בלאט 1 פון 21

משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:19 am
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים!

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am
דורך הכל הבל
היינט הויבט זיך אן די פארהערן איבער די דזשורי אויסוואל אין די פאליציי אפיציר דעריק שאווין וועלכע ווערט באשולדיגט אין די מארד פון דזשארדזש פלאיד
די קעיס איז זייער סענסיטיוו און מען איז באזארגט אז סיי וועלכע אנטוויקלונגען אין לויף פון די פראצעס זאל נישט פירן צו באנייטע אומרוען און געוואלדטאטן

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am
דורך הכל הבל
די שולד אדער אומשולד אורטיייל וועט ווערן באשלאסן דורך 12 דזשורארס וועלכע קומען פון הענעפין קאונטי און די פראצעדור פון קלויבן די דזשוראס קען געדויערן ארום דריי וואכן

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:20 am
דורך הכל הבל
שאווין'ס אדוואקאט עריק נעלסאן האט ארגינעל געהאט פארלאנגט אז די דזשורארס זאלן קומען פונדרויסן פון הענעפין צוליב די שטארקע פרי טרייעל פובליסטי די קעיס האט באקומען אינערהאלב די קאונטי און אזוי אויך פון די נאכפאלגענדע ראיאטן אין מינעאפאליס וועט אוממעגליך מאכן צו קענען טרעפן אן אומפארטייאישע דזשורי
אבער ריכטער פיטער קאהיל האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פובליסיטי איבער די קעיס איז אנגעקומען צו יעדע ווינקל פון די סטעיט און מען וועט נישט טרעפן עפעס בעסער אינדרויסן פון הענעפין ווי אינערהאלב די קאונטי

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am
דורך הכל הבל
א ליסטע פון פראגן איז געווארן ארויסגעשיקט צו א גרופע פון פאטענציאלע דזשורי קאנדידאטן און אויסער ביאגראפישע און דעמאגראפישע אינפארמאציע זענען זיין געווארן אויסגעפרעגט וויפיל זיי האבן געהערט איבער די קעיס און צו זיי האבן שוין א מיינונג איבער דעם
זיי זענען געפרעגט געווארן וויפיל מאל זיי האבן געזעהן די ווידעא פונעם מארד און צו זיי האבן שוין בעפאר אנגעקערט מיט די פאליציי, אויב זיי האבן שוין פראטעסטירט אקעגן פאליציי ברוטאליטעט און צו זיי האלטן אז די יוסטיץ דעפארטמענט איז יושר'דיג, צו זיי האבן געהאלטן שילדן ביי פראטעסטן

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am
דורך הכל הבל
אנדערש ווי געווענליך וועלן דאסמאל די קאנדידאטן ווערן אויסגעפרעגט יעדער באזונדער וואו איידער אין א גרופע (און לאו דוקא צוליב סאושעל דיסטענס)

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am
דורך הכל הבל
די פארטיידיגונג קען פארלאנגען אז מען זאל פסל'ן ביז 15 קאנדידאטן אן אנגעבן סיי וועלכע אורזאך און די זעלבע קען די פראקוראר טוהן ביז 9 קאנדידאטן און ביידע זייטן קענען אפזאגן וויפיל קאנדידאטן זיי ווילן אזוי לאנג ווי זיי גיבן אן א פארשטענדליכע ערקלערונג

יעדע מאל וואס איין זייט זוכט צו פסל'ן עימיצן קען די אנדערע זייט עס אפעלירן אויב זיי גלויבן אז די מאטיוו איז ראסע אדער גענדער און דער ריכטער איז דער וועלכע באשליסט

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:21 am
דורך הכל הבל
עווענטועל וועלן 14 קאנדידאטן ווערן אויסגעקליבן און 12 פון זיי וועלן זיין אקטיוו אין די פארהאנדלונגען ווען די אנדערע צוויי בלייבן אינדרויסן בלויז אויף סטענדביי אין פאל מען דארף ערזעצן איינעם

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:22 am
דורך הכל הבל
די נעמען וועלן געהאלטן ווערן אין געהיים אויסער אויב דער ריכטער באשליסט אנדערש

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:32 am
דורך הכל הבל
יומא קמא לא אמר ולא מידי

ריכטער קאהיל שיקט אהיים די דזשורי קאנדידאטן מעלדט אז ער לייגט אפ די פארהער מיט אמווייניסגנסט איין טאג וועלנדיג אויסווארטן אן אורטייל פון די מינעסאטע אפעלאט געריכט אויב מען זאל צוריקשטעלן די דריטע גראד מארד קלאגעס

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:56 am
דורך הכל הבל
די אפשטופונג קען מעגליך זיין אזוי לאנג ווי 30 טאג

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 11:59 am
דורך פעיק ניוז
שכח הבל.

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 12:05 pm
דורך ר' זעקל
פעיק ניוז האט געשריבן:שכח הבל.

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 12:12 pm
דורך בעסער אזוי
דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 12:19 pm
דורך פאטאקי08
ישר כח אייך הכל הבל
אויב מען קען ביטע א איבערזיכט איבער די קלאגעס ביז איצט
דאכצמער שוין אויסגעשמועסט אין אנדערן אשכול

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 12:38 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
בעסער אזוי האט געשריבן:דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל

Rt

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 1:03 pm
דורך הגות תבונות
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:דער הבל איז עפעס נישט נארמאל, ארויפגעברענגט די ניווא פון קנ"א צו נעקסט לעוועל

Rt

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 1:57 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
הכל הבל האט געשריבן:יומא קמא לא אמר ולא מידי

ריכטער קאהיל שיקט אהיים די דזשורי קאנדידאטן מעלדט אז ער לייגט אפ די פארהער מיט אמווייניסגנסט איין טאג וועלנדיג אויסווארטן אן אורטייל פון די מינעסאטע אפעלאט געריכט אויב מען זאל צוריקשטעלן די דריטע גראד מארד קלאגעס

דאס אפשטופן די זשורי אויסוואל מיט א טאג איז געקומען נאך וואס עריק נעלסאן -דער אדוואקאט פאר שאווין- האט געמאלדן פאר'ן געריכט אז ער וועט אפעלירן א אורטייל פון די סטעיט אפעלאט געריכט איבער צוריקשטעלן דריטע גראד מארד קלאגעס.

די פראסעקיוטאר האבן פארלאנגט אז צוליב וואס עס איז נאכנישט קלאר איבער וועלכע קלאגעס די זשורי מיטגלידער וועלן דארפן אורטיילן, זאל די טרייעל ווערן אפגעלייגט. פון די אנדערע זייט האט שאווין'ס אדוואקאט גע'טענה'ט אז די זשורי אויסוואל קען ווייטער גיין, און זיי זאלן פארהאנדלען אמווייניגסטענס אויף די אנדערע קלאגעס.

דער ריכטער איז געווען גענויגט צו אננעמען די ווערטער פון נעלסאן, אבער געמאלדן אז ער לייגט אפ די קעיס מיט א טאג מאך וואס די פראסעקיוטאר האבן געמאלדן אז זיי ווילן די אפעלאט געריכט זאל אורטיילן צו די זשורי אויסוואל קען פאראויסגיין אין די צייט וואס די קלאגעס זענען נאך אומקלאר.

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 3:19 pm
דורך שטומפיג
שכח @הכל הבל און @אלעקסיי

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 4:07 pm
דורך הכל הבל
16 פון די ערשטע 50 מעגליכע קאנדידאטן גע'פסל'ט נאך וואס ביידע זייטן האבן איינגעשטימט

Re: משפט שאווין

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2021 6:45 pm
דורך פאטאקי08
די קלאגעס זענען זייער אומקלאר
סאיז דא צווייטע גראד מארד וואס איז יעצט אויפן טרייעל
און סאיז דא דריטע גראד מארד וואס איז יעצט אין געריכט צו די סטעיט האט עס געמעגט ארויסווארפן צו נישט
די מעין חילוק צווישן ביידע איז צווייטע גראד מוזן די סטעיט פראסעקיוטערס אויפווייזן אז שאווין האט געוואלט בכוונה הרגענען ווידעראוים דריטע גראד מוז נישט זיין
און נאכדעם איז דא צווייטע גראד מענסלאטער (וואס אויב ווערט ער געפונען שולדיג נאר פאר דעם איז די סטעיט א ריזיגע דורכפאל..)

Re: משפט שאווין

געשריבן: מיטוואך מארטש 10, 2021 4:59 pm
דורך הכל הבל
מינעסאטע סופרים קאורט ווארפט אפ אפעלאט פון שאווין
דאס באדייט אז ריכטער קאהיל וועלכע האט ארגינעל ארויסגעווארפן די דריטע גראד מארד קלאגע וועט איצט פארפיגן אויף א פראצעס וועלכע וועט יא באטראכט נעמען א מעגליכע שולד אורטייל אויף אזא קלאגע

Re: משפט שאווין

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:42 am
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן:מינעסאטע סופרים קאורט ווארפט אפ אפעלאט פון שאווין
דאס באדייט אז ריכטער קאהיל וועלכע האט ארגינעל ארויסגעווארפן די דריטע גראד מארד קלאגע וועט איצט פארפיגן אויף א פראצעס וועלכע וועט יא באטראכט נעמען א מעגליכע שולד אורטייל אויף אזא קלאגע

ריכטער קאהיל איצט צוריקגעשטעלט דריטע גראד מארד קלאגע

Re: משפט שאווין

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:46 am
דורך הכל הבל
5 דזשורארס שוין געזעצט אויפן קעיס

Re: משפט שאווין

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 11:10 am
דורך הכל הבל
א זעקסטע דזשוראר אויסגעקליבן