ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 1:52 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:היינט נאכט קומט פאר א גאר נאנטע און שטיקעל נאכגעפאלגטע פארמעסט אין קאנעטיקעיט'ס 36'טע הויז דיסטריקט.

ס'איז א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט א שיינע 25%, אבער איז אסאך נענטער ווען ס'קומט צו לאקאלע פארמעסטן.

אין 2016 האט די רעפובליקאנער געוואונען מיט 19%
אין 2018 האט די דעמאקראט געוואונען מיט 1.4%
אין 2020 האט די דעמאקראט געוואונען מיט 2.8%

איז ווי מען זעהט איז עס א קלארע קאמפעטעטיוו דיסטריקט, און א גוטע געלעגענהייט פאר א רעפובליקאנער פליפ.

א דריטע קאנדידאט לויפט אויך אינעם פארמעסט, ער איז א געוועזענע דעמאקראט, און ערווארטעט אוועקצונעמען שטימען פון די דעמאקראטישע קאנדידאט.

נאך א מעידזשער זאך מיט די דיסטריקט, ווייל די דעמאקראטן האבן יעצט אין קאנעטיקעיט א סופער מעדזשארעטי אין די טשעינבער, און אויב רעפובליקאנער פליפן היינט נאכט די דיסטריקט וועלן זיי פארלירן די סופער מעדזשארעטי!

אויך אויב די רעפובליקאנער פליפן די דיסטריקט וועט עס זיין די ערשטע רעפובליקאנער פליפ פון ביידען'ס פרעזעדענטליכע געווינס.


למאי נ"מ א סופער מעדזשאריטי אויב זיי האבן די גאווערנער?

א סופער מאיאריטעט קען צווינגן געזעצן און דער גאווערנער קען עס נישט וועטאאירן
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 4:26 pm

ווירדזשיניע פארט ווייטער אין דעם ליניע אז מעקאליף דער געוועזענער דעמאקראטישער גאווערנאר איז העווי פעוואריט, אבער האט עס נאך ווייט נישט אוועקגעלייגט, און וועט מסתמא נישט באקומען קיין ביידן מארדזשינס דארט.

---------

קאליפארניע פארט מער און מער אין דעם ריכטונג אז נוסאם האט עס, דער ריקאל וועט זעהט אויס דורכפאלן, אבער די מארדזשינס קענען נאך זיין גרויסע בושות פאר די דעמאקראטן אין אזא סטעיט.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 4:29 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א פרישע גאר דראמאטישע Survey USA אנקעטע פון די קאליפארניע ריקאל וואלן:

ווילסטו ריקאלן גאווערנער נוסאם ?

יא - 51%
ניין - 40%

גאר דראמאטיש און אימגלויבלעך!

זייער פרישע אנקעטע פון היינט איז גאר מאדנע ווי זאכן האבן זיך געטוישט אין עטליכע וואכן...


ווילסטו ריקאלן גאווערנער נוסאם ?

ניין - 51%
יא - 43%

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:43 pm

צל עובר האט געשריבן:ווירדזשיניע פארט ווייטער אין דעם ליניע אז מעקאליף דער געוועזענער דעמאקראטישער גאווערנאר איז העווי פעוואריט, אבער האט עס נאך ווייט נישט אוועקגעלייגט, און וועט מסתמא נישט באקומען קיין ביידן מארדזשינס דארט.


אינטערעסאנט פ"וו קוק רופט עס נאר לינינג.
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:44 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:היינט נאכט קומט פאר א גאר נאנטע און שטיקעל נאכגעפאלגטע פארמעסט אין קאנעטיקעיט'ס 36'טע הויז דיסטריקט.

ס'איז א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט א שיינע 25%, אבער איז אסאך נענטער ווען ס'קומט צו לאקאלע פארמעסטן.

אין 2016 האט די רעפובליקאנער געוואונען מיט 19%
אין 2018 האט די דעמאקראט געוואונען מיט 1.4%
אין 2020 האט די דעמאקראט געוואונען מיט 2.8%

איז ווי מען זעהט איז עס א קלארע קאמפעטעטיוו דיסטריקט, און א גוטע געלעגענהייט פאר א רעפובליקאנער פליפ.

א דריטע קאנדידאט לויפט אויך אינעם פארמעסט, ער איז א געוועזענע דעמאקראט, און ערווארטעט אוועקצונעמען שטימען פון די דעמאקראטישע קאנדידאט.

נאך א מעידזשער זאך מיט די דיסטריקט, ווייל די דעמאקראטן האבן יעצט אין קאנעטיקעיט א סופער מעדזשארעטי אין די טשעינבער, און אויב רעפובליקאנער פליפן היינט נאכט די דיסטריקט וועלן זיי פארלירן די סופער מעדזשארעטי!

אויך אויב די רעפובליקאנער פליפן די דיסטריקט וועט עס זיין די ערשטע רעפובליקאנער פליפ פון ביידען'ס פרעזעדענטליכע געווינס.


למאי נ"מ א סופער מעדזשאריטי אויב זיי האבן די גאווערנער?

א סופער מאיאריטעט קען צווינגן געזעצן און דער גאווערנער קען עס נישט וועטאאירן


ליין איבער מיין שאילה זיי האבן דאך די גאווערנער וואס איז נוגע א סופער מעדזשאריטי?
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 8:59 am

פרישע אנקעטע פון טראפאלגער, די באקאנטע רעפובליקאנער פאולסטער פון די קאליפארניע ריקאל טוט נאכאמאל באשטעטיגן אז די ריקאל איז לכאורה איין שטיק דורכפאל..

ווילסטו ריקאלן גאווערנער נוסאם ?

ניין - 52%
יא - 44%
אימבאשלאסן - 4%

אוועטאר
ר' זעקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3436
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:51 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע אנקעטע פון טראפאלגער, די באקאנטע רעפובליקאנער פאולסטער פון די קאליפארניע ריקאל טוט נאכאמאל באשטעטיגן אז די ריקאל איז לכאורה איין שטיק דורכפאל..

ווילסטו ריקאלן גאווערנער נוסאם ?

ניין - 52%
יא - 44%
אימבאשלאסן - 4%

איין שטיק דורכפאל איז עס נישט, אז זיי האבן געקענט עס מאכן אפילו פאר א שטיק צייט ערענסט, און (אויב) ער גייט געווינען מיט אסאך א שוואכערע מארדזשין ווי געווענליך אין קאלעפארניע, איז עס א פיין שטיקל פון די רעפאבליקאנער.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 2:43 pm

@ר' זעקל, מען וועט קוקן אויף נוסאם ווס די רעפאבליקאנער, און ער וועט באקומען אפאר מאל אזויפיל שטימען ווי לערי עלדער, און מעגליך מער שטימען ווי אין 2018..

-------

ער זאגט א שטארקע נקודה

The party percentages here are less important than that overall number. A lot of punditry about the recall was predicated on it being a low-turnout affair where Republicans could sneak by Democrats who didn't even know there was an election going on. Not the case so far.


איך האב געשריבן טאקע אז איך קוק בעיקר אויף איין זאך,וועלן די דעמאקראטן ארויסשלעפן כאטש פינעף זעקס מיליאן פון זייערע וויילער?

דער תירוץ איז א גאנץ קלארע יא, זיי האלטן שוין ביי איבער צוויי א האלב מיליאן. טוירנאוט איז נאך העכער ווי אזא צייט ביי די פרעזידענט דזשענערעל עלעקשן!

California Returned Ballots Update:

Aug 31, 2021: 4,657,494 votes (54% D 24% R 22% I)
Oct 20, 2020: 4,520,416 votes (56% D 21% R 23% I)

Two weeks out, there are *more* ballots returned than there were at an equivalent point of the 2020 general election.


און עס איז גראדע יא דא געהעריגע אין פערסאן עלעקשן דעי שטימען פאר ווער עס וויל, וואס מאנכע שפעקולירן אז דאס וועט זיין א גרעסערע פראצענט ווי אין 2020, זינט קאוויד איז יעצט גאנץ שטיל אין קאליפארניע.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 10:05 pm

אַ פרישע יו גאוו אנקעטע געבט פאר נוסאם א 14% ליעד, 43-57

אינטרעסאנט איז אבער ווי די אנקעטע ווייזט קלאר ווי שטארק עס שאדט פאר נוסאם דער אינטרעסאנטער וועג ווי אזוי די וואלן איז סטראקטשערד, נעמליך, זיי האבן אויך געפרעגט איבער ווי אזוי מען וואלט געשטימט העד טו העד, און נוסאם איז שטארקער ווי אין 2018!

Interestingly, Newsom’s hypothetical head-to-head margin against Cox (who was his Republican opponent in 2018) is 63% - 37% in the YouGov poll.

This is actually a bigger Newsom lead than the actual 2018 margin of Newsom 62% Cox 38% !


The YouGov poll shows how the structure of the recall ballot question benefits Newsom’s opponents.

Newsom prevails 57% - 43% on the recall question, but in hypothetical head-to-head matchups he’d be up 61% - 39% vs. Elder, 63% - 37% vs. Cox, and 61% - 39% vs. Faulconer.


פארשטייט זיך אז נאך די וואלן וועט מען דארפן זעהן מיט וויפיל ער האט טאקע געווינען, און עס רעכנען פון דארט. דאס הייסט אז מען דארף רעכענען אז לויט די אנקעטע שאדט אים דער וועג פון שטימען מיט נעט 8% קעגן עלדער און פאלקענאוער, און מיט 12 קעגן קאקס.

-----

און פארשטייט זיך...

Elder says recall opponents will “cheat” but his campaign is ready https://t.co/pUb3zc6mLD


דאס איז לכאורה צו ערווארטן פון יעדן פארלירענדן נישט מעסיגן רעפאבליקאנער מעלה ביז די טראמפ תקופה ענדיגט זיך.

אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 10:42 pm

ווידעאוס צייגן וויאזוי רעפאבליקאנע קאנדידאט פאר גאווערנער אין קאליפארניע, לערי עלדער, איז ווילד אטאקירט געווארן און באטראסקעט געווארן מיט אייער דורך דעמאקראטישע ניוסאם שטיצער.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:00 am

לאו דוקא שטיצער בלשון רבים, אדער בכלל. איך זעה נישט אז זי זאל שרייען עני פאליטישע לאזונגען.

א פרוי אנגעטון מיט א גארילע מאסק - פילייכט א ראסיסטישע אנדייטונג אויף עלדער'ס ראסע, פון די אנדערע זייט דאכציך מיר אויף איר אקצענט אז זי איז אויך שווארץ, ווייס איך נישט - האט פון היפש נאנט געווארפן אן איי, וואס איז גראדע נישט געלונגען.

עס זענען דארט געווען חברה מיט מייקס וואס פרובירן צו הערן וואס זי פארקויפט, אבער מען הערט נישט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 15734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:35 am

דעמאקראטן האבן געפליפט א סטעיט סענאט זיץ אין ניו העמפשיר, אין א רעפובליקען-נויגענדע דיסטריקט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 27106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 1:47 am

ביידן האט געוואונען די דיסטריקט ביי מער ווי דעם דעמעקראט וואס האט געוואונען...
אין עוד מלבדו!

קרעטשמע - אייוועלט

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:17 am

כאפצעם האט געשריבן:דעמאקראטן האבן געפליפט א סטעיט סענאט זיץ אין ניו העמפשיר, אין א רעפובליקען-נויגענדע דיסטריקט.

א דיסטריקט וואס ביידען האט געוואונען מיט 4%.

די דעמאקראט האט געפליפט די דיסטריקט מיט 0.8%.

נאך אלץ א ביידען אווערפערפארמענס פון די רעפובליקאנער.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:18 am

א נייע אינטערנאל אנקעטע אין די ווירדזשיניע גאווערנאר פארמעסט פון די יאנגקין קאמפיין געבט אים א צוויי פונקטן אויבערהאנט אויף די דעמאקראט טערי מעקאליף.

זיין פאריגע אנקעטע האט געהאט מעקאליף ביי א צוויי פונקטן אויבערהאנט.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:40 am

עטליכע פרישע אנקעטעס פון די קאליפארניע ריקאל וואלן.

אלע ווייזען אז א מערהייט ווילן נוסאם זאל פארבלייבן.

YouGov - פארבלייבן +12%
Gravis - פארבלייבן +5%
Suffolk University - פארבלייבן +17%

רעפובליקאנער לערי עלדער איז א קלארע פראנטראנער אויף די צווייטע פראגע פון איבערנעמען נוסאם.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 4:08 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביידן האט געוואונען די דיסטריקט ביי מער ווי דעם דעמעקראט וואס האט געוואונען...

ביידן האט עס געווינען מיט 3%, דער דעמאקראט מיט 1%, אבער ביז יעצט איז עס געהאלטן געווארן דורך די רעפאבליקאנער, וועלכע האבן עס געווינען אויך אין 2018 און אין 2020.

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:37 pm

What changed on the ground in California for Newsome that the race went from many polls showing Newsome likely losing to now most polls showing that Newsome will remain n power?

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:38 pm

האלצשטיין האט געשריבן:What changed on the ground in California for Newsome that the race went from many polls showing Newsome likely losing to now most polls showing that Newsome will remain n power?


פשטות איז עס אזוי ווי זייער אסאך מאל וואס אינער מאכט א ווינט און עס בארואיגט זיך מיט די צייט!
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:40 pm

האלצשטיין האט געשריבן:What changed on the ground in California for Newsome that the race went from many polls showing Newsome likely losing to now most polls showing that Newsome will remain n power?

בעיקר ווייל די אנקעטעס האבן זיך אויפגעוועקט פון דעם דמיון אז די רעפאבליקאנער וועלן ארויסקומען פיל פיל שטערקער ווי די דעמאקראטן, ווי אויך אז אסאך דעמאקראטן האבן געכאפט אז יעס מיינט אז די רעפאבליקאנער נעמען איבער.

Potus
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Potus » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:02 am

ביידען גייט קאמפיינען אין קאליפארניע פאר נוסאם

אויב אלע גרויסע חברה דארפן קומען צו לויפן קאמפיינען פאר א דעמאקראט אין קאליפארניע איז ער אין גרויסע צרות
אז כקען העלפן פארוואס נישט...

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:31 am

ווען מען האט אפגעמאכט אז ביידן קומט, האט אויסגעקוקט אז נוסאם איז אויף צרות.

איר קענט ליינען די בלעטער נאך דעם געלינקטן תגובה ווי הרב @קוק אויף דיך אליינס מעלדט אז ביידן וועט קומען, קענט איר זעהט ווי נאנט די אנקעטעס זענען דעמאלטס געווען.

סתם יעצט קענסלען, וועט אויסקוקן כאילו נוסאם וויל נישט קאמפיינען מיט ביידן, און יא קאמפיינען, ווייזט אז קאנדידאטן זוכן צו קאמפיינען מיט דעם פרעזידענט, דהיינו אז ער איז פאפולער. (אין קאליפארניע...)

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:14 pm

איך מיין אז ווי מען האלט דא איז אינטערעסאנט זיך צו קוואטן וואס איך האב געשריבן דא דריי וואכן צוריק!

גיי פארשטיי האט געשריבן:א וויכטיגע אלערט פאר דער וואס כאפט נישט לויט רוב פאולס גייט ניוסעם סורווייווען די חי' איז נאר ווי שמאל ער שטייט און אז לויט געוויסע פאולס קען ער גאר פארלירן.

מיין נקודה איז קיינער זאל נישט ווערן געכאפט אין סורפרייז אויב ער געווינט מיט דאבל דידזשיט'ס צו אפי' מער אויך, די חי' דא איז נאר אז עס איז מעגליך אז ער זאל פארלירן און אין אזא בלויע שטאט איז דאס פאר זיך א באמבע אבער אוודאי אז ער איז די פעיווערעט!
ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין מען זאל פון היינט אין ווייטער פארלאנגן אין ערעפארט און ביי די באן סטאנציעס חוץ באווייז פאר אלע 10 באסטער שאטס אויך באווייז אז מען האט נישט געוואוט פאר טראמפ.
#אמעריקע אן די רייט דירעקשאן.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פארדינט » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:16 pm

צל, נאר צו נאטירן, דו האלטסט און איין זאגן אז "איך קוק בעיקר אויף איין זאך,וועלן די דעמאקראטן ארויסשלעפן כאטש פינעף זעקס מיליאן פון זייערע וויילער?"

מען רעדט בכלל נישט פון ארויסשלעפן, מ'דארף סך הכל "צוריקשיקן" בעלאטס, און ניטאמאל דארף מען זיך אנשטרענגען, איינער פיקט עס אויף (הארוועסטן...)
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:23 pm

פארדינט האט געשריבן:צל, נאר צו נאטירן, דו האלטסט און איין זאגן אז "איך קוק בעיקר אויף איין זאך,וועלן די דעמאקראטן ארויסשלעפן כאטש פינעף זעקס מיליאן פון זייערע וויילער?"

מען רעדט בכלל נישט פון ארויסשלעפן, מ'דארף סך הכל "צוריקשיקן" בעלאטס, און ניטאמאל דארף מען זיך אנשטרענגען, איינער פיקט עס אויף (הארוועסטן...)


אמת
Screenshot_20210912-141837_Chrome.jpg
Screenshot_20210912-141837_Chrome.jpg (284.63 KiB) געזעהן 169 מאל


(רוב שיקן עס דאכציך יא אליינס צוריק.)

אבער איך האב נישט גערעדט מצד אלס באווייזן עפעס, פשוט אלס די שאנסן ווער וועט געווינען, איך זעה נישט אז די רעפאבליקאנער זאלן קענען שאפן זעקס מיליאן וויילער אין קאליפארניע.

---------

גראדע נאך דעם ריקאל, וועט יא זיין אינטרעסאנט צו אנאליזירן וויפיל מען האט דארט אנגעצויגן רעלאטיוו, ווייל קאליפארניע גייט לכאורה האבן ווייט די מערסטע עכטע קאמפעטעטיוו קאנגרעס פארמעסטן אין 2022, זייענדיג די גרעסטע סטעיט וואס האט א קאמיטע וואס מאכט די זיצן, אנשטאט אז די פארטייען זאלן זיך נעמען ווי מער סעיף זיצן, ווי אויך איז דא דארט 4 רעפאבליקאנער אין קלינטאן ביידן דיסטריקטן, וואס זיי קענען זיין זייער וואלנערבל, ובפרט אויב זייערע זיצן טוישן זיך היפש ארום.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Haklal, Majestic-12 [Bot], ב שלום, גיי פארשטיי, הר גריזים, ס׳וועט זיין בעסער, קליין און 50 געסט