והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מאי 31, 2021 7:51 pm

אגד האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:ס׳איז אלעס קלײנגעלט קעגן װאס ס׳קומט,קאנטעינערס קאסט 3 מאל מער װי ס׳פלעגט זײן,אלע באלקי אײטעמס גײט ארױפגײן גאר אסאך מער


ס’נישט נאר פאר באלקי אייטעמס, יעדע זאך גייט זיך הייבן די פרייזן וועגן די שיפינג

ביג טיים!
אגב, וויפיל בערך צאלט דר׳עולם אין אלגעמיין פאר א 40hq פון כינע קיין ניו יארק?
איך צאהל יעצט אין די 8-12 טויזענט רעינדזש, געהערט אז ס׳איז דא וואס צאהלן שוין 14 אלפים!
פאר די וואס ווייסן נישט, די געווענליכע פרייז (פאר קאראנא, פפפ, סטימולוס, סועז קאנאל, אנעמפלוימענט, סטימולוס, וכו׳) פלעגט זיין צווישן 3 און 5 אלפים.



איך האב היינט באצאטלט $13k פאר א 40

דער פארט אין יענוטין איז געווען פארשפארט פאר זעקס טאג, שאפנדיג א בעקלאג ביז אין אלף השישי, און יא... פרייזן פאר א וואך ארום לויפן אין די 17 רעינדזש (זעלבע פארווערדער האט געבעטן פאר א וואך צוריק 11,800).

ה' ירחם
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
sheetrock
שר שבעת אלפים
תגובות: 7615
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג מאי 31, 2021 9:34 pm

טעקסיס זענען יעצט נישטא צו באקומען. Uber איז שרעקליך טייער. איינער ווייסט אויב ליפט איז אויך אזוי טייער ווי אובער?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך כ'לאך » מיטוואך יוני 02, 2021 1:01 pm

sheetrock האט געשריבן:טעקסיס זענען יעצט נישטא צו באקומען. Uber איז שרעקליך טייער. איינער ווייסט אויב ליפט איז אויך אזוי טייער ווי אובער?

NEW YORK: Uber and Lyft ride prices have gone up by as much as 40%, along with longer wait times for customers, due to a driver shortage.
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט

לב בשר
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך יוני 02, 2021 10:15 pm

די לעצטע תקופה גייען פרייזן ארויף פרעצעדענלאז!

לב בשר
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך יוני 02, 2021 10:17 pm

אויל קאסט דאפעלט.
מהדרין האט געהויבן די פרייזן פון רוב פון זייערע פראדוקטן.
בייגעלס און קארן׳ס האבן געהייבן די פרייז פון אלע זייערע פראדוקטן.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך יוני 02, 2021 10:20 pm

איידער מ'עפנט אן אשכול איז גוט צו געבן א זוך אויב ס'איז שוין דא אזוינס

viewtopic.php?p=2791152#p2791152


בכלל לא זו הדרך פון עפענען אן אשכול מיטן געבן א שרייב עפעס א קורצע שורה'לע, כאילו א סטעיטמענט.
אויסערדעם האסטו עס געפענט אין נייעס פארום, ווי ס'איז געמאכט בלויז פאר נייעס, און נישט אויף אויסצושמועסן הויכע פרייזן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יוני 02, 2021 10:23 pm

מילך זעה איך שטייט די זעלבע
צוגעלייגטע
BBC19F62-E945-4DC6-BD23-88854CF972CE.jpeg
BBC19F62-E945-4DC6-BD23-88854CF972CE.jpeg (55.57 KiB) געזעהן 1015 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

גדל
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך גדל » מיטוואך יוני 02, 2021 10:23 pm

פון yiddish 24
אובער מיט ליפט פארטיידיגן זיך פארוואס פרייזן זענען שטארק געשטיגן די לעטע שטיק צייט און ווארט צייט איז ארויף

זיי זאגן אז זיי ליידן ביידע פון אן ארבייטער מאנגל א דאנק דעם וואס מענטשען ווילן ענדערש זיצן אינדערהיים ווי איידער ארויס גיין צו די ארבייט. ביידע פירמעס האבן ארויס געשטעלט פארשידענע אינסענטיווס אז דרייווער זאלן קומען ארבייטן פאר זיי, אבער זיי קענן נישט נאכקומען דעם פארלאנג.

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יוני 02, 2021 10:24 pm

געז פרייזן האט נישט קיין שייכות מיט אמעריקא, עס איז געשטיגן אין די גאנצע וועלט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

לב בשר
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך יוני 02, 2021 10:27 pm

איש חמודות האט געשריבן:איידער מ'עפנט אן אשכול איז גוט צו געבן א זוך אויב ס'איז שוין דא אזוינס

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p2791152
חטאתי

בכלל לא זו הדרך פון עפענען אן אשכול מיטן געבן א שרייב עפעס א קורצע שורה'לע, כאילו א סטעיטמענט. [color=#FF0000]עויתי[/color]
אויסערדעם האסטו עס געפענט אין נייעס פארום, ווי ס'איז געמאכט בלויז פאר נייעס, און נישט אויף אויסצושמועסן הויכע פרייזן. פשעתי

טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך טראכט און חלוםט » מיטוואך יוני 02, 2021 10:46 pm

יא לאמיר האלטן די אויגן פארמאכט

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך ווער איז דאס » מיטוואך יוני 02, 2021 11:09 pm

צולייגער האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:ס׳איז אלעס קלײנגעלט קעגן װאס ס׳קומט,קאנטעינערס קאסט 3 מאל מער װי ס׳פלעגט זײן,אלע באלקי אײטעמס גײט ארױפגײן גאר אסאך מער


ס’נישט נאר פאר באלקי אייטעמס, יעדע זאך גייט זיך הייבן די פרייזן וועגן די שיפינג

ביג טיים!
אגב, וויפיל בערך צאלט דר׳עולם אין אלגעמיין פאר א 40hq פון כינע קיין ניו יארק?
איך צאהל יעצט אין די 8-12 טויזענט רעינדזש, געהערט אז ס׳איז דא וואס צאהלן שוין 14 אלפים!
פאר די וואס ווייסן נישט, די געווענליכע פרייז (פאר קאראנא, פפפ, סטימולוס, סועז קאנאל, אנעמפלוימענט, סטימולוס, וכו׳) פלעגט זיין צווישן 3 און 5 אלפים.



איך האב היינט באצאטלט $13k פאר א 40

דער פארט אין יענוטין איז געווען פארשפארט פאר זעקס טאג, שאפנדיג א בעקלאג ביז אין אלף השישי, און יא... פרייזן פאר א וואך ארום לויפן אין די 17 רעינדזש (זעלבע פארווערדער האט געבעטן פאר א וואך צוריק 11,800).

ה' ירחם


פאריאר אין פעבריאר איז פארטען געווען לענגער פארמאכט אין פרייזען זענען נידט ארויף
סאיז יעצט געווארן א טרענד ווער סקען מער ארויף רוקען מיט עפעס א תירוץ
מהדרין קמח גאלדין טעסט
זיי גייען אראפ גיין אויך. עווער נעווער
אפשר זאלען זיי מאכען פאר אפאר חדשים ווייניגער געלט הא
סאיז דא א מאנגעל אין קיען יעצט.?

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך אלטער » מיטוואך יוני 02, 2021 11:15 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אלטער אום דאנארשטאג יוני 03, 2021 10:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פלאגט אייך מער נישט צו קאנטראלירן אייערע דאפלטע ניקס! דער סעלושן איז שוין אויפן וועג!

קומט אריין דא! פאר מער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 02, 2021 11:24 pm

ווער איז דאס האט געשריבן:
פאריאר אין פעבריאר איז פארטען געווען לענגער פארמאכט אין פרייזען זענען נידט ארויף
סאיז יעצט געווארן א טרענד ווער סקען מער ארויף רוקען מיט עפעס א תירוץ
מהדרין קמח גאלדין טעסט
זיי גייען אראפ גיין אויך. עווער נעווער
אפשר זאלען זיי מאכען פאר אפאר חדשים ווייניגער געלט הא
סאיז דא א מאנגעל אין קיען יעצט.?

זייט מוחל, איר האט געטראכט בעפארן שרייבן? וועלכע פארט איז געווען פארמאכט פאראיאר?

און אויף ווי ווייט איך ווייס איז מהדרין מיט גאלדען טעיסט מיט קמח אינאיינעם ניטאמאל א פיצקעלע פראצענט פון די אמעריקאנע פירמעס וועלכע העכערן פרייזן יעצט. 'קיינער' טוט עס נישט פאר פאן... עס איז א בלוטיגע מערכה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יוני 02, 2021 11:26 pm

טראכט און חלוםט האט געשריבן:יא לאמיר האלטן די אויגן פארמאכט

ווער האלט דאס אויג פארמאכט, דער וואס ברענגט נישט קיין דוגמאות?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 15740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 02, 2021 11:27 pm

בעריש'ל האט געשריבן:מילך זעה איך שטייט די זעלבע

אינטערסאנט, איך צאל שוין לאנג $3.19

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך גאלדגרוב » מיטוואך יוני 02, 2021 11:29 pm

דערווייל גיסט זיך נאך מילך אין די קרית יואל'ע גאסן סאו תושבי קרית יואל ווייסן כמעט נישט וויפיל עס קאסט כהיום

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: זאכן וואס די פרייזן האבן זיך געהויבן

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך יוני 02, 2021 11:29 pm

איך זעה די עסן קאמפאני’ס האבן ארויסגעלייגט א מודעה אז זיי גייען ארויפגיין מיט די פרייזן, זיי קענען טון וואס זיי ווילן, און עס איז אמת אז זאכן קאסטן טייערער ווייל עס איז נישטא קיין ארבעטער’ס, ווייל עס איז דא אנעפלוימענט, וכו. וכו.

אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך, די עסן קאמפאני’ס האבן געמאכט אסאך אסאך געלט די יאר, פון אלע פראגראמען, ווי למשל די לאנטש פראגראמען וואס די מוסדות האבן געטיילט, פוד סטעמפס וואס יעדער האט באקומען און מען האט געקויפט עסן בהרחבה, וכו. וכו.

איך קען נישט זייער ביכער, אבער אויסעווייניג טראכט איך אז קען זיין, אז אפילו זיי וואלטן נישטניעצט ארויפגעגאנגען, און זיי וואלטן טאקע יעצט געמאכט אביסל ווייניגער געלט, וואלטן זיי נאך די איבריגע הכנסות פון די יאר נאך אלץ געמאכט מער אדער די זעלבע געלט

קען זיין איך בין נישט גערעכט, נאר א נקודה למחשבה

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יוני 02, 2021 11:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:מילך זעה איך שטייט די זעלבע

אינטערסאנט, איך צאל שוין לאנג $3.19

טייערסטע געשעפט אין מאנסי.
צוגעלייגטע
767D9686-3E30-48E8-961F-915A03511903.jpeg
767D9686-3E30-48E8-961F-915A03511903.jpeg (92.57 KiB) געזעהן 636 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך יוני 02, 2021 11:31 pm

5BFE4B94-1775-4F86-99B4-C7F039450326.jpeg
5BFE4B94-1775-4F86-99B4-C7F039450326.jpeg (168.86 KiB) געזעהן 631 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך יוני 02, 2021 11:32 pm

051F213C-4340-475C-96DB-C7982CF5BB20.jpeg
051F213C-4340-475C-96DB-C7982CF5BB20.jpeg (377.29 KiB) געזעהן 629 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך יוני 02, 2021 11:32 pm

5DBCF8BB-A541-400A-8842-BDE65E8B7A56.jpeg
5DBCF8BB-A541-400A-8842-BDE65E8B7A56.jpeg (742.12 KiB) געזעהן 627 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך יוני 02, 2021 11:32 pm

FE356574-4F2D-45E4-917C-F755F10BB3FB.jpeg
FE356574-4F2D-45E4-917C-F755F10BB3FB.jpeg (210.74 KiB) געזעהן 622 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

קאנטרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך קאנטרי » מיטוואך יוני 02, 2021 11:33 pm

2x4x8 $8.25 lumber

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: ויוקר יאמיר - פרייזן גייען ארויף

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך יוני 02, 2021 11:33 pm

EEED5D50-F680-4C10-9AAA-BAF6B0C37EE7.jpeg
EEED5D50-F680-4C10-9AAA-BAF6B0C37EE7.jpeg (529.29 KiB) געזעהן 617 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, אזוי וויל איך, אלעס איז גוט!!!, חאצקיל בעל עגלה, טישאונבענקל, פעניאק, שכל טוב און 41 געסט