נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:02 am

ווי באקאנט געפינט זיך אין גואטאמעלע א חשובה קהילה פון גרים, וועלכע האבן זיך אפגעשלאסן פון לב טהור. און פירן זיך בדרך בתורה מיט מסירות נפש. זיי האלטן זיך שטארק אויפ'ן סאטמארע דרך.

מארגן מיטוואך קומט פאר די ערשטע חתונה דארט אין גואטאמעלע. מיט די השתתפת פון סענדזשארדזשע רב שליט"א, וואס פירט די קהילה פון דערווייטענס. ווי אויך א גרופע פון ניו יארק אריינגערעכנט עטליכע מורה הוראה פון קהילות סאטמאר מהר"א וויליאמסבורג. צוליב איינע פון די מורה הוראה הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א גיבט זיך איבער פאר זיי בלב ונפש.

לעצטנס איז געווען דארט א גרויסע הכנסת ספר תורה און ברית'ן. ווי אויך גייט מען איבער טובל'ן אלע גרים (צוליב די וואס גיי ווייס ווי אזוי די מקוה מיט די טבילה איז געווען ביי לב טהור ואכהמ"ל) אין די מקוה וואס זיי גייען יעצט באנייען, וואס זיי האבן געבויט מיט די הענט, מיט העק אין שאוולען. בהשגחת די דיין הרב בערנשטיין מו"ץ בסאטמאר.

דער עולם ווערט געבעטן צו מיטטיילן איבער די חתונה און מעמדים וואס קומען פאר די טעג.
לעצט פאראכטן דורך בסד אום דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:46 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

ברוך פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך ברוך פריעדמאן » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:13 am

D9A67806-1F73-43A5-97E3-F2258041F64B.jpeg
D9A67806-1F73-43A5-97E3-F2258041F64B.jpeg (209.38 KiB) געזעהן 8808 מאל

ברוך פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך ברוך פריעדמאן » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:14 am

9484BED4-5423-4994-8C51-80373D4B5AF8.jpeg
9484BED4-5423-4994-8C51-80373D4B5AF8.jpeg (181.36 KiB) געזעהן 8806 מאל

ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך ירוושלמי22 » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:27 am

דעס איז א קהילה אונטער לב טהור? אדער איין קהילה ממש?
און בכלל ווער איז היינט דער מנהיג פון לב טהור?

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:31 am

דוכט זיך זיי זענען אפגעטיילט פון לב טהור..
——
אבד״ק סאטמאר בכל קצוי תבל… גאר שטארקע חסידים…

אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 11:30 am

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך אינטערסאנטע איד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:35 am

אנטשולדיגט, איך וויל נאר זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי זענען אוועק פון לב טהור? די שרייבער האט נישט גוט געשריבן וויל איך פשוט זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי האבן זיך אפגעריסן פון לב טהור, און זיך געמאכט אן אייגן קהילה גוט פארשטאנען?

ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך ירוושלמי22 » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:35 am

הר גריזים האט געשריבן:דוכט זיך זיי זענען אפגעטיילט פון לב טהור..
——
אבד״ק סאטמאר בכל קצוי תבל… גאר שטארקע חסידים…

ווער האט דאס מייסד געווען?
וואס מיינט אבד"ק סאטמאר ברחבי תבל???

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך הויעך » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:40 am

ירוושלמי22 האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:דוכט זיך זיי זענען אפגעטיילט פון לב טהור..
——
אבד״ק סאטמאר בכל קצוי תבל… גאר שטארקע חסידים…

ווער האט דאס מייסד געווען?
וואס מיינט אבד"ק סאטמאר ברחבי תבל???

לכאורה ווייל זיי האבן געשריעבן דערנאך "גאב"ד ירושלים" און כדאי סזאל זיך נישט פארשטיין אלס "סאטמאר רב פון ירושלים" האבן זיי געשריעבן סאטמאר רבי איבעראל (ווי סאיז דא א סאטמארע קהלה) און עקסטער ירושלים רב (אויף אלע קהלות)
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך rutledge » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:42 am

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך וויל נאר זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי זענען אוועק פון לב טהור? די שרייבער האט נישט גוט געשריבן וויל איך פשוט זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי האבן זיך אפגעריסן פון לב טהור, און זיך געמאכט אן אייגן קהילה גוט פארשטאנען?

יא, זיי זענען אמאל געווען אין לב טהור

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש גואטאמעלע

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:46 am

rutledge האט געשריבן:
אינטערסאנטע איד האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך וויל נאר זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי זענען אוועק פון לב טהור? די שרייבער האט נישט גוט געשריבן וויל איך פשוט זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען, זיי האבן זיך אפגעריסן פון לב טהור, און זיך געמאכט אן אייגן קהילה גוט פארשטאנען?

יא, זיי זענען אמאל געווען אין לב טהור

פאראכטן.
געשריבן אפגעשלאסן, דער דומם האט מיר פאראכטן פאר אנגעשלאסן...

כהיום האבן זיי נישט קיין שום שייכות מיט לב טהור.

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:30 am

בסד האט געשריבן:ווי באקאנט געפינט זיך אין גואטאמעלע א חשובה קהילה פון גרים, וועלכע האבן זיך אפגעשלאסן פון לב טהור. און פירן זיך בדרך בתורה מיט מסירות נפש. זיי האלטן זיך שטארק אויפ'ן סאטמארע דרך.

מארגן מיטוואך קומט פאר די ערשטע חתונה דארט אין גואטאמעלע. מיט די השתתפת פון סענדזשארדזשע רב שליט"א, וואס פירט די קהילה פון דערווייטענס. ווי אויך א גרופע פון ניו יארק אריינגערעכנט עטליכע מורה הוראה פון קהילות סאטמאר מהר"א וויליאמסבורג. צוליב איינע פון די מורה הוראה הרה"ג די אברהם יצחק כאירה שליט"א גיבט זיך איבער פאר זיי בלב ונפש.

הרב כאירה איז א דיין וואס רעדט אויך ספאניש, אזוי קען מען קאמוניקירן מיט זיי גרינגער.
אגב, אלץ חסידי סאטמאר וואלטן זיי געדארפט שרייבן גוואטאמאלע מיט צוויי ווי'ן. איי געס זיי וועלן זיך צולערנען מיט די צייט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:35 am

וואס קאסט א הויז דארטען....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:40 am

זיך משתתף צו זיין און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון ואהבתם את הגר און הכנסת כלה
https://go.thechesedfund.com/chemed/guatemalawedding

האט גארנישט מיט מיר. איך האב גארנישט מיט די גאנצע זאך. הגם איך בין מקנא די וואס האבן א חלק דערין ַ

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:49 am

וויפיל קאסט א נאמען וואס מ'קען דערוועלן?

עכט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2015 2:01 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך עכט » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:52 am

א שטיק צייט צוריק האב איך באקומען א פראזענליכע באריכט פון דארט.
עס איז נישט משיג צו זיין וואס עס גייט דארט פאר.
די גרים לעבן דארט זייער ארים, מתוך הדחק איז צו א קליינע אויסדרוק.
עס וואוינען פיר משפחות צוזאמען מיט איין קאך און איין בית הכבוד.
א משפחה מיט קינדערליך האבן איין צומער צו שלאפן.

אבער וואס זיי האבן, איז שמחה!
די זהירת המצוות דארט איז געוואלדיג!

ביז לעצטענס האבן זיי נישט געהאט א ספר תורה.
הנגיד ר אהרן משה שלאגער האט מנדב געווען א ס"ת.
די הכנסת ספר תורה איז געווען אומבאשרייבלעך.
קודם האט מען אפגעווארט די ספר תורה ביים עירפארט מיט בגדי שבת.
די טאנצען דערנאך האט גענומען זייער לאנגע שעות מיט שמחה עצומות.

מיך האט זייער געכאפט די מציאות דארטן.

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 13811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:52 am

שוין געווען אן אינטערווויו מיט די חברה צוזאמען מיט הצדיק עקיבעלע קליין וואס העלפט זיי ארויס און פארט אראפ צו זיי גאר אפט
למספרם???!!

לייגט אריין וויפיל איר קענט לכבודי
הויכע קאמפיין וועריפייד דורכן מנהל "לכאורה"

לאמיר אנקומען צו $12,000

עכט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2015 2:01 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך עכט » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:56 am

אדער יא האט געשריבן:וויפיל קאסט א נאמען וואס מ'קען דערוועלן?


איר קענט רופן ר' עזרא משה כאירא.
איך גלייב עס וועט זיין שייך.

veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך veltsman » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:03 am

דריידל האט געשריבן:אגב, אלץ חסידי סאטמאר וואלטן זיי געדארפט שרייבן גוואטאמאלע מיט צוויי ווי'ן. איי געס זיי וועלן זיך צולערנען מיט די צייט

לכאורה נישט, ווייל זיי זאגן דאס אזויווי דארט GU גָוּ - אטעמאלא

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:05 am

veltsman האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אגב, אלץ חסידי סאטמאר וואלטן זיי געדארפט שרייבן גוואטאמאלע מיט צוויי ווי'ן. איי געס זיי וועלן זיך צולערנען מיט די צייט

לכאורה נישט, ווייל זיי זאגן דאס אזויווי דארט GU גָוּ - אטעמאלא

אויך געטראכט אזוי.

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:08 am

ווי האט זיך די גירות אנגעהויבן?
לב טהור שלעפט מענטשן זיך מגייר צו זיין?

האט נישט דוקא מיט די יעצטיגע געשעענישן. די קהילה איז הייליג אין דינען דעם אייבערשטען מיט מסירות נפש, מיט גרויס שמחה. איך פרעג די שורש דערפון.

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:12 am

אינטערוויו: "ואהבתם את הגר", אין די טעג קומען פאהר די לעצטע הכנות צום היסטארישן חתונה פון די גר און די גיורות וואס קומט פאהר אי"ה דעם מיטוואך אין קהילת אור חדש אין גוטאמאלא: הרב הערשל פעקעטע ‎
https://www.yiddish24.com/interviews/12/44858

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 13811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:39 am

בסד האט געשריבן:ווי האט זיך די גירות אנגעהויבן?
לב טהור שלעפט מענטשן זיך מגייר צו זיין?

האט נישט דוקא מיט די יעצטיגע געשעענישן. די קהילה איז הייליג אין דינען דעם אייבערשטען מיט מסירות נפש, מיט גרויס שמחה. איך פרעג די שורש דערפון.

אין יענע לענדער זענען דא אסאך שטארק רעליגעזע מענטשן וואס האבן נישט קיין השגה פארוואס זיי זענען קריסטן וכדומה
איינמאל זיי זעהן אידן קומען זיי אין די מאסן זיך מגייר צו זיין
למספרם???!!

לייגט אריין וויפיל איר קענט לכבודי
הויכע קאמפיין וועריפייד דורכן מנהל "לכאורה"

לאמיר אנקומען צו $12,000

קאסערע
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 4:26 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך קאסערע » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:20 am

ביטע איבערלייגן די לינק פונעם פרעזענטאציע

דריידל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס בקהילות אור חדש דרבינו יואל גואטאמעלע

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:38 am

פון וויפול מענטשן באשטייט די קהילה?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

קבלת פנים פאר די רבנים ודיינים

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:28 pm

מסבת קבלת פנים כל פאר די רבנים ודיינים וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין צו חתונה, ברית, טבילת גרים און הכנסת ספר תורה.
סענדזשארדזשער רב שליט"א טרעט אויף.
צוגעלייגטע
Screenshot_20210810-152449_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210810-152449_WhatsApp.jpg (421.96 KiB) געזעהן 7886 מאל
Screenshot_20210810-152409_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210810-152409_WhatsApp.jpg (303.37 KiB) געזעהן 7886 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט