זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:25 am

נאכדעם וואס חמאס האט א חודש צירוק געשאסן ראקעטן וועגן א געפלאנטע רעכטע מארש וואס איז צום סוף בטל געווארן, איז די מארש ערווארטעט פארצוקומען מארגן נאכמיטאג אין ירושלים.
לעצט פאראכטן דורך קוק אויף דיך אליינס אום דינסטאג יוני 15, 2021 1:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:28 am

חמאס האט דערווייל נאך נישט געסטראשעט מיט ראקעטן, אבער זיי האבן געבעטן אלע פאלעסטינער זאלן מארגן ארויפגיין צו ירושלים צו באשיצן די געגענט.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:30 am

לויט ארטיגע באריכטן האלט די מדינת ישראל מיליטער אז חמאס וועט נישט שיסן ראקעטן.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:31 am

די פאליציי אין ירושלים ערווארטן איבער 10,000 ציווילדעוויטע רעכטע עקסטרעמיסטן ביי די מארגענדיגע התגרות.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג יוני 14, 2021 10:33 am

חאמאס האט באטיטלט דעם מארגענדיגען טאג אלס א יום זעם
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:37 am

די חמאס טעראר באלאן אפטיילונג האט יעצט געמאלדן אז ציליב די געפלאנטע מארש גייען זיי מארגען פריש אנהייבן מיט די פייער באלאנען, אין די שטח ארום עזה גייט פלאקערען.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:45 am

אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האט די נייע "לינקע שר לביטחון הפנים עומר בר לב" פון די העבודה פארטיי ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז ירושלים איז א אידישע סימבאל און די מארש מוז פארקומען.

דאס האט גאר שטארק אויפגערעגט די לינקע און די אראבישע חברי כנסת.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:46 am

די אראבישע רשימה המישתפת פארטיי האט געשיקט א גאר שארפע ווארענונג פאר בנט אז ער מוז זאפארט מבטל זיין די מארש.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 10:48 am

חמאס מיט א נייע סטעיטמענט: די מארש גייט זיין א אויפרייס צו א נייע קריג.

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך מצליח » מאנטאג יוני 14, 2021 10:58 am

:smile:

אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג יוני 14, 2021 11:00 am

וויפל אזייגער איז עס געפלנאט?.

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך משה בעלז » מאנטאג יוני 14, 2021 11:09 am

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פאליטיק דארט. אבער צו מיר קוקט די מארש אויס ווי א געפלאנטע אויפנאמע מתנה פארן נייע רוה"מ, פון די עקסטרעם רעכטע לאגער.
יעדער (אינקלאדינג די ביידן אדמין) גייט צו קוקן ווי אזוי די נייע געשטיקל'טע ממשלה גייט ריאגירן. עס איז כמעט נישט מעגליך פאר בנט'ן ארויס צו קומען אומצובאלט פון דעם. וואס ער גייט נאר טוהן, גייט ער באיזה אופן בע'עוולן א האלבע (פון זיין) קאאליציע.
---
צו מיר קומט עס פאר, בערך די זעלבע ווי די BLM האט געטוהן פאר טראמפ'ן פאריאר זומער צייט...

#ימים ידברו
#עס זאל נאר נישט שאטן פאר קיינע אידן

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 11:12 am

די מדינת ישראל מיליטער האט יעצט געלייגט פרישע כיפת ברזל אין ירושלים

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 11:14 am

בנט און גנץ פירן די לעצטיגע שעות העפטיגע דיסקאסיעס וועגן די מארש.

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך משה בן יעקב » מאנטאג יוני 14, 2021 11:15 am

וואס איך פארשטיי נישט, איז כאמאס ווייסט דאך אז רע״ם איז פין זייערע מענטשען (זיי זענען פרומע אראבערס, אין אחמד טיבי מיט רשימת המשותפת, זענען ״פרייע״ אראבערס) איז פאר וואס פארשטייט נישט כאמאס אז סאיז בעסער אין די “לאנג-ראן״ צי לאזען רע״ם אינעווייניג אין די ממשלה, אין איבער נעמען די טאנקען אין עראפלאנען פין די ישות הציונית פאר זיי....

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג יוני 14, 2021 11:15 am

די פאליציי ערווארטעט 5,000 באטייליגטע ביי די מארש וואס וועט דורך גיין אלט שטאט אויפן וועג צו די כותל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג יוני 14, 2021 11:18 am

ח"כ איתמר בן גביר (הציונית הדתית) זאגט פאר די נייע רה"מ בנט אז "ס'געקומען די צייט אז מדנ"י זאל סטראשענען חאמאס און נישט אז חאמאס זאל סטראשענען מדנ"י"
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג יוני 14, 2021 11:20 am

2,000 פאליציאנטן וועלן אנוועזנד זיין ביים מארש
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 12:07 pm

גנץ האט געהייסן די מיליטער אז זיי זאלן צוגרייטן פאר מארגען פרישע צילן אין עזה, אויב ס'וועט זיך אויספעלען.

לויט באריכטן איז מדינת ישראל ביים מיינונג אז חמאס גייט נישט שיסן ראקעטן, אבער יא פראבירן מיט אנדערע פראוועקאציעס.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך אייגנארטיג » מאנטאג יוני 14, 2021 12:19 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:2,000 פאליציאנטן וועלן אנוועזנד זיין ביים מארש

דאס ברענגט שיין ארויף די צאל באטייליגער :lol:

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 1:07 pm

לויט באריכטן האט חמאס געלאזט וויסן מצרים, אז פון זייער זייט קען זיין אז מארגען גייען זיי צושטערן די פייער אפשטעל.

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 1:09 pm

די נייע מדינת ישראל שר לביטחון הפנים עומר בר לב, האט יעצט געגעבן די ענדגילטיגע באשטעיטאגינג פאר די מארש.

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 14, 2021 1:11 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נאכדעם וואס חמאס האט א חודש צירוק געשאסן ראקעטן וועגן א געפלאנטע רעכטע מארש וואס איז צום סוף בטל געווארן, איז די מארש ערווארטעט פארצוקומען מארגן נאכמיטאג אין ירושלים.

הייסט אז די ראקעטן זענען געווען וועגן די מארש... :roll:
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

קוק אויף דיך אליינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יוני 14, 2021 1:11 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:נאכדעם וואס חמאס האט א חודש צירוק געשאסן ראקעטן וועגן א געפלאנטע רעכטע מארש וואס איז צום סוף בטל געווארן, איז די מארש ערווארטעט פארצוקומען מארגן נאכמיטאג אין ירושלים.

הייסט אז די ראקעטן זענען געווען וועגן די מארש... :roll:

די געדענקסט אנדערש ?

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פרישע רעכטע מארש געפלאנט אויף מארגען דינסטאג קען פריש אויפלאקערן מדינת ישראל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 14, 2021 1:12 pm

די מארש קומט פאר יעדע יאר, און האט נאך קיינמאל געפירט צו א מלחמה אדער ענליכס...

מ'קען גיין שלאפן רואיג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט