נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

לאמיר טאקע הערן וואס זענען די פרנסות דארט?
כ'בין נייגעריג ווי אזוי אונזער לעכטיגע ברידער דעקן דעם חודש
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

געליינט אז היימישע ציצית פירמע קניפט דארט
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

ריכטיג, א שיינע פאר אידן זענען עוסק אין די ציצית, עטליכע זענען מלמדים אין ת"ת, און עטליכע טוהן קאר סערוויס.

מאכן פרנסה דארט מיט די גיו'אישע גאס איז כמעט נישט מעגליך צוליב שבת ויו"ט אא"וו.
במילא דארף מען טרעפן גענוג פרנסות פון אינעווייניג.

בכלל, די לעבער אין גואטעמאלא איז א ליצנות, 2 טאלער א שעה איז גאר שיין געצאלט. און א אידיש קינד קען פון דעם נישט לעבן, זיין כשרות למשל קאסט אים 10 מאל אזויפיל אא"וו.

אלע כשר'ע מאכלים דארף מען דארט ברענגן פון אמעריקא וואס קאסט א געוואלד, וכן די ת"ת וואס זיי קענען נישט שיקן אין א פובליק סקול, רפואה ענינים וואס זיי קענען לעת עתה נישט באקומען פון די שטאטישע און אישורענס.

(ביז זיי האבן נישט באקומען קיין גרויסע שיפמענטס פון נוא יארק האבן זיי דורכאויס די יאר נישט אריינגענומען א שטיקל פלייש אין מויל פון פסח ביז פסח, אין ניטאמאל פאר'מיליכיג'ט האבן זיי זיך נישט ווייל קיין חלב ישראל איז ניט פארהאנען... צו קידוש שב"ק פלעגט זיי קויפן טרויבן און עס אויסקוועטשען ווי מאסט און מיט דעם קידוש געמאכט יעדן שבת...)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

גוואטעמאלא האט געשריבן:ריכטיג, א שיינע פאר אידן זענען עוסק אין די ציצית, עטליכע זענען מלמדים אין ת"ת, און עטליכע טוהן קאר סערוויס.

מאכן פרנסה דארט מיט די גיו'אישע גאס איז כמעט נישט מעגליך צוליב שבת ויו"ט אא"וו.
במילא דארף מען טרעפן גענוג פרנסות פון אינעווייניג.

בכלל, די לעבער אין גואטעמאלא איז א ליצנות, 2 טאלער א שעה איז גאר שיין געצאלט. און א אידיש קינד קען פון דעם נישט לעבן, זיין כשרות למשל קאסט אים 10 מאל אזויפיל אא"וו.

אלע כשר'ע מאכלים דארף מען דארט ברענגן פון אמעריקא וואס קאסט א געוואלד, וכן די ת"ת וואס זיי קענען נישט שיקן אין א פובליק סקול, רפואה ענינים וואס זיי קענען לעת עתה נישט באקומען פון די שטאטישע און אישורענס.

(ביז זיי האבן נישט באקומען קיין גרויסע שיפמענטס פון נוא יארק האבן זיי דורכאויס די יאר נישט אריינגענומען א שטיקל פלייש אין מויל פון פסח ביז פסח, אין ניטאמאל פאר'מיליכיג'ט האבן זיי זיך נישט ווייל קיין חלב ישראל איז ניט פארהאנען... צו קידוש שב"ק פלעגט זיי קויפן טרויבן און עס אויסקוועטשען ווי מאסט און מיט דעם קידוש געמאכט יעדן שבת...)

האט דאך שוין ר' מיכאל בער געוויזן דעם וועג.
פ"וו עטאבאלירט מען נישט קיין פארם עופות און קיען ? וועט גרינגער זיין אייער און מילך
און מעגליך אפילו צו פארקויפן אינדרויסן ?
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

אייער איז נישט קיין פראבלעם, עס איז דא בשפע.

שיקן אהין מילך איז טאקע טייער, אבער מער פראקטיש ווי אויפשטעלן א פארום, פארמערס, קיען, זיי פיטערן, וע"כ האלט זיך עס נישט פריש צוליב די נאטירליכע מילך.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

גוואטעמאלא האט געשריבן:אייער איז נישט קיין פראבלעם, עס איז דא בשפע.

שטח צו פלאנצן איז שייך ?

קען מען דאך לכאורה אויך גיין צום מעלק ? נישט שייך ?
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

Borrower האט געשריבן:

דאס איינע פון די ערשטע אויפטוען פונעם נייעם רב.

ער האט אפגעשמועסט מיטן א פארעם יעדע וואך א באשטימטע צייט ווען מען נעמט חלב ישראל מיט א ישראל רואה.
און איינגעהאנדעלט א גרויסע פרידזש (נישט דא אין די הייזער אזא זאך...) צו האלטן מילך פריש לכל הקהל.

יעצט גייט מען אויפבויען דארט גרויסע וואלקאין פריזערס צו קענען אראפשיקן א שוחט מיט בודקים פאר עופות, און קענען האלטן פריש פלייש פאר א לענגערע צייט.

כמובן יעדע זאך קאסט אוצרות מיט געלט, אבער מיט די צייט וועט זיך אלעס אי"ה שיין שטעלן אויף די פיס.

גוואטעמאלא האט געשריבן:

ביטע האלטן אינפארמירט מיט די אפדעיטס בנוגע פרנסה - Lets keep the brainstorming on
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

אביסעלע נייעס מהנשמע בחצר הקודש…

א הערליכע שיינע שבת איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק משפטים.
דער רב הקהילה הגה"צ רבי עזרא משה כאירה שליט"א מיט עסקנים חשובים הי"ו זענען אראפגעפארן אויף שב"ק צו וויילן אינאיינעם מיט די חשובע בני הקהילה, עס איז געווען א ריכטיגע יום שבתון אין לשכוח.

פרייטאג און זונטאג האבן די חשובע געסט פארברענגט אינאיינעם מיט די טייערע אידן, לחזק ולהתחזק, מען האט מיטגעהאלטן די שיינע שיעורי תורה וואס ווערט געגעבן דורך די לאקאלע רב הרב יונתן אמיתי שליט"א על סדר הש"ס, די לימודים אינעם כולל בוקר, די געהויבענע תפלות אא"וו, א באזוך אינעם 'ציצית פאבריק', די נייע מקוה טהרה וואס בויעט זיך אין די טעג, און מיטגעהאלטן די 'חלוקה' ווי עס ווערט פארטיילט יעדן פרייטאג פאר אלע בני הקהילה פירות וירקות און פיש און נאך פולע צרכים, די שטח החדש וואס מען גייט יעצט אויפקויפן לטובת די קהילה, ווי מען וועט אי"ה אריבער פירן די גאנצע קהילה, הייזער, ביהמ"ד ת"ת, וביך חינוך, אא"וו.

מאנטאג איז געווען גאר א ספעציעלער טאג פאר די חשובע גרים, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א מעמד השחיטה, און סיום מסכתא.
די שחיטה איז פאר זיי גאר א ספעציעלער, נעמליך עס איז נישט דא צו באקומען כשר פלייש במשך דעם יאר, יעצט האט מען בעזרת א חשובער נדבן איינגעהאנדעלט א גרויסע סכום עופות, און מען האט געברענגט א שוחט פון נוא יארק זאל קומען אפ'שחט'ן פאר זיי די עופות.

לכבוד די מעמד השחיטה האט דער רב הרב יונתן געווידמעט עטליכע טעג נאכן שיעור צו לערנען מיט זיי הלכות בדיקה ומליחה, דער רב האט פולע יארן געארבייט אלס בודק ומנקר ביי די היימישע שחיטות אין סענטראל אמעריקא, דער עולם איז געווען גאר פרייליך צו קענען זיך באקענען מיט א נייע מקצוע וואס מען איז נישט געוואוינט ביי אונז, נעמליך מיר קויפן פארטיגע פעקלעך פלייש אין יאטקע.

מאנטאג האט מען אנגעהויבן דעם טאג 4 אזייגער פארטאגס, צוליב אין מבטלין התמיד, די כולל בוקר האט געברויכט אנגיין ווי נארמאל, די 3 שעה לימוד התורה וואס געווענליך איז דאס פון 6 פארטאג ביז 9. איז פארגעקומען פון 4 ביז 7. און נאך תפלת שחרית האט מען גע'שחט'ן די 500 עופות'לעך, און זיי כשר געמאכט, בבדיקה ומליחה ביז שפעט נאכמיטאג.

עס איז געווען א מחזה הוד צו זעען ווי די גאנצע קהילה פון גרויס ביז קליין איז אריינגעטון אין די עבודת הקודש מנער ועד זקן ביז שפעט נאכמיטאג, ווען די שמחה איז גרויס אז מען וועט קענען מקיים זיין סעודת שבת כהלכתה מיט פליישיגע מאכלים, א זאך וואס האט שוין נישט פאסירט לאנגע חדשים.

אויפדערנאכט איז פארגעקומען א גאר געהויבענע מעמד סיום מסכתא, די שיעור פון ראה"ק ר' משה ארי' דערבארעמדיגער הי"ו האט געענדיגט 6 מסכתות הש"ס, עירובין, פסחים, שקלים, ר"ה, תענית, מגילה. עס איז סארווירט געווארן א גרויסע סעודה כיד המלך, געשיקט געווארן פון נוא יארק דורך די בארימטע 'קויפמאנ'ס קעיטערינג', מען האט געהערט דרשות פון דער רב הגאון רבי עזרא משה כאירה, די לאקאלע רב הרב יונתן, און ספעציעל פונעם בעל שמחה הר"ר משה ארי' הי"ו וועלכע האט געזאגט א וואונדערבארע דרשה ווי ער האט משלב געווען אלע זעקס מסכתות מיט חידושים נפלאים, וואס האט גאר שטארק באצויבערט די אלע געסט, נישט געלויבענדיג אז די דאזיגע תלמידי חכמים האט נאך נישט לאנג צוריק נישט געקענט קיין אלף בית...

די ריקודין נאכדעם איז געווען עפעס מורא'דיג... די שמחה עצומה וואס די גרים האט געדאנקט השי"ת אויף די זכיה צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר...

לאמיר כאפן א בליק...
גוואטעמאלא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:56 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוואטעמאלא »

4.jpg
4.jpg (146.03 KiB) געזען 5387 מאל
2.jpg
2.jpg (126.67 KiB) געזען 5387 מאל
1.jpg
1.jpg (105.7 KiB) געזען 5387 מאל
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

זייער זיס...
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

געזעהן איינע פון די חשוב'ע חברי הקהילה, ביי די הדלקה ל"ג בעומר אין קר"י, אינאיינעם מיט ר' ע"מ כאירה שליט"א
מיין לופי'לע........
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איינער קען ברענגן די נייע ווידיאו?

ווי איינער יצחק כרמלי באזוכט די קהילה
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליכע באשרייבונג אין די וואך און שרופט.. פון משה קליין!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

גוואטעמאלא האט געשריבן:
4.jpg
2.jpg
1.jpg

האסט דאס בילד פונעם מעמעד השחיטה / טורקי ? (געווען אינעם שבועות דער וואך)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

איינער האט עפעס אינפירמאצע וועגען א בכ מצוה וואס גייט זיין דארט ווען עס גייט זיין?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

משה בארא פארק האט געשריבן:איינער האט עפעס אינפירמאצע וועגען א בכ מצוה וואס גייט זיין דארט ווען עס גייט זיין?

כ'פארשטיי (געסינג) אז ס' איס דער הויכער יונגל מיטן קאסקעטל

viewtopic.php?f=6&t=49300&start=150#p2960564
פרימע אינגערמאן
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:54 pm
לאקאציע: כנפי השכנה

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרימע אינגערמאן »

looks like they are inviteng ppl to comr when is it going to be?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

שוין געוועהן די בר מצוה?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בסד האט געשריבן:
אינטערוויו: "אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל", א טיפערע בליק אין די קהילת גרים אין גוטאמאלא, ווער זענען די גרים? פארוואס זענען זיי געווארן אידן? א בליק איבער זייער טאג טעגליכן לעבן, "איך פאהר אי"ה קיין גוטאמאלא אויף ראש השנה און סוכות" https://www.yiddish24.com/interviews/12/46452
די יאר ראש השנה גייט ר' עקיבא אויך דארט זיין?
און וואס די מצב יעצט דארט?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

התרת נדרים
אטעטשמענטס
IMG_0216.JPG
IMG_0216.JPG (71.38 KiB) געזען 960 מאל
פרימע אינגערמאן
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:54 pm
לאקאציע: כנפי השכנה

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרימע אינגערמאן »

מען קען ףארן אהין זיי לאזען קימען געסט?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: נייעס בקהילת אור חדש דרבינו יואל, גואטאמעלא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אטעטשמענטס
IMG_0141.JPG
IMG_0141.JPG (74.89 KiB) געזען 875 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”