3 בחורים פארשפארט אין יאפאן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

ביטע עפענט אויף א באזונדער אשכול איבער די ענינים. (פליז נישט נעמען פערסאנעל)

און דעם אשכול איז די נושא איבער די דריי בחורים וואס שמאכטען ליידער אין תפיסה אין יאפאן.

היינט איז ארום געגאנגען סיי טעקסט מעסעדזשעס און סיי אימעל אז מזאל זאגן תהלים און אינזין האבן די דריי בחורים, ווייל זיי האבן היינט א משפט.

ווייסט איינער מער דיטעילס?
ביי ביי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביי ביי »

היינט דארף פארקומען א משפט.
איינער ווייסט עפעס?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נאר פאר איינער פון די דריי בחורים, יוסף בן יוטא רבקה. בקשו רחמים מרובים.
An article a day keeps the babies away
ביי ביי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביי ביי »

עמיצער ווייסט אפדעטס?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ווי האלט דער מצב מיט די דריי בחורים ווער ווייסט???
איך יעצט געזען א בריוו פון יעקב יוסף בן ריזל, עס רייסט ביים הארץ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מ'הערט טאקע נישט קיין אפדעיט. מסתמא ארבעט מען שטילערהייט און מ'זוכט נישט קיין פרסום, אבער ס'וואלט כדאי געווען צו וויסן אויב ס'רירט זיך עפעס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יא, א גיטע בארואיגינגס פיל צי טראכטען אז פארדעם הערט מען גארנישט ווייל מ'ארבעט שטילערהייט, ווייסט איינער צי מ'ארבעט בכלל איינער? אויב יא, ווער? און היצט ר' מאשקע קשיא רירט זיך עס עפעס?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווייס איך דען? ס'איז בלויז א האפענונג.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פיין
איז דא איינער דא וואס האט עפעס מער אינפארמאציאנען??
טעמו וראו כי טוב השם
בסייעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

דער שרייבער אשר לעווין ווייסט לכאורה, ער האט אלץ געהאט קראנטע אפדעיטס. ווער עס קען זיך מיט אים זאל אים פרעגן, און לאזן מעלדן פאר'ן עולם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואו קען מען זען דעם בריוו פונעם בחור?
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

הרה"ג ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א ארבייט צוזאמען מיט אנדערע אידן אויף גאר א שטילע אופן, עס זענען דא פארשידענע גוטע סימנים אבער נישט שטערקער ווי די נישט גוטע סימנים ליידער, ער זאגט אז מ'דארף ארבייטן גאר שטיל צוליב שטערונגן פון פארשידענע זייטן (פאבליסטי זיכער, ווילדע מענטשען, אדער אומערפארענע עסקנים), ווי אויך צוליב די סענסעטיווקייט פון די הארטנעקיגע יאפאנעזער.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

קרעמער האט געשריבן:וואו קען מען זען דעם בריוו פונעם בחור?

דא האט איר א לינק - צו כל העולם
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ישר כח פאר די בריוו. עס איז הארצרייסענד, און גוטע חומר למחשבה פאר חודש אלול.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

די עיקור אין בריוו וואס האט מיך גערירט איז געווען, זיין געוואלדיגע אמונה און בטחון נאך אזעלעכע ביטערע נסיונות, ווי אויך צווישען די שורות קען מען ליינען אז ער לעקט נישט קיין האניג
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

געווען עפעס א קארט קעיס היינט דארט אין יאפאן, האט איינער עפעס דיטעילס?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'איז יעצט דא. יעקב יוסף בן רייזל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

נייעס?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נעכטן נאכט אור ליום ד' נצבים, האט אויף געטרעטן א מאמע פון איינע פון די דריי בחורים,
די מאמע פון יואלי, אין זאל פון עטרת אברהם אין וומ"ס, זי האט זייער עמאציענאל גערעדט וועגן די גאנצע סיטואצע,
זי האט געשילדערט קודם אז יואלי איז געוועהן אלץ אזא בחנ'טע און געשיקטע אלץ געהאט א גוט ווארט און א הארץ א טובה צו טון, ווי אויך אנגעפירט פארשידענע אקטיוויטעטן לטובת הכלל והפרט צו ביקור חולים צו חתונה מאכן חבירים ועוד, און דערנאך זיין נסיעה קיין פוילן ווי אזוי מ'האט פארלוירן שפירן אינמיטן זיין נסיעה,
די מאמע האט פארציילט איבער די בריוו'ן וואס יואלי שיקט, נאך פסח האט יואלי געשריבן אז ער מיינט אז ביי די מאמע אינדערהיים איז געוועהן מער מרור פסח ווי ביי זיי אין תפיסה, ווייל ווען ער האט באקומען מצות אויף פסח איז ער פשוט ארויס געגאנגען אין א טאנץ פאר שמחה,
די לעצטערע צייטן שרייבט ער איז שוין בעסער ווי פריער, דהיינו אז ער מוז שוין נישט האלטן די קאפ אראפ געבויגן ווי ביז יעצט נאר ער קען זיך מער ארום דרייען מיט אביסל מער פרייהייט....,

די מאמע האט גלייכצייטיג גערופן די נשים צדקניות זאלן מעורר זיין רחמנות און טון תיקונים בעניני צניעות לזכותו,

וואס מיר קענען טון איז א עקסטערע פאר קאפיטלעך תהלים ר"ה,
ר"ה איז א זמן מסוגל צו פועל'ן וועגן די איינגעשפארט אידן, ווייל יוסף הצדיק איז ארויס געקומען מבית האסורים ר"ה, דעריבער טייערע ברודער שוינט נישט קיין תפלה,
ויה"ר שתוציאם מאפילה לאורה
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הרבנית משוועמל תליט"א האט פארציילט בשם הרב מקול-מבשר איבער א אינגערמאן וואס האט געבעטן א בחור פון א ישיבה אין אר"י וואס פארט יעצט אהיים, צו נעמען א פעקל.
"איך האב געפרעגט דיין מגי"ש ער האט מיר געגעבן דיין נאמען אז דו פארסט יעצט קיין אמעריקע, ווילסט ביטע דעס מיטנעמען?"
דער בחור האט באקומען שכל און געפרעגט דעם מגי"ש וועגן דעם, ער האט געענטפערט בלא מיט א אלף.

זאגט דער פרעמדער
"אה אה, נישט דיין מגי"ש דיין משגיח"
דער בחור פרעגט דעם משגיח און יענער ווייסט אויך נישט דערפון.
דער בחור האט גנומען דעם פעקל און געעפענט, געטראפן מזוזות אינסייד געליגן די פארבאטענע סחורה ה"י.


דעם זומער האט זיך געדרייט א מעשה א אינגערמאן אראפקומענדיג פון פליגער בעפארן גיין צום טשעקפאוינט, איז געקומען מיט זיין טלו"ת בייטל דארט נעבן ביה"כ האט ער געבעטן א היימיש פרוי צי זי קען עם וואטשן די תפילין פאר א מינוט צו גיין אין ביה"כ. די פרוי ווארט און ווארט און ער קומט נישט אן, האט איר דער באשעפער חונן דעת געווען, זי האט אראפגעלייגט דארט אויף א שעלף די בייטל און געגאנגען ארויסטשעקן.
ארויסקומענדיג אינדרויסן באגעגענט זי דעם אינגערמאן, נו איר האט מיין בייטל? ניין עס ליגט דארט אויפן שעלף ענטפערט זי.
דער בייטל איז פול געווען מיט יענע סחורה ה"י.


מיין שאלה, אויב די מעשה'ס זענען וואר:
פון וואו נעמען אידישע אינגעלייט אזוינע רשעות שאין דוגמתה און אריינשטעלן בידים אנדערע אומשולדיגע פרויען און בחורלעך אין שרעקליכע פיין און ליידן אין די תפיסות? דאס איז רעכט מסירה ממדרגה ראשונה, מוסר גופן של ישראל !! שיורדין עד לחייו רח"ל ! וויי געוואלד !
עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין ! :?:
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

ליידער איז דא מענטשען וואס געלט איז זיי מעביר על דעתן ועל דעת קונם
מען דארף זייער געווארענט זיין
אין גוט אדורך קוקען א פעקעל וואס מען נעמט
מעשה שהיה : א מומע מיינער איז אמאל צירוק געפארען אהיים קיין יוראפ
האט איר איינער געבעטען מיטצינעמען א באטעל קאווע , האט זי עס גענומען אין
פארען פארען זיך ווינדערענדיג פארוואס מען דארף שיקען קאווע קיין יוראפ האט זי געפענט די קאוועם אין עס אויסגעגאסען אין געטראפען דארטען דיימאנטען
האט זי איבער געלאזט די דיימאנטען דא אין מיטגענומען די קאווע
אין דארט אין יוראפ ווען מען איז עס געקומען אויפפיקען האט זי תמימות'דיגערהייט געגעבען די באטעל קאווע עס נעמט נישט לאנג אין די חברה קומען צי לויפען מיט קולות , האט זי זיי געזאגט אז זיי קענען עס גיין אויפפיקען איבערען ים
ליידער זענען מענטשען אביסעל צי דעספערט פאר געלט זאל דער באשעפער געבען פאר יעדעם וואס זיי דארפען גרינגערהייט אמן
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרבנית משוועמל תליט"א האט פארציילט בשם הרב מקול-מבשר איבער א אינגערמאן וואס האט געבעטן א בחור פון א ישיבה אין אר"י וואס פארט יעצט אהיים, צו נעמען א פעקל.
"איך האב געפרעגט דיין מגי"ש ער האט מיר געגעבן דיין נאמען אז דו פארסט יעצט קיין אמעריקע, ווילסט ביטע דעס מיטנעמען?"
דער בחור האט באקומען שכל און געפרעגט דעם מגי"ש וועגן דעם, ער האט געענטפערט בלא מיט א אלף.

זאגט דער פרעמדער
"אה אה, נישט דיין מגי"ש דיין משגיח"
דער בחור פרעגט דעם משגיח און יענער ווייסט אויך נישט דערפון.
דער בחור האט גנומען דעם פעקל און געעפענט, געטראפן מזוזות אינסייד געליגן די פארבאטענע סחורה ה"י.


די מעשה האט אן אנהויב מיט א סוף.

עס האט זיך אנגעהויבן מיטן תירוץ אז דער ראש ישביה האט געזאגט אז איך זאל דיר עס געבן ווייל דו ביסט א טראסטבארע בחור..... איז דער בחור געגאנגן צום ראש ישיבה פרעגן אם כנים הדברים האט ער געענטפערט בלא מיט א למ"ד, האט מען זיך גלייך פארבינדן מיט די אינסטאנצן, און זיי האבן געזאגט אז דער בחור זאל איבערנעמען דעם פעקל איך זיי וועלן דאן האבן פראוו אים אנצוקלאגן, און כך הוי דער באנדיט איז צירוק געקומען נאכמיטאג און געברענגט א פעקל פיל מיט מזוזה האלטער'ס און דער בחור האט אים געזאגט אז דער ראש ישיבה ווייסט נישט פון אזא מעשה צו זאגן, האט דער פארשוין געענטפערט אז ער האט גערעדט מיטן משגיח פון ישיבה, און וועלדיג ארויסגיין פונעם בנין האט מען אים אויפגעהאלטן ביז דו אינסטאנצן האבן אינטערגעזיכט דעם פעקל און מען האט דארט געטראפן פון די שווארצע סחורה, און מען האט יענעם גלייך ארעסטירט,.

און קול מבשר האט נישט געקענט דערציילן די ארעסטירן חלק צילוב כבוד המשפחה... ודי.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ליידער ליידער מעביר על דעתן ועל דעת קונם......
מיט דראגס בין איך נישט באקאנט אבער מיט בארויבן אנדערע אידן מיט טויזענטער דאלארן בין איך ליידער באקאנט מיט עטליכע וואס האבן שוין באראבעוועט הינדערטער אינגעלייט, און זיי זענען פון די בעסטע היימישע חסידישע שטובער ליידער.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ליידער ליידער, שוידערליכע פאסירונגען.

זאל די באשעפער חונן דעת זיין אידישע קינדער, און אראפשיקען שפע ברכה והצלחה אויף כשר'ע אופנים, אז עס זאל זיך קיינעם נישט גלוסטען די שווארצע סחורה.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”