בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:28 pm

דער בדחן האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז ווען ביבי זיצט ווען דארט וואלט ביידען נישט איינגעשלאפען.

דערמאנט מיר פון ווען אויב טראמפ וואלט געווען פרעזידענט בנוגע אפגאניסטאן....

---------

tarmab האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די ליצנות פון בנט איז אז ביידן איז איינגעשלאפן, ביידן וואלט געדארפט זיין די זשאוק פון יאר, א אלטער זאטל וואס קען זיך נישט האלטן די אויגן אפן פאר א קורצע מיטינג.
ווי ער זאגט, אויב ביידן איז געשלאפן, איז עס זיין פראבלעם, נישט בענעט'ס, נאר די רעכטע איזראעלי מידיע האט אזוי פיינט בענעט פארן ארויסטראגן זייער 12 יעריגן פירער, אז זיי מאכן זיך כאילו זיי פארשטייען עס נישט אליינס.

-------

און סתם אזוי, פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן. ער באציט זיך צו דעם וואס די טראמפיסטן דא אין אמעריקע פארשפרייטן עס קעגן ביידן, נישט צו דעם אנטי בענעט פוינט וואס איז סתם נאנסענס לפענ"ד. (לויט די טראמפיסטן איז דאך ביידן אויך געשלאפן אינמיטן זיין אייגענע אויפטריט דאנערשטאג וואס האט גארנישט מיט בענעט.)

This is false. Anyone who actually watches this angle of the Bennett-Biden meeting in high resolution can see that Biden simply shifts into this position at 12:08, continues moving his fingers, and then immediately responds to Bennett at 12:42. https://t.co/d7GaX3Y3ya

Not only was Biden with it, if you watch to the end (when he talks right after he's supposedly sleeping), he gets in a clever little dig, saying: "You thank me for ensuring Israel's security, but you should thank Obama" (which Bennett then does). You don't do that in your sleep.


What's really going on here, of course, is that Biden had a perfectly positive meeting with the Israeli prime minister, which frustrates Trumpkin attempts to paint Biden as anti-Israel. Since they have no substance to dispute with him here, they fabricated this instead.

דיסענטיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך דיסענטיס » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:44 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
tarmab האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די ליצנות פון בנט איז אז ביידן איז איינגעשלאפן, ביידן וואלט געדארפט זיין די זשאוק פון יאר, א אלטער זאטל וואס קען זיך נישט האלטן די אויגן אפן פאר א קורצע מיטינג.

זיי זיכער אז ביי ביבי וואלט אזא זאך נישט פאסירט.פינטל
'מהאט געפרעגט דא וואס די עניין פון 'אויסזען' ווי א ראש ממשלה וואס בנט האט עס נישט , וואס פעלט עס אויס?
איז לאמיר אייך געבן צו פארשטיין. ווען ס'קומט א פירער פון א פרעמדע לאנד באזוכן דעם פרעזידענט פון אמעריקע, איז נאך אלע דיפלאמאטישע און פאליטישע אנגעלגנהייטן ווי די לאנד וואס ער פארטרעט, די דיפלאמאטישע פמליה, די סעקיורטי,וכו וכו .צום סוף איז עס די פערסאנעל אינטעראקציע אין כימיע צווישן די איזראעלי רא"מ און דער אמעריקאנע פרעזידענט וואס מאכט די זאך.
ביבי נתניהו, צו מ'איז משוגע פאר אים אדער מ'איז משוגע פון אים, דער איז א מענטש וואס שפריצט מיט זעלבסט זיכערקייט ,שטארקייט, ער געבט יעדן א געפיל ווי מרעדט דא פון א מאכטפולען וועלטס גרויסמאכט פירער, ער האט זיך געדרייט אין ווייסע הויז ווי ביים טאטען אין וויינגארטן און נישט געהאט קיין פראבלעם 'מחנך' זיין דעם שטאלצן אבאמא ביים אים אין אוועל אפיס. ווען די רעדע איז פון 'ביבי' קען מען נישט איגנארירן.
דאקעגן נפתלי בנט שרייט ארויס דער קלעסיק איזראעלי פאראזיט וואס קומט זיך לעקן די פיס פונעם גרויסן אמעריקאנער פעטער,
פארפאלען, ס'פעלט אים א קליינע מאס פון די געהיימע רעצעפט פון פאואוער וואס א פירער דארף האבען, און דאס זעט מען גלייך, מקען עס נישט באהאלטען,
און אז מהאט עס נישט האט מען עס נישט. ס'וועט נישט העלפן אפילו די צערטלדיגע מידיע וואס נעמט דיך ארום מיט ליבשאפט..

צום ערשט בין איך ווייט פון זיכער אז ביידען איז געשלאפן, פון די ווידיאו'ס קוקט זיכער נישט אויס ווי ער שלאפט, קוקט מיר ענדערש אויס ווי א טיפעקעל איזרעלי נייַעס וואס הייבט זיך נישט אן און לאט זיך נישט אויס און איז געשאפן מיטן ציל - ווי אלע אנדערע איזרעלי פעיק נויז - צו מאכן א שטורעם פון א גלעזל וואַסער.

און די מעכטיגע ארויסגעטראסקעטע דיפלאמאט ביבי וואס האט נישט געקענט באווייזן מיט דרייסיג מאנדאטן צו צוזאם שטעלן א קאליציע, האט ווייט פון אויסגעקוקט פרעזידענטלעך ווען ער איז זיך געקומען רייצן מיטן פרעזידענט פונעם נאנסטן אליאירטע לאנד פון די מדינה, און געקומען רעדן אקעגען עם אין קאנגרעס נאכן זיך נישט קענען דורך קימען מיט עם מיט זיין גרויס דיפלאמאטישעקייט.

און ער האט ווייט פון אויסגעקוקט פרעזידענטלעך ווען ער איז געווען טראמפ'ס פאפעט און געטיען נאר וואס טראמפ האט געלאזט, און פארקוקט די אינטערעסן פון די מדינה און זיך גע'חנפט ווי א בעבי צו עם נאר צו קענען פארקויפן פאר זיינע געטרייע קעלבלעך ווי גוט ער מיט די אמעריקאנער פרעזידענט.

און זיכער וואלט דאס נישט געשען צו ביבי, ווייל קענסט זיין כמעט זיכער אז ביבי וואלט נישט באקומען אזוי שנעל קיין איינליידענוג פון ביידן פשוט צוליב די גאר גרויסע דיפלאמאט וואס ער איז...

אבער וואס איך מיז מודה זיין אז דאס קלוגשאפט האט נישט ארויסגעשאנט פון דעם בנט ווען ער האט גערעדט מיט ביידן, מען האט געקענט זען אז ער איז נישט זיך נאר אז ער פראבירט -אימגעלאנגענערהייט- נאך צו מאכן איינעם, און זיין פון פארויסגעגרייטע וויצן האבן אויך עפעס נישט גוט אריין געקומען, און דאס אראפ פליקען דאס מאסק אינמיטן אן א ספעציעלע סיבה וואס איז דאן געשען איז אויך לכאורה נישט געקומען פון גרויס קלוגשאפט.

דער דארף אויפהערן צו טרייען נאך צומאכן אנדערע און זיין זיך אליין ווייל עס געלונקט עם סייווי נישט..

ביבי איז געווען טראמפס פאפעט גאר?
ביבי האט מיט געניטשאפט ארומגעפירט און געשפילט מיט טראמפ כאוות נפשו. ביבי האט א שיינעם חלק אינדעם וואס טראמפ איז ארויס פון די איראן דיעל. דער איינציגסטער זאך וואס טראמפ האט עם נישט געגעבן איז דאס אנעקסירונג פון די שטחי C אין די פארנומענע געביטן, וואס איז כידוע געווען יד ישראל באמצע (קושנער), ביי אזא דראסטישע מהלך מוז מען האבן שטיצע פון אמעריקע דאס צו קענען דורכפירן.
לעצט פאראכטן דורך דיסענטיס אום זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דיסענטיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך דיסענטיס » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:50 pm

ביידן איז טאקע נישט געשלאפן אבער זיין באנעמונג האט בפירוש געוויזן אז ער איז נישט גורס דעם בנט.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:52 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
די לאקאלע פרימע צייטונגען וואס זענען געפלויגען ציזאמען מיט ביבי קומען אויף מיט מאדנע קריעטיוו טענות אויף בענאט, די זעלבע האבען אונטערגעווישט ביביס רודפן די היימישע מענטשהייט ביי קאראנע, די רויטע זאנעס דייקא אויף פרומע, די טיקעט געטיילעכץ פאר קליינע קינדער, די אומאן באלאקאדע וואס ער האט ערלעדיגט.

ביזדערווייל פאקט דער היינטיגע ראש הכופרים איין דעם ביבי מיליאן מאל מיט צירוקהאלטען ביביס ווילדע מערסט עקסטרעמיסטישע לאנגפארצויגענע לאוקדאונס אויף די וועלט וואס האט געפייניגט די מענטשהייט דארט, און פרימע נאך מער.


דאס איז דאך אזוי ריכטיג.

אומאן קען מען ב"ה רואיג פארן, פאראיאר האט ביבי פערזענליך פארארבעט מעשים אז אוקריינא זאל צושפארן גרעניצן.

ימים נוראים גייט נישט זיין קיין שום סגר. פאראיאר האט מען געטיילט טיקעטס פאר יונג און אלט.

בסך הכל האט המבשר מיט יתד נאמן געמיינט די וועלט וועט זיך ענדיגן אן ביבי, דערווייל איז עס גאר סאך רואיגער.

דיסענטיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך דיסענטיס » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:58 pm

להודיע האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
די לאקאלע פרימע צייטונגען וואס זענען געפלויגען ציזאמען מיט ביבי קומען אויף מיט מאדנע קריעטיוו טענות אויף בענאט, די זעלבע האבען אונטערגעווישט ביביס רודפן די היימישע מענטשהייט ביי קאראנע, די רויטע זאנעס דייקא אויף פרומע, די טיקעט געטיילעכץ פאר קליינע קינדער, די אומאן באלאקאדע וואס ער האט ערלעדיגט.

ביזדערווייל פאקט דער היינטיגע ראש הכופרים איין דעם ביבי מיליאן מאל מיט צירוקהאלטען ביביס ווילדע מערסט עקסטרעמיסטישע לאנגפארצויגענע לאוקדאונס אויף די וועלט וואס האט געפייניגט די מענטשהייט דארט, און פרימע נאך מער.


דאס איז דאך אזוי ריכטיג.

אומאן קען מען ב"ה רואיג פארן, פאראיאר האט ביבי פערזענליך פארארבעט מעשים אז אוקריינא זאל צושפארן גרעניצן.

ימים נוראים גייט נישט זיין קיין שום סגר. פאראיאר האט מען געטיילט טיקעטס פאר יונג און אלט.

בסך הכל האט המבשר מיט יתד נאמן געמיינט די וועלט וועט זיך ענדיגן אן ביבי, דערווייל איז עס גאר סאך רואיגער.

מ'קען נישט פארגלייכן די תקופה פארן וואקסין און נאכן וואקסין

סאבאבא
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:33 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:הרב סאבאבא
דו ביסט געווען דער וואס האט אים באטיטלט מחלל שבת

אודאי אזוי, ווייל קעגן דעם בענעט וועלכער האט ארויסגעפירט זיין ביבי איז דאך א מצוה צו רעדן.

זיין פראבלעם איז נאר ווען מען רעדט קעגן ציוניזם בעצם, און מען רופט דאס א ניאוץ בשם.

צל די קומסט אריין זייער קלאר.
דא אין דעם אשכול מעג מען נאר רעדן אקעגען די ראש הממשלה פון די מדינה אבער חס ושלום צו רעדן אקעגען די מדינה אליין.

איר וועט זיכער איבעראשט ווערן ביז גאר, געוואר צו ווערן די שאקירנדע נייעס אז די אשכול דא איז בנוגע 'בנט -לפיד נייעס און באריכטען' .
אלע בויכוויי בנוגע 'כופרים-ציונים-ניאוץ-תזדעזע ת"ק פרסה-מחאה' וועסטו מוזן עפענען א נייע אשכול, דארט וועט איר אוואדע קענען האלטען פלאמ-פייערדיגע דרשות אומגעשטערט
אזש ס'ועט גיין א רויך.
פראפעסיאנאלע טרענסלעיטינג פון אידיש צו העברעאיש און פארקערט/דעשיפירן שווערע כתב יד אין אידיש =mozes2893@gmail.com

סאבאבא
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:52 pm

זיסע פיש האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
tarmab האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס די ליצנות פון בנט איז אז ביידן איז איינגעשלאפן, ביידן וואלט געדארפט זיין די זשאוק פון יאר, א אלטער זאטל וואס קען זיך נישט האלטן די אויגן אפן פאר א קורצע מיטינג.

זיי זיכער אז ביי ביבי וואלט אזא זאך נישט פאסירט.פינטל
'מהאט געפרעגט דא וואס די עניין פון 'אויסזען' ווי א ראש ממשלה וואס בנט האט עס נישט , וואס פעלט עס אויס?
איז לאמיר אייך געבן צו פארשטיין. ווען ס'קומט א פירער פון א פרעמדע לאנד באזוכן דעם פרעזידענט פון אמעריקע, איז נאך אלע דיפלאמאטישע און פאליטישע אנגעלגנהייטן ווי די לאנד וואס ער פארטרעט, די דיפלאמאטישע פמליה, די סעקיורטי,וכו וכו .צום סוף איז עס די פערסאנעל אינטעראקציע אין כימיע צווישן די איזראעלי רא"מ און דער אמעריקאנע פרעזידענט וואס מאכט די זאך.
ביבי נתניהו, צו מ'איז משוגע פאר אים אדער מ'איז משוגע פון אים, דער איז א מענטש וואס שפריצט מיט זעלבסט זיכערקייט ,שטארקייט, ער געבט יעדן א געפיל ווי מרעדט דא פון א מאכטפולען וועלטס גרויסמאכט פירער, ער האט זיך געדרייט אין ווייסע הויז ווי ביים טאטען אין וויינגארטן און נישט געהאט קיין פראבלעם 'מחנך' זיין דעם שטאלצן אבאמא ביים אים אין אוועל אפיס. ווען די רעדע איז פון 'ביבי' קען מען נישט איגנארירן.
דאקעגן נפתלי בנט שרייט ארויס דער קלעסיק איזראעלי פאראזיט וואס קומט זיך לעקן די פיס פונעם גרויסן אמעריקאנער פעטער,
פארפאלען, ס'פעלט אים א קליינע מאס פון די געהיימע רעצעפט פון פאואוער וואס א פירער דארף האבען, און דאס זעט מען גלייך, מקען עס נישט באהאלטען,
און אז מהאט עס נישט האט מען עס נישט. ס'וועט נישט העלפן אפילו די צערטלדיגע מידיע וואס נעמט דיך ארום מיט ליבשאפט..

צום ערשט בין איך ווייט פון זיכער אז ביידען איז געשלאפן, פון די ווידיאו'ס קוקט זיכער נישט אויס ווי ער שלאפט, קוקט מיר ענדערש אויס ווי א טיפעקעל איזרעלי נייַעס וואס הייבט זיך נישט אן און לאט זיך נישט אויס און איז געשאפן מיטן ציל - ווי אלע אנדערע איזרעלי פעיק נויז - צו מאכן א שטורעם פון א גלעזל וואַסער.

און די מעכטיגע ארויסגעטראסקעטע דיפלאמאט ביבי וואס האט נישט געקענט באווייזן מיט דרייסיג מאנדאטן צו צוזאם שטעלן א קאליציע, האט ווייט פון אויסגעקוקט פרעזידענטלעך ווען ער איז זיך געקומען רייצן מיטן פרעזידענט פונעם נאנסטן אליאירטע לאנד פון די מדינה, און געקומען רעדן אקעגען עם אין קאנגרעס נאכן זיך נישט קענען דורך קימען מיט עם מיט זיין גרויס דיפלאמאטישעקייט.

און ער האט ווייט פון אויסגעקוקט פרעזידענטלעך ווען ער איז געווען טראמפ'ס פאפעט און געטיען נאר וואס טראמפ האט געלאזט, און פארקוקט די אינטערעסן פון די מדינה און זיך גע'חנפט ווי א בעבי צו עם נאר צו קענען פארקויפן פאר זיינע געטרייע קעלבלעך ווי גוט ער מיט די אמעריקאנער פרעזידענט.

און זיכער וואלט דאס נישט געשען צו ביבי, ווייל קענסט זיין כמעט זיכער אז ביבי וואלט נישט באקומען אזוי שנעל קיין איינליידענוג פון ביידן פשוט צוליב די גאר גרויסע דיפלאמאט וואס ער איז...

אבער וואס איך מיז מודה זיין אז דאס קלוגשאפט האט נישט ארויסגעשאנט פון דעם בנט ווען ער האט גערעדט מיט ביידן, מען האט געקענט זען אז ער איז נישט זיך נאר אז ער פראבירט -אימגעלאנגענערהייט- נאך צו מאכן איינעם, און זיין פון פארויסגעגרייטע וויצן האבן אויך עפעס נישט גוט אריין געקומען, און דאס אראפ פליקען דאס מאסק אינמיטן אן א ספעציעלע סיבה וואס איז דאן געשען איז אויך לכאורה נישט געקומען פון גרויס קלוגשאפט.

דער דארף אויפהערן צו טרייען נאך צומאכן אנדערע און זיין זיך אליין ווייל עס געלונקט עם סייווי נישט..

לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד וואס איז נשפע געווארן דא. לאמיר גיין איינס איינס.
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו און דערביי באהאלטען פון אים קריטישע אינפארמאציע איבער איראן)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..
לעצט פאראכטן דורך סאבאבא אום זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פראפעסיאנאלע טרענסלעיטינג פון אידיש צו העברעאיש און פארקערט/דעשיפירן שווערע כתב יד אין אידיש =mozes2893@gmail.com

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:52 pm

דיסענטיס האט געשריבן:ביידן איז טאקע נישט געשלאפן אבער זיין באנעמונג האט בפירוש געוויזן אז ער איז נישט גורס דעם בנט.

אבער אזוי מיר ווייסן דאך אז ער קוקט ליידער יא ארויס פאר די הצלחה פון דעם ראש הכופרים, איז מער מסתבר צו זאגן אז ער האט פשוט געהאט אפגאניסטאן אויפן קאפ.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:53 pm

סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך מבית שמש » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:37 pm

דער עיקר פראבלעם פון בנט און אזוי אויכט פון אלע נייעס אגענטורן כולל אונזער וועלטל איז אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט לויפט מען עם נאך מיט ביבי האט אזוי געטוהן ביבי האט אהער און ביבי האט אהין מגייט קיינמאל נישט דן זיין לעצמו נאר ביחס צו ביבי און פון דעם וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען
לדעתי דארף מען שוין אויפהערן מיטן ביבי געווען איז געווען און דאס איז דאס יעצט איז נישטא ביבי ס'דא בנט און מקען דן זיין זיינע פעולות

סאבאבא
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:51 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

דער וואס האט קאליע געלייגט די 'קשר' צווישען מדינת ישראל און די דעמאקראטישע פארטיי איז אזא מין מאטריעאל וואס רופט זיך 'שנאת ישראל'
וואס האט זיך אריינגעכאפט אין די פארטיי אויף א מיאוס'ן פארנעם ,די גאנצע פארטיי האט זיך גענויגט עקסטרעם לינקס, ליבערל, און פראגרעסיו. בערני סענדערס מיט אלעקסאנדרע קארטעז זענען שוין פון די 'מעינסטרים' דארט, און דאס איז וואס האט 'קאליע' געמאכט די קשר.
לעצט פאראכטן דורך סאבאבא אום זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פראפעסיאנאלע טרענסלעיטינג פון אידיש צו העברעאיש און פארקערט/דעשיפירן שווערע כתב יד אין אידיש =mozes2893@gmail.com

אחשוורוש דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: איזהו חכם המכיר את מקומו...

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:52 pm

מבית שמש האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם פון בנט און אזוי אויכט פון אלע נייעס אגענטורן כולל אונזער וועלטל איז אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט לויפט מען עם נאך מיט ביבי האט אזוי געטוהן ביבי האט אהער און ביבי האט אהין מגייט קיינמאל נישט דן זיין לעצמו נאר ביחס צו ביבי און פון דעם וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען
לדעתי דארף מען שוין אויפהערן מיטן ביבי געווען איז געווען און דאס איז דאס יעצט איז נישטא ביבי ס'דא בנט און מקען דן זיין זיינע פעולות

זייער גוט ארויס געברענגט ;l;p-
די פראבלעם איז אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן..... דאס איז טאקע ביבי'ס גרעסטע הצלחה/מפלה אז א יעדע זאך וואס ריקט זיך אויף דעם כדור הארץ איז מען דן ביחס לביבי...
די עולם האט געמיינט אז נאכן הסתלקות פון בלפור וועט זיך די ביביזם מחלה [פון אלע ביידע זייטן הן שונאיו והן מעריציו] ענדיגן אבער למעישה האט זיך די בביזם מחלוקת נאר פארשטערקערט...
א גאנצע טאג איז מען פארנומען מיט בנט VS ביבי...
לדעתי וועט זיך די סאמעטוכע ענדיגן נאר לאחר מאה ועשרים שלו און דאס איז אויך נישט זיכער.
נפתלי בענעט איז נישט מיין רה"מ.

פונדערנאנט
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פונדערנאנט » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:54 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

בעצם האלט איך אז אבאמא האט אנגעהויבען די געשפאנטקייט מיטן דעקלערען אז איזריעל דארף צוריק גיין צו די פאר 67׳ גרעניצען ״ביי האק און ביי קראק״ אוועקטרעטענדיג פון די ביז דעמאלטסדיגע אומאפציעלע אמערעקאנע פאליסי אז ביי אליאירטע פארקוקט מען אויף די עולה׳ס…

אבער די וועג וויאזוי די דל גאה נתניהו האט צוריקגעפייט איז עפעס וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ( העלאו?! זאלסט מיר אנטשילדיגען, מ׳טוט נישט אזאנס גיין רעדען צו יענעם אין לאנד אקעגן יענעם׳ס פרעזידענט.) פארגעסנדיג ווער ס׳איז אנגעוויזען אין וועם און געטוהן משוגענע זאכען וואס האט אריינגעלייגט אזויגעריפענע לאנגיעריגע סוקסעסן פון די מדינה הטמאה אין א סכנה, איך רעד שוין נישט פון זאכען וואס אבאמא וואלט לכתחילה געקענט טוהן אקעגן די מדינה, נאר ער וואלט פשוט געקענט זיצען בשב ואל תעשה און נישט וועטאירן אלע רעזאלציעס פון די יו ען אקעגן די מדינה.

ס׳איז פשוט געווען נתניהו׳ס מזל אז אבאמא איז נישט געווען אזוי נידריג און אזוי אומ׳אחריות׳דיג ווי אים און האט געלייגט מער ווייניגער אמעריקא׳ס אינטרעסען בעפאר זיין פערזענליכע נקמה געפילען.

אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך מבית שמש » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:55 pm

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מבית שמש האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם פון בנט און אזוי אויכט פון אלע נייעס אגענטורן כולל אונזער וועלטל איז אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט לויפט מען עם נאך מיט ביבי האט אזוי געטוהן ביבי האט אהער און ביבי האט אהין מגייט קיינמאל נישט דן זיין לעצמו נאר ביחס צו ביבי און פון דעם וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען
לדעתי דארף מען שוין אויפהערן מיטן ביבי געווען איז געווען און דאס איז דאס יעצט איז נישטא ביבי ס'דא בנט און מקען דן זיין זיינע פעולות

זייער גוט ארויס געברענגט ;l;p-
די פראבלעם איז אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן..... דאס איז טאקע ביבי'ס גרעסטע הצלחה/מפלה אז א יעדע זאך וואס ריקט זיך אויף דעם כדור הארץ איז מען דן ביחס לביבי...
די עולם האט געמיינט אז נאכן הסתלקות פון בלפור וועט זיך די ביביזם מחלה [פון אלע ביידע זייטן הן שונאיו והן מעריציו] ענדיגן אבער למעישה האט זיך די בביזם מחלוקת נאר פארשטערקערט...
א גאנצע טאג איז מען פארנומען מיט בנט VS ביבי...
לדעתי וועט זיך די סאמעטוכע ענדיגן נאר לאחר מאה ועשרים שלו און דאס איז אויך נישט זיכער.

איך מיין אז סאיז נאך טיפער
אז בנט אליין איז זיך אליינס דן יעדן טאג ביחס צו נתניהו מילא קוקט ער אויס ווי ער קוקט אויס

אחשוורוש דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: איזהו חכם המכיר את מקומו...

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:57 pm

סאבאבא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

דער וואס האט קאליע געלייגט די 'קשר' צווישען מדינת ישראל און די דעמאקראטישע פארטיי איז אזא מין מאטריעאל וואס רופט זיך 'שנאת ישראל'
וואס האט זיך אריינגעכאפט אין די פארטיי אויף א מיאוס'ן פארנעם ,די גאנצע פארטיי האט זיך גענויגט עקסטרעם לינקס, ליבערל, און פראגרעסיו. בערני סענדערס מיט אלעקסאנדרע קארטעז זענען שוין פון די 'מעינסטרים' דארט, און דאס איז וואס האט 'קאליע' געמאכט די קשר.


עטץ זענטץ ביידע גערעכט סאיז פשוט שנאת ישראל טרענד ביי די דעמאקראטישע פארטיי + ביבי'ס שלעכטע פארהאנדלען מיט אובאמא'ס אדמינסטראציע און לעומת דעם די גוטע און נאנטע ווארימע קשר מיט טראמפ'ס אדמיניסטראציע
= שלעכטע קשר מיט די דעמאקראטן.
נפתלי בענעט איז נישט מיין רה"מ.

אחשוורוש דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: איזהו חכם המכיר את מקומו...

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:09 pm

פונדערנאנט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

בעצם האלט איך אז אבאמא האט אנגעהויבען די געשפאנטקייט מיטן דעקלערען אז איזריעל דארף צוריק גיין צו די פאר 67׳ גרעניצען ״ביי האק און ביי קראק״ אוועקטרעטענדיג פון די ביז דעמאלטסדיגע אומאפציעלע אמערעקאנע פאליסי אז ביי אליאירטע פארקוקט מען אויף די עולה׳ס…

אבער די וועג וויאזוי די דל גאה נתניהו האט צוריקגעפייט איז עפעס וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ( העלאו?! זאלסט מיר אנטשילדיגען, מ׳טוט נישט אזאנס גיין רעדען צו יענעם אין לאנד אקעגן יענעם׳ס פרעזידענט.) פארגעסנדיג ווער ס׳איז אנגעוויזען אין וועם און געטוהן משוגענע זאכען וואס האט אריינגעלייגט אזויגעריפענע לאנגיעריגע סוקסעסן פון די מדינה הטמאה אין א סכנה, איך רעד שוין נישט פון זאכען וואס אבאמא וואלט לכתחילה געקענט טוהן אקעגן די מדינה, נאר ער וואלט פשוט געקענט זיצען בשב ואל תעשה און נישט וועטאירן אלע רעזאלציעס פון די יו ען אקעגן די מדינה.

ס׳איז פשוט געווען נתניהו׳ס מזל אז אבאמא איז נישט געווען אזוי נידריג און אזוי אומ׳אחריות׳דיג ווי אים און האט געלייגט מער ווייניגער אמעריקא׳ס אינטרעסען בעפאר זיין פערזענליכע נקמה געפילען.

נישט אינגאנצען ריכטיג.
דאס וואס ביבי האט זיך ערלויבט צו רעדן אקעגן אובאמא אויף אדמת אמעריקע - דאס איז געווען ווייל ער האט געוויסט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אין די פוינט די זעלבע ווי אים און איז אויך שטארק מחולק אויף זייער אייגענע פרעזידענט, און למעשה האט נתניהו געהאט א מורא'דיגע שטיצע אויך פון די ניו יארקע ליבעראלן, א יעדער האט ארויף געקוקט ביבינען דעמאלטס אלץ א העלד, [חוץ פון די פאר לינקע חמוצים]
און אובאמא האט גארנישט צוריק געטוהן נישט ווייל ער האט געלייגט די אמעריקאנע אינטערעס פאר זיין אייגענע נאר פשוט ווייל ער האט ג-א-ר-נ-י-ש-ט- געקענט טוהן.
אין די קאנגרעס איז סיי וויי געווען א מערהייט לטובת די רעכטע וכו' וכו'
און טאקע דאס איז געווען די ריזן פארוואס ביבי האט זיך ערלויבט צו קומען רעדן אקעגן אובאמא טאקע על אדמת אמעריקע.
ווער עס געדענקט נאך די קלינגעדיגע קלאטשערייען וואס ביבי האט באקומען ביים ענדיגן זיין רעדע פארשטייט גאנץ גוט וואס איך מיין.....
נפתלי בענעט איז נישט מיין רה"מ.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:12 pm

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:נישט אינגאנצען ריכטיג.
דאס וואס ביבי האט זיך ערלויבט צו רעדן אקעגן אובאמא אויף אדמת אמעריקע - דאס איז געווען ווייל ער האט געוויסט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אין די פוינט די זעלבע ווי אים און איז אויך שטארק מחולק אויף זייער אייגענע פרעזידענט, און למעשה האט נתניהו געהאט א מורא'דיגע שטיצע אויך פון די ניו יארקע ליבעראלן, א יעדער האט ארויף געקוקט ביבינען דעמאלטס אלץ א העלד, [חוץ פון די פאר לינקע חמוצים]
און אובאמא האט גארנישט צוריק געטוהן נישט ווייל ער האט געלייגט די אמעריקאנע אינטערעס פאר זיין אייגענע נאר פשוט ווייל ער האט ג-א-ר-נ-י-ש-ט- געקענט טוהן.
אין די קאנגרעס איז סיי וויי געווען א מערהייט לטובת די רעכטע וכו' וכו'
און טאקע דאס איז געווען די ריזן פארוואס ביבי האט זיך ערלויבט צו קומען רעדן אקעגן אובאמא טאקע על אדמת אמעריקע.
ווער עס געדענקט נאך די קלינגעדיגע קלאטשערייען וואס ביבי האט באקומען ביים ענדיגן זיין רעדע פארשטייט גאנץ גוט וואס איך מיין.....


טראמפ וואלט געטראפן וואס צוריק צו טון??

אמעריקא וואלט געקענט אויפהערן בלאקירן - און זאגאר שטימען פאר יו ען רעזאלוציעס קעגן איזראעל

די אדמיניסטראציע האט געקענט פרירן געלטער קיין איזראעל

ועוד, נאך אסאך וועגן צוריק צו טון
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:16 pm

מבית שמש האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מבית שמש האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם פון בנט און אזוי אויכט פון אלע נייעס אגענטורן כולל אונזער וועלטל איז אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט לויפט מען עם נאך מיט ביבי האט אזוי געטוהן ביבי האט אהער און ביבי האט אהין מגייט קיינמאל נישט דן זיין לעצמו נאר ביחס צו ביבי און פון דעם וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען
לדעתי דארף מען שוין אויפהערן מיטן ביבי געווען איז געווען און דאס איז דאס יעצט איז נישטא ביבי ס'דא בנט און מקען דן זיין זיינע פעולות

זייער גוט ארויס געברענגט ;l;p-
די פראבלעם איז אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן..... דאס איז טאקע ביבי'ס גרעסטע הצלחה/מפלה אז א יעדע זאך וואס ריקט זיך אויף דעם כדור הארץ איז מען דן ביחס לביבי...
די עולם האט געמיינט אז נאכן הסתלקות פון בלפור וועט זיך די ביביזם מחלה [פון אלע ביידע זייטן הן שונאיו והן מעריציו] ענדיגן אבער למעישה האט זיך די בביזם מחלוקת נאר פארשטערקערט...
א גאנצע טאג איז מען פארנומען מיט בנט VS ביבי...
לדעתי וועט זיך די סאמעטוכע ענדיגן נאר לאחר מאה ועשרים שלו און דאס איז אויך נישט זיכער.

איך מיין אז סאיז נאך טיפער
אז בנט אליין איז זיך אליינס דן יעדן טאג ביחס צו נתניהו מילא קוקט ער אויס ווי ער קוקט אויס

הה"ד: ונהי בעינינו כחגבים, וכן היינו בעיניהם.

און בכלל, סאיז זייער נארמאל אז מגליכט איהם צו לפי וואס ביבי האט געמאכט.
1. נאך אלעס איז ער געווען די לענגסטע ראש ממשלה דא אין מדינה, און צוועלעף יאהר ברציפות. ס'איז שווער זיך אבגעוויינען פון רעדן אויף איהם אדער קעגן איהם.
2. די גאנצע ממשל פון בנט איז דאך באשאפן נאר צו פטרייבן ביבי, ווען נישט וואלטן מרץ נישט איהם אונטערגעהאלטן, און א פארשוין מיט זעקס בענקלעך וואלט נישט געווען ראש הכופרים. אלא מאי, ביסט געקומען טוישן ביבי - איז לטב ולמוטב...
כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ וְיוֹסִיפ"וּ לְּךָ שְׁנוֹת חַיִּים
יֹסֵ"ף ה' עֲלֵיכֶם; עֲלֵיכֶם, וְעַל בְּנֵיכֶם.
ה' אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵכֶם, יֹסֵף עֲלֵיכֶם כָּכֶם אֶלֶף פְּעָמִים

אוועטאר
Mezofzef
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך Mezofzef » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:16 pm

פונדערנאנט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

בעצם האלט איך אז אבאמא האט אנגעהויבען די געשפאנטקייט מיטן דעקלערען אז איזריעל דארף צוריק גיין צו די פאר 67׳ גרעניצען ״ביי האק און ביי קראק״ אוועקטרעטענדיג פון די ביז דעמאלטסדיגע אומאפציעלע אמערעקאנע פאליסי אז ביי אליאירטע פארקוקט מען אויף די עולה׳ס…

אבער די וועג וויאזוי די דל גאה נתניהו האט צוריקגעפייט איז עפעס וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ( העלאו?! זאלסט מיר אנטשילדיגען, מ׳טוט נישט אזאנס גיין רעדען צו יענעם אין לאנד אקעגן יענעם׳ס פרעזידענט.) פארגעסנדיג ווער ס׳איז אנגעוויזען אין וועם און געטוהן משוגענע זאכען וואס האט אריינגעלייגט אזויגעריפענע לאנגיעריגע סוקסעסן פון די מדינה הטמאה אין א סכנה, איך רעד שוין נישט פון זאכען וואס אבאמא וואלט לכתחילה געקענט טוהן אקעגן די מדינה, נאר ער וואלט פשוט געקענט זיצען בשב ואל תעשה און נישט וועטאירן אלע רעזאלציעס פון די יו ען אקעגן די מדינה.

ס׳איז פשוט געווען נתניהו׳ס מזל אז אבאמא איז נישט געווען אזוי נידריג און אזוי אומ׳אחריות׳דיג ווי אים און האט געלייגט מער ווייניגער אמעריקא׳ס אינטרעסען בעפאר זיין פערזענליכע נקמה געפילען.

דאס איז אייביג געווען די אפיציעלע פאליסי פון אמעריקע.
הקול קול יעקב.
בשעה שיעקב מצפצף בקולו, אין הידים ידי עשו

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך אייגנארטיג » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:59 pm

סאבאבא האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:בנט פארט אהיים גוט באפאטשט און האט דורכפעלער אויף אלע באקן, זייט דעם דורכפאל ביי די בחירות ווי ער איז אריינגעקומען מיט גאר ווייניג זיצען

דורכפעלער ~ דורכפעלער ~ דורכפעלער ~ דורכפעלער ~ דורכפעלער ~ דורכפעלער



אבער אחרי ככלות הכל

איז ער פארט אצינד דער

ראש ממשלה


.

שמעו נא רבותי צום 'אייגנארטיגע' חידוש:
פון היינט אן און ווייטער גייט מען מער נישט רעדן אדער קריטיקרן אדער אפלאכען אדער אפשרייען אדער זאגען א מיינונג אויף קיין שום

- דורכפאל - טעות - סקאנדאל - דיסקרימינאציע -

פון קיין שום פירער/ראש ממשלה /פרעזידענט

ווייל אחרי ככלות הכל

איז ער פארט אצינד דער

ראש ממשלה/פרעזידענט

......


דער כאפט נישט די פאונט, דורכפעלער יא, געלעכטער יא, פירערשאפט שוואך

אבער מיט א קליינע מספר מאנדאטן האט עפס דער אנגעריסענער פערד זיך אן עצה געגעבן צו ווערן ראש ממשלה... דיין בייסיגע מעסעדז"ש ווייזט בסך הכל אז האסט פארפאסט די נקודה.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:18 am

ער איז געווארן ראש ממשלה ווייל ער איז געווען די קינג מעיקער - זייענדיג די איינציגסטער פאליטיקאנט וואס האט זיך נישט פארפליכטעט (און האט למעשה פארקויפט) צו אן איידילאגיע. דיין פוינט איז?
Don't blame me, I voted Trump

פונדערנאנט
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך פונדערנאנט » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:01 am

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

בעצם האלט איך אז אבאמא האט אנגעהויבען די געשפאנטקייט מיטן דעקלערען אז איזריעל דארף צוריק גיין צו די פאר 67׳ גרעניצען ״ביי האק און ביי קראק״ אוועקטרעטענדיג פון די ביז דעמאלטסדיגע אומאפציעלע אמערעקאנע פאליסי אז ביי אליאירטע פארקוקט מען אויף די עולה׳ס…

אבער די וועג וויאזוי די דל גאה נתניהו האט צוריקגעפייט איז עפעס וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ( העלאו?! זאלסט מיר אנטשילדיגען, מ׳טוט נישט אזאנס גיין רעדען צו יענעם אין לאנד אקעגן יענעם׳ס פרעזידענט.) פארגעסנדיג ווער ס׳איז אנגעוויזען אין וועם און געטוהן משוגענע זאכען וואס האט אריינגעלייגט אזויגעריפענע לאנגיעריגע סוקסעסן פון די מדינה הטמאה אין א סכנה, איך רעד שוין נישט פון זאכען וואס אבאמא וואלט לכתחילה געקענט טוהן אקעגן די מדינה, נאר ער וואלט פשוט געקענט זיצען בשב ואל תעשה און נישט וועטאירן אלע רעזאלציעס פון די יו ען אקעגן די מדינה.

ס׳איז פשוט געווען נתניהו׳ס מזל אז אבאמא איז נישט געווען אזוי נידריג און אזוי אומ׳אחריות׳דיג ווי אים און האט געלייגט מער ווייניגער אמעריקא׳ס אינטרעסען בעפאר זיין פערזענליכע נקמה געפילען.

נישט אינגאנצען ריכטיג.
דאס וואס ביבי האט זיך ערלויבט צו רעדן אקעגן אובאמא אויף אדמת אמעריקע - דאס איז געווען ווייל ער האט געוויסט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג האלט אין די פוינט די זעלבע ווי אים און איז אויך שטארק מחולק אויף זייער אייגענע פרעזידענט, און למעשה האט נתניהו געהאט א מורא'דיגע שטיצע אויך פון די ניו יארקע ליבעראלן, א יעדער האט ארויף געקוקט ביבינען דעמאלטס אלץ א העלד, [חוץ פון די פאר לינקע חמוצים]
און אובאמא האט גארנישט צוריק געטוהן נישט ווייל ער האט געלייגט די אמעריקאנע אינטערעס פאר זיין אייגענע נאר פשוט ווייל ער האט ג-א-ר-נ-י-ש-ט- געקענט טוהן.
אין די קאנגרעס איז סיי וויי געווען א מערהייט לטובת די רעכטע וכו' וכו'
און טאקע דאס איז געווען די ריזן פארוואס ביבי האט זיך ערלויבט צו קומען רעדן אקעגן אובאמא טאקע על אדמת אמעריקע.
ווער עס געדענקט נאך די קלינגעדיגע קלאטשערייען וואס ביבי האט באקומען ביים ענדיגן זיין רעדע פארשטייט גאנץ גוט וואס איך מיין.....

איך ווייס נישט פארוואס די שרייבסט די אמעריקאנע באפעלקערונג ווען ס׳איז געווען מער ווייניגער צוטיילט אויף פאליטישע ליניעס, אבער באמת איז עס נישט נוגע ווייל אפילו אויב יעדער וואלט געווען אקעגן אבאמא האט נאך אלס נישט קיין פרעמדער פירער וואס צו קומען רעדן אקעגן א צווייטע פרעזידענט ביי אים אין לאנד, פשוט מ׳טוט עס נישט ס׳האט עס נאך קיינער נישט געטוהן, און כ״ש ווען זיין גאנצע עקזיסטענץ איז אנגעוויזען אויף אמעריקא איז עס אחוץ אומ׳דיפלאמאטיש אויך א סכנה׳דיגע אומ׳אחריות׳דיגע שריט.

און פון וואו נעמסטו אז די ניו יארקע ליבעראלן האבן אים ״מוראדיג״ געשטיצט? נאך גאר ארויפגעקוקט אלס א העלד??

און דאס אז די ריפאבליקאנע קונגרס האט זיך מחי׳ געווען איז עס זייער אייגענע פאליטיק, אבער א פרעמדע פירער זאל קומען רעדן ביי יענעם אין לאנד?!?

און איך ווייס נישט פארוואס דו רעדסט דיך איין אז אבאמא האט גארנישט געקענט טוהן, דערמאן דיך נאר איין משל ווען פאליסטינע האט אפלייעט צו די יו ען זיי צו אנערקענען פאר א מדינה, וואס האט אפגעהאלטן אבאמא עס צו אדורך לאזען אויב נישט אמעריקאנע אינטערעסן?!

ער וואלט זיי געקענט אויפהערען פארקויפען וואפען, אויפהערען געבן געלט (האסט שוין פארגעסן וואסערע גרויסע סקיורעטי פעקעדזש אבאמא האט געשיקט פאר איזריעל), אויפהערען די געמיינזאמע מיליטערישע מושטירענגאן, אא״וו, געדענק די גאנצע דרך הטבע׳דיגע עקזיסטענץ פון די מדינה איז אנגעוויזען אין אמעריקא.
לעצט פאראכטן דורך פונדערנאנט אום מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך Programming » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:18 am

וואס הייסט אמעריקאנע אינטערעסן? עס איז בעצם מדינת ישראל'ס אינטערעסן. אבאמא האט נאר נישט געמאכט קיין גורל'דיגע באשלוסן באזירט אויף ווי שטארק ער האט ליב א פירער אדער יענער האט אים ליב.

די ניו יארק'ער ליבעראלן מיינט ער מסתמא עלען דערשאוויץ און דוב הייקינד...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.


צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:29 am

סאבאבא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:לאמיר פראבירען מאכען אביסל סדר אנטקעגן די עוועלאנטש פון שטותים/פעיק ניוז/קליינקעפיגע פאליטישע פארשטאנד לאמיר גיין איינס איינס
1)אויפשטעלן א ממשלה האט גארנישט מיט זיין א 'דיפלאמאט'. נאר מיט זיין א גוטע 'פאליטישען', וואס דאס איז כולי עלמא מודי אז ביבי איז די פעיוואריט 'פאליטישען'
נאר ער איז געשטאנען קעגן א 'בלאק' מיט די איין איינציגע 'מעכטיגע' אדזשענדע פון 'רק לא ביבי' וואס אנטקעגן די מויער פון האס אין שנאה האט מען גארנישט געקענט טון.
2) נאר א מאכטפולע שטארקע פירער האט די קוראזש אראפצוגיין רעדן צו די קאנגרעס און פייטן קעגן די גרעסטע געפאר וואס לויערט אויף זיין מדינה,
אונטער די נאז פון א פרעזידענט וואס טוט אלעס צו באהאלטען פון אים וואס גייט פאר און גאלאפירט צו וואנזיניגע הסכם מיט איראן. (אויב איינער איז נישט געווען פרעזידענטיש איז עס אבאמא וואס האט ניש מצליח געווען צו באהאלטען זיין פערסאנעל ווייטאג אויף נתניהו)
עד כאן פאר יעצט, המשך יבוא..

נישט פרעזידענטיש??

וואס וואלט געשען ווען ביבי טוט דאס אונטער טראמפ???

דער איז געווען א מחוצף און עז פנים, ניש פאר די טובה פון זיין מדינה נאר פאר זיין פאליטישע קאריערע האט ער פאר'הרג'ט די קשר מיט די דעמאקראטן, אז אנשטאט ווי אמאל ווען ביידע אמעריקאנע פארטייען האבן בלינד געשטיצט איזראעל, איז עס געווארן אז די דעמאקראטן קלערן זיך איבער דערוועגן (די אלטגעזעסענע טוישן נישט, אבער די אינגע.....)

דער וואס האט קאליע געלייגט די 'קשר' צווישען מדינת ישראל און די דעמאקראטישע פארטיי איז אזא מין מאטריעאל וואס רופט זיך 'שנאת ישראל'
וואס האט זיך אריינגעכאפט אין די פארטיי אויף א מיאוס'ן פארנעם ,די גאנצע פארטיי האט זיך גענויגט עקסטרעם לינקס, ליבערל, און פראגרעסיו. בערני סענדערס מיט אלעקסאנדרע קארטעז זענען שוין פון די 'מעינסטרים' דארט, און דאס איז וואס האט 'קאליע' געמאכט די קשר.

איר כאפט אז ווען איר דערמאנט אין דעם קאנטעקסט דעם געוועזענעם קיבוץ'ניק סענדערס פרעגט איר זיך אליינס אינגאנצן אפ, איא?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בנט-לפיד קאליציע נייעס און באריכטן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:31 am

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מבית שמש האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם פון בנט און אזוי אויכט פון אלע נייעס אגענטורן כולל אונזער וועלטל איז אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט לויפט מען עם נאך מיט ביבי האט אזוי געטוהן ביבי האט אהער און ביבי האט אהין מגייט קיינמאל נישט דן זיין לעצמו נאר ביחס צו ביבי און פון דעם וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען
לדעתי דארף מען שוין אויפהערן מיטן ביבי געווען איז געווען און דאס איז דאס יעצט איז נישטא ביבי ס'דא בנט און מקען דן זיין זיינע פעולות

זייער גוט ארויס געברענגט ;l;p-
די פראבלעם איז אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן..... דאס איז טאקע ביבי'ס גרעסטע הצלחה/מפלה אז א יעדע זאך וואס ריקט זיך אויף דעם כדור הארץ איז מען דן ביחס לביבי...
די עולם האט געמיינט אז נאכן הסתלקות פון בלפור וועט זיך די ביביזם מחלה [פון אלע ביידע זייטן הן שונאיו והן מעריציו] ענדיגן אבער למעישה האט זיך די בביזם מחלוקת נאר פארשטערקערט...
א גאנצע טאג איז מען פארנומען מיט בנט VS ביבי...
לדעתי וועט זיך די סאמעטוכע ענדיגן נאר לאחר מאה ועשרים שלו און דאס איז אויך נישט זיכער.

דאס איז לכאורה גוט פאר בענעט, די איינציגסטע וועג ווי ער געווינען ריעלעקשן איז לכאורה נאר אויב דער קאמף לויפט ווייטער אויף די ביבי/אנטי ביבי ליניעס.

חוץ אויב ער וועט ארויסצייגן גאר גוטע פירערשאפט קוואליפיקאציעס צו פירן די מדינה של גהנם, אבער דערווייל פארט ער בכלל נישט אין יענעם ריכטונג...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: achtov, Chuchem Atik, Google [Bot], Jobless, Toyota, Zeltzer, אור מופלא, איציק מעכל, היימישע וויין, השקפה ברורה, כ'לאך, עוד יזכור לנו, פארצייטיש, קנעפעל, ר' זעקל, רעד צו די זאך און 59 געסט