בלאט 1 פון 2
וואל סטריט!..ווען עט עס זיך סטעבעליזירען?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 1:51 pm
דורך scy4851
אויל שפרינגט מער וויא 10 $ אין איין טאג! עס האלט שוין איבער $ 138 א בעררעל.
די DOW איז אראף 326 פאונטס!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 1:55 pm
דורך פאטאקי08
קענסט טוישן ס'קעפל צי עפעס בעסערס
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 2:37 pm
דורך פאטאקי08
ישר כחכם פארן טוישן
פארעפענטליכט: שבת יוני 07, 2008 10:50 pm
דורך שוועמל
אלעס בוש שולדיג
פארעפענטליכט: שבת יוני 07, 2008 11:33 pm
דורך קרעמער
טאקע, כ'האב אליין געזען ווי בוש טרונקט אויס די אויל רעזערווארן אן קיין פאטר ברכה! שייגעץ ס'ער איז.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2008 1:10 am
דורך scy4851
רב קרעמער,
די האסט דאך לעצטענס געלערענט הלכות ברכות.
זאג נאר...וואס פאר א ברכה מאכט מען אויף שמן?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2008 9:10 am
דורך אנדי פעטיט
שוועמל האט געשריבן:אלעס בוש שולדיג
איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערענסט!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 12:21 am
דורך קרעמער
scy4851 האט געשריבן:רב קרעמער,
די האסט דאך לעצטענס געלערענט הלכות ברכות.
זאג נאר...וואס פאר א ברכה מאכט מען אויף
שמן?

שמן מעג ער זיך!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 10:22 am
דורך צייטליך
איך וויל פארשטיין א קלייניגקייט. (קלייניגקייט?)
וואס איז די יעצטיגע סיבה אויף די גאז פרייז העכערונג? איך האלט נישט אז די מינעמום וועידזש פון די אויל-גרובער גייט ארויף יעדע וואך מיט עטליכע צענט, אויב יא, למה נגרע? איך האלט אויך נישט אז די קאסטן אויפצוהאלטן א טראקטאר צו גראבן איז אזויפיל ארויף אין די לעצטע פאר חדשים, (אויב עפעס איז עס אויך נאר ווייל די געז איז ארויף...) קיין גרויסע מאנגל אין גאזאלין איז - דאכצעך מיר - אויך נישט פארהאן, מענטשן נעמען היינט צוטאג ווייניגער גאזאלין ווי פאריגע וואך. די סעלס טעקס דערפאר איז אויך נישט ארויף לפי ידעתי, (א_ווי א באקס ציגערעטלאך וואס קאסט שוין היינט אכט און א האלב דאללער! אין ניו יארק סיטי, שומי שמים ואין פוצף פה ומצפצף) קיין גרויסע מלחמות אדער סטראשענונגען פון אויל-רייכע לענדער איבער אויל בלאקירונגען זענען אויך נישט געהערט געווארן אין די לעצטע פארגאנגענהייט. טא, וואס איז יא די סיבה דערצו???
ווילט איר מיר זאגן אז די גאנצע סיבה פארוואס עס איז ארויף אזוי שטויענד אין די לעצטע פאר חדשים -ועוד ידים נטיוה בעוונותינו הרבים - איז נאר צוליב דעם איינעם פאקט אז די מידיא רעדט דערפון די גאנצער ליבער טאג און דאס ברענגט אז מ'האט מורא???
הזאת נעמי? (שבועות ס"ח)
ווי מעגן מיר שטיין מיט צוזאמגעלייגטע הענט און נישט אויפשטורעמען די וועלט קבל עולם ומלאו? וועלן מיר קענען זאגן ידינו לא שפכו את ה'געז הזה? ווי טארן מיר דאס צולאזן?
איך ווארט אן ענטפער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 11:23 am
דורך איזאק
צייטליך, גוט און פאני אראפגעלייגט דיין מרפסין איגרא קשיא, ביטע האלט נישט דעם אטעם פאר א תירוץ, איך האב נישט,
היינט אריינגעלייגט צען גאלאן פאר פערציג טאלער !!! און דאס איז שוין אין נוי דזשורזי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 11:36 am
דורך farshlufen
היינט אנגעפילט א טאנק פון א זיבן פאסאזשיר וועגעלע, פאר גאנצע שבעים מנה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 11:54 am
דורך צייטליך
איך רעדט דאך פון אנפילן נעכטן נאכט אין ניו גערזי פאר 75$ פונקטלעך! א ווענטשער מיני ווען.
רבותי. נו, איך ווארט א תירוץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 12:02 pm
דורך farshlufen
נו! נו!
גם אני בעיר ג'רסי החדש נסעתי
כששבעים מנה פרעתי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 2:08 pm
דורך scy4851
די אפעק חבריא טענהן דאס זעלבע,
אז לויט 'סופליי' און 'דימענד' וואלט נישט געדארפט אזויפיל קאסטען א תבית שמן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 2:28 pm
דורך איש חסיד
scy4851 האט געשריבן:די אפעק חבריא טענהן דאס זעלבע,
אז לויט 'סופליי' און 'דימענד' וואלט נישט געדארפט אזויפיל קאסטען א תבית שמן
א ווערטל אדער ערענסט!
זיי זענען דאך די וואס פאקען די טאשען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 2:46 pm
דורך צייטליך
דאס מערסטע פאקן די טאשן די רעגירונג. זיי מאכן דאס מערסטע חלק פון די גאנצע זאך = טעקס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 3:46 pm
דורך אפגעריסענער
די שפעקולאנטען זענען שילדיג
עניוועי כ'האב פונקט געטראכט וויפעל די פרייז פאר א פעסעל אויל איז ארויף געשאסען דעמאלץ ווען די יוונים האבען מטמא
געווען אלע פעסלעך אויל
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 4:00 pm
דורך יגרסהדותא
צוצולייגן א טרער אויפן מצב. דער COSTCO טשעין סטאר - ווי מ'דארף זיין א מעמבער דארט איינצוקויפן פאר 55 דאלער'ס א יאר - האט און די לעצטע יאר אנגעהויבן אויך צו האבן א געז-סטעשן, ווי אלע מעמבער'ס באקומען דארט אויך א דיסקאנט.
האבן זיי געווענדליך געהאט די פרייז, מיט א צוויי סענט טייערער ווי ניו דזשורסי, על אף וואס זייער ברענטש איז אין ניו יארק. שוין, האבן זיי געצויגן קונדן. אבער יעצט, איך פארשטיי נישט פארוואס, בשעת ווען אין ניו יארק קאסט א גאלאן 4.19, האבן זיי די פרייז פאר 4.10 !! וואס גייט פאר? איך ווייס נישט וויאזוי זיי האבן ביז יעצט געפויעלט ביי זיך עס צו געבן פאר אזוי ביליג, און פארוואס האבן זיי יעצט דאס געסטאפט.
איין זאך וואס מיר גליקליכע אידן פארדינען יא, איר ווייסט דאך ביי די אומות העולם אלעס טוישט זיך, די פרייזן הייבן זיך אויף אלעם ווי קיינמאל בעפאר, אבער מיר אידן דער עם הנבחר, האבן מיר באקומען א תורה הקדושה, וואס מיר האבן יעצט אזוי ערליך און הייליג געזונגן: איי שזאת התורה, לא תהא מוחלפת!! אונזער תורה, דער שכר פאר די עומלי תורה, דער שו"ע ונושאי כלים, אונזער טאטע דער אבינו שבשמים, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה ולא ישתנה! דאס בלייבט אויף אייביג דאס זעלבע מיט איר ארגינעליגקייט עד עולם. און דערפאר זינגן מיר: אהההא, אהא, אהההא, אהא, אני מאמין, אהההא, אהא, אהההא, אהא, אני מאמין, באמונה שלימה, שזאת התורה לא תהא מוחלפת..
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 4:08 pm
דורך farshlufen
ר' יגר,
איך בין אביסעלע מחולק מיט אייך, כפי קט שכלי פארשטיי איך, אז די שכר פאר עבודת השם ווענדט זיך אויך און סופליי ענד דימענד, דאס טייטש לויט ווי שוואכער די דורות זענען און דאס יקרות ברוחניות שטייגט, אלס מער מערער און גערעסער שכר איז צוגעגרייט, פאר ווער דעם נסיון טוט ביישטיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 4:50 pm
דורך צייטליך
אריין אין בעס מעדרעש...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 5:01 pm
דורך scy4851
איש חסיד האט געשריבן:scy4851 האט געשריבן:די אפעק חבריא טענהן דאס זעלבע,
אז לויט 'סופליי' און 'דימענד' וואלט נישט געדארפט אזויפיל קאסטען א תבית שמן
א ווערטל אדער ערענסט!
זיי זענען דאך די וואס פאקען די טאשען
ערענסט!
אפעק האלט ביי ריפען א מיטינג סוף די וואך אדער נעקסטע וואך.
דער פון Bahrain האט געזאגט אז דער שילד איז ביי די שפעקולאנטן. אווי ר' אפגעריסענער האט געזאגט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 1:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעפ! די מעין שולד ליגט אויף די שפעקולאנטן, זיי הייבן די פרייזן, אבער נישט פארגעסן אז ס'איז דא נאך אפאר פעקטער'ס וואס מאכן אויס אסאך, למשל די דאללער איז זייער נידעריג, יעצט ווען מ'קויפט א פעסל אויל פון אויסלאנד, צאלט מען מער דערפאר, נישט פארגעסן אריינצורעכענען אינפלעישען, וואס אויב מ'רעכנט אריין אינפלעישען, מיט די שוואכע דאללער, איז אויל נישט אזוי סאך ארויף.
דעריבער האלטן עקספערטן, (כ'קען אסאך גרויסע סטאק בראוקער'ס וואס הייסן זייערע קאסטעמערס 'שארטענען' אויל) אז מיט יעדע גוטע נייעס וואס גייט קומען פון די אויל אינדעסטרי, גייט די אויל פרייזן אנהייבן צו פאלן, ווייל די רגע וואס אויל וועט פאלן מיט לאמיר זאגן $20 א פעסל, וועטעס הייבן די סטאק מארקעט, וועלן די אינוועסטער ארויסגיין פון אויל, און אריין גיין אין די סטאק מארקעט, וועט די עקאנעמי, וועט די דאלער וואקסן נאכמער, וועט די אויל פאלן נאך מער, כגלגל החוזר..........................................
יעצט ווערעך צוריק ביזי, באלד העמער גיין ווייטער.
פארעפענטליכט: שבת יוני 21, 2008 11:33 pm
דורך scy4851
סאודי ארעביא האט געריפען די וואך א מיטינג שווישען אפעק און די וועסט כדי צי באהאנדלען דאס שטארק ארויפלויפען פון די פרייז פון אויל.
עס האט זיך שוין אנגעפאנגען דאס קריגעריי.
דער אמעריקאנער ענערדשי סערעטערי האט שטארק געזידעלט אפעק בכלל און סאודי בפרט אז נישט די שפעקולאנטען האבען געהעכערט
די פרייז נאר דער סיבה איז אז זיי שטעלעןנישט צי לויט די דימענד וואס האט זיך לעצטענס זייער געהויבען און גאר די וועלט, בפרט און
אינדיא און און כינע.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 4:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
ר' שמחה, דו דערמאנסט טשיינע מיט אינדיע בנשימה אחת, און דער צייט וואס אין טשיינע האבן זיך די פרייזן נישט געהויבן, נאר די גאווערמענט האטעס ארויפגערוקט, מיט די ציל איינצוצוימען די באנוץ פון אויל.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 4:41 pm
דורך צייטליך
ר' שמחה, קיפ אז אפדעיטעט.
זיי דארפן זיך אביסל צואיילן, דער עולם פארט שוין די וואך און קומענדיגע וואך אין די קאנטרי, ואני אני בא??