זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 9:41 am

פליגל?

גיי ווייס פארוואס אונזער מערסט פאזיכערטע שטאט האט נאכנישט קיין באזונדערע אשכול. ס'איז נישט קיין יושר צו איבערגיסן די טריי-סטעיט אשכול מיט משוגעת'ן, פארברעכן און איבערקערענישן וואס נאו יארק סיטי גייט אדורך. און אדרבה, מיר האלטן דאך ממש בעפאר מעיאר די-בלא-זערו פארלאזט אפיס איבערלאזנדיג א הויפן מיסט אינטער זיין בענקל, העמער זעהן צו דער קומענדיגער מעיאר וועט מצליח זיין אראפצופירן דעם אשכול צו אייוועלט'ס אשכול בעיסמענט, און ווי לאנג דאס וועט איהם נעמען.

צום ענין, מ'מיז דאך אנהויבן מיט עפעס. פארגאנגענע וואך דאנערשטאג (ה' פר' חקת) אז ארומגעפארן א שוידערליכע רעקארדירונג וואס האט אפגעכאפט א פארברעכער (קאליר געהיטן אין רעדאקציע) וויזוי ער יאגט נאך און שיסט מערערע קוילן אין ריכטינג פון א גויאישע יונגערמאן, פלעין אינמיטן די גאס. דער געשאסענער וועלכער האט געהאלטן אינמיטן אנטלויפן פון זיין מלאך המות איז געפאלן צווישן קליינע קינדער, אבער דער שיסער האט מיט קאלטבלוטיגקייט געשאסן אין זיין ריכטונג מיט א דביקות, אויסמיידנדיג די צום-טויט דערשראקענע קינדער מיט אינטשעס. בעת וואס דער געשאסענער גויאישער אינגערמאן (אויכנישט קיי ן גרויסע ענדע צדיק גראדע) איז תיכף ארויף צום באבן.

דער שיסער איז דורכאויס דעם וויקענד ענדליך געכאפט געווארן, און ווי זעלבס פארשטענדליך איז ער א אלט-געזעסענער באנדיט וואס איז געווען אינדרויסן אויף פאראל. זיין נאמען איז מיכל לעבאוויטש, און איז ערווארטעט צו באקומען אש"ל מלא ביז ער ווערט באפרייט נאכאמאל.
לעטס גאו ברענדאן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 9:44 am

א אמעריקאנע מארין איז נעכטן געקומען קיין נאו יארק באזיכן טיים סקווער. פלוצלינג האט ער געכאפט א קויל אינעם קיבה זיינער, וואס איז ארויסגעפלויגן פון א ביקס געפירט דורך א יונגער בורדאק וואס האט געהאלטן אינמיטן שפילן פליס גנבים מיט זיינע חברים היקרים.

דער מארין ליגט אין שפיטאל אין א סטאבילע צושטאנד.
לעטס גאו ברענדאן

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יוני 28, 2021 9:45 am

ווען זענען די מעשיות פארגעקומען?
כתיבה וחתימה טובה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבדק"ק ד'לאניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 9:47 am

די ערשטע מעשה אין די בראנקס (פארגעסן צו שרייבן) דאנערשטאג חקת (געשריבן). די צווייטע מעשה נעכטן נאכמיטאג אין טיים סקווער. (געשריבן).
לעטס גאו ברענדאן

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יוני 28, 2021 9:49 am

יש נעכטען לאחר זמן, כהאב נישט געוויסט אז ני"ס איז געווארען א מקום סכנה.
כתיבה וחתימה טובה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבדק"ק ד'לאניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלף
תגובות: 28358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 28, 2021 9:49 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיר האלטן דאך ממש בעפאר מעיאר די-בלא-זערו פארלאזט אפיס איבערלאזנדיג א הויפן מיסט אינטער זיין בענקל

דערפאר טאקע יאוועט זיך די סאניטאציע קאמיש-אנער פאר די דזשאב.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך Borrower » מאנטאג יוני 28, 2021 9:51 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לוצלינג האט ער געכאפט א קויל אינעם קיבה זיינער, וואס איז ארויסגעפלויגן פון א ביקס געפירט דורך א יונגער בורדאק.

א גלגול פון בן סלוא פאריגע וואך ???
לעצט פאראכטן דורך Borrower אום מאנטאג יוני 28, 2021 5:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג יוני 28, 2021 9:51 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פליגל?

גיי ווייס פארוואס אונזער מערסט פאזיכערטע שטאט האט נאכנישט קיין באזונדערע אשכול. ס'איז נישט קיין יושר צו איבערגיסן די טריי-סטעיט אשכול מיט משוגעת'ן, פארברעכן און איבערקערענישן וואס נאו יארק סיטי גייט אדורך. און אדרבה, מיר האלטן דאך ממש בעפאר מעיאר די-בלא-זערו פארלאזט אפיס איבערלאזנדיג א הויפן מיסט אינטער זיין בענקל, העמער זעהן צו דער קומענדיגער מעיאר וועט מצליח זיין אראפצופירן דעם אשכול צו אייוועלט'ס אשכול בעיסמענט, און ווי לאנג דאס וועט איהם נעמען.



טשאדי, וואס טראכסטי, דער וואס איז ערווארטעט צו געווינען די קומענדיגע וואלן (נאמען געהיטן ביי טשאדי...) גייט בעסער זיין?...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך Programming » מאנטאג יוני 28, 2021 10:14 am

קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 10:17 am

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר.


פון וועכע נאו יארק סיטי רעדסטו?
לעטס גאו ברענדאן

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך Programming » מאנטאג יוני 28, 2021 10:18 am

אין אמעריקע
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך פליגל » מאנטאג יוני 28, 2021 10:19 am

און אויך די מעסער פירמעס ברויך מען מסדר זיין.. ס'יז נישט די קריים, ס'יז די גאן און מעסער אישו.
נאט אייך א גרינע...


נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יוני 28, 2021 10:30 am

farshlufen האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיר האלטן דאך ממש בעפאר מעיאר די-בלא-זערו פארלאזט אפיס איבערלאזנדיג א הויפן מיסט אינטער זיין בענקל

דערפאר טאקע יאוועט זיך די סאניטאציע קאמיש-אנער פאר די דזשאב.

פיין קאמיש!
געשמייכלט!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4615
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג יוני 28, 2021 10:48 am

ווי ניעד מאר פראם טשאדי..
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 11:01 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א אמעריקאנע מארין איז נעכטן געקומען קיין נאו יארק באזיכן טיים סקווער. פלוצלינג האט ער געכאפט א קויל אינעם קיבה זיינער, וואס איז ארויסגעפלויגן פון א ביקס געפירט דורך א יונגער בורדאק וואס האט געהאלטן אינמיטן שפילן פליס גנבים מיט זיינע חברים היקרים.

דער מארין ליגט אין שפיטאל אין א סטאבילע צושטאנד.


דעקל פונעם נאו יארק פץ׳סט
צוגעלייגטע
A5F88C68-B71C-4CCA-9F2B-E4376426A631.jpeg
A5F88C68-B71C-4CCA-9F2B-E4376426A631.jpeg (729.84 KiB) געזעהן 4535 מאל
לעטס גאו ברענדאן

אוועטאר
בױמװאלשפינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 25, 2021 11:17 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך בױמװאלשפינער » מאנטאג יוני 28, 2021 11:05 am

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

דאס איז די פראבלעם מיט די צירוקגעשריטענע װעלט מען זעהט זאכן מיט די פלײשיגע אױגן קומט דער אנגעפראסענע נעקטײ ארױף אױף טיװי נאופ סטאטיסטיקס צײגן אז עס איז פארקערט װי די זעהסט.
װעם די העל גײט אן װאס סטאטיטיקס צײגן?
מענטשן ציטערן זיך צו דרײען אױף די גאס װײל מען האלט אלײן מיט װאס עס גײט פאר. מענטשן װאקן ארײן אין סײ װעלכע געשעפט אין מען זעהט װי אלע זאכן זענען די פרײזן סקײראקעטינג קומט דער גרױסע פראפעסער נע װאס א חילוק די פארברעכן? װאס א חילוק די פרײזן? למעשה צײגט סטאטיסטיק אז פארברעכן איז אראפ אין אז אינפלאציע איז נישט ארױף בלא בלא בלא

אוועטאר
ניס קראכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יוני 28, 2021 11:12 am

טשאדל,
כ'בין געווען זיכער אז די גייסט רעדן פון די ראטן וואס באיאווענען די סיטי לעצטנס
די רעדסט ס"ה פון שיסערייען, נו נישט געפערלעך...
די רבי איז געווען אקעגן בילדער, אבער די חסידים אסאך מער, קרעדיט: ר' הערץ פרענקל ז''ל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יוני 28, 2021 11:14 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער שיסער איז דורכאויס דעם וויקענד ענדליך געכאפט געווארן, און ווי זעלבס פארשטענדליך איז ער א אלט-געזעסענער באנדיט וואס איז געווען אינדרויסן אויף פאראל. זיין נאמען איז מיכל לעבאוויטש, און איז ערווארטעט צו באקומען אש"ל מלא ביז ער ווערט באפרייט נאכאמאל.

:?: :?: :?: :?:

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 28, 2021 11:16 am

Michael Lopez + היברו קיבארד = מיכל לעבאוויטש
לעטס גאו ברענדאן

יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך יקר מציאות » מאנטאג יוני 28, 2021 11:19 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער שיסער איז דורכאויס דעם וויקענד ענדליך געכאפט געווארן, און ווי זעלבס פארשטענדליך איז ער א אלט-געזעסענער באנדיט וואס איז געווען אינדרויסן אויף פאראל. זיין נאמען איז מיכל לעבאוויטש, און איז ערווארטעט צו באקומען אש"ל מלא ביז ער ווערט באפרייט נאכאמאל.

:?: :?: :?: :?:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:Michael Lopez + היברו קיבארד = מיכל לעבאוויטש


;l;p- ;l;p- ;l;p-

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 28, 2021 11:22 am

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

ער קען נישט העלפן ???
אוודאי נישט ער האט דאך פארמאכט די יוניט וואס גיבט זיך אפ מיט כאפן גאנס...
(יעדע טויט אדער געשאסענע איז אויף זיין קאפ..)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
masmid
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך masmid » מאנטאג יוני 28, 2021 11:28 am

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

ווי איך פארשטיי פון אייך איז די בעיל רעפארם געזעץ א חלק פונעם סעקאנד אמענמענד...
און אזוי אויך איז די סעקאנד אמענמענד צוגעלייגט געווארן צו די קאנסטעטאציע הערשט נאך דזשוליאני'ס צייטען ערגעץ צווישן בלומבערג און דעבלאזיא..
איך שטעל דיר פאר א שומר, וועק מיר ביטע אויף צו מנחה

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג יוני 28, 2021 12:09 pm

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

:lol:

מיין קרוב איז געווען אויפן וועג אריינצייגן אין א דעפארטמענט סטאר אין ברוקלין, ווען זי האט געזעהן פיל מיט פאליציי אינדרויסן, אנפרעגנדיג א פאליציאנט וואס עס גייט פאר, זאגט ער איר ״איך גלייב נישט דו ווילסט יעצט גיין דא שאפינג, ס׳איז נארוואס געווען דא א שיסעריי״

אבער די סטאטיסטיקס ווייזן אז קריים איז אראפ. אינטערעסאנט נאר אז די שיסער ווייסן נישט דערפון.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך מחותן » מאנטאג יוני 28, 2021 12:29 pm

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.



ריכטיג, קריים איז דאון, עס איז אויפן וועג אראפ,
אבער שיסערייען איז ארויף, גניבות און וואנדעליזעם איז ארויף, שטעכערייען איז ארויף, און די גאסן זענענן ווייניגער סעיף...

וואס דער מעיאר קען טיען דערצו? דיפאנדן מער פאליס קען זיין א גיטע אנהייב, צונעמען פאליס גאנס וועט זיכער מאכען אז עס זאל זאל ווייניגער גאנס אויף די גאסן, און גענצליך עלעמענירען בעיל וועט אויך צוהעלפן.

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג יוני 28, 2021 1:38 pm

בױמװאלשפינער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

מענטשן ציטערן זיך צו דרײען אױף די גאס װײל מען האלט אלײן מיט װאס עס גײט פאר. מענטשן װאקן ארײן אין סײ װעלכע געשעפט אין מען זעהט װי אלע זאכן זענען די פרײזן סקײראקעטינג קומט דער גרױסע פראפעסער נע װאס א חילוק די פארברעכן? װאס א חילוק די פרײזן? למעשה צײגט סטאטיסטיק אז פארברעכן איז אראפ אין אז אינפלאציע איז נישט ארױף בלא בלא בלא

ברענגסט גוט ארויס וויאזוי ס'איז נאריש צו קוקן אויף זאכן אויף א צוריקגעשטאנענע וועג (ווי למשל צו נוצן אנאקדאטן צו אנדייטן אויף א סיטואציע), ווייל אסאך מאל זעען זאכן אויס אנדערש ווי ס'איז אין מציאות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Mister, myrtle, בבלי, בלומינג ג, המלך שלמה, שאהן הענניטי און 60 געסט