שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 8:21 pm

קרייסלער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אזאנע שטותים צו שרייבן.

יא, ער האט א גוטן פעדער, דאס איז נישט קיין נייעס.

איין זאך נאר, וואס האט לויט דיר צוגעברענגט דעם יא אדער נישט קריזיס אונטער ביידן מער ווי אונטער טראמפ?


וועלכע חלק איז שטותים, דעיס אז דו ביסט שמש פון שוהל א?

ניין.

וואס איז לויט די רעפאבליקאנער/טשאדעלע די סיבה פון דעם יא אדער נישט קריזיס?

איינער קען ביטע ענטפערן די שאלה?

נישט מיט קיין שיינע דזשענערעל פראזן, וואס פאר א פאליסי האט מען געטוישט יעצט?

ווייל מיין דעבאטע מיט ראטלעדזש איז געווען אויב מען האט יא אדער נישט געטוישט פאליסיס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 8:54 pm

נומבער איינס; מיטן אנולירן די טראמפ פאליסי אז משיקט צוריק צו היימשטאט לענדער און דארט אפלייען פאר אסיילעם

נומבער צוויי; מיטן שאנטאזשירן די סעקיוריטי ביים בארדער און בכלל די גאנצע טאן וואס די ביידן אדמין באגייט זיך מיט די אימיגראנטען אישו האט געגעבן די גרינע ליכט פאר די שמוגלער און סתם עמך מענטשען צו אויסנוצן די שעת הכושר

פארשטאנען????

אה שיעור פארגעסן ביידן האט געפרוירן אלע דעפארטאציעס אחוץ פון זעלטענע פעלער
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 9:19 pm

אה, יעצט רעדט מען ווערטער.

וואס מען האט געטוישט.

(איך רעד פון דעם ערשטן פאראגראף, נישט די צווייטע, וואס איז נישט קיין ספעציפישע פאקטישע זאכן, נאר סתם אראפגעריסן ביידן ווייל אזוי, כנוסח הרעפאבליקאנער.)

וויל איך אבער מער נישט הערן קיין ווארט אז ביידן איז גאר דער וואס באהאנדלט שלעכט די קינדער, ווייל דער פראבלעם איז אויב עפעס פארקערט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך ציקוועטשטער » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 9:41 pm

דו ענטפערס אדער פרעגסט?

דאס איז א תנאי אדער א פאקט?
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 10:19 pm

ס׳איז באמת שווער זיך צו פארהערן, פאר צוויי סיבות. קודם כל, וואס איז, אדער וואלט ביי דיר יא געהייסן א קריזיס? ס׳איז וויכיטיג דאס צו וויסן בעפאר, ווייל למשל די ביידען אדמיניסטראציע ווארט זאגער האט געזאגט אז עס הייסט נישט קיין קריזיס, ווייל די מענטשן אנטלויפן פון ווייאלענס, הינגער און צרה. איי וואס האבן די צוויי זאכן א שייכות?

אויב איז עס א מצב אז דיינע אגענטורן קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די איבערפלוס פון מענטשן, נישטא וואו זיי צו לייגן, מ׳קען נישט נאכקומען צו פראצאסירן, איבערגעפילטע קינדער אפטיילונגען, מ׳מיז האלטן מענטשן אינטער א אווער-פעס, מ׳וויקלט פיצלעך אין זילבער פאפיר.. און די פלוס איז ענדלאז.. דאס איז א קריזיס. אפגעזעהן די סיבה פארוואס זיי קומען.

שנית, קאמאן סענס איז נישט עפעס וואס מ׳קען שערן. אנפארטשינעטלי, ווער ס׳איז נישט געווען ביים טיילן.. קען מען נישט העלפן. קאמאן סענס מיינט ביי יעדעם עפעס אנדערש? קען אויך זיין. אבער אויב ווען א פרעזידענט שטעלט דעם טאון, לכתחילה, אז ער גייט זיין די נייס גיי (לש״ק ביידען).. און מ׳ברויך נישט מורא האבן.. ער שטופט פאלאסיס צו גרינגער מאכן איליגעל אימעגרענטס.. שוואכט אפ גרעניץ זיכערהייט אגענטורן, פינאנציעל און מאראליש וכו׳ וכו׳.. מעג ער בעטן און וויינען ביז מארגן, מ׳גייט קומען אין די מאסן. זיינע געבעטן מ׳זאל בלייבן ווי מ׳איז איז די טשערי אוו דו פיי פון די לצנות אוו איט.

ס׳איז 1+1, און אויב פארשטייסטו דאס נישט אליינס, סארי, קענט העלפ יו.

און לגבי די ריפאבליקאנער.. ווער זאגט אז מ׳באהאנדלט נישט די קינדער גוט? ווער זאגט ס׳איז בכלל דא א טויש אין דעם? קיינער. און דעטס עקזעקטלי די פוינט. אינטער טראמפ איז אויך אנגעקומען אהער לעבעדיגע יתומים, און מ׳האט זיך אויך געמיטשעט זיי צו פלאצירן געהעריג, אויף צייטווייליג זיי צוגעשטעלט די כשר לפסח מאטראצן. ס׳איז אבער געווען קולות וברקים.. פון דיר אליינס מסתמא טויזענט תגובות מיט הספדים אויפן סטעטשו אוו ליבערטי.

די ריפאבליקאנע ויצעקו איז יעצט דיר צו צייגן אז די זעלבע בילדער מיט וואס מ׳האט 3 יאר צוריק איבערגעקערט די וועלט, און דו האסט נישט געקענט שלאפן, איז יעצט כשר וישר. נאך מיט אסאך מער קינדער. און צוצולייגן זאלץ צום געלעכטער, שרייען זיי היתכן מ׳פארנאכלעסיגט קאוויד פראטיקאלן.. שטעלן דאס לעבן פון אמעריקאנער אין געפאר.. ווי כאילו טעד קרוז אינטערסירט קאוויד, הע?
סטעי טונד!

אוועטאר
פאלם טרי
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך פאלם טרי » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 10:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בארדער פאטראל האט ארויסגעגעבן א סורוועליענס ווידיאו פון נעכטן נאכט וואס צייגט אנגעבליך צוויי שמוגלערס ווארפן צוויי קליינער קינדער - מיידעלעך, איינער 3 און איינער 5 יאר - איבער א 14 פיס הויעכע וואנט אריבער דעם גרעניץ צו אמעריקא, לאזן זיי איבער אין די שטאק פיסטערע מדבר שממה אינטער סכנות׳דיגע אומשטענדן.

נישט פאר שוואכע הערצער. ס׳איז א פחד וואס גייט פאר! און אויב מיינט איינער אז שטייפע גרעניץ זיכערהייט געזעצן צו פארמיידן שמוגלערייען איז אנטי אמעריקאנע ווירדן, איז די דאזיגע ווידיאו פאר איהם.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgU2d9GABJVO0ebPu

פאר מער איבער די קינדער שווערצן פראגראם, און וויזוי די ביזנעס ארבעט.. ליינט דא.

אויב איינער קען ביטע דראפבאקסען

עפעס אנדערש
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 11:22 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סענאטאר זשאו מענשין זאגט היינט -נאך א באזוך ביים גרעניץ- אז עס איז שוין העכסט-צייט צו רעפארמירן די אימיגראציע סיסטעם אין לאנד.

צווישן אנדערע זאגט ער אז דאס זאל ארייננעמען:
בירגערשאפט פאר אזעלכע וואס זענען אריינגעקומען אין לאנד אומלעגאל. פארוואס עפעס? דער גנב וואס מען האט געכאפט מיטן גניבה קען זיך האלטן מיט וואס ער האט געגנבעט?.
מער געלטער פאר אימיגראציע ריכטער.
פארשטערקערטע גרעניץ זיכערהייט. אבער ח"ו הס מלהזכיר פארשטערקערן דעם גרעניץ "וואנט". דאס איז א טמא'נע ווארט פון דעם פארפיינטעטן טראמפ
ערלויבן אזיל אפליקאציעס צו ווערן אריינגעגעבן אין די היים-לאנד.
מעגליך א גענצליכע פארשליסונג אויף די גרעניץ פאר 90 טאג.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך מסתמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 3:36 pm

718ca0ccdb274db496d8abe1ebf02abb.jpg
718ca0ccdb274db496d8abe1ebf02abb.jpg (193.91 KiB) געזעהן 1473 מאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:41 pm

צל עובר האט געשריבן:אה, יעצט רעדט מען ווערטער.

וואס מען האט געטוישט.

דעפארטאציעס/צוריקגעשטעלט דאקא, פלאן צו געבן בירגערשאפט פאר 11 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן.
(איך רעד פון דעם ערשטן פאראגראף, נישט די צווייטע, וואס איז נישט קיין ספעציפישע פאקטישע זאכן, נאר סתם אראפגעריסן ביידן ווייל אזוי, כנוסח הרעפאבליקאנער.)

ס'איז ממש וואונדערליך צו זען וויאזוי די שפראך געבט זיך אזא טויש ארום אין דער רגע וואס אן אייגענער געפינט זיך ביים רידער.
וויל איך אבער מער נישט הערן קיין ווארט אז ביידן איז גאר דער וואס באהאנדלט שלעכט די קינדער, ווייל דער פראבלעם איז אויב עפעס פארקערט.

אויב טוט ביידען גוט באהאנדלען דאן האט טראמפ אויך. אויב האט טראמפ זיי שלעכט באהאנדלט, דאן טוט דאס ביידען אויך. שטימט?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:00 pm

ניין מיי פרענד, ווייל במציאות באהאנדלט זיי ביידן בעסער, און דאס איז די תגובה פאר מיר מודה אז די רעפאבליקאנער טענה'ן אז דאס איז שולדיג אין דעם קריזיס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:06 pm

דער מציאות ווענדט זיך אין ווער דער פרעזידענט איז.

די רעפובליקאנער טענה פון וואס דו רעדסט איז, אז דאס וואס מען ארעסירט נישט קיין עלטערן/עדאלטס וואס קומען מיט קינדער, ברענגט א פלייץ.
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום מאנטאג אפריל 05, 2021 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

טעארעטישע פאקטן
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » מאנטאג אפריל 05, 2021 6:12 pm

צל עובר האט געשריבן:ניין מיי פרענד, ווייל במציאות באהאנדלט זיי ביידן בעסער, און דאס איז די תגובה פאר מיר מודה אז די רעפאבליקאנער טענה'ן אז דאס איז שולדיג אין דעם קריזיס.

״דו האלטסט״ אז בײדען האנדעלט בעסער, פון ״דײן״ קוקװינקל , צײג מיר װאס טוט ער ״למעשה״ בעסער אז דו זאגסט אז ער באהאנדלט עס בעסער? (אױב ״האלטן״ קאן איך דאך ״האלטן״ פארקערט......)

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:33 pm

בעסער מיינט אין דעם קאנטעקסט איידעלער, אויף דעם זענען בדרך כלל ביידע זייטן מודה.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אנקעטעס: אומצופרידן מיט ביידען

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:16 am

וואשינגטאן – פרישע אנקעטעס ברענגן נישט-גוטע נייעס פאר פּרעזידענט ביידען, ווען אַ מערהייט אמעריקאנער בירגער זענען נישט צופרידן פונעם וועג וויאזוי ער באהאנדלט דעם קריזיס מיט'ן פלייץ פון אימיגראנטן ביים מעקסיקא גרעניץ. אַ נייע אסאסיעטעד פּרעס אנקעטע צייגט אַז 40 פּראצענט האלטן אַז ביידען טוט נישט אַ גוטן דזשאב און נאר 24 פּראצענט האלטן אַז יא. ווייסע הויז פּרעסע סעקרעטאר סעקי איז אנגעפרעגט געוואָרן וועגן די אנקעטעס, און זי האט ארויסגעהויבן אַז די אנקעטעס צייגן אז רוב בירגער שטיצן צו פאראייניגן קינדער אימיגראנטן מיט זייערע עלטערן – וואס איז ביידען'ס פּאליסי.

DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:41 am

צל עובר האט געשריבן:בעסער מיינט אין דעם קאנטעקסט איידעלער, אויף דעם זענען בדרך כלל ביידע זייטן מודה.

'איידעלער', מה פירושו?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך מסתמא » דינסטאג אפריל 06, 2021 9:49 am

86d190ef857f4a0ea4dcd5c941443915.jpg
86d190ef857f4a0ea4dcd5c941443915.jpg (129.92 KiB) געזעהן 973 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:57 pm

רח״ל!! פרעזידענט ביידען קלערט צוריקצושטעלן די אפגעשטעלטע קאנסטראקציע פראיעקט אויפן ראסיסטישן גרעניץ וואנט!

אוי לנו שכך עלתה בימינו!!

https://www.washingtontimes.com/news/20 ... plug-gaps/
סטעי טונד!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:59 pm

איי דאונט בעליוו איטס טרו.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 06, 2021 3:58 pm

אפדעיט פונעם נישט קריזיס:

א בארדער פאטראל אגענט אין טעקסעס האט זיך באגעגענט מיט א פארלוירענע יונגל טראמאטעזירט צום טויט, ער איז אויך אפגעדראפט געווארן דורך א שמוגלער. איינער קען דא ספאניש? אנגעבליך וויינט ער אז ער איז איבערגעלאזט געווארן דא אין מדבר, ער איז שוין דא אגאנצע נאכט אליינס. דער איז צושאקלט פאר פחד.

פרעזידענט ביידען, דער לץ שגץ רוצח מיטן שיינעם שפראך. א נייס גיי.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgVA704q6cMpQN23d
סטעי טונד!

חבי כמעט רגע
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 3:16 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך חבי כמעט רגע » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:01 pm

נעבעך...

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:03 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אפדעיט פונעם נישט קריזיס:

א בארדער פאטראל אגענט אין טעקסעס האט זיך באגעגענט מיט א פארלוירענע יונגל טראמאטעזירט צום טויט, ער איז אויך אפגעדראפט געווארן דורך א שמוגלער. איינער קען דא ספאניש? אנגעבליך וויינט ער אז ער איז איבערגעלאזט געווארן דא אין מדבר, ער איז שוין דא אגאנצע נאכט אליינס. דער איז צושאקלט פאר פחד.

פרעזידענט ביידען, דער לץ שגץ רוצח מיטן שיינעם שפראך. א נייס גיי.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgVA704q6cMpQN23d

נישט פאר שוואכע הערצער!

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך הגות תבונות » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:04 pm

וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען עס איבערטייטשן.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:13 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אפדעיט פונעם נישט קריזיס:

א בארדער פאטראל אגענט אין טעקסעס האט זיך באגעגענט מיט א פארלוירענע יונגל טראמאטעזירט צום טויט, ער איז אויך אפגעדראפט געווארן דורך א שמוגלער. איינער קען דא ספאניש? אנגעבליך וויינט ער אז ער איז איבערגעלאזט געווארן דא אין מדבר, ער איז שוין דא אגאנצע נאכט אליינס. דער איז צושאקלט פאר פחד.

פרעזידענט ביידען, דער לץ שגץ רוצח מיטן שיינעם שפראך. א נייס גיי.

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgVA704q6cMpQN23d

סקוקט אויס ווי סיז א רעגענדיגע וועטער אויך

עפעס אנדערש
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך עפעס אנדערש » דינסטאג אפריל 06, 2021 7:06 pm

הגות תבונות האט געשריבן:וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט אויב איינער קען עס איבערטייטשן.

אינגעל: איך דארף הילף.
איינגעשטעלטער: וואס גייט פאר?
אינגעל: איך בין דא געקומען מיט א גרופע און איך ווייס נישט ווי זיי זענען.
איינגעשטעלטער: דו ווייסט נישט ווי זיי זענען?
איינגעשטעלטער: ביזט געקומען מיט דיין טאטע אדער מאמע?
אינגעל: ניין, איך בין געקומען מיט א גרופע מענטשן און זיי האבן מיך דא איבערגעלאזט.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: שווערע צושטאנד ביים מעקסיקאנער גרעניץ [נישט קיין קריזיס]

תגובהדורך הגות תבונות » מיטוואך אפריל 07, 2021 11:27 am

יישר כחכם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, אזוי וויל איך, יש ברירה, פאטאש, שם דבר און 24 געסט