והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הרב_שלום
שר תשעת אלפים
תגובות: 9073
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:03 am

צביירושלים האט געשריבן:א גוטע וואך.
ווען מען טראכט פון זיך און אז איך שפאר מיין געלט איז א נושא ווי איז ביליגער.
אז מען גייט צו ראש השנה מיט א בקשה געב מיך בריוח איז זאל קענען פארגינען פאר מיין גראסערי פאר מיין פיש סוחר וואס איז א חילוק דע פרייז.....
כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה עס איז נישט קיין מדרש הנעלם עס איז א גמרא אין מסכת ביצה.......

לכו והתפרנסו זה מזה


די בעיטס עקסטער געלט ווייל דו ביסט פויל צו גיין צום ביליגער גראסערי
Diapers: Save $30 when you buy $100
https://amzn.to/3sEzO0W

דעת בעל הבית
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך דעת בעל הבית » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:48 am

לויט ווי איך פארשטיי גייט ’האלץ פרייזן’ אראפ!
פארוואס ווייס איך נישט,

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך פרוכט בוים » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:29 am

פארוואס הערט מען גארנישט פון די גאווערמענט איבער אזא שטארקע אישא

מי שברך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך מי שברך » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:32 am

פרוכט בוים האט געשריבן:פארוואס הערט מען גארנישט פון די גאווערמענט איבער אזא שטארקע אישא

דארף מיר ווארטען ביז 2024 און אריין וועלן איינער מיט מענטשליכע בלוט און אפיס......

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:42 am

פלעסטיק האט געשריבן:פרייזן פון אלע בעקעלעך און קאנטעינארס זענען ארויף מיט כמעט פיפציג פראצענט, שוין העכסט צייט מען זאל זיך אפלאזן פון טשיינע און עס אנהייבן מאכן אין יו עס עי. עס וואלט געשפארט די 15 טויזענט דאלער וואס גייט פאר די שיף. (בעפאר קאוויד איז עס געווען 3 טויזענט דאלער און יעצט מיט ביידען איז עס נאך סאך מער געשפרינגען אז עס לוינט זיך נישט אריינברענגען די סחורה פון אויסלאנד.

געב מיר א פעקטארי וואס מאכט דאס לאקאל און קומט אויס ביליגער ווי כינע (נאך די טייערע שיפינג), און כ'שאף היינט דאס געלט פאר א ריזיגע ארדער
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך דונש » זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:40 am

לב בשר האט געשריבן:גאלדען פלאו איז די איינציגסטע קאמפאני אין די גראסערי ליין וואס איז דערווייל נישט ארויף.
שמועה שמענו אז זיי גייען יעצט ארויף מיט די פרייזן.

זיי זענען שוין ארויף אויף די frozen items ערגעץ אנפאנג אוגוסט מיט בערך 30%
זוכט איר דוי?

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך אלטער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:52 am

הרב_שלום האט געשריבן:
צביירושלים האט געשריבן:א גוטע וואך.
ווען מען טראכט פון זיך און אז איך שפאר מיין געלט איז א נושא ווי איז ביליגער.
אז מען גייט צו ראש השנה מיט א בקשה געב מיך בריוח איז זאל קענען פארגינען פאר מיין גראסערי פאר מיין פיש סוחר וואס איז א חילוק דע פרייז.....
כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה עס איז נישט קיין מדרש הנעלם עס איז א גמרא אין מסכת ביצה.......

לכו והתפרנסו זה מזה


די בעיטס עקסטער געלט ווייל דו ביסט פויל צו גיין צום ביליגער גראסערי

געהערט לעצטענס פון ר' שרגא פאפלאנאש. ער האט נאכגעזאגט פון ר' חיים בריסקער, אז ר"ה שרייבט מען אן מזונותיו של אדם, וואס א מענטש גייט עסן יענעם יאר. יעצט אויב וויל ער, קען ער גיין זוכן די ביליגסטע וואס ס'דא, און עסן די בליגערע עסן. און אויב גייט ער פשוט צו זיי גראסערי, וועט ער האבן געניג געלט צו קויפן די טייער וואס דארט איז דא. מזונותיו בלייבט מזונותיו ודו"ק
פלאגט אייך מער נישט צו קאנטראלירן אייערע דאפלטע ניקס! דער סעלושן איז שוין אויפן וועג!

קומט אריין דא! פאר מער

שמחהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:33 pm

געווען אין בינגאו, מיט די נייע פרייזן זענען זיי נאך אלץ היפש ביליגער ווי מיין לאקאלע גראסערי.

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך פאפיגיי » זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:53 pm

Rak Tov האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:מיין שמש האט נייע איבערגעדריקטע סליחות'ער אין 2 פארמאטן, די קלענערע איז $18 ה"י

ערב שבועות האך געזעהן א נייע תיקון ליל שבועות ביים מיין לאקאלע מקוה איד, נאכן אויפגעשוידערט ווערן פון הערן אז די פרייז איז גאנצע $35 +tex פאר די קליינע פארמאט האב איך באשלאסן אז סאיז ענדערש אויצופאקן די גאנצע ספרים שאנק ווי מחזק זיין די ארויסגעבער


ערב חנוכה האב איך געזעהן א זמירות לחנוכה ביי מאן לאקאלע מקוה איד, נאכן אויפגעשוידערט ווערן פון הערן אז די פרייז איז גאנצע $70 +tex פאר די קליינע פארמאט, האב איך באשלאסן אז סאיז ענדערש אויצופאקן די גאנצע ספרים שאנק ווי מחזק זיין די ארויסגעבער...
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:00 pm

פאפיגיי האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:מיין שמש האט נייע איבערגעדריקטע סליחות'ער אין 2 פארמאטן, די קלענערע איז $18 ה"י

ערב שבועות האך געזעהן א נייע תיקון ליל שבועות ביים מיין לאקאלע מקוה איד, נאכן אויפגעשוידערט ווערן פון הערן אז די פרייז איז גאנצע $35 +tex פאר די קליינע פארמאט האב איך באשלאסן אז סאיז ענדערש אויצופאקן די גאנצע ספרים שאנק ווי מחזק זיין די ארויסגעבער


ערב חנוכה האב איך געזעהן א זמירות לחנוכה ביי מאן לאקאלע מקוה איד, נאכן אויפגעשוידערט ווערן פון הערן אז די פרייז איז גאנצע $70 +tex פאר די קליינע פארמאט, האב איך באשלאסן אז סאיז ענדערש אויצופאקן די גאנצע ספרים שאנק ווי מחזק זיין די ארויסגעבער...

*אויספאקן די ספרים שאנק פון חומש/משניות אא"וו צו לערנען דערין שבועות ביינאכט

@פאפיגיי...

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך אייער_קיכל » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:39 am

אייער_קיכל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:מיין שמש האט נייע איבערגעדריקטע סליחות'ער אין 2 פארמאטן, די קלענערע איז $18 ה"י


זאלסטו וויסן אז ער איז א טייערער שמש

פריער געצאלט אין ספרים געשעפט $12 פאר א נארמאלע סייז מיט הארטע דעקל


יעצט זעה איך וואס דו מיינסט, באמערקט טאקע ביי עטליכע מקוה אידן די פרייז הייבט זיך אן ביי $18/19, דאס איז סליחות מיט א פירוש, זעהט אויס די אינטערנאציאנאלע מקוה איד יוניאן האט אפגעמאכט אריינצונעמען בלויז בעסערע סליחות

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:20 am

הער איך אז סוטס איז ארויף מיט $50 א שטיק? איינער ווייסט פארוואס? קאנטעינאר איז טייער איז נישט קיין תירוץ. זאגט מיר א משפחה מיינער וואס ברענגט אויך אריין זאכן פון אויסלאנד אז סקומט אויס ארום 2-3 דאלאר טייערער פער סוט יעצט. אין א קאנטעינאר גייט אריין לאמיר זאגן 5 טויזנט סוטס (סגייט לכאורה אריין דאפעלט אדער מער. איך בין נישט באקאנט) 5000X$50 = $250,000. דאס בעטן $50 מער סוט/בעקיטשע איז א גניבה וואס מניצט יעצט אויס ווייל אלעס איז טייער. גייט עס ווען ארויף 10-15$ החרשתי. אבער $50 איז נישט קיין נארמאלע זאך. וואס וועט געשען אז ער וועט אנשטאט $150 פראפוט א סוט וועט ער נאר מאכן $125? ממש נישט האבן אויף ברויט צו קויפן. הא?
יענער זאגט אז סיז לאו דווקא סוטס. עס איז אלע זאכן וואס איז לעצטענס ארויף. דאס ארויפשמייסען די פרייזען אן א חשבון ווייל א קאנטעינאר איז טייער איז שטותים. יא סיז טייערער אבער נישט אז א קינדער שיך וואס האט געקאסט $75 זאל יעצט קאסטן $99.

יא איך קויף און איך צאל ווי יעדער איינער אבער די וויי געשריי דארף דערהערט ווערן.ספאלט עניוועי אויף טויבע אויערן

shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:24 am

קען זיין איך קען נישט די פרייזען, אבער עס האט מיר געשאקט ווען פאר א שבת הויזן פלעין שווארץ מיט וועלקרו האב איך געדארפט צאלן $50

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27732
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:27 am

אייער_קיכל האט געשריבן:
יעצט זעה איך וואס דו מיינסט, באמערקט טאקע ביי עטליכע מקוה אידן די פרייז הייבט זיך אן ביי $18/19, דאס איז סליחות מיט א פירוש, זעהט אויס די אינטערנאציאנאלע מקוה איד יוניאן האט אפגעמאכט אריינצונעמען בלויז בעסערע סליחות

ס'איז נישט אלע ארויסגעבער, איין פרישע פירמע קומט אריין א גוטע 40 פראצענט העכער ווי דער אלט געזעסענער קאמפעטישן זיינעם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:31 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:הער איך אז סוטס איז ארויף מיט $50 א שטיק? איינער ווייסט פארוואס? קאנטעינאר איז טייער איז נישט קיין תירוץ. זאגט מיר א משפחה מיינער וואס ברענגט אויך אריין זאכן פון אויסלאנד אז סקומט אויס ארום 2-3 דאלאר טייערער פער סוט יעצט. אין א קאנטעינאר גייט אריין לאמיר זאגן 5 טויזנט סוטס (סגייט לכאורה אריין דאפעלט אדער מער. איך בין נישט באקאנט) 5000X$50 = $250,000. דאס בעטן $50 מער סוט/בעקיטשע איז א גניבה וואס מניצט יעצט אויס ווייל אלעס איז טייער. גייט עס ווען ארויף 10-15$ החרשתי. אבער $50 איז נישט קיין נארמאלע זאך. וואס וועט געשען אז ער וועט אנשטאט $150 פראפוט א סוט וועט ער נאר מאכן $125? ממש נישט האבן אויף ברויט צו קויפן. הא?
יענער זאגט אז סיז לאו דווקא סוטס. עס איז אלע זאכן וואס איז לעצטענס ארויף. דאס ארויפשמייסען די פרייזען אן א חשבון ווייל א קאנטעינאר איז טייער איז שטותים. יא סיז טייערער אבער נישט אז א קינדער שיך וואס האט געקאסט $75 זאל יעצט קאסטן $99.

יא איך קויף און איך צאל ווי יעדער איינער אבער די וויי געשריי דארף דערהערט ווערן.ספאלט עניוועי אויף טויבע אויערן

הוצאות שבת ויום טוב קומט ממילא צוריק

shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:34 am

פארוואס בעט מען נישט טויזענט דאלאר פאר חלות און פיש.

# הוצאות שבת ויום טוב קארד

shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:36 am

הרחבת הדעת לכבוד שבת ויום טוב איז אויך אויסגעהאלטן

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:44 am

shimon7323 האט געשריבן:פארוואס בעט מען נישט טויזענט דאלאר פאר חלות און פיש.

# הוצאות שבת ויום טוב קארד

איך פארשטיי די ווייטאג פון אויסרייסן די לעצטע פרוטה אבער דאס איז דאך א אפענע קלארע גמרא אז הוצאות שבת ויום טוב קומט צוריק

צביירושלים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך צביירושלים » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:44 am

האמנתי כי אדבר
קויפט בריוח יא!!!!!! אין דיין לאקאל גרוסערי.
דער אייבישטער וועט דיך געבן בריוח
מדה כנגד מדה.
לי הכסף ולי הזהב אמר ד'

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:53 am

אייער_קיכל האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:מיין שמש האט נייע איבערגעדריקטע סליחות'ער אין 2 פארמאטן, די קלענערע איז $18 ה"י


זאלסטו וויסן אז ער איז א טייערער שמש

פריער געצאלט אין ספרים געשעפט $12 פאר א נארמאלע סייז מיט הארטע דעקל


יעצט זעה איך וואס דו מיינסט, באמערקט טאקע ביי עטליכע מקוה אידן די פרייז הייבט זיך אן ביי $18/19, דאס איז סליחות מיט א פירוש, זעהט אויס די אינטערנאציאנאלע מקוה איד יוניאן האט אפגעמאכט אריינצונעמען בלויז בעסערע סליחות


די שמשים אינדוסטרי די לעצטע פאר יאר דארף אן עקסטערע באהאנדלונג.

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך פארפרוירן » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:57 am

וואס טוט זיך מיט די אתרוגים מארקעט? אויך ארויף?
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

abeg
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:04 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:הער איך אז סוטס איז ארויף מיט $50 א שטיק? איינער ווייסט פארוואס? קאנטעינאר איז טייער איז נישט קיין תירוץ. זאגט מיר א משפחה מיינער וואס ברענגט אויך אריין זאכן פון אויסלאנד אז סקומט אויס ארום 2-3 דאלאר טייערער פער סוט יעצט. אין א קאנטעינאר גייט אריין לאמיר זאגן 5 טויזנט סוטס (סגייט לכאורה אריין דאפעלט אדער מער. איך בין נישט באקאנט) 5000X$50 = $250,000. דאס בעטן $50 מער סוט/בעקיטשע איז א גניבה וואס מניצט יעצט אויס ווייל אלעס איז טייער. גייט עס ווען ארויף 10-15$ החרשתי. אבער $50 איז נישט קיין נארמאלע זאך. וואס וועט געשען אז ער וועט אנשטאט $150 פראפוט א סוט וועט ער נאר מאכן $125? ממש נישט האבן אויף ברויט צו קויפן. הא?
יענער זאגט אז סיז לאו דווקא סוטס. עס איז אלע זאכן וואס איז לעצטענס ארויף. דאס ארויפשמייסען די פרייזען אן א חשבון ווייל א קאנטעינאר איז טייער איז שטותים. יא סיז טייערער אבער נישט אז א קינדער שיך וואס האט געקאסט $75 זאל יעצט קאסטן $99.

יא איך קויף און איך צאל ווי יעדער איינער אבער די וויי געשריי דארף דערהערט ווערן.ספאלט עניוועי אויף טויבע אויערן

הוצאות שבת ויום טוב קען מײנן אז שבת ויום טוב ברױכט מען זיך אױסגעבען, די סוט סטאר גיבט זיך אױס מיטן העכערן די פרײז אין איר גיבט זיך אױס מיטן זיך רעגן אױפען װעלטל

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:53 pm

דברים אלו האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:פארוואס בעט מען נישט טויזענט דאלאר פאר חלות און פיש.

# הוצאות שבת ויום טוב קארד

איך פארשטיי די ווייטאג פון אויסרייסן די לעצטע פרוטה אבער דאס איז דאך א אפענע קלארע גמרא אז הוצאות שבת ויום טוב קומט צוריק

מיט דעם אלעם האט א געוויסער פארצייטישער גדול מיטן נאמען הרב יוסף קארו זצ״ל געשפירט פאר וויכטיג צו ווידמען זיין ערשטען סימן אין הלכות שבת איבער די נושא פון מייקר השער זיין אויף צרכי שבת (פיש).
ווי ווייט איך פארשטיי האט דער הרב קארו אויך געוויסט פון דעם מאמר חז״ל וואס איר צייכנט אן.

אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך קוועטש » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:00 pm

רחש לבי האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:מיין שמש האט נייע איבערגעדריקטע סליחות'ער אין 2 פארמאטן, די קלענערע איז $18 ה"י


יעצט זעה איך וואס דו מיינסט, באמערקט טאקע ביי עטליכע מקוה אידן די פרייז הייבט זיך אן ביי $18/19, דאס איז סליחות מיט א פירוש, זעהט אויס די אינטערנאציאנאלע מקוה איד יוניאן האט אפגעמאכט אריינצונעמען בלויז בעסערע סליחות


די שמשים אינדוסטרי די לעצטע פאר יאר דארף אן עקסטערע באהאנדלונג.



עס דארפט טאקע באהאנדעלט ווערן, יא די שמשים ארבעטן 24 שעה א טאג לשרת את הציבור אָן קיין גוט ווארט אָן קיין שום רעקיגנישאן און פארשטייט זיך אז אוודאי נישט מיט קיין עפרישיעישאן, זיי ווערן באהאנדלט ערגער ווי די גרועים שבאומות, (יא פארגעסן די עיקר מ'ווארפט צו א ביינדל לא יחרץ געלט פון איין גאנצע דאלאר ערב יום כיפור אדער ביי א מי שבירך ביי א ברית און געווענליך קומט עס מיט אבילס בלוט)

להוי ידוע איך בין באהאווענט אין די נושא זייענדיג פארמישט מיט די פינאנציעלע חלקים פון א שמש שטיבל וועלנדיג ארויסהעלפן א שמש און מיר האבן צוזאמען געהייערט א בוקקיפער, וואס זאל איבערגיין די ביכער די אינקאום און די אוטקאום. תכלית היוצא די גאנצע מקוה שטיבל איז א סערוויס צענטער, און אויב דער שמש צאלט נאך פאר אן ארבייטער אים ארויסצוהעלפן מיט אינווענטארי - אויספאקען שעלווס - לייגן פרייזן - רעזשיסטער - קאסטומער סערוויס וכו' דערלייגט ער די גאנצע פראפיט מארזשין.

יא חוץ די ברכה וואס חז"ל האבן געגעבן פאר די עוסקים ב"צרכי ציבור" איז ליידער בימינו אלה - ווען פשוטע נארמאליזם איז פארגעסן געווארן - איז די מושג פון רעספעקט און שעצונג פאר די יודן וואס גיבן זיך אוועק פארן ציבור ליידער געווארן א ציל ברעט הופכה הקערה על פיה דער צוקופונטיגער דור וויל נישט הערן דערפון עס איז בכלל נישט קיין חשיבות זאל יענער זיין די שלאק שמש ... און דער עיקר מ'קען זיך אפרעדן ... טוט נישט גארנישט צוצושטעלן פאר כבוד הציבור ודו"ק
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:01 pm

א דעסטריבעטער האט מיר געזאגט אז ער איז מיט אלעס ארויף, אפי אויף זאכן וואס מען איז נישט ארויף צו אים.
עס איז יעצט א גיטע צייט ארויפצוגיין ווייל קיינער קען אויף אים נישט האבן קיין טענות.
און די געשעפטן גייען נאך מער ארויף פארוואס דען נישט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט