בארא פארק - דעם פארגאנגענעם ערב שבת צופרי, שבת פאר די שמחה אין באבוב, האט זיך אפגעשפילט א אינעטערעסאנטע אנעקדאט, ווען האדמו"ר מבאבוב איז אריינגעקומען ערב שב"ק צו שחרית איז שוין די מזרח וואנט געווען באצירט לרגל די שמחה, האט די באבובער רב מעיר געווען אז עס שטייט 'סימן טוב ומזל טוב לכ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א' אין די צייט וואס ער וויל יעדער אין די קהילה און אין כלל ישראל זאל מקבל זיין השפעות טובות פונעם שמחה.
די בחורי החסידות האבן באלד געטון למעשה און צוגעלייגט 'סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל' צום באצירטע ארון קודש.
שמחת בית באבוב: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א טאכטער פון זיין עלטסטן איידעם הגה"צ ר' חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרשאנוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן זון פון הרב נפתלי הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב הורוויץ שליט"א ממעליץ ליזענסק, און איידעם ביי הרה"ח ר' אברהם אהרן לעזער שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל שערי ציון ד'באבוב אין בארא פארק.
שמחת בית טאהש - תולדות אהרן - דעעש: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' יואל יחיאל קאהן שליט"א מו"ץ אין קרית טאהש, זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא פאנעט שליט"א אבד"ק דעעש מאנסי, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל עטרת טשארנא אין שטאט מאנסי.
שמחת בית סקווירא - ראחמיסטריווקא - סאדאוונא - סטריזוב: היינט קומט פאר די סעודת עניים בחצר הקודש סקווירא, די כלה טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א ראש הכולל ראחמיסטריווקא אין מאנסי, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' אלישע סעקולא שליט"א ר"ם בישיבת קארלין סטאלין, זון פון הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א. - די סעודת עניים קומט פאר פאר ספעציעל געלאדנטע געסט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
שמחת בית פשעווארסק - גמזו - פאיע - שאמשאן: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' אלטר יהושע העשיל לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומס"ב, איידעם ביי הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אבד"ק גמזו ודומ"ץ התאחדות הרבנים, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שלום יחזקאל שרגא וויינבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אבד"ק פאיע וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, זון פון כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק שאמשאן שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל עידן פאלאס אין וויליאמסבורג.
שמחת בית וויזניץ - טעמעשוואר: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת ויזניץ, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל בעל ישועות משה. מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר אלעד שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ בני ברק.
שמחת בית טאלנא: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרב יעקב וויינבערג שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב דוד ווינער שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל שירת ירושלים אין גבעת שאול געגנט אין ירושלים.
[align=center]****[/align]
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ארץ הקודש, צו באשיינען די שמחת החתונה פון צוויי אייניקלעך וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין קרית ויזניץ בני ברק.
[align=center]****[/align]
היינט קומט פאר א מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש אויף עטליכע טעג, די מעמד וועט פארקומען נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים.
[align=center]****[/align] היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יהודה לייב אפרים לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אליעזר דוד שלאגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בוקשעוויץ זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי. [align=center]****[/align] היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד חוות דעת מעלבארן אין סיגעיט, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א פון פאראקאוועי, אור אייניקל פון הגה"צ ר' נחום צבי הורוויץ שליט"א אבד"ק שארית ישראל. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל פרדס צבי אין וויליאמסבורג. [align=center]****[/align] היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יצחק זאב פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עמלה של תורה, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' עקיבא וואזנער שליט"א, זון פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יקותיאל ליבערמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יוסף ליבערמאן שליט"א ר"י שומרי החומות. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל מונדיאל אין ירושלים. [align=center]****[/align] היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב פנחס אליעזר פאקשער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מענדיל פאקשער שליט"א דומ"ץ דחסידי ויזניץ אלעד, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אהרן ישעי' מיללער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל רויאל אין בני ברק. [align=center]****[/align] היינט קומט פאר די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי התלמוד תורה ישועות משה ויזניץ אין שטאט ביתר, עס קומט פאר אין ביהמ"ד בית שלום ויזניץ אין ביתר. [align=center]****[/align] היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק בראשוב שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב הערשיל פאללאק שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל אונסדארפער שליט"א מרבני צאנז קלויזענבערג אין וומס"ב. - די שמחת הברית קומט פאר אין ביהמ"ד בראשוב אין וויליאמסבורג.