דימי החנוכה, ווען צו די גרויסע שמחה איז געקומען צו פארן חשובע געסט פון נוא יארק, הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א ואתו עמו הרבני הנגיד מו"ה דוד שטיינבערג הי"ו ובנו הרבני הנגיד מו"ה אשר זעליג הי"ו.

זונטאג אינדערפרי ר"ח טבת נאך א גאר געהויבענע תפלת שחרית ואמירת הלל ומוסף איז געפראוועט געווארן די גרויסן שמחת הברית. עס איז געווען א שטארקע התרגשות ווען די אבי הבן הי"ו א גר צדק האט מכניס געווען בנו הנולד לבריתו של אברהם אבינו אין די טאג פון די יארצייט (לפי כמה שיטות) פון דער אבי הגרים אברהם אבינו ע"ה.

איידער מען איז צוגעגאנגן צום ברית האט מען פארגעליינט א קוויטל מיט אלע נעמען פון נדיבים בעם וועלכע שיקן כסדר תמיכה פאר די ארטיגע קהילה, און דערביי האבן די גרי צדק מתפלל געווען פאר ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם.

מיט קוואטער איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מו"ה אשר זעליג שטיינבערג הי"ו, אלס סנדק האט געדינט הרבני הנגיד מו"ה דוד שטיינבערג הי"ו, מגדולי תומכי הקהילה פון נוא יארק און מוהל איז געווען הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, דער רב שליט"א איז אויך מכובד געווארן מיט ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל 'יחזקאל שרגא' נאך הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע וועמענס יומא דהילולא געפאלט דעם יעצטיגן פרייטאג – ו' טבת.

דאן איז אפגעראכטן געווארן די גרויסע סעודת הברית ווי מען האט שיין פארברענגט בשירה וזמרה און געהויבענע טענץ לכבוד השמחה, לכבוד די ימי החנוכה ור"ח.
דאן האט דער רב שליט"א משמיע געווען ווארימע ווערטער פאר די בני הקהילה, און מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגן זיינע געפילן, נאך זייענדיג פאר א באזוך אין די קהילה פאר א יאר צוריק, ווען אלעס איז נאך געווען בבחינת ראשיתך מצער, און היינט איבער א יאר זעהט מען ב"ה די געוואלדיגע וואוקס און פולע אויפטוהן וואס איז אהערגעשטעלט געווארן במשך די פארלויפענע יאר ב"ה.

*

א פרישע רינגעלע אין די הערליכע אויפטוהן וואס קומט כסדר פאר אין די ראמען פון די קהילה, האט מען אין די יעצטיגע טעג מייסד געווען א הערליכע כולל ערב ובוקר, ווי די חשובע בני הקהילה קומען זיך צוזאם יעדע אויפדערנאכט און הערן זיך צו צום שיעור על סדר הש"ס, וואס ווערט פארגעלערענט דורך א חשובן מגיד שיעור שליט"א, ווי מען האט יעצט אנגעהויבן מסכת ברכות. און אין די פארטאגס שעות קומט מען זיך צוזאם און מען חזר'ט עס איבער מיט חברותות, און יעדע סוף חודש וועט געגעבן ווערן בחינות אויף די לימודים פונעם חודש, און ערהאלטן תמיכה, אזויווי עס איז שוין איינגעפירט אין אלע קהילות קדושות בישראל.

המשך יבוא אי"ה...

3.jpeg
3.jpeg (143.33 KiB) געזען 1844 מאל

44.jpeg
44.jpeg (164.32 KiB) געזען 1844 מאל

ברית יחזקאל שרגא בן ירחמיאל אברהם גוטמאן - חנוכה תשפב (33).jpeg
ברית יחזקאל שרגא בן ירחמיאל אברהם גוטמאן - חנוכה תשפב (33).jpeg (141.69 KiB) געזען 1844 מאל
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

5.jpeg
5.jpeg (238.94 KiB) געזען 1840 מאל

ברית יחזקאל שרגא בן ירחמיאל אברהם גוטמאן - חנוכה תשפב (40).jpeg
ברית יחזקאל שרגא בן ירחמיאל אברהם גוטמאן - חנוכה תשפב (40).jpeg (105.79 KiB) געזען 1840 מאל
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Wow.
זייער שיין און באלערנט.
מיר ווארטן פאר נאך.
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

גאר שיין מיטצוהאלטן ווי אונזער ברודער בויען זיך אויף אזוי שיין.

וואס איז די מעשה מיט זייער נייע רב וואס האט זיך אהינגעצויגן? איז עס דער וואס האט געהאט א ברוינע בעקיטשע, און באקומען ברכה אונטער די חופה ביי די לעצטע חתונה?
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

בילדער האט געשריבן:גאר שיין מיטצוהאלטן ווי אונזער ברודער בויען זיך אויף אזוי שיין.

וואס איז די מעשה מיט זייער נייע רב וואס האט זיך אהינגעצויגן? איז עס דער וואס האט געהאט א ברוינע בעקיטשע, און באקומען ברכה אונטער די חופה ביי די לעצטע חתונה?

יענער איז מיט די ברוינע ירושלימע לבוש הייסט רבי שאול בויער שליט"א, איך וואלט אים אנדערשט גערופן 'רבי' ווי 'רב'.
ער איז א געהויבענע איד א עובד ה' יומם ולילה, ער איז משפיע פאר די קהילה מיט ווארימע דרשות, תפלות וכו'

אבער יעצט איז די רעדע פון א 'רב', א אחריות'דיגע רב בכל המובנים.

א איד אויך א גר צדק וואס איז געקומען פון די פרעמד, ער איז באשאנקן מיט גאר שטארקע כשרונות און פעהיקייטן, א לשון לימודים און גאר א הארציגע מענטש, ער האט לאנגע יארן עקספיריענס אין אויפטון אין זיין געגענט פאר אידישקייט. און האט באקומען פול מיט שימוש און הדרכות פון הגאון פוסה"ד בעל שבט הלוי זצ"ל וועלכע האט אים אנגעוויזן אויף אלע זיינע ענינים את הדרך שילכו בו, ער איז זייער א שטארקע און אחריות'דיגע פירער.

במילא עס איז צום האפן אז זיין אנוועזענהייט וועט גאר אסאך אויפטון לטובת הקהילה, ווי די לעצטע עטליכע וואכן האט ער שוין באוויזן גאר גרויסע אויפטוהן ביי די ארטיגע בני הקהילה.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גוואטעמאלא האט געשריבן:
בילדער האט געשריבן:גאר שיין מיטצוהאלטן ווי אונזער ברודער בויען זיך אויף אזוי שיין.

וואס איז די מעשה מיט זייער נייע רב וואס האט זיך אהינגעצויגן? איז עס דער וואס האט געהאט א ברוינע בעקיטשע, און באקומען ברכה אונטער די חופה ביי די לעצטע חתונה?

יענער איז מיט די ברוינע ירושלימע לבוש הייסט רבי שאול בויער שליט"א, איך וואלט אים אנדערשט גערופן 'רבי' ווי 'רב'.
ער איז א געהויבענע איד א עובד ה' יומם ולילה, ער איז משפיע פאר די קהילה מיט ווארימע דרשות, תפלות וכו'

אבער יעצט איז די רעדע פון א 'רב', א אחריות'דיגע רב בכל המובנים.

א איד אויך א גר צדק וואס איז געקומען פון די פרעמד, ער איז באשאנקן מיט גאר שטארקע כשרונות און פעהיקייטן, א לשון לימודים און גאר א הארציגע מענטש, ער האט לאנגע יארן עקספיריענס אין אויפטון אין זיין געגענט פאר אידישקייט. און האט באקומען פול מיט שימוש און הדרכות פון הגאון פוסה"ד בעל שבט הלוי זצ"ל וועלכע האט אים אנגעוויזן אויף אלע זיינע ענינים את הדרך שילכו בו, ער איז זייער א שטארקע און אחריות'דיגע פירער.

במילא עס איז צום האפן אז זיין אנוועזענהייט וועט גאר אסאך אויפטון לטובת הקהילה, ווי די לעצטע עטליכע וואכן האט ער שוין באוויזן גאר גרויסע אויפטוהן ביי די ארטיגע בני הקהילה.

נאמען/ בילד?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

הרב יונתן אמיתי שליט"א
שו"ב אין קאסטאריקא
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

פון ווי האבן די חברה געלט צו לעבן טאג טעגליך? זיי ארבעטן? אדער אלעס איז פון ווארימע נדיבים בעם דאהי
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

באנאנא האט געשריבן:פון ווי האבן די חברה געלט צו לעבן טאג טעגליך? זיי ארבעטן? אדער אלעס איז פון ווארימע נדיבים בעם דאהי

ביידע איז אמת, רוב פון זיי זענען לעצטענס מסודר געווארן מיט פרנסות, וואס האפט אז מיט דעם זאלן זיי זיך קענען שטעלן אליינס אויף די פיס בע"ה, און אויף די איבריגע ארבייטן די עסקנים העפטיג זיי מסדר צו זיין.
(פארשטיי אז פאר א איד וואס ארבייט נישט שבת ויו"ט, איז גאר גאר שווער דארט מיט פרנסות, במילא מען דארף ערפינדען אייגענע זאכן וואס זאל זיי קענען ברענגן פרנסה)

ובעיקר, ווי לאנג אלעס שטעלט זיך אין פלאץ, ווערט געשיקט כסדר שיינע תמיכה, חלוקות, אא"וו בנדבת לבם הטוב פון אחב"י
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”